די רעוואלוציע פון DJ ביים היימישן עולם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 285
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
- האט שוין געלייקט: 93 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
די רעוואלוציע פון DJ ביים היימישן עולם
יו האט עס מיר געקאסט א לאך.מיין חבר האט בר מצווה געמאכט א קינד איך קום אריין אין זאל. און די בלוט נעמט זיך מיר קאכן . וואס? ער ערלויבט זיך מיר דא צו נעמען שירה \המזמרים . שפילערס ,זינגערס , און די צייט וואס איך לויף אים שוין נאך פאר אפאר חדשים פאר די הלוואה פון 200 דאללער? איך קום אריין מער אינעוויניג איך הייב אהן זוכן ווי זענען די פרעפארמער זע איך א היימישער אינגערמאן מיט די שמונה בגדים שטייט דארט מיט אלע קלאפערגעצייג .לעפטאפ. DJ מאשין ...... וועלקאם טו די רעוואלושען!!!.... אנגעהויבען האט עס איינער פערענץ. א עסקן פון ווילי .מיט די מטרה צו שפארן געלט ביי חתונות .דהיינו אנשטאט צאלן פאר א שפילער און זינגער עקסטער צאלט מען פאר איינעם . אזא בחינה ווי א .א,מ,ב אנשטאט א פול בענד . זעט אבער נישט אויס ווי דער עולם האט זיך צוגעכאפט דערצו . פארוואס ? לאזט זיך דעבאטירן . די ערשטע וואס יעדער וואלט געזאגט איז אז . סאיז נישט גוט . אבער סאיז נישט אזוי .הגם די פאר פלעצער וואס האבן דאס אפיציעל אין די זאל דארפן לדעתי א תיקון גדול אין אסאךהינזיכטן . מיינט דאס נישט אז עס קען נישט זיין גוט . אין פאקט ביי די אויבענדערמאנטע שמחה האט ער געמאכט א מעסיוו דזאב מהאמיר געהערט דארט שירה\המזמרים\ידידים\משוררים. ילדי פלא\ און וואס נישט . און אויך ביים טאנצן הייבט ער גוט דעם עולם אויך הערט זיך עס זייער קלאר און לייו . הקיצור סאיז גוט! און איך זע נישט קיין לאגישע ערקלערונג פארוואס מזאל נישט נעמען ביי חתונות ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משבק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.