הנה זה עומד אחר כתלינו....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

הנה זה עומד אחר כתלינו....

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען מען קיקט זיך אזוי צו צי די פאליטשע לאגע, אין וואס דער וועלט געפינט זיך היינט, כאפט ממש א ציטער אין אלע ביינער, די אלע סימנים וואס מען האט געזען אין די 30'ער יארן אין אייראפא, וואס האט קלאר געצייגט אז עס קימט א חורבן, זעען זיך אצינד ווידער אויפן האריזאנט, דער חילוק איז נאר אז די אידן אין אייראפא האבן נעבאך נישט געוויסט וואס צו ערווארטן, די גרעסטע שווארץ קיקער האבן זיך נישט געקענט אויסמאלן, דעם גענויען בילד וואס עס וועט זיך אפשפילן, אבער אינז נאכן דירך גיין דעם בלוטיגן שואה, ווייסען מיר שוין כאטש צו ערווארטן.

עס שטייט אין זוהר הק' סוף פרשת וארא, אז פאר משיח וועט קימען גייט ארץ ישראל באלאנגען פאר די אראבער, און די אראבער גייען אויפלאקערן א וועלטס מלחמה מיט די בני אדום ( די מעריב וועלט), און די מלחמה וועט זיך אנהייבן לעבן ארץ ישראל, ( מיטל-מזרח).

לאמיר נישט אריין שטעקן דעם קאפ אין דער ערד, לאמיר נישט לעבן אין אולוזיעס, לאמיר קיקן דעם מצב אין פנים אריין, מיט א ניכטרען בליק.

דער מצב אין אמעריקא.

עס איז נישט קיין סוד, אז אמעריקא איז שוין נישט היינט וואס זי איז געווען, די ראלע פון שפילן אלס דער וועלטס פאליסמאן, איז שוין היינט א פארגאנגענהייט, עס איז ליידער מקיים געווארן עבדים משלו בנו ופורק אין מידם, די אמעריקאנער יונגווארג האט אריין געוועלט אין ווייסן הויז, א ריכטיגער עבד, אן אפשטאמיגער בן אחר בן פון דעם פארשווארצטען חם, וועמען דער זיידע נח האט נאך פארשאלטן אז ער וועט שטענדיג זיין א קנעכט.

דער כבוד און פרעסטידש פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענטשאפט, איז אין אזא נידריגע מצב, וואס עס איז נאך קיינמאל נישט געווען, און אלע פעלקער ווייסן דאס, און ניצן עס גוט אויס פאר זייער אונטערסען, צו עס זאל זיין רוסלאנד, טשיינע, אדער אייראפא.

לאמיר נעמען איין קליינע דוגמא:

תשכ''ג האבן די רוסען מחליט געווען צו שיקן ווייט-שטערעקעדיג מיסל'ס צו זייער אלעאירטע אין קובא, וואס איז אונטער די פירערשאפט פון דעם באבורדעלטער חסר דעה קאסטרא, און עס האט געדראהט א ערנסטע געפאר, אז קובא זאל קענען שיסן די מיסל'ס ביז דעם אמעריקאנעם באדן, און זיייען טויט אין חורבן אויף די אמעריקאנע באפעלקרונג.

האט דער יונגער אמעריקאנער פרעזידענט קענעדי ארויס געשיקט די אמעריקאנער ים פלאטע, אז זיי זאלן באלאקירן די רוסשע שיפן, און בשאו''א נישט ערלויבן אז די מיסל'ס זאלן אנצוקימען קיין קובא, ער האט גענימען דעם ריזיקע פון אריין שלעפן די פאראייניגטע שטאטען, אין א דריטע נוקלוארע וולעטס מלחמה, צו באשיצן די אמעריקאנער בירגער.

וואלט דער היינטיגער עבד וואס זיצט אונעם ווייסן הויז אויך געטאן דאס זעלביגער? זיכער אז נישט!

עס איז נישט קיין סוד אז דער עבד הכושי איז א פחדן, און א לא יצלח, און מען קען פון אים גארנישט ערווארטען. און ח''ו אויב עס וועט דראהן א געפאר אויף מדינת ישראל, קען מען פון אים גארנישט ערווארטן, ער איז א ריכטיגע ליימענע קאטשקע, וואס זיצט אויף א פעטן געהאלט פון די אמעריקאנער שטייער צאהלער, און האאט נישט דער שכל און קוראש צו טאן עפעס זאכליך.

אינזער רוסישער פריינד דער מה יעשה'ניק מיסטער פוטין ווייסט דאס זייער גוט, און מאכט א לעבן אויף דעם חשבון, ער בארדערט ארום אין אוקריינא מיט א פרייע האנט אן קיין פחד און מורא פון דעם עבד הכושי כאדם העושה בתוך שלו.

דער מצב אין אייראפא:

דער אידיש בלוט דירך-געווייקטער אייראפא האט זיך נישט קיין סאך גענדערט, די אייראפישע גוים זענען אויסגעווייקטע אנטיסמיטן, (מיר האבן דאך פארט געהארג'ט זייער ג-ט, און געברענגט די שווארצע מגיפה, און מיר באניצן זיך מיט ריין קריסטליך בלוט פאר אונזערע אריזאנע מצות ) זיי האבן פיינט דעם יוד מיט א שנאה שאין לשער, די גאנצע חילוק איז נאר אז הייינט דארף מען עס אביסל באהאלטן, ווייל דער וועלט איז היינט ליבלעראל, און פיינט האבן א מענטש צילוב זיין קאליר אדער ראסע, איז קעגען די ליבלעראלע אנשויאינגען, אבער די מינדעסטע ענדערינג וואס מאכט זיך אינעם טעגליכען רוטין, צייגן זיי זיך גראד ארויס מיט די אמת'ע פארבן.

ווען דער מאניאק היטלער ימ''ש איז געקימען צו די מאכט, אין 1933, און ער האט אנגעהויבן צו פרעדיגען אנטיסמיטיזם אפען, איז גאנץ אייראפא געווארן מיטגעכאפט מיטן אנטיסמיטשע פייער, און די אלע מעניארען וואס די אייראפישע גוים האבן כלואמרשט פארמאגט, איז פארשווינדען געווארן כחלום יעוף, און מען האט מיט די גרעסטע מאס צופרידענהייט געהאלפן דעם פארשאלטענעם דייטש, אויסצופירן דעם ענדגילטיגן לעזונג.

אזוי אויך איצט ווען די ישראלים האקן אריין אין די פאלאסטינער מנה אחת אפיים, און די וועלט האט מיט זיי מיטלייד, שטעלן זיך די אייראפישע גוים ארויס מיט זייערע ריכטיגע פארבן, און פראקטעצירן אנטיסמיטיזם אקוראשט די זעלבע ווי אין די פינסטערע מיטל אלטער עפאכע, און די גאנצע שלייער פון בישה ווערט אפגעטאן פון זייער פארשאלטענע געזוכטער.

דער מצב אין מיטל מזרח:

חברון - דער פארגאנגענעם לילי שישי פרשת שלח תשע''ד, האבן זיך 3 טייערע בחורים, וואס האבן געלערנט אין די ישיבה שבי אין חברון, און אין די ישיבה מקור חיים און עציון, זיך געגרייט אהיים צו פארן צו וויילן אויף שבת קודש מיט זייערע חשובע עלטערן.

די בחורים אייל יפרח הי''ד פון די שטאט אלעד, נפתלי פרענקל פון די שטאט נוף איילון, און גילעד שער פון די שטאט טלמון, האבן זיך געלאזט צום טרעמפ ארט, וואס געפינט זיך אין צומות איילון, מיטן ציל צו טרעפן א טרעמפ וואס זאל זיי אהיים פירן, צו די שטעט וואו זיי האבן געוואוינט.

א קאר האט זיך אפגעשטעלט אויפצונעמען די 3 בחורים, וואו נאר די בחורים זענען אריין אין די קאר, האבן זיי גלייך אויפגעפאסט, אז זיי זענען ביטער אריין געפאלן, און זיי זענען אצינד פארכאפט אין אראבישע הענט, איינער פון די 3 בחורים האט זיך פראבירט צו פארבינדען מיט די פאליציי, אבער משום איזה סיבה האבן עס די פאליציי נישט גענימען צו ערענסט.

ווען עס איז אריבער א שטיק צייט, האט דער טאטע פון איינער פון די בחורים אנגעריפן די פאלציי, אוון זיי געמאלדן אז זיין קינד איז נעלם געווארן, ער האט געזאגט פאר די פאלציי אז ר האלט אין איין פראבירן זיך צו פארבינדן מיט זיין זון, אבער אן ערפאלג עס גייט גראד צום וואויסמעיל.

די פאליציי האבן עס ערנסט אויף גענימען, זיי האבן זיך געכאפט אז די נויט-ריף וואס זיי האבן באקימען א פאר שעה פריער איז ווארשיינליך געווען פון איינעם פון די בחורים, און זיי האבן זיך תיכף פארבינדן מיט די זיכערהייטס כוחות פון מדינות ישראל, וואס האבן תיכף אנגעהויבן א מאסיווע זיך אפאראציע אפצוגעפינען די 3 פארכאפטע.

צו דער מיסיע זענען איינגעשפאנט געווארן אלע אפטיילינגען פון די זיכערהייטס קרעפטן פונעם לאנד, די פאליציי, די ש''ב, די מליטער, די קאמאנדא קרעפטן, און נאך, אלע כוחות האבן געארבייט ארום דעם זייגער אפצוגעפינען די שפירן פון די 3 בחורים, אבער ליידער אן ערפאלג.

דער ראש הממשלה ביבי נתניהו האט תיכף אנגעהויבן צו פאכן מיט די פינגר קעגען כמאס, ער האט תיכף באשילדיגט אז כמאס שטייט אונטער דעם פארכאפונג, א באשילדינג וואס כאמאס האט קאטאגאריש אפגעלייקענט, זיי האבן זיך אויסגעדריקט אויפן ראש הממשלה אז ער איז גאר חסר דעה.

דער ראש הממשלה האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, און ער האט כסדר ווייטער באשילדיגט כאמאס אין דער פארכאפינג, און ער האט ארויסגעגבן א באפעל פארן מיליטער אז מען זאל אנפאנגען צו ארעסטירן די פירער פון כמאס איינס ביי איינס, און דער מיליטער האט טאקע אזוי געטאן, זיי האבן אין איין נאכט ארעסטירט אריבער 80 מידגלידער פון די כאמאס ארגענעזאציע.

דער אפאראציע שובו בנים איז אנגעגאנגן אין איר פולען קראפט, די מדינת ישראל זיכערהייטס כוחות האבן אגרעסיוו אטאקירט די פאליסטינער במשך פון דער זוך אקציע, און כמאס איז געווארן ווילד, זיי האבן געשריגען אז דער פארכאפונג האט גארנישט צו טאן מיט זיי, און מדינת ישראל וועט טייער באצאלן פאר זייער אגרעסיע, אבער די מדינת ישראל פירער האבן זיך גאנץ קנאפע דערשראקן פון די בורפעסע שמאטע-קעפ, און זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייער אגרעסיווע שטיק.

ענדליך נאך א גיטע 18 טעג זיכען אין די נאכט פונעם 30טען טאג אין יוני, האט ציווילע וואלאנטירן, וואס האבן ארויסגעהאלפן די מיליטער אין די זוך אקציע, ענדליך אפגעפינען די געשענדעטע קערפער פון די 3 טייערע בחורים, און ביז א טאג האט מען זיי געברענגט לקבר ישראל, מיטן גאנצען נאציאנאלע פאפמע דראמפע....

דער נקמה פון כאמאס האט נישט געשפעטיגט צו קימען, זיי האבן זיך גענימען באהאגלן ארץ ישראל, מיט נארימהאפטיגע ראקעטן, און געשטעלט די גאנצע מדינה אויף די פוס, און אריין געשטעלט די תושבי ארץ ישראל אין בונקערס, און א גייסט פון אומזיכערקייט האט זיך אויסגעשפרייט אויף די גאנצע מדינה.

אויף דעם האט דער שפארבערישער בנימין געווארט!!!

דער אפאראציע צוק איתן איז אריין געשטעלט געווארן אין קראפט, און דער פיקוד הדרום אונאיינעם מיט נאך פולע מיליטערישע אפטיילינגען האבן אריין מאשירט קיין עזה, און מען האט אנגעהויבן האקן ריקן און לענדן פאר די עזה איינוואוינער, די נקמה האנט פון די מדינה האט געזייט און זייט נאך אצינד טויט און חורבן, אין די גאסן פון עזה.

וואס וועט זיך דא אויסלאזן ווייסט נאר איין איינציגער באשעפער.

עס הערשט א געפאר אז פון צפון וועט זיך דער חיזבאלא שכן אויפוועקן, און קימן צו הילף פאר זייערע אראבישע ברידער, כאטש דער שלום בית צווישן כמאס און חיזבאלא זענען גאר שטארק איבערגעשטרענגט, זייער דרכי העבודה צו אללה זענען גאר פארשידענארטיג, אבער ווען עס קימט צום גרויסען ציוניסטישן שטן, קען גאר זיין אז מדין ומואב יעשו שלום ביניהם, און דאן זאל ג-ט ב''ה אוודאי האלטן די רעכטע האנט.

עס איז זיכער אז דער אטיילא כאמעיני זיצט אין אירן און פאלגט נאך די אנטוויקלינגען אינעם מיטל מזרח זייער פארזיכטיג, לאמיר האפן אז עס וועט בלייבן ביי דעם.

היוצא לנו מכל זה אז דער מצב אין דער וועלט איז גאר שטארק אנגעצויגן, די שנאה צום יוד איז דאך עפעס איום ונורא, נאך איין קליינע פינק, קען מאכן אזא איבערקערעניש, אז דער שואה וועט אויסקיקן וואו א קינדער שפיל, קעגן וואס עס ווארט אונז אפ, עס איז ניטאמאל דא וואו צו אנטלויפן, אלע סימנים ווייזען שוין אז הנה זה עומד אחר כותלינו, די קייטן מיט וואס אינזער אויסלייזער זיצט ארום געבינדן בשערי רומי, איז שוין כמעט אונגאנצען אויפגעבינדן, אליהו הנביא פראקטעצירט שוין מיטן שופר הגדול, און דער חמורו של משיח איז שוין גוט אנגעפיטערט און פולקאם גרייט צו די מיסיע, צו ברענגעןדעם רוח אפינו משיח ה', די מאלכים האבן שוין אן זייער שירצלן און זענען שוין פולקאם גרייט צו קענען סערווירען די סעודה של לוויתן, די מתים מאכן זיך שוין צורעכט זייערע תכריכין, און גרייטן זיך שוין צו תחיית המתים,.

אבער וואס טיט זיך מיט אינז? אה.... איך האב באקימן א וואטסעפ, ....אה עוועלין האט מיך געלייקט אויף פעיסבוק.....
מען איז פארנימען מיט שטותים און מעשי ילדות.... און מיט קטנות המוחין....

עס איז שוין צייט אויפצושטיין 1 2 3 4 ......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

זייער גוט אפגעלערנט די אנטוויקלונגען פון די לעצטע חודש חודש-אהאלב, נישט דא וואס צוצולייגן,
נאר די אפשרעקענישן אז עס קען ח'ו קומען עפעס וואס וועט מאכן חורבן אייראפע אויסקוקן ווי א קינדער שפיל, איז שטארק איבער געטריבן,
אזוי מיין איך.
(אויך איז מיר שטארק נישט ניחא דיין שפעטן פון אונזער חשובער פרעזידענט י''ה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך_לעפל האט געשריבן:זייער דרכי העבודה צו אללה זענען גאר פארשידענארטיג

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ישראל קאפקע האט געשריבן:(אויך איז מיר שטארק נישט ניחא דיין שפעטן פון אונזער חשובער פרעזידענט י''ה)

ג"א מצטרף. האק אונטער זיין הנהגה, אבער נישט זיין קאליר.

בכל אופן. כ'פארשטיי נישט דיין אויספיר. וואס ווילסטו מיר זאלן טוהן?
Under influence
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אט טאקע דאס זעלביגע האבן געפרעגט אונזערע זיידעס בעפאר אייכמאן האט זיי ארויף געיאגט אויף די באנען, און אפגעפירט קיין אוישוויץ צו די גאז קאמערן....

קודם דארף מען וויסן די מצב קלאר! דערנאך דארף מען זיך ראטעווען לויט די אומשטענדען,

למשל: אויב עס קימט צו אזא מצב, וואו מיר מיט די קינדער זענען ח''ו אין א געפאר, דארף מען טאן אלעס לויט די אייגענע פארשטאנד, און זיך ראטעווען.

די ען וויי פי די וועט ארום פארן מיט גרויסע מייקארפאנען, און הייסן אלע יודן אריין גיין אין געטא, און איר וועט אפי' באקימען א בריוו פון די מוסדות וואו אייערע קינדער לערנען, אז מען זאל ערליך פאלגן, (ווייל אז נישט קענען זיי חלילה פארלירן די וואטשערס) און די אלעס-ווייסער וועלן פרעדיגען אין די מקוואות, אז זיי ווייסן קלאר אז עס געשעהנט נישט קיין שום שלעכטס פאר די וואס פאלגן אויס בלינדערהייט די באפעלן, פון די באערנדע... גלייב נישט גארנישט...... כאפ די הענט און פוס און מאך פליטה.... אפי' אין וואלד אריין.... האנדל דיר איין געווער.... זאלסט עס האבן צו די האנט אין פאל פון נויט....

עס זעט אויס צו פעסעמיסטיש ניין???? דאס איז טאקע וואס זיי ווילן.... אז מען זעל לעבן אין אלוזיעס.. און זיין גלייכגולטיג צום מצב..... לאמיר נישט מאכן די זעלבע טעותים..... וואו אין תרצ''ט - תש''ה .....

און ועל כילם... נחפשה דריכנו ונשיבה אל ה'......
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די אידען דעמאלס האבען נישט געמאכט קיין שום טעותים, זיי האבען גארנישט געקענט טוהן.

און ווען די הויכע ליידספיקערס וועלען אויסרופען צו גיין אין געטא, וועסטו אויך גארנישט קענען טוהן.

ולא עוד, קענסט יעצט אויך גארנישט טוהן.

חוץ מתפלל זיין, און דאס האבען זיי דעמאלס אויך געטוהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

נישט ריכטיג! מען האט געקענט מאכן פליטה, נאר די באקוועמע אונגארישע אידן האבן נישט געהאלטן ביים איבערלאזן די שטאפ גענץ, מיט די גולאש, אין זיך שווערצן קיין ראמעניא, און די וואס האבן יא! האבן טאקע איבערגעלעבט.
אזוי אויך די אלע קליגע אידן האבן נאך אין 1938 געמאכט פליטה פון אייראפא, קיין אמעריקא און קיין ארץ ישראל, און האבן טאקע איבערגעלעבט.
מען האט זיך געקענט באהאלטן אין די טיפע וועלדער, וואו מאנכע האבן טאקע געטאן, (לדיגמא דער אילאנדער רב רבי יוסאלע דעשער) און האבן טאקע איבערגעלעבט.

כו''ע מודה, אז דאס גלייכגילטיגקייט האט פארגרעסערט דעם חורבן פול פייכיג....
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

זיי האבן נעבעך נישט געגלייבט,
מען מעג ח'ו נישט רעדן שלעכט אויף די קדושים, אדער ליצנות מאכן פון זיי,
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די ליובאוויטשער פארציילן [פארוואס איך האב עס נישט געהערט ביז היינט ווייס איך נישט...] אז אמאל האט דער בעל התניא געלייענט אין פרשת פקודי 'ואת האלף ושבע מאות וחמשה ושבעים עשה ווים לעמודים' האט ער געזאגט 'ואת ה' אלף ושבע מאות וחמשה ושבעים' [ה'תשע"ה] און געזאגט אז דאן איז די קץ, גראדע איז דא פון איהם א מאמר אויפן פסוק הנ"ל וואו ער רעדט וועגן א קץ.

און אין מגילה זאגט די גמ' אז מוצאי שמיטה וועט משיח קומען, און שמיטה אליין וועלן זיין מלחמות אלס אן אתחלתא דגאולה.

משיח נאו!
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך װיל מוחה זײן אויף די עבד/כושי וכו׳ אבער כעל עס לאזן פאר @יואב ער קען (גאר אסאך) בעסער פון מיר. ;)

לגבי די אנטלויפען מײן איך אז אין א געװיסע הינזיכט איז עס ערגער הײנט צוליב װאס א ריזיג פראצענט
אידן זענען קאנצערטירט אין ארץ ישראל און װי קען מען לויפן? (דערמאנט פון די פאלעסטינער אין עזה הא?)
נאר מיר גלײבן ״ארץ אשר ה׳ אלקיך דרש אתה תמיד עיני ה׳ אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה״.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום petergrifin, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די משוגענער!!! נעם אראפ דעם שם הויה.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

דו זיצט נאך אלס אין דײן אפיס? :lol:
שוין פאראכטען..
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

קאך_לעפל האט געשריבן:די משוגענער!!! נעם אראפ דעם שם....

יעצט איז נאר דיין שם געבליבן!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:די ליובאוויטשער פארציילן [פארוואס איך האב עס נישט געהערט ביז היינט ווייס איך נישט...] אז אמאל האט דער בעל התניא געלייענט אין פרשת פקודי 'ואת האלף ושבע מאות וחמשה ושבעים עשה ווים לעמודים' האט ער געזאגט 'ואת ה' אלף ושבע מאות וחמשה ושבעים' [ה'תשע"ה] און געזאגט אז דאן איז די קץ, גראדע איז דא פון איהם א מאמר אויפן פסוק הנ"ל וואו ער רעדט וועגן א קץ.

און אין מגילה זאגט די גמ' אז מוצאי שמיטה וועט משיח קומען, און שמיטה אליין וועלן זיין מלחמות אלס אן אתחלתא דגאולה.

משיח נאו!

קודם כל ראשית דבר איך האב שוין אויך גיהערט פון די מעשה מיטן הייליגער בעל התניא וואס מדערציילט אין ליובאויטש אין סאיז נישט היינט ארויס אויפן מארק לכבוד די נייע יאר... סאיז גאנץ באקאנט פאר די יודעי דבר
די וועלט דערציילט אז אין יאר ארץ רעש״ה שנת תקע״ה ווען סאיז פארגקומען די מלחמה צוישען נאפוליון קיסר מיטן צאר ניקולאי ימ״ש אין כידוע אז די הייליגע צדיקים האבען אנגעפירט די מערכה צוישען זיך לגבי די מלחמה אין די הימלישע פראנט ווען פון איין זייט איז געשטאנען די הייליגער רבי פון לובלין צוזאמען מיט זיינע תלמידים, אין די קאזניצער מגיד מיטן יהודי הקדוש וואס האבען גיהאלטען אז נאפוליון זאל געוינען די מערכה אין דאס וועט זיכער זיין די אתחלתא דגאולה אין פון צוייטען זייט איז געשטאנען דער הייליגער בעל התניא וועלכער האלט געטוהן פעולות נשגבות אז דער צאר ניקולאי זאל געוינען די מערכה וואס למעשה איז טאקע אזוי געווען צום באשלוס
די ענדע פון די שטורמישע געשיכטע איז באקאנט מיט די ״נפילה״ ביים הייליגען רבי פון לובלין שמחת תורה ביינאכט אין די הסתלקות פון די קאזניצער מגיד אין די יהודי הקדוש אין אזוי אויך דער רבי ר׳ מענד׳לה פון רימינאוו אין צום סוף אויך די רבי פון לובלין זעלבסט אין ט׳ באב תקע״ה וואס האט געברענגט די ענדע פון די שטורמישע געשיכטע
עכ״פ כהאב געהערט נאכזאגען פון א מקור מוסמך{אין יאר תשס״ב אל׳ס בחור אין ישיבה פון א מגי״ש מיינע -אין נישט היינט אדער נעכטען האט דאס איינער געבאקען} אז די רבי פון לובלין האט זיך אויסגדרוקט כהאי לישנא:
{איך ויל נישט שרייבען קלארע ווערטער וואס זענען נישט פונקטליך אבער בערך דאס זענען געווען די וורטער}
״אז לעולם וואלט יעצט משיח שוין געקומען נאר סוואלט געוועזען גרויסע צרות פאר יידישע קינדער אז מוואלט נישט געקענט אויסהאלטען אין די מערכה איז נישט געלונגען אבער סאיז אופגעשטיפט געווארען אויף 200 יאר ארום אין דען וועט ער קומען
דאס איז געווען אין יאר תקע״ה אין מיר האלטען יעצט פונקט 200 יאר גערוקט פון יענע מערכה אין לאמיר זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכען....

אגב סתם פאר אינטרסנטקייט האב איך אמאל געטראכט אז די יאר תקע״ה איז בגימטריא ויאמ״ר אלקי״ם יה״י או״ר ודו״ק

איך ויל צולייגען נאך א נקודה באותו העניין,
סאיז באקאנט ביי די תלמידי הגר״א אין די ליטוישע וועלט אז דער הייליגער גר״א האט געמאכט א גויסען חשבון אויך די צייט פון די גאולה די חשבון האט ער געשריבען אין סוף פון זיין פירוש אויף ספרא דצניעותא כידוע אין ער האט אנגזאגט בשבועה חמורה אז ווער עס וייסט דער סוד זאל בשום אופן נישט מגלה זיין נאר פאר א יחיד בדור וואס איז ראוי צו דעם אין ער אויך זאל מגלה זיין פאר איין יחיד וחוזר חלילה
{דאס האב איך געהרט אין יאר תשס״ג} האב איך גיעהרט פון איינעם אז דער סוד גייט אין די בריסקער סאלאוייטשיק משפחה וואס שטאמען פון מרן הגר״ח מוואלוזין גדול תלמידי הגר״א אין פארשטייט זיך אז זיי זאגען נישט ארויס דעם סוד אסער וואס איך האב גיעהערט זאגען די יודעי דבר אז לויט דער גירסא איז די זמן פאר די יאר תש״פ עכ״פ נישט שפעטער
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נאר למען הדיוק: דער בעל התניא איז נפטר געווארן אין תקע"ג.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:נאר למען הדיוק: דער בעל התניא איז נפטר געווארן אין תקע"ג.

ונבנתה העיר האט געשריבן:
נאר למען הדיוק: דער בעל התניא איז נפטר געווארן אין תקע"ג.

ריכטיג כהאב זיך שפעטער גיכאפט אז כהאב געמאכט א קליינעם טעות אין דער בעל התניא איז אוועק צויי יאר פאר תקע״ה,
סאיז געוועזען א לאנג פארצויגענע הימלישע מערכה וואס האט אנגהאלטען א שיינע פאר יאר צוישען די צדיקי הדור בשעתו סאיז א אינטרסאנטער קאפיטל פאר זיך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתא קלילא האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאר למען הדיוק: דער בעל התניא איז נפטר געווארן אין תקע"ג.

ונבנתה העיר האט געשריבן:
נאר למען הדיוק: דער בעל התניא איז נפטר געווארן אין תקע"ג.

ריכטיג כהאב זיך שפעטער גיכאפט אז כהאב געמאכט א קליינעם טעות אין דער בעל התניא איז אוועק צויי יאר פאר תקע״ה,
סאיז געוועזען א לאנג פארצויגענע הימלישע מערכה וואס האט אנגהאלטען א שיינע פאר יאר צוישען די צדיקי הדור בשעתו סאיז א אינטרסאנטער קאפיטל פאר זיך

אלו ואלו דברי אלוקים חיים:דער בעל התניא זי"ע איז טאקע נסתלק געווארן אין יאר תקע"ג, אבער די מימרא , אז די גאולה שלימה איז אפגעשטופט געווארן צוויי הונדערט יאר איז געזאגט געווארן דורך די אנדערע צדיקים... :? :?: :!: :oops: :| :| :| :o
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די דאזיגע פרשה ווערט אנגעריפן אין די חסידישע וועלט די נפילה, צילוב דעם וואס אין שמחת תורה תקע''ה האט דער הייליגער רבי פון לובלין פארארבייט מעשים, מעורר צו זיין עת דודים, און אז דער יחוד קדב''ה ושכנתיה זאל שוין זיין בשלימות גמור, און ער האט געהאט אנגעזאגט פאר די רעביצין אז זי זאל אכטונג געבן אויף אים, למעשה האט זיך איר געדאכט אז זי הערט א קליין קינד וויינען ביי די טיר, און זי איז געגאנגען זען וואס עס גייט פאר, און דעמאלס איז די רבי פון לובלין נעלם געווארן.

די חסידים האבן דאן געהאלטן אין מיטן די היייליגע הקפות, און זיי האבן געזינקען מיט גרויס ברען .....רבו יתיר יסגי.....לעילא מן דרגיה......ויסב בת זוגיה..... דהות פרישא......, און די רעבעצין איז אריין געלאפן אין בית מדרש, און פארציילט פאר די חסידים אז דער רבי איז נעלם געווארן, מען האט אים ארום געזיכט אין די לובלינער גאסן א לאנגע צייט, ביז מען האט אים געטראפן ליגן אויף דער ערד אינגאנצן פארוואנדערט, די חסידים האבן אים ציריק געברענגט אין בית מדרש, און אויפן וועג האט ער א גאנצען צייט געמורמעלט "פארוואס האט איר מיר נישט געזאגט אז דער הייליגער קאזניצער מגיד איז שוין נסתלק געווארן?" ( ער איז אוועק יענעם ערב סוכות)

דערנאך האט ער פארציילט אז אינמיטן מייחד זיין די הייליגע יחודים לחבר אשת נעירים עם דודה, האבן אים די חצונים פארכאפט, און מען האט אים אראפ געווארפן פון הימל ביז צו דער ערד, און ווען נישט דער הייליגער קאזניצער מגיד לאנט אים אונטער מיט זיין מאנטל וואלט ער עס נישט איבערגעלעבט... אזוי ארום איז ער געוואר געווארן אז דער הייליגער מגיד איז נישטא מער אוף דעם עולם....

די מעשה האט אפאר גירסאות עס איז דא א גירסא פון הייליגען קאמארנער, אינעם ספר מעשה ה', אזוי אויך ווערט עס געברענגט פונעם מונקאטשער רב זי''ע, און ספר דרכי חיים ושלום , און די מנהגי קודש פון שבת אונדערפרי ....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער אמת איז אז די מויראדיגע געשיכטע איז ווערד א גאנצער אשכול פאר זיך {סאיז דא אויף דעם גאנצע פרשה א גאנצער חיבור פון מרדכי גרליץ וואס איז באקאנט מיט זיין טאלאנטפולע כשרון אין שרייבען} און אזוי אויך במשך די דורות האט די פרשה פארנעמען א שטארקע הארט ביי היסטאריקער אין חסידישע אידען אלץ איינס פון די גרעסטע שטורמישע געשענישען
איך אויף אז סוועט זיין איינער וואס וועט נאך אמאל ארויפברענגען די נושא אויפן טיש לתועלת הכלל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גאט וויינט, ווייל מ'נוצט זיין נאמען אויף רציחה!

Rabbi Lord Sacks speaks on the Universal Declarat…: http://youtu.be/s3OTNO7MhXs

ליין טעקסט דא
http://www.publications.parliament.uk/p ... 2438000432
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי וי מ'רעדט ארום איבער ביאת משיחינו בקרוב און די ראלע פון יאר תשע"ה ואס שפילט מיט דעם, האב איך געטראפען א ספר מיטן נאמען שאל לך אות פון הגאון ר' מרדכי מרגליות יפה שלזינגער זצ"ל וואס האט געלעבט מיט 100 יאר צוריק וואס בסוף ספרו איז ער אויך עוסק אין דעם נושא אין שרייבט ארום די יאר תשע"ה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טערעסאנט וואו דו האסט געזען דעם ספר. כ'האב עס נישט געטראפן אויף שאולזאהנ'ס בלאג.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

http://bshch.blogspot.com/2015/04/blog- ... 4.html?m=0
שמעקעדיג געכאפט ליינען שאולזון'ס בלוג.
פארשפארט