איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?

שליחה דורך פריינדליך »

זייער אסאך אשכולות דא דרייען זיך ארום איבער די נושא פון די חינוך סיסטעם,
זייער אסאך טעמעס הייבען זיך אן און ענדיגען זיך דערמיט דירעקט אדער אומדירעקט,

מיר געבן יעצט איבער דאס ווארט פאר די חברי הקאווע שטיבעל,
איר זענט יעצט די וועד החינוך/הקהלה/הצניעות/הנהלה אד"ג, איר זענט פולקאם בארעכטיגט איינצופירען סיי וועלכע תקנה איר ווילט, אדער אויפלעזן סיי וועלכע תקנה איר ווילט, איר זענט פולקאם בעה"ב צו מאכען סיי וועלכע טויש איר ווילט און די חינוך הבנים און אויך בהנהגת הקהלה,

וואס וואלט איר געטוישט? וואס וואלט איר איינגעפירט? וואס וואלט איר מבטל געווען?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך וואלט גענצליך געטוישט די חינוך סיסטעם. און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך), בעסער טרענירטע מנהלים (וואס רעכנט אויך אריין מנהלים וועלכע קענען דיטעקטען עביוז און ווייסן וויאזוי זיך צו באנעמען דערמיט כדבעי), א רעפארמירטע לימודי חול וועלכע זאל זיין סיי ערנסטער און סיי ס'זאל אנהאלטן פאר לכה"פ ביז די 15. ביי די 18 וואלט איך איינגעפירט א ישיבות-בלויז-פאר-ערנסטע-מתמידים סיסטעם, די איבריגע זאלן אדער קענען גיין לערנען א פאך אדער גיין ארבעטן לויט זייער יכולת'ן און רצונות, און אפשטופן דעם זמן הנישואין ביז 25. עס זענען דא נאך פיל איינצעלהייטן אינעם חינוך סיסטעם וואס איך וואלט געטוישט, אבער דאס איז אין א נאטשעל אלע מעידזשאר טזשעינדזשעס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יידל האט געשריבן: און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פריינדליך האט געשריבן:

פריינדליך, דו ווייסט די היסטאריע פון חדרים ביי כלל ישראל?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פריינדליך האט געשריבן:אירעליווענט, מוזט נישט צוריק גיין 100 יאר ניטאמאל 50 יאר {עס איז מסתם נאך נישט געווען קיין חדר 100 יאר צירוק}

זאג מיר צו עס איז שוין דא, אדער צו עס שוין געווען א ענליכע סיסטעעם ערגעץ,

אויב נישט, אויב עס איז מעגליך, אפשר לייגסטע אראפ די נייע יסודות ווי אזוי די ווילסט עס זען,

עס איז זייער רעלעווענט. מיין פוינט איז אז אונזער היינטיגער חינוך סיסטעם איז נישט אידיש און נישט גוי'איש. עס איז נישט צום שפייען און נישט צום שלונגען.

די יסודות וויאזוי איך וויל ס'זאל אויסזען האב איך שוין געשריבן אויבן.

אגב, איך האלט סיי ווי אז אזוי ווי איך האב אויבן אראפגעמאלן גייט די חינוך אויסזען אין 50 ביז 100 יאר ארום.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

עז לאנג וואס די סיסטעם איז געפירט ביי ילודי אשה קען דאס נישט זיין 100% פערפעקט, ווייל א יומען ביאינג איז נישט 100% פערפעקט, אבער א סיסטעם וואס פארנעמט קריטיק, און זוכט זיך צו פארבעסערן, איז די נענטסטע צו פערפעקט וואס איז שייך.

די ווארט סיסטעם איז שוין געוורן א קלישעי, וואס מ'נוצט אויף יעדע זאך וואס מ'איז נישט צופרידן אין אונזער קאמיוניטי, איך מיין אז מ'קען זיי צוטיילען אויף אסאך קליינע פראבלעמען וואס טייל פון זיי זענען אנגעהאנגען אין אנדערע פראבלעמען (לדוגמה, חתונה הוצאות, וואס קומט פון דעם אז יעדער מוז יעדעם נאכמאכן און יעדער מוז לעבן אויפן זעלבן סטאנדארט, העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט) און טייל פון זיי זענען פראבלעמען וואס האבן לאו דוקא צו טוהן מיט די ברייטע "סיסטעם" פראבלעם.

נא, זאכן וואס איך וואלט געוואלט טוישן? אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער גייט אריין אין כמעט יעדע אשכול וועט איר טרעפן לרוב.

--

יידל האקט. גערעכט, ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם" פון בעסער טרענירטע מלמדים, אדער צו לערנען א פאך ביי די 18, ווייל ס'קיינמאל נישט געווען קיין "סיסטעם"! ס'קיינמאל נישט געווען קיין וואן-סייז-פיטס-אלל יודישקייט, נישט געווען קיין G&G רעקלעך וואס יעדער איז געגאנגען די זעלבע, נישט געווען קיין שטאפענע/ביבער הוטן וואס מוז אויסזען גענוי די זעלבע ביי יעדן.

--

פריידליך האקט. אדרבה! איך וואלט צוריק געגאנגען צום אי-סיסטעם, דאס איז נאך געווען די בעסטע פון אלעם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
ווערייזאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:55 am
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך ווערייזאן »

פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: און לויף פון צען ביז 20 יאר וואלט איך איינגעפירט א חינוך רעפארם וועלכע וואלט אריינגערעכנט כמה וכמה זאכן, אנגעהויבן פון בעסער-טרענירטע מלמדים, (וועלכע זענען בפרט טרענירט אין וויאזוי צו מאכן אידישקייט געשמאק און נישט די היפך),

דאס איז די א ב פארלאנג מיט וואס יעדער הייבט אן און יעדער ניצט עס, און עס איז אמת אויך עס פארלאנגט זיך באמת,

לאמיר דיר פרעגן, קענסט אנצייכענענן ווי עס איז שוין איינגעפירט אויף אזא סיסטעם? אדער ווי עס איז געווען איינגעפירט? אדער ווען עס איז ערגעץ געווען איינגעפירט?

וואס איך מיין צי פרעגן איז איז שייך צו זאגען כזה ראה וקדש, אזא סיסטעם וואס פלוני מוסד האט אזא סיסטעם וויל איך איינפירען דא אויך?

איך וויל עס באמת ארויס האבען,

איך פארשטיי באמת נישט דיין קושיא, ס'איז א שעת חירום, יעדער וואס האט א אויג אין קאפ זעהט פאר אז דער ביז איצטיגער חסידישער סיסטעם גייט באנקראט, יעצט וואס איז די שאלה צו א אנדערע סיסטעם איז שוין אויספרובירט צו נישט, אין אויב נישט?? קען מען דען בלייבן מיט דעם סיסטעם? עט ליעסט דארף מען פרובירן וואס מען קען, נאך אלעם האט די סיסטעם געפעילט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:בקיצור, געפילטע פיש פאדערט דעצענטערליזאציע http://en.wikipedia.org/wiki/Decentralization

רוף עס דעצענטערליזאציע, רוף עס אינדיווידואיזם, אבער איך קען דאס נישט פאדערן, נישט ווי לאנג מ'וואוינט צוזאמען אין א גרויסע שטאט. גיימער שוין צוריק צו נאך א זאך וואס וואלט זיך געמעגט טוישן, דאס ארויסמופן אין קלענערע שטעטלעך און נישט דארפן בלייבן אונטערן מאמעס פארטוך, דאס וועט לעזן די האוזינג פראבלעם וואס מיר האבן. אבער אסאך זאכן מוזן זיך טוישן כדי דאס זאל זיין טוה-באר, צוריק צום הא בהא תליא...
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איינער האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן איין זאך, פרידאם אויף ספיטש.

איינמאל יעדער קען זאגן קריטיק און מען קען האבן אן אפענע פרעסע אן ווארפן זאמד ווי דעת תורה וכדו' וועט שוין אלעס קומען אויף זיין פלאץ.

און אנדערע ווערטער איך קלעים נישט אז איך האב דעם לייזונג פאר דעם פראבלעם, אבער אויב מען וועט האבן א געלעגנהייט עס צו דיסקאסטירן אויף א אפענעם וועג מיט אן אפענעם מיינוג דאן קען מען לעזען דעם פראבלעם.

פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בנוסף צו די אויבענדערמאנטע ענינים, וואלט איך אוועקגעשטעלט א שטארקערע יסוד אויף עבודת המדות. מען קען היינט טרעפן גרויסע תלמידי חכמים, און ס'גרעסטע חלק פון זיי האבן פארדארבענע מדות רעות, ווי גאווה, סעלפישנעס, מחלוקת, קנאה ותאוה וכבוד, א.א.וו.

און אפילו די פשוט'ע מענטשן, נישטא קיין כבוד הבריות, מ'מאכט אוועק אנדערע מענטשן ווי גארנישט, לשה"ר און רכילות איז נארמאל, מ'פאסמאקעוועט זיך מיט פאליטיק.

כ'וואלט מעורר געווען מער אנטקעגן לוקסוס, און נאכמאכן א צווייטן, געפעלן פאר "יענעם".

און אויך וואלט איך מער גערעדט עניני אמונה און בטחון והשגחה פרטית, און מער אהבת ה' (=געשמאק אין אידישקייט), און איבערגעטייטשט יעדע וואך פאר די תלמידים די ווערטער "אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו במצוותיך, וקרבתנו מלכנו לעבודתך, ושמך הגדול והקדוש עלינו קראת", און זיכער געמאכט אז יעדער תלמיד קען דאס פון חלום ארויס. די אלע זאכן זענען ווי לופט צום אטעמען אין דעם דור.

קענען אויסענווייניג גאנץ בבא בתרא איז זייער חשוב, אבער מחמת איזה סיבה ארבעט עפעס נישט דער "המאור שבה יחזירנה למוטב".

דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

וע"ע כאן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שמעקעדיג פארפאלן דיינע ווערטער זענען מתוק מדבש. און די ערשטע נקודה וואס דו זאגסט וועגן חשובע אידן מיט פארדארבענע מדות האלט איך ליידער אזויפיל מיט יעדן טאג. ס'איז א שרעק וואספארא פראים די מזרח אידן און אפילו שיינע ת"ח קענען זיין צומאל, אז ס'פארשעמט די תורה וואס זיי לערנען . אויף די איז געזאגט געווארן . "נבילה טובה הימנו" ווען די צייט וועט מיך ערלויבן וועל איך אי"ה שערן מיטן עולם מיינע איבערלעבענישן מיט אזעלכע מביישי התורה. זאל די עולם וויסן וואס נישט צוטוהן און אויף וועלכן אופן נישט צו ערציען די קינדער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

דער שמעקעדיג איז עפעס אבנארמאל, מיט זיינע אנאליזן אין די אלע ענינים.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

"צדיק ורע לו רשע וטוב לו" איז נישט א חק. ס'האט צענדליגער הסבירים, פשטים, תירוצים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקעל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

פריינדליך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

די שטיקל איז געשריבען געווארען מחוסר ידיעה, יעדער וואס האט נאר די מינדערסטע יד ושם און אידישקייט ווייסט אז די שטיקעל האט נישט קיין יסוד, {נישט געפערליך, נישט יעדער מוז אלעס וויסען} עס נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין,

עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט פרעגן, עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט ענטפערן לפי המצב המקום והזמן, און עס איז דא זאכען וואס מען קען נישט ענטפערן, און עס איז דא זאכען וואס מען טאר נישט טראכטען,

איך מיין אז די כוזרי זאגט אז עפעס וואס מען טאר נישט פרעגן דארף מען אוועקלויפן פון עס. מ'מעג פרעגן אבער נאר ווען מ'וויל וויסן און נישט ווען מ'וויל טשעלענדזשן! און מ'דארף אויך קענען עקסעפטן אן ענטפער פון "איך ווייס נישט", יקו.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

יידל האט געשריבן:פרידאם אף ספיטש וועט קיינמאל נישט באקומען קיין תורה'דיגן הסכמה צוליב די פילע פארבאטן וואס עס זענען דא אויף ספיטש ווי לדוגמא לשה"ר, רכיולות, מוציא ש"ר, וכו'

דאס מיינט נישט אז די רבנים דארף דאס אינפארסירן, לויט מיין פארשלאג וועלן די רבנים האבן פרייער האנט צו מעורר זיין איבער די חומר ענין.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

שמעקעדיג האט געשריבן:דאס וואס "איינער" שרייבט וועגן "פרידאם אויף ספיטש", וואלט איך אפגעלערנט אויף א אופן אז יעדער קינד מעג פרעגן וואס ליגט אים אויפן הארצן, און נישט שרייען "נו! מען טאר נישט אזוי רעדן/טראכטן"!! נאר פרובירן צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת יעדע קשיא, אונזער אידישקייט האט נישט וואס צו באהאלטן, ס'איז נישט פאלש, יעדע קשיא האט זיין תירוץ וסיבה, מען קען אלעס טרעפן אין די תורה, חוץ דארט ווי השי"ת איז גוזר גזירות וואס מיר פארשטייען נישט, צדיק ורע לו וכדו', וואס איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה.

זייער גוט ארויס געברענגט איין חלק פון מיין תגובה, אבער עס איז דא נאך א וויכטיגער חלק, פון זיין אפן אפילו פאר דראסטישע טוישונגען, צוליב גערעכטע קריטיק, פארשטייט זיך נאר עפ״י תורה.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

איך זעה אז די אשכול איז אביסעל פארפארן פונעם ענין, וועל איך איבערפרעגן די זעלבע פראגע וואס פריינדליך האט געפרעגט מיט א קליינע הוספה.
דא און אמעריקע - בעסער געזאגט נוי יארק - זענען דא אסאך ערליי ארטאדאקסישע אידען, שומר תורה ומצוות. חסידישע-ליטווישע-יעשיווישע-יעקישע-מאדערענע-ליבאוויטשע-און נאך אסאך, א יעדער האט א אנדערע לעבנ'ס שטייגער, השקפות און סיסטעמ'ס. קענסטו אנווייזען אויף איינע פון די אויבערדערמאנטע אז זייער וועג איז די בעסטע? איז דא א וועג וואס דארט איז נישט די קיין drop outs אויף "זייער" מדרגה?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז די חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים. מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די מוסדות וכו׳ מחנך צו זיין אייערע קינדער. אננעמענדיג דעם כלל, איז דאך זיכער אז עס זענען דא פילע צובראכענע שטיבער וואס פאר סיי וואספארא סיבה קומען די קינדער ארויס נישט ווי עס דארף צו זיין... יעדער פאמיליע לויט זייער דרגה אין השקפה-חסידות, ד.מ. איך רעד אפילו פון מאדערן ארטאדאקס וכדו׳ אויף זייער לעוול. איז דערפאר שווער צו זאגן אז מען קען זעהן א ״סיסטעם״ אן ארויסגעפאלענע, דראפ אוטס וכדו׳..

נאר וואס דען? דער סיסטעם קען נישט זיין פערפעקט, אבער כאטש זאל דער סיסטעם נישט ״שטערן״ פון מחנך זיין. ד.ה. אז ווען דער מלמד-מנהל-מוסד איז ״שב ואל תעשה״ איז נאך גוט. וואס איז אבער ווען ער קומט זאגן-פסק׳נן פארקרומטע דעות (שטערן ועוד... ואכמ״ל) ?

איך גלייב אז דאס איז דער ערשטער סטעפ פאר א decent סיסטעם... די מלמדים זאלן נישט פירן אונזערע קינדער אין תהום און מיר זאלן זיך נישט דארפן פארענטפערן פאר אונזערע קינדער...
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

צוריק צום זעלבע פראגע, קענסט געבען א ביישפיל פון א געוויסע מוסדות/קרייז/קולטור פון צווישען די ארטאדאקסישע אידן וואס טוען ווי אזוי די זאגסט, און די חינוך איז דארט בעסער אויף זייער לעוועל?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
פארשפארט