די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אן אריינגיין צו די "פאקטן" פון 70 יאר צוריק זענען אמת צו נישט... וועל איך מיך יא באציען אויף די זינלאזע טענה אז די רבי האט נישט געלאזט האלטן דרשות און אויפקלערן דעם אידנטום אין אונגארן...
פון דא קוקט אויס אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל ותושבי אונגארן זענען ניצל געווארן, נאר דאס שטאט סאטמאר איז נעבעך אויסגע'שחט'ן געווארן ביזן לעצטן מענטש... און ס'איז גאר ווייל די רבי האט נישט געלאזט רעדן... ווי זענען טאקע די אלע הונדערטע טויזענטע מענטשן פון גאנץ אונגארן חוץ סאטמאר? איז דעם רבי'ןס כח טאקע אזוי שטארק געווען אלס קנאפע זעכציג יעריגער איד? האט ער טאקע געקענט אפהאלטן אלע הצלה אקטן פון גאנץ אונגארן?
חוץ מזה ווי עטליכע האבן דא ארויסגעברענגט, איז די אלע דרשות געווען פון די ציונית'ישע מאוומענט, אלעס איז געווען געבויעט אויפן ארויפגיין צום נייעם לאנד, און זיי האבן בכלל נישט מצליח געווען אפילו ביי די פרייערע וכו'. פונקט ווי די וואס שרייען אז ר' מיכאל בער האט געלעבט אין דמיונות, האט זיך ארויסגעשטעלט איטליכע מאל אז די צולאזטע אומ'אחריות'דיגע וועג פון די ציונים האט בכלל נישט געארבייט, מיליאנען זענען געצאלט געווארן פאר די דייטשן און טויזענטער זענען ווייטער גע'הרג'ט געווארן טראצן אפמאך.
חוץ מזה, מ'לייגט דא אראפ כאילו ס'איז א פאקט אז די רבי האט געהאט גילטי קאנטשעס איבער זיין אומ'אחריות'דיגע אויפפירונג און צוליב דעם זיך גענומען האקן אויף די מדינה... זענטס עטס טאקע אזוי בלינד? האט ער נישט געפייט קעגן די אגודה און רעיון הציוני פארן קריג? האט ער דאס נישט געשריגן בשעת'ן קריג אז עס קומט פונעם "אני מתיר את בשרכם"? (איך גיי נישט, ניין, נישט אריינגיין צו ער איז גערעכט צו נישט, איך רער נאר פון די אישו אליינס).
למעשה, איך זעה נאכנישט קיין איין איינציג מענטש אדער רב/רבי -חוץ הגה"ק מ'גאלאנטא זי"ע הי"ד וואס מ'דערציילט אז ער האט אפגעזאגט- וואס האט נישט אנגענומען דעם אפפער זיך צו ראטעווען, חוץ מזה, וואס די רבי איז נישט געווען דער וואס האט עס אויסגעטראפן, מ'האט אים ארויפגעלייגט אויפן ליסט.
פון דא און ווייטער זעה איך סתם נארישע און פוסטע שנאה קעגן דעם אדמו"ר, און ס'איז נאך א רינגעלע אים פשוט און פראסט אים צו באשמיצן און זיך אויסגעבן די כעס אויף זיינע מערכות'לעך....
איך האב אסאך צו ענטפערן און צו צונעמען ס'גאנצע ענין אויף קליין געלט, נאר פארוואס און פארוועם? יעדער גייט שרייען אויפן צווייטן אז ער וויל פשוט Rewriting History... די סאטמארע און זייערע אנהענגער צו גאר גלייכער ווערן סיי ווי נישט איבערגענומען פון אזעלעכע 'שוידערליכע' נייע פאקטן 70 יאר שפעטער, און די וואס האבן פיינט סאטמאר, צו א פיצי זעץ פאר סאטמאר רב וואלט נישט געשאדט אז זיי זאלן דאס דערלעבן גייען דאס עניוועיס נישט גלייבן... איך וועל נאך זיין א פאנאטישער וואס גלייבט פאלשע נערישע באבקעס פון סאטמארע היסטאריקער.... (כאילו יענער גלייבט עפעס ווייסעך וועם...)

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
שוין לאנג נישט דא געווען, בקוצר אמרים, עס איז מיר א חידוש אז אפילו די קלוגערע דא האבן זיך צוגעשטעלט צו די ווילדע פידינג פרענזי וואס איז לעכערליך און הויל, ממש באזיסלאז.
הוגה'ס קלאסיפיקאציע אלץ "קאנטראווערסיאל" איז איינזייטיג און פארפירעריש. איך האב געזען ביכער און מאמארים פון שואה לייקענער מיט קראנטע באווייזן און זאגאר ווידעאו און פאטאגראפן (געוויסע זאכן ברויכן טאקע א תירוץ), פיל שטערקער און קראנטער ווי קורן, אבער עס מאכט נישט די האלאקאסט קאנטראווערסיאל. הוגה האט דא קלאר גענומען א שטעלונג.
לעניננו, ווער עס האט בלויז אנגערירט די קלאמקע פון די שואה ווייסט אז דאס איז איינס פון די שטארקסטע קושיות, הלמאי די אונגארישע אידן זענען געווען אזוי אין די טונקל, און האבן זיך געלאזט ברענגן צו די שחיטה אזוי נאנט צום סוף פונעם דריטן רייך. אין א צייט וואס די בי בי סי און אפילו די ניו יארק טיימס פון די אנדערע זיייט אטלענטיק האט שוין (עטוואס) באריכטעט איבער די שחיטות. ווי אסאך אנדערע אספעקטן פון די שואה איז עס נישט צופרידנשטעלנד פארענפערט, אבער די פאקט איז קלאר אונגארישע אידן האבן "נישט" באגריפן די ערענסקייט פונעם געפאר. עס איז נישטא קיין באווייזן אז אין סאטמאר האבן די אידן ווייניגער געוויסט ווי ערגעץ אנדערש.
איין זאך וואס סאטמאר רב האט געטון אנדערש, איז זיין אקעגן שטעלן זיך אין "פריערדיגע צייטן" (בעפאר אפריל 44) צו די עליה, אבער עס איז נישט מעלה ומוריד כמעט. לכל היותר וואלטן עטליכע צענדליגע געזונטע אינגען און מוידן פון סאטמאר עמיגרירט, א דעמאגאראפיע וואס האט סייוי אין מערסטנטייל איבערגעלעבט די שואה. די עליה האט קיינמאל נישט געהאט די פאטענציאל פון ראטעווען גרעסערע קוואנטומען מענטשן, און נאר אינגע שטארקע מענטשן זענען זייער סעלעקטיוו אנגענומען געווארן. עס איז נישט שייך צו קלאפן אשמנו פארן ראטן איינעם אנצונעמען א זשאב אין WTC אפילו יענער איז דערנאך געהרגט געווארן 9.11 , עס איז א אינסאלט צו אונזער אינטעליגענץ צו טענהן אנדערש. כש"כ ווען זיין מיינונג איז געווען באזירט לשיטתו על פי תורה.
חוץ מזה האט ער גארנישט געטון אנדערש פון אנדערע רבנים און פאלקס פירער.
און פאר קינוח סעודה:
איר קענט אפשר די לעפקעוויצן און יאקאבאוויצן? ווען זיי וואלטן געהאט די מינדעסטע חשד אז ער האט א יד און די אומקום פון זייערע עלטערן וואלטן זיי אים געמאכט דעם טויט.
ובזה יובן מאמר החז"ל השבח של רועי ישראל שאמרו עוד מעט וסקלוני, והדבר צ"ב.
ועל פי דברנו מובן הכל כמין חומר, משה רבנו האט געזאגט, איך האב נישט דא קיין שעפעלעך, איך האב צו טון דא מיט אן עם קשה עורף, זיי שטייען גרייט מיט שטיינער אין די הענט, איין קרומע שריט או די חברה שיקן מיר אפ אויף יענע וועלט, אויב האט ער לסוף אויסגעהויכט די נשמה אין א בעט איז א סימן אז לא מצאו עול בו, ודו"ק.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
און ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מ'רעדט צו דער זאך לאנדעט עס א לייק אין פנים.
מיך וואונדערט אז די אלע מענטשן וואס וואלטן געדארפט זיין זיינע בלוט שונאים זענען גאר געווען די הייסטע חסידים, ווי ממרום האט ערווענט, והמקרא אומר דרשוני.
ביי מיר איז די גאנצע שמועס ווי בלעימען זשוליאני פארן אנטלויפן פון די 9/11 דעבריס.
סארי הוגה, א קאנספיראטארישע אקיוזשעישאן.

- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
כפארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, הוגה ברענגט ראיות ומקורות צו יעדע הנחה אדער שפעקולאציע וואס ער ברענגט און ביז דערווייל האב איך נישט געזעהן איינער זאל געהעריג רעפרעזענטירן די צד השני של המטבע. ממרום שלח אש פייערט אז עס איז הויל לעכערליך און באזיסלאז, כוכב בליצעלט מיט הויכע ענגלישע ווערטער אז עס איז קאנספיראטארישע אקיוזשעישאן און גאלד לייגט צו יעדע פאר מינוט נאך א בינטעל פרטים (נאר ווען ער האט צייט, שטייצעך..).
זאל איינער פון אייך אלע אזוי גוט זיין און שרייבן א געהעריגע ענטפער שורה ביי שורה אזוי ווי ווי מען טוט ביי א נארמאלע דיבעט ואח"כ ירא הקהל וישפוט.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
You ask why his people continued with him. Well, for them life has no value if they cannot besmirch others
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי. אויפ'ן ערגסטן פאל האט דער סאטמארער רבי געלאזט אידן גיין אין די גאז קאמערן כדי צו זיכער מאכן אז זיי גייען נישט קיין ארץ ישראל אויפבויען דאס לאנד. נו, דער רבי איז דאך מברר אין ויואל משה מיט לומד'ישע ראיות אז שלא יעלו בחומה איז ביהרג ואל יעבור, האט ער דאך געפאלגט זיין אייגענעם פסק על פי תורה, וואס האט מען טענות.
ווייטער ער אליין האט זיך געמעגט ראטעווען, ווייל ער האט געוואוסט קלאר אז ער וועט נישט צוהעלפן צו די אויפבוי פון א אידישע מדינה רח"ל, נאר ער וועט פארבלייבן אונטער דעם עול הגלות פון די נאציס און זשאנדארן, העכסטנס וועט ער אריבערגיין ליידן גלות אין זיין אייגענע שטעטל אין אמעריקע. אדרבה, ער האט געמוזט בלייבן לעבן צו ראטעווען גאנץ כלל ישראל פון נכשל ווערן אין איינע פון די שלש חמורות ביהרג ואל יעבור, שלא יעלו בחומה.

האדם לא נברא אלא להתענג
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[tag]יאיר[/tag], זאגסט דאך אקוראט וואס די שרייבער פונעם ארטיקל זאגט, אז די רבי האט אנגענומען עקסטרעמע אנטי ציונית שיטות נאכן קריג (כגון ספר ויואל משה) כדי צו דזשאסטיפייען זיין הנהגה ביים קריג. ברוך שכוונת.
אגב, כ'האב נישט צוריקגעצויגן פון גארנישט דערווייל, איך דארף נאר טרעפן צייט צו שרייבן א לענגערע תגובה. איך וויל באדאנקן פאר אלע וואס האבן מגיב געווען לשני הצדדים מיט אן אנגעהאלטנקייט און נישט געלאזט אז די שמועס זאל פארפארן צו א קינדערישע געפעכט. ייש"כ [tag]גאלד[/tag] פאר דיינע באלערענדע תגובות.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אבטולמוס האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:פשי, [tag]אבטולמוס[/tag], כ'האב נישט געוואוסט דו ביסט א מומחה אויף אלטע ציונישע צייטונגען אויך, כ'האב געמיינט נאר דער איד און דער בלאט קענסטו בעל פה. אפשר ביסטו מגלה וויאזוי דו מאכסט דאס, וויאזוי טרעפט מען און זוכט מען אזעלכע סארט זאכען, וואלסט געוואלט אפשר שרייבען אן אשכול וועגן דעם?
[tag]לעיקוואד[/tag],
http://web.nli.org.il/sites/JPress/Hebr ... fault.aspx
איך זעה נישט דארט דער איד, דאס איז אויף א צווייטער סייט?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
יאיר האט געשריבן:איך האב עס נישט באמערקט אין דעם ארטיקל, אבער מיין שאלה איז אויף די וואס זוכן אים צו פארענטפערט אז די טענות זענען נישט אמת. וואס א חילוק וואס ער האט פאקטיש געטון אין די האלאקאוסט, למעשה איז דא פון אים געשריבן א פסק אז דאס איז די ריכטיגע וועג לכתחילה.
נישט ממש, יהרג ועל יעבור איז אויפן פארווירקליכן דעם רעיון הציוני, זיך מיטכאפן מיט די עליה, און אפילו וואוינען אין א קיבוץ און בארבעטן די ערד אדער אנדערע נספחים צו ציונות זענען נאך נישט קיין יהרג ועל יעבור, והדבר פשוט.
והדבר פשוט ג"כ, כביעתא בכותחא (באזירט אויף זיינע הוראות און התנהגות אלע יארן), אז אין די ברענעדיגע טעג, ווען מען האט שוין גערילייזט פונקטליך וואס די דייטשע דעפארטאציעס באדייטן וואלט ער קיינעם נישט אפגעהאלטן פון פארלאזן די בלוטיגע ערד אויף סיי וואספארא אופן.
ע"כ יאיר טייערער, זיי נישט אזוי ציניש, וויש אפ דיין סארקאסטישע שמייכעל, און פארענטפער נישט ווען עס איז נישטא וואס צו פארענטפערן.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך האב עס נישט באמערקט אין דעם ארטיקל, אבער מיין שאלה איז אויף די וואס זוכן אים צו פארענטפערט אז די טענות זענען נישט אמת. וואס א חילוק וואס ער האט פאקטיש געטון אין די האלאקאוסט, למעשה איז דא פון אים געשריבן א פסק אז דאס איז די ריכטיגע וועג לכתחילה.
נישט ממש, יהרג ועל יעבור איז אויפן פארווירקליכן דעם רעיון הציוני, זיך מיטכאפן מיט די עליה, און אפילו וואוינען אין א קיבוץ און בארבעטן די ערד אדער אנדערע נספחים צו ציונות זענען נאך נישט קיין יהרג ועל יעבור, והדבר פשוט.
מה שאין כן גיין צו די בחירות ווען די מדינה עקזיסטירט עניוועי, כדי ארויסצושלעפן געלט פון זיי פאר די ישיבות, איז יא יהרג ואל יעבור.
ממרום שלח אש האט געשריבן:
והדבר פשוט ג"כ, כביעתא בכותחא (באזירט אויף זיינע הוראות און התנהגות אלע יארן), אז אין די ברענעדיגע טעג, ווען מען האט שוין גערילייזט פונקטליך וואס די דייטשע דעפארטאציעס באדייטן וואלט ער קיינעם נישט אפגעהאלטן פון פארלאזן די בלוטיגע ערד אויף סיי וואספארא אופן.
ע"כ יאיר טייערער, זיי נישט אזוי ציניש, וויש אפ דיין סארקאסטישע שמייכעל, און פארענטפער נישט ווען עס איז נישטא וואס צו פארענטפערן.
דו מיינסט צו זאגן אז דער רבי איז געווען א היפאקריט וועלכער האט געשריבן גאנצע חיבורים און למעשה געטון פונקט פארקערט. איז נישט דאס אקוראט וואס דער ארטיקל באשולדיגט אים?
האדם לא נברא אלא להתענג
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]איך וויל קודם מאכן אן אינטערעסאנטע באמערקונג. כמעט א יעדעס מאל וואס עס איז דא א היציגע דעבאטע, מאכט לכה"פ איין חכם זיכער צו קאמענטירן אז עס איז אלעמאל די זעלבע לינקע מיט זייערע עקסטרעם ליבעראלע שיטות בלא בלא בלא. עס איז אמת! אבער פארגעסט נישט אויך אז עס איז אלעמאל די זעלבע רעכטע מיט זייער עקסטרעם רעכטע שיטות, די זעלבע צענטרישע מיט זייערע צענטרישע שיטות און עס איז אלעמאל די זעלבע סאטמארער מיט זייערע דיפענדן זייערע רבי. איר מיינט אוודאי אז ווען איר קומט מיט אזעלכע סטעיטמענטס "אז די גאנצע שמועסט איז בטל ומבוטל ווייל מען רעדט דאך פון א איש קדוש קודש הקדשים וואס האט אין זיין לעבן נישט געמאכט קיין טעות, וממילא וואס האט יענער פארגרעבטער מאנ'ס באשרייבונג אקעגן אונזער אמונה אין די הייליגע רבי", איר מיינט אז מיט דעם האט איר אפגעשלאסן די גאנצע דעבאטע. איר דארפט געדענקן אז סאטמאר זענען סך הכל אפשר הונדערט אדער צוויי הונדערט טויזנט אידן, נישט מער. און פון זיי זענען א גרויסע טייל נישט געשוואוירענע חסידים צו די רבי זכותו יגן עלינו אידעאלאגיע. ביי רוב המון עם וועט דאס נישט אנגענומען ווערן אלץ א לעהזונג צו די טענות. איז לאמיר אביסל קלאר מאכן וואו מען שטייט דא?
מנחם קרן שרייבט אן ארטיקל וואו ער טענה'ט אז די רבי האט פארפירט אידן אז זיי זאלן זיך נישט ראטעווען פון זיכערע טויט און אין די זעלבע צייט האט ער פארזיכערט אז ער מיט זיינע נאנטע ווערן יא געראטעוועט. נאכן קריג איז נתברר ווי שלעכט דאס זעהט אויס, האט די רבי פארמירט זיין גאנצע התנהגות כלפי די ציונים כדי צו פארוואסערן די פרשה אז עס זאל אויסזעהן כאילו ער האט געטון ריכטיג. ער באזירט זיין טעאריע און אנאליז אויף קראנטע מעשיות און פאקטן.
צו מקבל זיין אזא אנאליז איז צו שווער פאר מיר. איך וואלט געמוזט הערן אלע מעשיות פון מקור ראשון עס צו קענען גענצליך מקבל זיין. למעשה האט דאך די סאטמארער רב געהאט אזוי פיל נאכפאלגער, און ער האט אזויפיל געטון פאר אידישקייט, ווי אויך איז ער געווען אן אויסגעארבייטער איד. אבער איך בין אויך נישט קיין נער צו זאגן אז עס איז 'זיכער' נישט אמת. עס קען זיין אז עס איז אמת, און דאס נעמט נישט אוועק אנדערע מעלות פון די סאטמארער רבי. אבער איך בין נישט גרייט מקבל צו זיין מנחם קרן'ס אנאליז אלץ תורת משה.
וואס יא? די פאקט איז אז ער האט געהייסן נישט אנטלויפן. ער האט געהייסן נישט אנטלויפן בכלל און ער האט זיכער נישט געלאזט ארויפגיין קיין פאלעסטינע. און דורך דעם איז אויסגעקומען אז אסאך אידן זענען אומגעקומען. איך זאג נישט אז ער איז שולדיג אויף די חורבן אונגארין. איך זאג נאר אז SOMEHOW איז ער ארויס לעבעדיג בשעת אנדערע משפחות וואס האבן אים געפאלגט זענען אומגעברענגט געעווארן.
איז נישט מער ווי מן הנימוס אז ער זאל זאגן, רבותי טעיתי! אנטשולדיגט! טאנץ נישט חסדי השם אין די ארמארי, נאר אנשטאט דעם שטעל דיך אויף און זאג אז ווען איך ווען דעמאלטס וואס איך ווייס היינט וואלט איך אייך געהייסן אנטלויפן. אויב ער האט דאס נישט געטון, קענען מיר טראכטן איינס פון די צוויי. אדער איז ער געווען אן עגאואיסט און עס איז אים ניטאמאל איינגעפאלן אז ער דארף זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס זענען אומגעקומען נאכן אים פאלגן און נישט אנטלויפן. אדער האט ער ווייטער געהאלטן אז עס איז ענדערש אומגעברענגט ווערן דורך די נאציס און נישט אנטלויפן מיט די ציונים, אויסער אים פארשטייט זיך, מטעם הכמוס.
קומען די סאטמארער חסידים און נעמען זיך שרייען. וואס הייסט? די רבי איז דאך געווען ביי איין אסיפה! די רבי האט געשאפן געלט. קאסטנער איז געווען א שגץ! זייער פיין, אבער וואס האט דאס מיט וואס אונז טענה'ן דא? ביזטו מודה אז די רבי האט געהייסן נישט אנטלויפן קיין פאלעסטינע (לכה"פ אין די פריערדיגע יארן)? אויב יא זענען מיר אין אגרימענט, און דאס איבעריגע פעלט שוין נישט אויס.
אגב, די פאקט אז די רבי האט אין 1944 נישט געלאזט די פליטי פוילן וגאליציע מעורר זיין דעם עולם זיך צו באהאלטן איז נישט מנחם קרנ'ס אויסטרעף. דאס איז א זאך וואס א יעדער האט געוואוסט שוין פאר לאנגע יארן. יא, אויך די מאדערנע פירער האבן נישט געלאזט און אויך די בעלזער רב האט נישט געלאזט. איך קען א משפחה פון הייסע בעלזער חסידים פון דער היים, די בעלזער רב פלעגט איינשטיין ביי זיי א יעדעס יאר, אבער נאכן קריג האבן זיי אפגעהאקט מיט בעלזא. פארוואס? ווייל די בעלזא רב האט זיי געהייסן נישט אנטלויפן חלילה קיין פאלעסטינא מיט די ציונים, ער האט געזאגט אז ענדערש צו שטארבן ווי גיין אהין. אבער ער אליין איז דערנאך אהין אנטלאפן.
.[/justify]

- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
הוגה. די האסט גארנישט מחדש געווען מיט דיינע דיברות שניות חוץ אביסל דעמאגאגיע קעגן די סאטמערע. בסך הכל חזרסטו איבער נאכאמאל קורנ'ס שטותים וואס איז נאכאמאל אויסדריקלעך נישט געבויעט אויף קיין שום קראנטע פאקטן, נאר בסך הכל איינזייטיגע האס קעגן סאטמאר. און ניין די איינע פאקט אז סאטמערע רב האט נישט געלאזט מאכן אן עליה פאר די צרות איז בכלל נישט גענוג אונז צו שטעלן אין אגרימענט, אפשר איז דאס א יסודות'דיגע ראיה אז זיין שיטה איז נישט געווען גערעכט, אבער וויבאלד ער האט נישט אזוי איינגעזען קען עס נישט גענוצט ווערן פאר א טענה פאר זיין התנהגות בשעת'ן קריג, וואס דעמאלטס האט ער שוין אויסדריקלעך יא געלאזט זיך צו ראטעווען דורך יעדע מיטל מעגליך, און יא א טייל פון זיינע נאנטע חסידים האבן זיך געראטעוועט מיט סערטיפיקאטן, און א טייל האבן זיך באהאלטן אין בונקערס, אדער זיך פארשטעלט פאר גויים, און עס איז נישטא גארנישט וואס ער האט אליין געטוען וואס ער האט נישט געלאזט זיינע חסידים טוהן.
און אגב די מעשה אז א משפחה האט איבער געלאזט דעם בעלזער קויף איך נאכנישט, קיין שום חסיד האט נאכנישט איבערגעלאזט א רבי'ן פאר א אומגעלונגענע מופת, ועוד אויב זענען זיי יא געווען ברוגז, וואלט די משפחה געדארפט זיין מער ברוגז אויפן באשעפער ווי אויפן בעלזער און גענצליך איבערלאזן אידישקייט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמערל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אויב די סאטמארער רב האט צוריק געצויגן פון זיין שיטה און האט למעשה יא געלאזט אנטלויפן (אויב), דאן פארוואס אנטשולדיגט ער זיך נישט אויף זיין פריערדיגע טעות ווען ער האט געהייסן נישט ארויף גיין?
בנוגע די בעלזער משפחה, זיי זענען נישט ברוגז אויפן אייבישטער, סיי ווייל די אייבישטער האט זיי צוגעשטעלט א דרך הצלה וואס זיי האבן פשוט נישט גענומען, ע"פ עצת די בעלזא רב ז"ל. און סיי ווייל אויפן אייבישטער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, משא"כ אויף א רבי - א בשר ודם קען מען יא.
.
בנוגע די בעלזער משפחה, זיי זענען נישט ברוגז אויפן אייבישטער, סיי ווייל די אייבישטער האט זיי צוגעשטעלט א דרך הצלה וואס זיי האבן פשוט נישט גענומען, ע"פ עצת די בעלזא רב ז"ל. און סיי ווייל אויפן אייבישטער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, משא"כ אויף א רבי - א בשר ודם קען מען יא.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
א בעלזער חסיד פרעגט נישט קיין שאלות אויף א רבי, אויב יא איז ער נישט קיין בעלזער.
דער סאטמארער רבי האט אין פרידענסצייט נישט געלאזט מאכן קיין פרייוויליגע עליות דורך די אינגע ציונים וואס זענען על פי רוב גענצליך פריי געווארן דארט אין ארץ ישראל, משא"כ בשעת מלחמה וואס ער האט קלאר יא געשיקט אהין זיינע נאנטע.
עס קומט נישט אין באטראכט פאר אזא מענטש זיך צו אנטשולדיגען פארן נישט צולאזען עפעס וואס איז זיינע אויגן געווען שמד.
דער סאטמארער רבי האט אין פרידענסצייט נישט געלאזט מאכן קיין פרייוויליגע עליות דורך די אינגע ציונים וואס זענען על פי רוב גענצליך פריי געווארן דארט אין ארץ ישראל, משא"כ בשעת מלחמה וואס ער האט קלאר יא געשיקט אהין זיינע נאנטע.
עס קומט נישט אין באטראכט פאר אזא מענטש זיך צו אנטשולדיגען פארן נישט צולאזען עפעס וואס איז זיינע אויגן געווען שמד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
למעשה אנשטאט זיך צו טענה'ן אויף אומבאזירטע פאקטן, וואס האבן פאסירט זייער לאנג צוריק, און עס איז זייער שווער צו ברענגען קאנקרעטע ראיות לכאן או לכאן, איז מיר בייגעפאלן אז די צוויי עיקר יסודות וואס קורן באשולדיגט דעם רבי'ן, זיין פחד פון אנטלויפן יעדעס מאל וואס עס האט זיך געמאכט צרות, און זיין אומזיכערקייט פון זאגן פאר אנדערע וואס צוטוען בעת צרה, ביידע זאכן קען מען זען האט זיך נאכאמאל איבערגעשפילט סוף ימיו, און ער האט נאכאמאל געהאנדלט ממש די זעלבע וועג ווי ביים קריג, אזאך וואס מאכט פיל גרינגער אים צו אנאליזירן פון דער נאנט, ווייל דאס וואס איך וועל ברענגען זענען דברים ידועים לכל.
1. די קאנטרווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי ארום זיין ירושה.
דער סאטמארער רבי איז נישט פלוצלינג געשטארבן. ער האט זיך לאנגע יארן זיך געמוטשעט מיט א סטראוק, און הגם די סאטמערע חסידים האבן נישט געגלייבט אז ער וועט אמאל נפטר ווערן, איז שווער צו אננעמען אז דער רבי אליין האט אויך נישט געטראכט ווער עס וועט אים ירש'ענען.
עם כל זה האט ער נישט איבערגעלאזט קיין שום צוואה ווער עס זאל אים איבערנעמען, אזאך וואס איז באמת א מורא'דיגע אומאחריות, ווען מען נעמט אין באטראכט פון וואספארע מעכטיגע חסידות מיט מיליאנען דאלארען ווערד פון בנינים ער האט איבערגעלאזט, שוין אפגערעדט פון שרייבן אביסל דברי חיזוק והדרכה פאר זיינע טויזענטער חסידים וואס קאכן זיך נאך אין זיינע ספרים עד היום, דאס הייסט ער האט געהעריג איבערגעלאזט זיינע חסידים אויפן וואסער.
יעצט הגם איך פערזענליך האלט, אזויווי רוב חסידי סאטמאר אז די בעסטע אפציע איז געווען אויפצונעמען זיין נעפיו ממלא מקומו הברך משה. אזוי ווי מען האט טאקע געטוען, הגם דער ברך משה איז געווען זייער א שווערער מענטש און א שוואכער פאליטישן, וואס דעס האט אים שפעטער אריין געפירט צו גרויסע בזיונותדיגע מחלוקת'ן, עם כל זה קען מען היינט זאגן נאכדערצו נאכן טיילונג פון זיינע קינדער, אז סאטמאר וואלט בלי שום ספק נישט שענער אויסגעקוקט אויב מען וואלט אים נישט אויפגענומען א רבי'ן.
אבער מען דארף וויסן אז נאך זיין פטירה איז עס בכלל נישט געווען א מוחלט'דיגע זאך, איינער פון די שטוב מענטשן איז אפירגעקומען מיט א פאלשע צוואה אז ער דארף גאר זיין ממלא מקום, אנדערע האבן געהאלטן אז מען זאל אויפנעמען א בית דין פון דיינים, וכדומה, הסך הכל איז אז דער וועג וואס האט זיך אויסגעשטעלט איז בכלל נישט געווען עפעס וואס מען האט געקענט פאראויסזאגן מיט א זיכערקייט, אז מען זאל קענען פארענטפערן אז עס האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין צוואה, ווייל עס איז געווען א דבר פשוט אז אזוי דארף זיין, ווייל עס וואלט פונקט אזוי געקענט געשען אז סאטמאר זאל אריין גיין אין א כאאס און עס זאל נישט קיינער איבערנעמען די לייצעס.
נאכמער די פאקט אז עס האט געפעלט א צוואה האט גורם געווען אז א שיינע חלק פון זיינע גאר נאנטע חסידים און שטוב מענטשן, האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג צוגעשטעלט צום ממלא מקום, און דאס עווענטועל געפירט צום אויפשטעל פון קהילת בני יואל, א שמוציגע תקופה פון תולדות סאטמאר, עס איז קלאר אז אויב וואלט ווען געווען א צוואה וואלט די גאנצע מחלוקת פארמיטן געווארן.
נאך א נקודה. ר' בערל פריעדמאן ע"ה פלעגט פארציילן אז ער האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן וואס וועט זיין לאחר מוע"ש, האט אים דער רבי געענטפערט אז ער האט איבער געלאזט א ויואל משה וואס אין דעם שטייט וויאזוי זיך צו פירן, יעצט ר' בערל האט אויסגעפירט זאל מיר איינער זאגן וואס דער רבי דער ברך משה האט משנה געווען פונעם ויואל משה. אבער אז למעשה אז דער רבי האט נישט אליין געענטפערט אז זיין נעפיו דער ברך משה וועט איבערנעמען, איז פונקט גענוג געווען פאר די בני יואל צו טענה'ן אז דער רבי האט אים נישט געוואלט.
דאס לאזט אונז איבער מיט די הימל שרייענדע פראגע, פארוואס האט דער רבי נישט איבערגעלאזט א קלארע צוואה וועם ער וויל זאל יא אדער נישט ירש'ענען זיינע מוסדות.
און מיין מסקנא איז אז דער סאטמארער רבי האט נישט געקענט פאסן שווערע באשלוסן, ווי מען האט שוין דא כמה פעמים אויפגעברענגט האט ער זיכער געהאט סימפטאמען פון או. סי. די., מחמיר זיין אויף איעדע חומרא און זיכער מאכן אז מען איז נישט משנה קיין סוס כל שהו, און בעיקר זיך בייזערן בעידן ריתחא, האט ער זייער גוט געקענט, אבער ווען עס איז געקומען צו ערענסטע פראגעס, סיי ביי זיין פערזענליכע נאכפאלגערשאפט און סיי ביי די מלחמה ביי פראגעס פון לעבן און טויט, איז ער געווען פארלוירן און נישט געקענט שאפן קיין באשלוסן, נאר געבליבן מיט א שב ועל תעשה עדיף, און דער אייבערשטער וועט העלפן.
2. די קאנטרווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי נאך זיין סטראוק.
דאס איז אפשר ווייניגער באוואוסט, אבער דער פאקט איז אז נאכדעם וואס דער רבי האט באקומען דעם סטראוק, האט ער כמעט גענצליך רעזיגנירט פון זיין רעבעשאפט, פאר די ערשטע צוויי יאר נאכן סטראוק איז ער ממש נישט ערשינען אין פאבליק, ער האט זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג צו א גאר מאדערנע געגנט בעל הארבער, ווי ער האט פארוויילט מיט נאר א געקליבענע צאל שטוב מענטשן, חסידים האבן נישט געקענט אריין גיין נאר מיט גאר גרויס פראטעקציע און מיט לאנגע אפוינטמענטס, הגם מען קען טענה'ן אז ער האט מער נישט געהאט קיין כח צו געזעגענען מענטשן, פארענטפערט עס נישט זיין זיך גענצליך אוועקצוען פון וויליאמסבורג, ער האט ווען נאכאלטס געקענט פירן טיש ברבים און טיילן שריים, אזאך וואס ער האט גענצליך אויפגעהערט נאכן סטראוק.
נאכמער, נאך אפאר יאר נאכן סטראוק האט ער צוביסלעך צוריק אנגעהויבן צו ערשיינען ברבים ווי דאווענען פארן עמוד יום טוב, און פארשטייט זיך די ריזיגע כא כסליו סעודות, ווי ער פלעגט אפילו רעדן דברי תורה. דער גרעסטער צוזאמקום ביי חסידי סאטמאר איז געווען ביים מעמד קרן הצלה תשלח שוין איין יאר פאר זיין הסתלקות.
עס איז אינטרעסאנט אז ווי עלטער און שוואכער ער איז געווארן איז ער צוביסלעך מער און מער ערשינען ברבים.
אבער אפילו שוין אין קרית יואל ווי עס האט זיך שוין געטוען א פארקער, און מענטשן זענען כסדר געקומען זיך געזעגענען, מאכן ברית'ן, וכדומה, פלעגט זיך כסדר מאכן אזעלכע מאד סווינגס ווי ער פלעגט זיך אויפרעגן פארוואס מ'קומט אזויפיל, און עס פלעגן זיין צייטן וואס ער האט נישט געוואלט בכלל אויפנעמען קיין מענטשן.
זיין מאדנער התנהגות פון זיך גענצליך אפזאגן פון זיינע פליכטן נאכן סטראוק דערמאנט מיר אביסל פון א קינד וואס ווען זיינע לעגאו בנין צופאטשקעט זיך אביסל, נעמט ער זיך קאפענען און צושטויסן דעם גאנצן בנין. עס קומט מיר פאר אז דער רבי, וואס דער סטראוק האט אים פיזיש באגרעניצט פון גרינג ארומגיין און בעיקר זיין רעדן, האט אנשטאט זיך אנשטרענגען און פראבירן צו ווייטער פירן קהלה ווי ווייט מעגליך האט אנשטאט זיך באליידיגט און זיך גענצליך צוריקגעצויגן פון זיין א מנהיג ישראל ווען עס קומט אן שווער.
נאר שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן, און זיין עקשנות און כח המעצר איז שוואכער געווארן, האבן זיינע שטוב מענטשן געקענט אביסל פועל'ן אז ער זאל מער ארויסקומען ברבים, און בעיקר ביי די ריזיגע צוזאמקומען ווי עס זענען געווען טויזענטער מענטשן האט ער געקענט באשטיין צו קומען א בחינה פון אנקומען צו שלחן עורך, און שעפן נחת פון זיינע חסידים.
דער זעלבער התנהגות פון אויפגעבן ווען עס גייט אביסל שווער קען צוגעשטעלט ווערן אויך פאר די מלחמה, ווען יעדעס מאל וואס עס איז געווארן צרות, האט ער זיך אפגעטראגן פון סאטמאר, און אנשטאט זיך מיטשענען צוזאמען מיט זיין קהילה, איז עם ענדערש געווען אונגאנצן אויפצוגעבן און אוועקפארן אינדערפרעמד.
הכלל, קענסט מיך שוין נישט באשולדיגן אין סאטמערע איינזייטיגקייט, אבער אויב שוין יא קריטיקירן, פארוואס זיך באציען צו אזעלכע פארנעפלטע פאקטן, וואס זענען בלויז א הי סעד שי סעד, בעת וואס די זאכן וואס איך לייג פאר, זענען אפענע דברים ידועים לכל.

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
הגם די זאגסט דברים של טעם, פעלט נישט אויס אים צומאכען פאר א שוואכער בלעטעלע כדי אים צו פארשטיין.
די איינציגסטע שאלה אויף זיין התנהגות איז, פארוואס האט ער נישט אליין געווארענט וועמען ער האט געקענט, ולא עוד, נאר נישט געלאזט אנדערע ווארענען.
אין הכי נמי, אנדערע האבען אויך נישט געווארענט. פארוואס?
מען קען זאגען תירוצים של הבל. דער מציאות איז ער האט נישט ווייל "ציונים".
טוט עס אים פארמיאוסען אין די אויגען?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).