קרעקער האט געשריבן:וועלעכע נארמאלע גוי האט אזאנע טייערע פירנעטשער וואו יעעדע 18 יעריגע פין אינדז האבען? יעדער שמאX ארויס פין ישיבה אדער בית רחל מיז זיצען אויף א 600$ בענקעל פאוואס? אפילו א רייכע גוי האט נישט אפילי ענדליכך צי דעם איך בין נאך יונג אבער מיין פלאן איס ארויסטצו=ווארפען אדער פאקויפען מיינע טייערע פירניטשער אין קויפען ביליגע שיינע נארמאלע אין אזוי אויכ חתינה מאכען מיינע קינדער
דעיס איז מיך אויך זייער אינטערסאנט די אלע קהילות וואס מאכען תקנות קיינער האט נאך נישט געמאכט תקנות אויף די פירניטשער??? מ'קויפט א דיינוג רום סעט איך רעד נישט שוין נישט פון די חלק אז מ'האט נישט די פלאץ דערפאר נאר די מציאות איז אז כמעט קיינער באקומט נישט קיין זילבער היינט, איז אויף וואס דאר מען די טשינע קלאזעט?? פאר די לאכטער מיט די מנורה? פארוואס קענען אינז נישט האבען אזויי עס איז אין ארץ ישראל איך מיין יורופ איז אויך אזוי מ'קויפט א ספרים שאפע אין דערמיט איז דא איין שעלף פאר די זילבער אין פארטיג, וואס איז שלעכט דערמיט???
אין די אפריון פלאן ווערט נישט צוגעשטעלט קיין דיינונג רום פוירניטשער נאר בלויז א שיינע סעט טיש און 6 בענקלעך אזוי אויך ווערט נישט צוגעשטעלט קיין ארמאור אין די שלאף צימער
ווענד זיך ווי אזוי דו דעפינירסט "חסידישע אינגעלייט", אויב מיינסטו די כולל זיצער, ווערעם טרעפער, קאווע טרונקער גוד פאר נאטינג ליידיגייערס, עמיראצים מדאורייתא ומדרבנן, וואס אונז שטאלצירן זיך מיט גיי איך מיך נישט צו פיל בענקען.
אבער די ארבעטער אדער געלערענטער וואס וועט האבן א שיעור קבוע און זיך צופייערען ביי קה אכסוף איז עפעס ווייניגער חסידיש?
חוץ פון דעם וואס דו זאגסט דאך שוין אז די 10% עדיות שבעדיות וועט בלייבען, די נעקסטע דור רבנים און ראשי ישיבה וואס וועלן טרעפען א רייכען שווער ביי וועם צו זיצן קעסט, אדער וועלן זיי לעבן אויף כולל געלט, און וויבאלד ס'וועט זיין ווייניגער כולל אינגעלייט, און אז מ'וועט פטור ווערן פון די באנק קוועטשערס וועלן די בעלי בתים אטאמאטיש האבן מער געפיל צום זאך, וועט מען זיי קענען צאלן שענער אזוי ווי משנים קדמוניות.
די פוינט איז אבער אז מ'וועט נישט זוכן נאכצומאכן יענעם, און אז רוב וועלן זיך אליינס אויסצאלן די חתונה האסטו געסאלווד די זאך. אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, זעט נישט אויס אז דאס וועט געשען אין אונזער לייפטיים.
ווען דאס פארפאלק וועט מוזן אליינס אויסצאלען די הוצאות חתונה וועט מען שוין נישט מוזן האבן די שענסטע פורניטשור, אדער א דריי קאראט שטיינדל. כלות וועלן מחליט זיין אז זיי קענען באשטיין חתונה צו האבן אין פראספעקט פארק תחת כיפת השמים, און מ'וועט זיך באגענוגען מיט 30 קאפעלס, א קליינע אינטימע שמחה מיט נאנטע חבירים\ות און משפחה, צירונגען וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, פוירניטשור איז דא אין האום דיפאו אויך, און יעדער וועט זיין מער צופרידן. דאס פארפאלק וועט נישט אזוי קוקן אויף יענעם, און בכלל וועלען זיי שוין זיין מער מאטשור, עטליכע יאר און צוואנציג, מ'וועט פארמיידן אסאך פון די שלום בית פראבלעמען וואס קומט ארויס פון די נאר-וואס געשולטע כלות, און די חתנים וואס קענען נישט אראפגיין פון די מאמעס שויס.
אבער וואס חלום איך? וועיק אפ ענד סמעלל די קאווע שטיבל! גענוג מיט די דמיונות!
אה, געפילטע, זיס, נעים ונחמד..!!
יאפ, דאס וועט מסתמא נישט פאסירן אין אונזער גלגול, חוץ אויב וועט זיין נאך א כינוס כלל ישראל און מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פון די וואס מאכן טייערע חתונות רח"ל.. LOL
גיין קודם ארבעטן, און חתונה האבן שפעטער, דאס איז באמת ע"מ שתעלה לרקיע, ס'וועט נישט געשעהן בדרך הטבע אין אונזער קאמיוניטי, בפרט אז די עצה האט אויך פילע חסרונות. ס'איז פאראן א שטארקע סיבה פארוואס מיר שטרענגען זיך אן צו מקיים זיין די משנה "בן שמונה עשרה לחופה". און בעסטן פאל קען מען זאגן אז די ערשטע פאר טויזענט דאלער וואס מען פארדינט נאך די חתונה גייט צוריק צו באצאלן די עלטערן, אין אנדערע ווערטער, די עלטערן בארגען אויס חתונה צו מאכן אויף ווילאנג די פארפאלק וועט גיין ארבעטן און פארדינען עפעס. אבער אויך דאס וועט ווארשיינליך נישט מקויים ווערן, בפרט ווי דו זאגסט, אז א טאג נאך די חתונה קען מען שוין נישט באצאלן די רענט, אוי ואבוי....
יאפ, דאס וועט מסתמא נישט פאסירן אין אונזער גלגול, חוץ אויב וועט זיין נאך א כינוס כלל ישראל און מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פון די וואס מאכן טייערע חתונות רח"ל.. LOL
די וועלט זאגט אז מ'ברויך טוהן, נישט אויפטוהן, און דאס איז זעכער אז דאס גייט זיך נישט טשעינדזען פון א כינוס אין סיטי פיעלד, דאס גייט נאר געשען, אויב בכלל, דורך א איתרעיתא דלתתא, און אויב נישט אויפטוהן און אינזער גילגול, וועלמער כאטש האבן געטוהן.
שמעקעדיג האט געשריבן:גיין קודם ארבעטן, און חתונה האבן שפעטער, דאס איז באמת ע"מ שתעלה לרקיע
פארוואס? איז זע אסאך ווארקינג בויז וואס האבן יא מצליח געווען, אפשר פלאגען זיי זיך אביסעל ביי שידוכים אבער אין די לאנג ראן פעלט זיי גארנישט.
איך האב נאך א שיינע פאר יאר צו חתונה מאכן, אבער איך האב מיך שוין פארגענומען "חק ולא יעבר" אז איך קויף נישט קיין פוירניטשער פאר קיינער פון מיינע קינדער, און אויכט גיי איך נישט ספענדן מער ווי $15000 א קינד. איך וועל לאזן מיינע קינדער דעסיידן וויאזוי זיי ווילן ספענדן די געלט. איך וועל עס קלאר מאכן פאר יעדע שידוך, פארן שדכן און מאכן זיכער אז די אנדערע צד ווייסט. איך האב נאך היינט פיינט די פוירניטשער וואס איך האב באקומען, איך וואלט בעסער ליב געהאט פוירניטשער פון אייקיע.
און ווען די העסט נישט האבען א שדכן עס צו זאגען וועט דיין טאן זיך טוישען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
וואס איז דיין טענה יענקל, אז פאר דעם געלד קען מען שוין חתונה מאכן אין א קלענערע זאל?
אגב, אפשר קען איינער פרעגן זיין זיידע צו די שענסטע זאל אין קליינווארדיין וכו' איז געווען אזוי שיין ווי אולם עקשטיין
איך בין געווען אין דעברעצין אין אראנביקא האטעל, א האטעל נאך פון פאר די מלחמה, דער היימישער עולם פלעגט דארט חתונה מאכן, הרה"ח ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א האט דערציילט אז זיין חתונה איז דארט געווען, אולם עקשטיין איז הערליך קעגן יענעם האטעל
כמעט אלעס וואס איך (און מסתמא יעדער) טראכט, איז שוין דא ארויסגעברענגט געווארן. לויט מיין מיינונג זענען די צוויי סאמע לעכערליכע הוצאות די פוירניטשור און חתונה-נאכט. אנדערע זאכן, ווי שטריימל און צירונג, זענען אויך ארויסגעווארפן געלט; אבער אויף דעם איז שווער זיך צו טענה'ן מיט עמיצן פאר וועמען אזעלכע זאכן זענען וויכטיג. בארעכטיגט זענען זיי נישט -- מען מוז נישט האבן דעם שענסטן שטריימל און די צירונג מוז נישט באשטיין פון עכטן גאלד/זילבער/דיאמאנטן, ווען פאלשע זענען מער-ווייניגער די זעלבע שיין. אבער, היות מיר אליין אינטערעסירן נישט די זאכן, איז מיר שווער צו פסק'ענען דערויף. (איך האב פארקויפט מיין חתן-זייגער אזוי שנעל ווי מיין פרוי האט מיר געגעבן רשות.)
די פוירניטשור איז נישט משיג צו זיין -- ספעציעל פאר די שטאטישע איינוואוינערס, וואס שטופן זיך אריין אין קיוט-פיצעלע דירה'לעך. אן מעבל פארמאגן די דירות קוים גענוג פלאץ פאר א משפחה פליגן; גייט מען נאך ווייטער אויסשטאפן דאס ביסל פריי פלאץ מיט כל-מיני קלאמזי שרענק? ווער דארף דאס? אינטעליגענטע גויים און נישט-חרדישע אידן פאסט צו וואוינען מיט פשוט'ן מעבל, נאר דווקא אונזערע פרינצן איז דאס נישט גענוג גוט?
דאס זעלבע מיט דער חתונה נאכט. דער זאל וכל אשר בה קומט אקאמאדירן אן עולם וואס וויל נישט דארט זיין! וואספארא חוזק-מאכן פון זיך אליין איז דאס? ווארפסט געלט וואס דו האסט נישט, אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט -- נאר כדי די געסט פאר וועמען דו האסט דאס אלעס געטאן זאלן פון דיר לאכן אונטערן ריקן? סארא מין טפשות.
איך האב אמת'דיג נישט קיין צייט לעצטענס אבער איבער דעם נושא מוז איך נעמען אפאר מינוט צו שרייבן, ווייל עס איז א נושא וואס איז מיר זייער נאנט צום הארצן.
נאך מיט פילע יארן צוריק, תיכף נאך מיין חתונה ווען איך האב געזעהן דעם חורבן ביי מיינע און אירע עלטערן, האב איך זיך אראפגעזעצט און אפגעשריבן א בריוו פארן איד, ווי איך האב אויסגעשטעלט א גאנצער פלאן ווי אזוי מען קען חתונה מאכן ווי א מענטש און נישט דארפן קראנק ווערן דערפון, אבער זיי האבן עס נישט געדרוקט. יארן שפעטער, ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען האב איך דעם זעלבן בריוו געשיקט פאר זיי, אבער אויך זיי האבן עס נישט געדרוקט (עס איז נאך נישט געווען טייל פון די פארטיי אגענדע).
שפעטער ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די באווענגונגען פון מאכן חתונות פאר ביליגער, בין איך געווען שטארק אקטיוו אין ארויסהעלפן עטליכע פראיעקטן, וויל איך אלזא אריינווארפן מיינע פאר צענט דא.
באמת, רוב זאכן וואס איך וועל דא שרייבן איז שוין געשריבן געווארן דא, אבער איך וויל עס דאך איבערשרייבן בקיצור פון מיין פערספעקטיוו.
אקעי, אלף. איך האב געזעהן איינער האט דא געשריבן אז ביי די ליטוואקעס איז נישט אזוי געפערליך. איך האב גערעדט מיט כמה עסקנים ביי דעם ליטווישן\מאדערנעם ציבור, און זיי שרייען געוואלד, אז ביי זיי איז פיל ערגער. זיי זאגן אז ביי אונז חסידים גייט כאטש רוב געלט אויף זאכן ווי פוירניטשער, זילבער, דשולערי, מתנות, (טערקישע טלית מיט גרויסע עטרה, בעכער, אתרוג פישקע, מנורה, גאלדענע זייגער, ש"ס, אנדערע ספרים, דיימאנד רינג, פערל קייטל, אויער רינגלעך, ברעיסלעט מיט כווייסנישוואסנאך), אבער די אלע זאכן בלייבן כאטשיק, ביי זיי גיט מען אויס מער געלט ווי ביי אונז, אבער כמעט דאס גאנצע געלט גייט פאר די נאכט פון די חתונה, ווי זיי שפענדן אין די אסטראנאמישע ציפערן, און דעם נעקסטן טאג איז נישט דא קיין זכר דערפון. סאו ביי זיי איז די מצב ערגער ווי ביי אונז.
צווויי, איך האב געזעהן דא געוואלדיגע עצות, מען זאל נישט חתונה האבן אזוי יונג, קודם גיין ארבעטן און פארדינען געלט, מבטל זיין די צוויי יאר כולל. לאמיך אייך זאגן, די אלע זאכן זענען געוואלדיגע עצות, און איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין דעם ענין, מיט וועלכע זאכן איך האלט יא מיט און מיט וועלכע נישט. אבער לאמיך אייך אזוי פיל זאגן, אם ל'חתונה מאכן קאתינא, אויב ווילן מיר עפעס אויפטאהן אין דעם פעלד פון חתונה מאכן, דאן לאמיר לאזן אלע אנדערע עניינים אויף אן אנדערס מאל. מען קען נישט פארעכטן אלעס אויף אמאל. לאמיר גיין איינס אויף אמאל. און יעצט איז דער נושא חתונה מאכן.
*
ווי מען האט מסביר געווען, ווערן די הוצאות פון די חתונה צוטיילט צווישן עטליכע זאכן. מלבושים-שטאפיר, כלי הבית, דירה אויסרישן, פוירניטשער, מתנות-זילבער-גאלד-צירונג, און דערנאך די ליל החתונה. מען דארף צונעמען יעדעס איינע פון די כדי צו זעהן ווי מען קען שניידן און אויף וואס מען קען שפארן.
אבער כדי אנצוקומען ערגעץ, דארף מען גיין צום יסוד. מיר האבן זיך עסטאבלירט זייער הויכן סטאנדארט פון חתונה מאכן, ווי מען האט שוין דא געשמועסט. ווען איך האב חתונה געהאט האב איך געהאט עטליכע שכנים אין דעם זעלבן בנין, אלע ליטוואקעס, איך בין געווען דער איינציגסטער חסיד. לאמיך אייך זאגן איך האב זיך פשוט געשעמט, איך האב געהאט שיינע גרויסע פוירניטשער, און פון זיי האט קיין איינער נישט געהאט קיין פוירניטשער. איינער איז געווען צווישן זיי וואס זיין טאטע איז א גרויסער גרויסער גביר, און ער האט געהאט אביסל פוירניטשער, וואס קעגן מיינע האט עס אויסגעזעהן ווי א דשאוק. האב איך דאן איינגעזעהן אז מען קען אמת'דיג לעבן אן די אלע זאכן.
עכ"פ, דער נקודה איז, ווי שוין דערמאנט, אז דער גאנצער סטאנדארט, אין אלע הינזיכטן איז גאר גאר איבערגעטריבן, און איז ממש אויף א סטאנדארט ווואס אמאליגע גביר'ישע אידן האבן זיך זעלטן ערלויבט, אבער דאס איז געווארן ביי אונז דער נארם, יעדער דארף דאס האבן, און ווער נישט קען נישט טוהן קיין שידוך, אדער הייסט ער א נעב. און דאס איז נוגע אלעס, פון די מלבושים ביז די ליל החתונה און שבע ברכות נעכט.
אלזא, דער סוד פון שניידן מוז דעמאלס זיין אראפצוברענגען דעם סטאנדארט. און דא מוז איך זאגן מיט ווייטאג פון די אלע חתונה צענטערן מיט וועלכע מיר זענען געבענטשט געווארן אין די לעצטע יארן, האט קיינער פון זיי נישט אראפגעברענגט דעם סטאנדארט. אלעס וואס זיי טוען איז, אז זיי טרייען צוצושטעלן דעם הויכן סטאנדארט פאר א ביליגערן פרייז. פיין, אבער קיין ישועה וועט דאס נישט זיין, ניטאמאל א פערטל ישועה. א אמת'ע לייזונג קען נאר קומען פון דראסטיש אראפברענגען דעם סטאנדארט.
איז אזוי. די מציאות איז אז ביי אונז האט מען חתונה פון ישיבה ארויס, און אפילו די מיידלעך וועלכע ארבעטן, פארמאגן נישט ניטאמאל נאנט צו די סכומים וואס מען דארף האבן, און אויטאמאטיש פאלט דער עול אויף די עלטערן, וועלכע קענען זיך דאס נישט ערלויבן אין אכציג פראצענט פעלער. ווען מען וואלט געקענט אויף עפעס אן אופן אראפברענגען דעם פרייז צו בערך צען אלפים א צד, וואלטן בערך זיבעציג פראצענט זיך געקענט דאס אליינס ערלויבן, און די איבריגע דרייסיג וואלט מען אסאך גרינגער געקענט העלפן.
איז די שאלה יעצט נאר צו מען קען עס אראפברענגען אויף צען אלפים א צד. מיין מיינונג איז אז מען קען דאס טוהן. עס וועט זיך פאדערן א אחדות פון א שיינעם מספר מענטשן, און עס וועט זיך פאדערן גאר שטארק צו טוישן דעם סטאנדארט, אבער אויב טוט מען דאס, דאן קען מען עס באווייזן.
דער יסוד פון דעם מהלך איז, אז מען זאל נאר קויפן וואס מען מוז באמת האבן תיכף נאך די חתונה, און נאר וויפיל מען מוז האבן. און דאס איבריגע זאל מען לאזן פארן פארפאלק זיך צו קויפן במשך די קומענדע אכציג ניינציג יאר וועלכע זיי וועלן לעבן צוזאמען.
יא, דאס וואס מען קויפט יא, זאל מען קויפן נאר פון גאר גוטן קוואליטעט, נישט פענסי, אבער פון גוטן קוואליטעט אזוי אז מען זאל נישט דארפן גיין קויפן א יאר נאך די חתונה נייע. אבער דאס זאל זיין נאר די זאכן וואס מען דארף באמת האבן. (האט מיך אמאל געפרעגט איינער פון די עסקנים ווען מיר זענען געזיצן צוזאמען און דיסקוסירט דעם פלאן: ווען מיין טאטע וואלט מיך אזוי חתונה געמאכט, וואלט איך נאך היינט נישט געהאט א טשיינע קלאזעט! האב איך אים געענטפערט: ביזט פטור. איך גיב דיר א היתר נישט צו האבן א טשיינע קלאזעט.)
איז אזוי, לאמיר אנהייבן מיט קליידונג\שטאפיר. יעדער מענטש דארף האבן וואס אנצוטאהן, און ממילא מוז מען קויפן פאר חתן כלה וואס אנצוטאהן. אבער איך געדענק ווען איך בין געווען א חתן און מען איז געגאנגען איינקויפן, האבן די פארקויפער אין די סטארס שוין געוואוסט צו זאגן פונקטליך וויפיל מען דארף האבן פון יעדע זאך, און ווען מיינע עלטערן האבן געפרעגט צו מען דארף טאקע אזויפיל, האט ער געענטפערט אז דאס קויפט יעדער, מען קען נישט זיין אנדערש, און אז יעדער קויפט אזוי אידאך אז סימן אז אזויפיל מוז מען האבן. האט מיין מאמע געזאגט אז ער האט דאך נאך אסאך גוטע וועש וועלכע ער נוצט יעצט, האט דער פארקויפער געעפנט אזא פאר אויגן, אז מיר האבן אלע כמעט איינגעזינקען דערין. וואס? נוצן די זאכן פון אלס בחור אויף נאך די חתונה? ווי איז אזאנס געהערט געווארן?
אקיצער, דער פוינט איז אז מען דארף קויפן אפאר סעטס וועש, לכאורה פינף זעקס איז די והותר, און די זעלבע איז מיט מלבושים, מען מוז נישט קויפן עטליכע סוטס מיט בעקיטשעס. מען קויפט דאס מינימום, און ווען מען דארף נאך במשך די יארן, קויפט מען עס דעמאלס. איך גלייב אז מען קען אויף דעם אופן שפארן א גוטע פערציג פראצענט אויף הלבשה. איין הוט איז גענוג, איין שטריימל, און נישט דוקא אן עכטע, ער וועט מערצעשעם חתונה מאכן די קינדער און ער וועט קענען זיך ערלויבן וועט ער קויפן א עכטע שטריימל (פאר זיך רעד איך, נישט פארן חתן, דער חתן וועטעס מערצעשעם קויפן ביי זיינע קינדערס חתונה), אדער אויב ער וועט פארדינען אסאך געלט פריער און ער וועט טרעפן פאר וויכטיג צו האבן אן עכטן שטריימל וועטערעס דעמאלס קויפן.