וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

שליחה דורך מאטי »

די וועלטליכע פירערס זענען נישט ווייניג מאהל קריטיקירט געווארן פארן כמעט גענצליך פארשפארן אירע טויערן פאר די אומגליקליכע אידן בעת די ביטערע עפאכע, פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט, ביז צום סאמע ענדע פונעם קריג.

שיפן פול מיט פליטים זענען כסדר צוריק-געוויזן געווארן צוליב לעכערליכע תירוצים וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל. עס גייט נאך ביז היינט, נישט אין קאפ אריין די היסטאריקער וואס קענען לערנען דעם טרויעריגן קאפיטל היסטאריע.

פארוואס איז דאס איצט רעלעוואנט?

ווער ס'הערט נאר אויס די אלטוועלטליכע נייעס די יעצטיגע טעג, וועט זיך אומפארמיידליך אנקלאפן מיט טעגליכע באשולדיגונגען וואס ווערט געוואנדן אקעגן מדינות ישראל מיט נומערן פון ציווילע אומגעקומענע פאלעסטינע פרויען אין קינדער. זיי ווייסן פונקטליך די נעמען, יארגאנג, פון די אומגעקומענע. די ישראלים זענען שוין הייזעריג פון זיך פארענטפרן פאר די בלעכענע סי ען ען און בריטישע אקצענטן פון 'בי בי סי' וועלכע קומען מיט אלטע אויסגעדראשענע טענות פון די אוועקגעלייגטע אלטע ארכיון וואס האבן דעם דאטום פון די ישראליש'ע מלחמות. און די קלישעי פערסערווירט מיט די זעלבע סארט פארענטפערונגן וואס די ישראלים געבן אן פארלוירענערהייט צו די טויבע אויערן פון וואלף בליצער וחבריו.

אזוי פארט דאס "הין און צוריק הין און צוריק" ביז גייקאו נעמט איבער און פרעזענטירט א פרישער פרעצעדענט פון אבסורד אין אירס א קאמערציאל.

איך וויל מיך דא באציען צום באשולדיגונגס זייט פונעם ארגומענט, אז מדינת ישראל איז יא אגרעסיוו! און נעמט נישט ערנסט דעם ציווילע פאלעסטינע פראגע.

לויט דעם קומט דאך אויס, אז ס'איז פארהאן א פאלק וואס איז אונטער גענאצידליכע געפאר! א פאלק וואס ווערט עקסטערמינירט אונטער די נאז פון די וועלט, ואין פוצה פה ומצפצף.

מילא מדינת ישראל, וואס קען מען דען פארלאנגן פון איר, זי מאכט דאך אן דעם פראבלעם. דאס איז, ווי בעטן היטלער זאל העלפן די אידן. אבער די אראבישע ברודער זייערע, וואו איז אביסל אחריות! פארוואס הערט מען נישט פון די אזוי רחמנות האבענדע מענטשן א רוף פאר די פליטים פון עזה. פארוואס עפנט נישט עגיפטן אירע גרעניצן צו אקאמעדירן די ציווילע עזה באפעלקערונג. וואו איז טערקיי ווען מ'דארף איר! איר האט באשולדיגט די ישראלים אז זיי זענען אויפן זעלבן שטאפל ווי "נאציס", אויסגעצייכנט!... איר טוט א געוואלדיגע ארבייט פאר די מענשהייט. יעצט לאמיר זען א פלאטיליע פון שיפן וואס נעמן אריין עזה איינוואוינער וואס - לויט די ווערטער פון ז'אן סטוארט - האבן נישט וואו צו לויפן אפילו נאך די ווארענונגען אז אן אטאקע איז אויפן וועג פון די אכזריות'דיגע ישראלים.

די יו ען איז טאקע מורא'דיג באשעפטיגט די צייטן צו פארדאמען מדינות ישראל צוליב אירע מענטשן רעכט פארלעצונגן, און כל הכבוד צו זיי. אבער אויב די אלע לענדער זענען שוין סיי ווי אונטער איין דאך צוליב דעם אזוי וויכטיגן צוועק, דאן פארוואס הערט מען נישט פון זיי אינאיינוועגס א וויי געשריי און א רוף צו די ברודער פון די נעבעכ'דיגע אראבער אין עזה. "ברודער טייערע, נעמט אריין די פליטים! זעט איר דען נישט ווי מ'הרג'ט זיי אויס אומדיסקרימענירענד, האט איר דען נישט גענוג פלאץ אין איינע פון אייערע צוויי און צוואנציג מוסלעמענער לענדער צו פלאצירן אנדערטהאלבן מיליאן מענטשן?

אראבער!! לערנט אייך אפ פון אייערע שונאים "מאויבי תחכמנו" וואס האט מדינות ישראל געטון מיט אירע ברודער אין אייערע מדינות, ווען די ערד האט געברענט אונטער זייערע פוס. אכט הונדערט טויזענט פליטים האט מדינות ישראל אריינגענומען אין אירס א קליין לענדעלע, און איר זענט צושפרייט און צעזייט אין א דריטל פונעם יישוב העולם און איר פארשפארט אייערע גרעניצן אויף אייערע ברודער און שוועסטער וואס ווערן גע'הרג'ט ווי הערשן אין פעלד.

וועלט! אויב פאסירט שוין יא א צווייטע האלאקאוסט, חזר'ט כאטש נישט איבער די זעלבע טעותים....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

גוטע פוינט. טיפיקעל [tag]מאטי[/tag], outside the box.

יעצט צום פוינט. די אמת איז אז עס זענען דא א פאר מיליאן פאלאסטינע פליטים אין ירדן, קאטאר, און נאך אפאר לענדער, אבער רוב פון זיי זענען אין א סטאטוס פון פליטים, אן בירגערשאפט. די לענדער האבן זיך מיאוס אפגעבריעט, און די פאלעסטינער ברענגט זיי נאר הוצאות וואס ווערט טיילווייז געדעקט ביי די יו ען.

יעצט די סיבה פארוואס לענדער אין אלגעמיין ווילן נישט פלטים אין צייט פון מלחמה, איז וויבאלד די מענטשען ברענגן גארנישט צום טיש נאר קאפוויי. א מענטש וואס קומט פון אזא לאנד איז הונגעריג און מיד, און מ'דארף אויסגעבן געלט אן גארנישט צוריק באקומען. און פרידן צייטן איז אימעגראציע מער אפען, אבער דאן זוכט מען נישט אזוי שטארק זיך אויסצורייסן פון א פלאץ ווי מ'איז געווארן אויפגעצויגן, און איבערלאזן אלעס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

מאטי די אראבער פון עזה האלטן נישט ביים גיין, זיי זענען דארט אויפ א מיסיע, צי שיסן אויפ די מדינה, אלע אראבער שיקן זיי געלט און געווער, איראן האלט און איין דרייען די סענטרעפיודזשעס צי רייך מאכן די יוראניום, פאר איין ציל אראפ צי ווישן ישראל פינעם מאפע, פון ווי ווייס איך, ווייל זיי האלטן עס און איין זאגן, דאס האב איך ארויסגענימען פון מאטי'ס פונקט, אז מען זאל נישט איבערטיען דעים זעלבען טעות, מיר האלטן איצט גענוי ווי נעוויל טשעינבערלין האט געהאלטן און 1939, מיין קאמפ איז שוין געוועין קלאר וואס ער וויל, וואס זייערע צילן זענען, אבער מען האט נישט ציזאם געשטעלט איינס מיט איינס, ווי לאנג וועט חלילה נעמען זיי זאלן ערייכן שמיציגע באמבע'ס, אדער מיסלעך מיט שעידליכע כעמיקאלן, ג-ט באהיט דיין ליב פאלק ישראל פון אלעם בייזן אין דיינעם לויב.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ס'איז נאר געבליבן איין ווארט צו זאגן. "אמן". אבער דער פראבלעים איז אז דער מצב פון די אידן אין ארץ ישראל, און די אידן אין די גאנצע וועלט בכל מקומות שהם איז זייער ערנסט. פון איין זייט זענען מיר ארומגענימען מיט שונאי ישראל וועלכע זיכן נאר צו פארציקן דאס אידישע שעפעלע. אזוי ווי רש"י הק' זאגט "ככבשה אחת בין שבעים זאבים". און לאמיר נישט פארגעסן אז די שנאת ישראל (נישט שנאת מדינת ישראל. דאס 'עמיר עקסטער באהאנדלען אי"ה.) האט זיך נישט אנגעהויבן נאך די זעקס טאג מלחמה. אדער ביי מבצע עמוד הענן.און איך רעד דא פון די "גוטע" גויים. למשל דער שוועדישער קאונט פאלק-ע בערנאדאטט-ע וועלכער האט אנגעפיהרט מיט די יו-ען קאמיסיע אין פאלעסטינע האט זיך אהערגעשטעלט אלס פיינער און דעמאקראטישער מענטש. א דיפלאמאט. וואס האט ער געוואלט.?! ער האט געוואלט "געיבן" פאר די אידן. יא. די אידן. וועים דען די אראבער? א שטיקעלע לאנד. נישט דעם נגב. נישט ירושלים. און אין דעים פארבליבענעם שטיקל לאנד האט ער געוואלט באזעצן אריבער א האלבן מיליאן אראבישע "פליטים". דאס אלעס איז שוין געוועין נאך דעם האלאקאוסט, וואס די מיליאנען אידישע פליטים האבן נישט געהאט קיין לאנד וואו אהין צו גיין. נאר ווען די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש שיסן ראקעטן אויף די אידן אין א"י, און ווען די אראבערס קידנעפן און הרג'נען דריי אידישע אומשולדיגע בחורים, הערט מען נישט פון קיין יו ען אדער פראנקרייך. אבער ווען ארץ ישראל קלאפט צוריק הערט מען פלוצלינג אז די נעבעכדיגע אומשולדיגע סיוויליענס זענען געשעדיגט געווארן. כאילו אין ארץ ישראל וואוינען נישט קיין סיוויליענס.. שנאת ישראל איז נישט קיין נייע זאך די גמ' זאגט אז צוזאמען מיט קבלת התורה איז אראפגעקומען שנאת ישראל. פון די צווייטע זייט האבן מיר די סאטמאר'ער אידן זאלן זיין געזונט.וועלכע האבן אזאלכע פארקרומטע דיעות, ר"ל. זיי זענען נעבעך קאנפיוז'ד. און זיי רעדן זיך נאך נעבעך איין אז זיי גייען אין שיטת רבינו הק' זי"ע...פון די נטורי קרתא'ניקעס רעדן מיר דאך אפילו נישט...
נ.ב: די אטאקעס און באמבעס גייען באלד אנהייבן פאלן.לידיעת ה'שיסערס. איך בין שוין אריין אין בונקער/שעלטער... :? :? :? :? :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:מאטי די אראבער פון עזה האלטן נישט ביים גיין, זיי זענען דארט אויפ א מיסיע, צי שיסן אויפ די מדינה, אלע אראבער שיקן זיי געלט און געווער, איראן האלט און איין דרייען די סענטרעפיודזשעס צי רייך מאכן די יוראניום, פאר איין ציל אראפ צי ווישן ישראל פינעם מאפע, פון ווי ווייס איך, ווייל זיי האלטן עס און איין זאגן, דאס האב איך ארויסגענימען פון מאטי'ס פונקט, אז מען זאל נישט איבערטיען דעים זעלבען טעות, מיר האלטן איצט גענוי ווי נעוויל טשעינבערלין האט געהאלטן און 1939, מיין קאמפ איז שוין געוועין קלאר וואס ער וויל, וואס זייערע צילן זענען, אבער מען האט נישט ציזאם געשטעלט איינס מיט איינס, ווי לאנג וועט חלילה נעמען זיי זאלן ערייכן שמיציגע באמבע'ס, אדער מיסלעך מיט שעידליכע כעמיקאלן, ג-ט באהיט דיין ליב פאלק ישראל פון אלעם בייזן אין דיינעם לויב.

וייסט אפשר איינער פון אונז צו די הועכגשעצטע גנראלען אין די יו ען האט צייט צו ליינען אונזער אנליזען פון די געלונגענע הוגי דיעות דא אין קאווע שטיבל???
סאיז ממש אשאד, אז זיי פארשטייען נישט קיין יידיש ,שוין גיי לערען מיט א גוי א שטיקל ברטנורא....
ליידער שטייען מיר פאר א ביטערען מציאות אז דיי וועלט אין טיפן הארץ קען זיין זיי וייסען גענוי די אמת אין עס בארירט זיי נישט כהוא זה אזוי אז קיינער נעמט נישט די קוארזש צו זאגען די אמת וואס דארף ארויסגזאגט ווערען אויסער סתם פלאפקארייען און פארדאמונגען , אין די צייט וואס די עיקר פראבלעם וישט מען אפ פון טיש כלא היה
מקען לאכען ויפיל מויל אבער יא!! די נארישע גרופ פארסאמטע מייזען וואס פארופען זיך נטו״ק וואס קישען זיך מיט די אראבער זענען אסאך שולדיג אין די מציאות וייל זיי געבען צוהפארשטיין פאר די וועלט אז איראן אין די ארבישע לענדער זענען נישט קיין שום פראבלעם פאר די וועלט אין אז איראן האט גארנישט קעגען דאס יידישען פאלק והראיה אז זיי קושען זיך אזוי פריינדלעך, אלא מאי די וועלט גייט נאך איין טאג אויפקומען מיט די מסקנא אז שוין גענוג געוועזען אין די יידען אין מדינת ישראל אין אין די גאנצע וועלט זענען די פראבלעם פון די וועלט אין מדארף זיך נעמען צו זייערע ביינער...
די ארבישע פאלק איז די גרעסטער פראבלעם פאר די וועלט בהווה אין בעתיד אין קומענדיגען צוקונפט אין יעדער אראבער וואס די ישראלים מעקען אויס אדער די אראבער צוישען זיך שעחטען זיך אויס נעמען זיי אוועק א גרויסען פראבלעם אין קאפויי פאר די וועלט
איז ממילא למסקנא , דאס וואס די אראבער שעחטען יעדען טאג הונדערטע פון זייערע ברידער אין סוריה אין נאך אראבישע לענדער איז א טובה פאר די וועלט אין בעסער וואלט געווען אז ישראלים זאלען אויסמעקען גאנץ עזה פון מפה אדער די אראבער זאלען אנטלויפען קיין סוריה אין דארטען זיפ אויסשעחטען אלע אינאיינעם ובא לציון גואל
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אתא קלילא,

רופסט צו פעלקער-מארד?
"די אראבישע פאלק איז די גרעסטע פראבלעם פון די וועלט בהווה ובעתיד,
דו דערמאנסט מיר פון סלאגאנען פון 80~75 יאר צוריק, אין עפעס א זייער פארגעשריטן לאנד אין אייראפע,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' אתא קלילא: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קרבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... :? :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אתא קלילא,

רופסט צו פעלקער-מארד?
"די אראבישע פאלק איז די גרעסטע פראבלעם פון די וועלט בהווה ובעתיד,
דו דערמאנסט מיר פון סלאגאנען פון 80~75 יאר צוריק, אין עפעס א זייער פארגעשריטן לאנד אין אייראפע,

אויב איך פארשטיי גיט , זיצען נישט די חברה אין די u.n דא אויך קאווע שטיבל ממילא קען מען רעדען מיט אגוויסע אפאנקייט
הבא להרגך השכם להרגו !!
די אראבער אין די גאנצע וועלט האבן א פליכט צו הערגענען דאס יידיש פאלק פון די וועלט ממילא דארף מען זיי אלע אויסמעקען אין סוועט זיין שלום על ישמעאל ועל ישראל ובא לציון גואל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'א בעל הטורים אין סוף פ' חיי שרה, אויפ'ן פסוק "על פני כל אחיו נפל" דרש'ט דער בעל הטורים סמיכת הפרשיות מיט ואלה תולדות יצחק... אז לפני ביאת המשיח וועט ישמעאל האבן א מפלה (נישט די מדינה... :lol: :lol: :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog- ... 8.html?m=0
דא זעהט מען קלארע ווערטער וואס די ציהל פון די אראבער איז
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'א בעל הטורים אין סוף פ' חיי שרה, אויפ'ן פסוק "על פני כל אחיו נפל" דרש'ט דער בעל הטורים סמיכת הפרשיות מיט ואלה תולדות יצחק... אז לפני ביאת המשיח וועט ישמעאל האבן א מפלה (נישט די מדינה... :lol: :lol: :lol:

אמן ואמן!!
בקרוב זאלען די אלע אראבער אומסגעמעקט ווערען אין די וואנזיגע לבנה אראפגעפאלנע וואס שטיצען די ארבער זאלען תשובה טהון וואס גיכער
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

שליחה דורך ישראל קאפקע »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אתא קלילא: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... :? :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

ענק מאכן זיך, אדער ווייסן ענק טאקע נישט בעסער,
"איינס ווען אידן פאלן ח'ו קרבנות בארירט עס זיי נישט",
ווען עטליכע טעראריסטן אין די מערב ברעג האבן געהרגט די דריי בחורים, האט די וועלט זיך נישט וויסנדיג געמאכט?
יעדער פון באן קי מון פון די יו ען, די פרעזידענט/פ.מ. פון פראנקרייך ענגלאנד דייטשלאנד וכו, אלע איירעפעאישע לענדער, אמעריקע קאנאדע אויסטראליע וכו ביז אבו מאזן האבן אלע אויסגעדרוקט מיטליידן און שטארק פארדאמט די שרעקליכע מארד,
ווען מדינת ישראל האט אויסגענוצט די דריי וואכן צו איבערפאלן קרוב צו טויזנט הייזער און ארעסטירן הונדערטער כאמאסניקעס (וואס האבן נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין שום חלק אין די מארד) האט די וועלט נישט געזאגט קיין ווארט קיין פיפס!!

מעג די וועלט טאקע נישט פראטעסטירן איבער די "טויזנט" פאלעסטינער טויטע? 750+ ציווילע, פרויען און קינדער)
צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו,

"מער פאלעסטינער 'ציווילע' זענען אומגעקומען דורך מדינת ישראל אין די לעצטע 'דריי טעג' וויפיל איזראעליס עס זענען אומגעקומען דורך ראקעטן און מיסילס פון עזה אין די לעצטע 'דרייצן יאר'"
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות? אפשר האט די וועלט אויך געמעגט האבן טענות אויף די מיליאנען ציווילע דייטשע אומגעקומענע ביי די וועלט מלחמה? א שאד אז די יו ען האט נאכנישט עקזיסטירט דעמאלט.
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב די טענות איבער די ציווילע פארלוסטן וואלטן געווען געריכטעט צו כאמאס וואלט עס געווען פשוט.
דערווייל איז עס אנטיסעמיטיזם, ופשוט.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות?
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).

אויב רוסישע אטאקירן אוקראינע און ברענגן אום פינף ציווילע און פינף זעלנער מעג אוקראינע אומברענגען ביז פינף טויזנט ציווילע רוסן?
אויב סוני לעבאנעזער הרגנען דריי סורישע אלאוויטן מעג אסאד צעשטערן פיר סוני פאלעסטינער שטעטלעך מיט בין דריי טויזנט טויטע?
אויב קורדישע רעבלן באמבאדירן טערקיי אומברענגענדיג אכצן ציווילע און ניין סאלדאטן קען יעצט טערקיי שחטן ביז 27000 קורדן?
צי צפון קאערעא/דרום קאערעא, איראן/פאקיסטאנער מיליטאנטן, עגיפטן/עזה, עגיפטן/ליבישע טעראריסטן, וכו' וכו' (אלע ביישפילן זענען אקטועלע סצענעס)
נע... איך גלייב נישט אזוי :shock:
ופשוט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ניין, די גאנצע לאנד איז מחוייב צו לעבן אין שרעק אין לויפן יעדע צוויי שעה זיך באהאלטן אין בונקער במשך צען יאר, ביז גענוג מיסילס וועלן געלונגען אין ציל און טויזנט פון זייערע אייגענע בירגער ווערן גע'הרג'עט, ערשט דעמאלט וועלן זיי מעגן באמבאדירן די פלעצער וואו די טעראריסטן האלטן זייערע באמבעס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Just in
מיקי ראזנפעלד; די טעראריסטן וואס האבן אומגעברענגט די דריי בחורים, גאנץ זיכער 'נישט' כאמאס אקציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ישראל קאפקע: לויט ווי איך זעה. א קאפ האסטו (די קענסט רעכענען נאמבערס) . אבער א אידיש הארץ, האב איך מורא אז דו האסט נישט. איך 'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען איך הער אז ס'פאללן ראקעטן אויף ארץ ישראל און די מענטשן (אידן) וואס וואוינען דארט שניידט עס מיר שטיקער פון מיין הארץ. און ווען איך זעה אז די גאנצע ציווילע פאלעסטינער באפעלקערונג טאנצט און זינגט פאר שמחה ווען מ'הרג'ט אידן, דאמאלס בארירט מיך נישט קיין שום נאמבערס פון געהרג'טע פאלעסטינער אראבערס ימ"ש. אפילו ציווילע.ווייל די ציווילע ווילן אויכעט א יעדער איינער פון זיי הרגנ'ען אידן... :twisted: :evil: :twisted: :evil:
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

מאטי, זייער גוט געזאגט, על כגון דא זאגט דאך ראש לימבאו: אילוסטרעיטינג אבסורדיטי ביי ביאינג אבסורד.

א גרויסן יישר כח.



ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אתא קלילא: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... :? :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

ענק מאכן זיך, אדער ווייסן ענק טאקע נישט בעסער,
"איינס ווען אידן פאלן ח'ו קרבנות בארירט עס זיי נישט",
ווען עטליכע טעראריסטן אין די מערב ברעג האבן געהרגט די דריי בחורים, האט די וועלט זיך נישט וויסנדיג געמאכט?
יעדער פון באן קי מון פון די יו ען, די פרעזידענט/פ.מ. פון פראנקרייך ענגלאנד דייטשלאנד וכו, אלע איירעפעאישע לענדער, אמעריקע קאנאדע אויסטראליע וכו ביז אבו מאזן האבן אלע אויסגעדרוקט מיטליידן און שטארק פארדאמט די שרעקליכע מארד,
ווען מדינת ישראל האט אויסגענוצט די דריי וואכן צו איבערפאלן קרוב צו טויזנט הייזער און ארעסטירן הונדערטער כאמאסניקעס (וואס האבן נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין שום חלק אין די מארד) האט די וועלט נישט געזאגט קיין ווארט קיין פיפס!!

מעג די וועלט טאקע נישט פראטעסטירן איבער די "טויזנט" פאלעסטינער טויטע? 750+ ציווילע, פרויען און קינדער)
צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו,

"מער פאלעסטינער 'ציווילע' זענען אומגעקומען דורך מדינת ישראל אין די לעצטע 'דריי טעג' וויפיל איזראעליס עס זענען אומגעקומען דורך ראקעטן און מיסילס פון עזה אין די לעצטע 'דרייצן יאר'"


ישראל, די וועלט מעג פארדאמען וואס זיי ווילן, אבער ווען זיי פארדאמען 750 ציווילע אין איין פלאץ - ספעציעל אונטער די דאזיגע אומשטענדן - אבער אין אנדערע פלעצער איגנארירן זיי טויזענטער - למחצה ולשליש ולחלוטין - דעמאלס ווייזט עס זייער קלאר אויף אנדערע מאטיוון. איך ווייס נישט וויפיל נאך מאל מען דארף דאס ערקלערן. דאס האט גארנישט מיט קנאות אדער מיט מסכים זיין מיט די ציונים און מיט וואס זיי טוען. אבער קיין בלינדער נער איז דאך נישט קיין מצוה צו זיין.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

הדד בן בדד האט געשריבן:מאטי, זייער גוט געזאגט, על כגון דא זאגט דאך ראש לימבאו.
ישראל, די וועלט מעג פארדאמען וואס זיי ווילן, אבער ווען זיי פארדאמען 750 ציווילע אין איין פלאץ - ספעציעל אונטער די דאזיגע אומשטענדן - אבער אין אנדערע פלעצער איגנארירן זיי טויזענטער - למחצה ולשליש ולחלוטין - דעמאלס ווייזט עס זייער קלאר אויף אנדערע מאטיוון. איך ווייס נישט וויפיל נאך מאל מען דארף דאס ערקלערן. דאס האט גארנישט מיט קנאות אדער מיט מסכים זיין מיט די ציונים און מיט וואס זיי טוען. אבער קיין בלינדער נער איז דאך נישט קיין מצוה צו זיין.

ווי למשל? סיריע? איסיס?
אדרבה גבי מיר א משל,
בעצם איז נישט דא וואס צו טענהן מיט דיר, איינער וואס ציטירט ראש לימבאו איז ארויסגעווארפן יעדע מינוט וואס מען טענהט זיך :lol: :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ישראל קאפקע: לויט ווי איך זעה. א קאפ האסטו (די קענסט רעכענען נאמבערס) . אבער א אידיש הארץ, האב איך מורא אז דו האסט נישט. איך 'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען איך הער אז ס'פאללן ראקעטן אויף ארץ ישראל און די מענטשן (אידן) וואס וואוינען דארט שניידט עס מיר שטיקער פון מיין הארץ. און ווען איך זעה אז די גאנצע ציווילע פאלעסטינער באפעלקערונג טאנצט און זינגט פאר שמחה ווען מ'הרג'ט אידן, דאמאלס בארירט מיך נישט קיין שום נאמבערס פון געהרג'טע פאלעסטינער אראבערס ימ"ש. אפילו ציווילע.ווייל די ציווילע ווילן אויכעט א יעדער איינער פון זיי הרגנ'ען אידן... :twisted: :evil: :twisted: :evil:


איך האב ליב זיך צו דערגרונטעווען 'פארוואס?' אפילו פאלעסטינער ציווילע ווילן הרגנען אידן,
איז אייביג געווען אזוי? וואס האט זיך געטוישט? האט עס עפעס מיט עפעס וואס מדינת ישראל טוט? מיט איר עקזיסטענץ?
פארשפארט