קוואליפיקאציעס צו ווערן א רב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

קוואליפיקאציעס צו ווערן א רב

שליחה דורך דריידל »

אונזער דור איז געבענטשט מיט א שפע פון רבנים, אדמורי"ם בנש"ק'ליך און סתם שיינע אידן. ווען אזא איינער ווערט דרייסיג אדער פערציג יאר אלט, כאפט אן א תאווה צו עפענען א שול ווי מ'ערקלערט זיך אלס מרא דאתרא. די סיבות וואס שטיפן דערצו, זענען נישט אייניג. ביי איינעם איז דאס ווייל ער וויל מרביץ תורה זיין און משמיע זיין דבר ה' אומגעשטערט, ביי א צווייטן איז דאס ווייל ער וויל זיך פירן כמנהג אבותיו ורבותיו און נישט ח"ו משנה זיין קיין זיז כלשהו, א דריטער האט צוואה פון זיין עלטער עלטער זיידע אז אלע אייניקלעך מוזן משמש זיין באדמורות, א פערדער רעדט זיך איין אז ער עט טון שענערע שידוכים אויב וועט ער קענען שרייבן אויפ'ן אינוועטעישן "עליה לתורה בבית מדרשינו, א פיפטער פאסט אים סתם נישט צו דאווענען ביי א צווייטן, און נאכדעם איז דא וואס עפענען כדי צו באקומען כבוד אדער עטענטשאן.

די מציאות היינט איז אז רוב בתי מדרשים האבן נישט קיין רב וואס איז פאסיג צו דינען אלס א מורה דרך. ס'זענען דא געציילטע בתי מדרשים וואס די רב איז א מורה הוראה, לערנט פאר שיעורים פאר בעלי בתים, און שטייט על המשמר בענינים העומדים על הפרק להורות את המעשה אשר יעשון, ועל כולם איז ער א יראת שמים וואס ברענגט אז די מתפללים רעספעקטירן אים און זיינס א ווארט. רוב מענטשן (איך רעדט פון די חסידישע געגענטער ווי ב"פ וויליאמסבורג און מאנסי) האבן נישט אזאנס. די שולען וואס ווערן געעפענט דורך בנש"ק'ליך אדער סתם כבוד זיכער, איז דאך אפגערעדט. אסאך פון זיי זענען שוואכער ווי אן עוורעדזש בעה"ב.

די בתי מדרשים וואס געהערן צו א חסידות האבן טאקע עפ"י רוב א דיין אבער ער האט גאר ווייניגער רעכטן וואס ער מעג יא אדער נישט זאגן. למשל, א סקווערער דיין קען נישט זאגן אז עפ"י הלכה איז בעסער נישט צו גיין מיטן א גארטעל אגאנצן טאג כדי מ'זאל מקיים זיין "הכון" פאר'ן דאווענען. א ארוני דיין קען נישט זאגן אז עפ"י הלכה האט מהר"א נישט א דין מרא דאתרא אין ק"י. א זלוני דיין קען נישט זאגן אז מ'זאל ענדערש קויפן מצות פון אריזאנע ווייץ. א בעלזע דיין קען נישט זאגן אז ר' משה פיינשטיין איז גערעכט און ברוקלין איז יא א רשות הרבים דאורייתא.

אודאי זענען דא דרגות און געוויסע דיינים רעכענען זיך ווייניגער מיט זייערע אויבערהארן ווי אנדערע, אבער איך מיין אז מיין פאינט איז קלאר אז פעיראלל דיינים, ווי די בלאט רופט זיי, זענען לימיטעט. די עפעקט פון דעים איז אז א יונגערמאן וואס דאווענט און א שטיבל וואס געהערט צו א חסידות, האט נישט קיין מורה דרך פאר וועמען ער איז זיך מבטל. ער ווייסט אז ער דארף יעדע זאך טראכטן אויב די דיין זאגט אזוי ווייל דאס איז וואס ער האלט טאקע אדער קען ער נישט זאגן אנדערש. דאס ברענגט א צעמישעניש און ווען ער האט א ספק אויף עפעס דארף מען אנפאנגען טראכטן זאל איך פרעגן דעים אדער יענעם.

נאכדעם זענען דא רבנים מיט אייגענע שולען וואס האבן טאקע קוואליפיקאציעס, זיי זענען יראי השם, גוטע בעלי דרשנים און נישט צוגעבינדען צו א פארטיי, אבער זיי זענען נישט קיין מורה הוראה. ס'פארשטייט זיך אז א יונגערמאן מוז האבן נאך איינעם אויף די זייט מיט וועמען איבערצוגיין זיינע הלכהדיגע שאלות. דאס מאכט שווערער מקבל מרות צו זיין פון אזא איינעם.

אודאי קען מען נישט עקספעקטן אז א רב זאל זיין א מושלם אין אלעם, אבער א מינימום דארף זיין. מ'דארף קענען פסק'ענען טאג טעגליכע שאלות, מ'דארף פארלערנען שיעורים און מ'דארף זין גרייט אוועקצוגעבן צייט ארויסצוהעלפן ווען איינער האט א פראבלעם.

וואס וויל איך מיט די ארטיקל? איך בין אליינס נישט קלאר, אבער עס באדערט מיך די מצב היינט אז רוב יונגעלייט האבן נישט קיין מורה דרך. כמעט אלע וואס פאררופען זיך אלס חסידים פון איינער פון די גרויסע רבי'ס, האבן נישט קיין עכטע קשר מיט זיי, ספעציעל אויב מ'וואינט נישט אין די זעלבע שטאט. דאס איז גורם אז אסאך יונגעלייט פסק'ענען זיך אליינס זייערע שאלות (הלכות נדה שאלות אפשר נישט) און די מצב קוקט אויס וויאזוי ס'איז ליידער. מ'דארף וויסן אז די רבי'ס טראגן א גרויס חלק פון די שולד.
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר