סאטמאר און שנאת ישראל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איים סארי, די אלע פרא-סאטמארע חברה, אדרבה, זאגט מיר איין דיפערענץ פון צווישן כאמאס און סאטמאר.
סאטמארע זענען טעראריסטן, אזוי ווי איר הערט. קאלטבלוטיגע רוצחים באוואפענט מיט בייזוויליגע פלענער און אינטריגן צו פארטיליגן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי מתחת השמים. א טעראר גרופע וועלכער פארמאגט טונעלן אונטער די ראדני טוילעט שיסלעך, וואס שלענגלן זיך צו א שטרעקע וואס גרייכט אזש ביז צו דער הונטערשטער טיר פון רפואה העלט צענטער, מיט א שפרינג אריבער די סקווירא זיכערהייט כוחות; ראקעטן, פראדעצירט אין די הופפער מיליטערישע ארסענאלן, וועלכע פארמאגן אין זיך א געמיש פון מקווה וואסער מיט פארברענטע חלה, קענען לויט ״דער בלאט״ גרייכן אזש ביז די הויפט-קווארטירן פון די בעלז-ב״פ מוסדות. איבריג צו רעדן איבער די זעלבס-מערדער מיט אויפרייס וועסטלעך וועלכע האבן שוין מער ווי איינמאל פראבירט זיך אויפצורייסן אין קינדער-איבערגעפילטע שולע-באסעס, בעיקר באסעס וועלכע אנטבאלאנגט די קלויזנבורגע מוסדות. ס׳איז דא בילדער ווי די חברה האבן געשוואלנע וועסטלעך, באמבעס וועלכע קוקן אויס ווי פענס, איינגעשטעקט אין זייערע טאשן, צוגעטשעפעט מיט אזא מאדנעם זייגער וועלכן האט א קייטל, און ווערט אקטיוועזירט מיט אן איינגעפלאנצטן קנעפל אויף די ברילן, וואס אפערירט בלויז מיט די פינגער אפדריקן.
דאס זענען ״פאקטן״ וואס אלע ווייסן. טונעלן זענען טאקע ביז ממש לעצטנס געוועזן א סוד, און די ראקעטן אליינס ווייסטאך יעדער ווערט פארמיטן צוליב דעם אייראן-דאום סיסטעם וועלכן איז פלאצירט אויף בערי קליינ׳ס רעסטוראנט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל
יואב האט געשריבן:איים סארי, די אלע פרא-סאטמארע חברה, אדרבה, זאגט מיר איין דיפערענץ פון צווישן כאמאס און סאטמאר.
סאטמארע זענען טעראריסטן, אזוי ווי איר הערט. קאלטבלוטיגע רוצחים באוואפענט מיט בייזוויליגע פלענער און אינטריגן צו פארטיליגן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי מתחת השמים. א טעראר גרופע וועלכער פארמאגט טונעלן אונטער די ראדני טוילעט שיסלעך, וואס שלענגלן זיך צו א שטרעקע וואס גרייכט אזש ביז צו דער הונטערשטער טיר פון רפואה העלט צענטער, מיט א שפרינג אריבער די סקווירא זיכערהייט כוחות; ראקעטן, פראדעצירט אין די הופפער מיליטערישע ארסענאלן, וועלכע פארמאגן אין זיך א געמיש פון מקווה וואסער מיט פארברענטע חלה, קענען לויט ״דער בלאט״ גרייכן אזש ביז די הויפט-קווארטירן פון די בעלז-ב״פ מוסדות. איבריג צו רעדן איבער די זעלבס-מערדער מיט אויפרייס וועסטלעך וועלכע האבן שוין מער ווי איינמאל פראבירט זיך אויפצורייסן אין קינדער-איבערגעפילטע שולע-באסעס, בעיקר באסעס וועלכע אנטבאלאנגט די קלויזנבורגע מוסדות. ס׳איז דא בילדער ווי די חברה האבן געשוואלנע וועסטלעך, באמבעס וועלכע קוקן אויס ווי פענס, איינגעשטעקט אין זייערע טאשן, צוגעטשעפעט מיט אזא מאדנעם זייגער וועלכן האט א קייטל, און ווערט אקטיוועזירט מיט אן איינגעפלאנצטן קנעפל אויף די ברילן, וואס אפערירט בלויז מיט די פינגער אפדריקן.
דאס זענען ״פאקטן״ וואס אלע ווייסן. טונעלן זענען טאקע ביז ממש לעצטנס געוועזן א סוד, און די ראקעטן אליינס ווייסטאך יעדער ווערט פארמיטן צוליב דעם אייראן-דאום סיסטעם וועלכן איז פלאצירט אויף בערי קליינ׳ס רעסטוראנט.
יואב, דו ביסט זעכער א טעראריסט!! ניטאמאל א אלערעם ווארענונג געבסטו, קענסט נישט ווארענען וואס קומט ? דו שייגעץ באצאל מיר די קלינערס, מיין רעקל איז אינגענצען אנגעגאסן מיטן טיי וואס איך האב אזוי געמיטלעך געטרונקען עד שאשפגתי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
פאר ווער עס וויל וויסען די אמת'ע דעת פון סאטמארע רב בעל על הגאולה איבער די אזויגעריפענע נטורי קרתה קען נאכקוקען און קונטרס דברות קודש של פרשיות נשא בהעלותך שלח קרח שנת תשכז (דפוס שנת תשסב) דף יט
(דאס איז די באקאנטע נשא תורה ווען מהאט איינגענומען די כותל וואס האט פארורזאכט א מוראדיגע שטורעם און די יודישע גאס)

לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
בדוו דאס איז די זעלבע דרשה וואס דער בעל על הגאולה האט זיך אויסגעדריקט "לדעתי לדעתי טאר מען נישט גיין צו דער כותל ביז משיח וועט קומען " וואס איז אזוי באוויסט געווארן און די יודישע גאס און ווייניג ווייסען וואס ער האט געזאגט פארדעם אויף די נ. ק. וואס גייען מיט די אראבערס
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
איך קען דיר אזויפיל זאגן. קיינער אין די יודישע וועלט אחוץ די משפחה זעלבסט קלאגט נישט אזוי ביטערלעך ווען א צה"לניק פאלט און שטארבט אזוי ווי מען קלאגט אין סאטמער.
קוק ביי לוי'ס פון א צה"ל זעלנער ל"ע וועסטו הערן פארטייאישע דרשות ווער סאיז שולדיג און מען שווערט נקמה אויף דעם און יענעם. ווער וויינט. אין סאטמער בלוטיגט מען דער רבי איז געווען דער וואס האט פארגאסן טייכען טרערען אויף די אומגליקליכע נפשות. מיר נעמן נישט קיין שטעלונג מיר זענען נישט מחלק צווישן אשכנזי. ספרדי. תימני. נחל. א תינוק שנשבה איז א תינוק שנשבה.
צדיקל. סאטמאר מיט אהבת ישראל חד הוא

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:11 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
נו, שם טוב, קען זיין כ'האב מיר טועה געווען, קען זיין אז די ניקים וואס שרייבען מיט האס רעפזענטירען נישט סאטמאר, כ'ווייס נישט, כ'האב געשריבען די אימפרעשען וואס איך האב באקומען פין וואס כ'האב געליינט, אין אביסל וואס כ'האב געהערט פין סאטמארע חבירים, אבער למעשה זיץ איך נישט אין א סאטמארע צענטער אז כ'זאל קענען וויסען אויף הונדערט פראצענט וואס די עכטע מציאות איז ביי רוב נארמאלע מענטשען אין סאטמאר,
דאס איז זיכער אז ס'דא עקסטרעמיסטען, נאר ס'קען זיין אז זיי זענען נישט די עכטע אפשפילונג פין רוב סאטמאר, נו דער באשעפער ווייסט דעם אמת, איך האב געשריבען וויזוי ס'האט מיר אויסגעזעהן, האלוואי איז עס נישט אמת, טאמער ס'נישט אמת פריי איך מיר,

- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
shem-tov האט געשריבן:איך קען דיר אזויפיל זאגן. קיינער אין די יודישע וועלט אחוץ די משפחה זעלבסט קלאגט נישט אזוי ביטערלעך ווען א צה"לניק פאלט און שטארבט אזוי ווי מען קלאגט אין סאטמער.
קוק ביי לוי'ס פון א צה"ל זעלנער ל"ע וועסטו הערן פארטייאישע דרשות ווער סאיז שולדיג און מען שווערט נקמה אויף דעם און יענעם. ווער וויינט. אין סאטמער בלוטיגט מען דער רבי איז געווען דער וואס האט פארגאסן טייכען טרערען אויף די אומגליקליכע נפשות. מיר נעמן נישט קיין שטעלונג מיר זענען נישט מחלק צווישן אשכנזי. ספרדי. תימני. נחל. א תינוק שנשבה איז א תינוק שנשבה.
צדיקל. סאטמאר מיט אהבת ישראל חד הוא
LOL
.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
שם טוב!, שקר אין דמיונות האט אויך א שיעור. א יעדעס יוד וואס האט א שטיקעל הארץ , אין באלאנגט נישט צי די סאקמערע גזע, כאפט א שוידער אין א טרייסעל וועל ער הערט אז נאך א ארץ ישראלדיגן זעלנער איז אימגעקימען, די איינציגע וואס פרייען זיך שטארק, - פארשטייט זיך נישט בפומבי, ווייל אין סאטמער מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן אשכנז אין תימן, זיי בליטיגן פאר יעדען קרבן,- זענען ענק מחריבי הדת.
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שעפטל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:זאג וואו האסטו געלייענט? איך וויל עס אויך ליינען.
גם אני מצטרף בהזמנה שנית
סמבטיון האט געשריבן:שם טוב!, שקר אין דמיונות האט אויך א שיעור. א יעדעס יוד וואס האט א שטיקעל הארץ , אין באלאנגט נישט צי די סאקמערע גזע, כאפט א שוידער אין א טרייסעל וועל ער הערט אז נאך א ארץ ישראלדיגן זעלנער איז אימגעקימען, די איינציגע וואס פרייען זיך שטארק, - פארשטייט זיך נישט בפומבי, ווייל אין סאטמער מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן אשכנז אין תימן, זיי בליטיגן פאר יעדען קרבן,- זענען ענק מחריבי הדת.
איך וואלט געטוישט אביסעל דיין סלאגאן.
'סאטמער מיט נטורי קרתא חד הוא'
שקר און דמיונות האט אויך א שיעור (קרעדיט: סמבטיון)
דאס איז פון די אלו דברים שאין להם שיעור,
איינמאל א מענטש זינקט אין עולם הדמיון איז שווער ארויסצוקריכען,ואני כשלעצמי ויפיל איך עקעל זיך בפומבי פון די נטורי חיזבאללה אין זייער מנהיגים אין וינטש זיי אן אלע ערליי קללות וואס איז דא אין ארסנל, אבער איך וייס קלאר אז סאטמאר מיט נטורי חיזבאללה זענען צוויי דינים, נאר וואס די טפשות פון די שונאי ישראל נטורי חיזבאללה /רקטא-קרטא איז אז זיי שטעלען זיך פאר כאילו מיטן נאמען סאטמאר דאס איז די פאלטשקייט פון די צורידערטע שלעפערס אין זייער שיינעם פארעם
יעצט לענינינו, אויב איינער אין סאטמאר שטיצט די מהלך פון די שונאי ישראל נטו״ק,איז להוי ידוע אז ער געהרט נישט קיין סאטמאר

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אויף אייוועלט האט זיך געדרייעט א בריוו וואס א אייראפעאישער תלמיד פון סאטמאר רב האט (געזאלט האבן) געשריבן צו די ארגאניזאציע "נטרונא". דער בריוו ברענגט ארויס דעם מהלך המחשבה פון אסאך אידן, ווי דער היינטיגער סאטמארע עקסטרעמיזם האט גארנישט מיטן סאטמאר רב'ס שיטה וואס איז געווען א ריכטיגער אוהב ישראל און קיינמאל נישט גע'רודפ'ט קיין פריוואטע מענטשן.
לתועלת הקוראים שטעל איך דא ארויף דעם PDF, עס איז טאקע איבער 15 בלעטער אבער עס איז אינטרעסאנט און לוינט זיך צו ליינען.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
וואס וואלט סאטמערע רב היינט געזאגט
און די יעצטיגע טעג ווען מדינת ישראל איז אריין און מלחמה מיט די ישמאלים הערט מען יעדע מאן דאמר ווייסט וואס סאטמארע רב וואלט ווען געהאלטען יעדער איינער נעמט סאטמארע רב אויף זיין זייט וויאזוי זיין אגענדע איז, אנגהויבן פון די גאר רעכטע וואס האלטען אז יעדער צהלניק זאל איינעמען א מיתה משונה וירום שם אחמעדינדשאד ומאחאמוד, ביז די גאר לינקע וואס האלטען אז סאיז א מלחמת מצווה און אזויווי נישט איך און נישט קיין שום ניק און נישט קיין שום מענטש פארטרעט סאטמארע רב חוץ ער אליין און זיינע 2 ספרים ויואל משה און על הגאולה און זיינע תורות און דרשות ברענג איך דא אראפ א חלק פון איינע פון זיינע דרשות וירא העם וישפוט ליינט און האט הנאה
אוודאי אויף דעם האט מען אוודאי געדארפט מתפלל זיין, די אפיקורסים האבן עס געברענגט אזוי ווייט אז זיי האבן געוואלט קומען די רשעים די ישמאלים ח"ו להשמיד ולהרוג, האט מען געדארפט בעטן אז זיי זאלן נישט קיין כח האבן, זיי זאלן נישט קענען טוהן, דאס האט מען אוודאי געמוזט מתפלל זיין, דאס איז קיין שמועס נישט, ביז דערווייל קודם די גופים, -זיי (ישמאלים) זענען רוצחים אויף די גופים און זיי (ציונים) זענען מזיקים אויף די נשמות און אויף די גופים - נאר אעפי"כ קודם דערווייל מוז מען מתפלל זיין מזאל ניצול ווערן, ח"ו אז מהארגעט איז דאך שוין נישטא וואס צו רעכענען, אזוי האמיר נאך עפעס צו האפן דאך, פון דיא יודן וועט דאך עפעס נאך ווערן, מוועט נאך דעגרייכען א ישועה, דאס איז זעכער.
דע וואס רעדן שטותים מיט הבלים דברי שגעון סזאלן קומען די אראבער, פון די איז נישט דא וואס צו שמועסן די פארשמוצען די פארדארבן, אזוי ווי כהאב געזאגט סשטייט און פסוק ורדו בכם (שונאיכם, פירש"י) מכם ובכם, ער האט אויפגעשטעלט א כת ציונים און דערנאך האט ער געוואלט נעמען מזרחים ווייל סהייסט תורה, און דערנאך איז דא די אגודה, סאיז נאכנישט גענוג צו פארפירן, איז דא אזעלעכע מיטן "לבוש" פון נ. ק. זיי גייען מיט דעם זיי זענען נאך שטערקערע קנאים און זיי פארדארבן, למען השם מזאל נישט קלעבן קיין צעטלעך, מזאל נישט קיין וויכוחים, מזאל נישט רעדן מיט דיא וואס מהאט נישט וואס צו טוהן, סשטייט אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, צווישען יודן אליין ברויך מען זיך האלטען, מזאל זיך היטן פון דיא און פון דיא.
ע"כ דברי הרב מכאן ואילך דברי אויליגער
לכבוד מיין טייערע ברודער אנהענגער פון די אזוי געריפענע נ. ק. איך שעץ זייער דיין שיט-ה אבער פארוואס דארפסטו איינרעדן יעדעם איינעם ובתוכם דיך אליינס אז סאטמארע רב האלט ווי דיר, די ביסט ערלויבט צו האבן דיין אייגענע מיינונג און מיש נישט אריין אנדערע און דיין אגענדע, קיין איין מענטש און די וועלט וועט נישט האלטען דיין מיינוג וועגן סאטמארע רב האט אזוי געהאלטען, און מוועט דיך פונקט אזוי (נישט) אויסהערן ווען די זאגסט עס אליין אן סאטמארע רב. סוי פליז האב סעלף קאנפידענס און שריי אויס רבינו סר מן הדרך איך האלט אנדערש ווי סאטמארע רב

- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
א דאנק אייך שמעקעדיג פארן בריוו, אבער עס קוקט אויס אז נישט דאס איז די ריכטיגע גורם פאר די שנאה און העיט פון אלגעמיינע אידן צו סאטמאר עס וואלט זיך ענדערש פארבינדן מיט דעם מציאות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' אויליגער: קודם א יישר כח. שפתיים קישאק, ווי מ'זאגט ביי אינז אין קאווע שטיבל שיחיה לאורך ימים טובים ונשים. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג ווען די זון באקט אויף איבער 100 דעגריס. היינט, לאחר פטירתו של צדיק הדור, איז אזא וועלט אז א יעדער מאן דהוא, וועלכער איז ניטאמאל א בר בי רב דחד יומא, הענגט אן זיינע אייגענע פארקרומטע דעות און עם הארצ'ישע בויך סברות אויפ'ן הייליגן סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע, כאילו ער זאל האבן געזאגט די אלע שטותים והבלים וואס זייער אייגענער פיבערהאפטיגער מח פראדוצירט. און דאס איז גורם א בילבול המוחות און חילול השם און שנאת חינם. נאכדערצו ווען זיי זענען עס מלבש מיט א מאנטל פון קנאות און פרומקייט. לפענ"ד וואלט געדארפט זיין א פאר עלטערע אידן תלמידי חכמים וועלכע האבן נאך געקענט דעם רבי'ן זי"ע בחייו, און האבן נאך געהערט די תורת ה' מפי קדשו, זיי זאללן מלקט זיין אלע מאמרים און הוראות בענייני השיטה אין א קונטרס אדער ספר, און מ'זאל עס איבערדרוקן לתועלת הרבים. וילמדו תועים בינה...
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אויליגער: קודם א יישר כח. שפתיים קישאק, ווי מ'זאגט ביי אינז אין קאווע שטיבל שיחיה לאורך ימים טובים ונשים. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג ווען די זון באקט אויף איבער 100 דעגריס. היינט, לאחר פטירתו של צדיק הדור, איז אזא וועלט אז א יעדער מאן דהוא, וועלכער איז ניטאמאל א בר בי רב דחד יומא, הענגט אן זיינע אייגענע פארקרומטע דעות און עם הארצ'ישע בויך סברות אויפ'ן הייליגן סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע, כאילו ער זאל האבן געזאגט די אלע שטותים והבלים וואס זייער אייגענער פיבערהאפטיגער מח פראדוצירט. און דאס איז גורם א בילבול המוחות און חילול השם און שנאת חינם. נאכדערצו ווען זיי זענען עס מלבש מיט א מאנטל פון קנאות און פרומקייט. לפענ"ד וואלט געדארפט זיין א פאר עלטערע אידן תלמידי חכמים וועלכע האבן נאך געקענט דעם רבי'ן זי"ע בחייו, און האבן נאך געהערט די תורת ה' מפי קדשו, זיי זאללן מלקט זיין אלע מאמרים און הוראות בענייני השיטה אין א קונטרס אדער ספר, און מ'זאל עס איבערדרוקן לתועלת הרבים. וילמדו תועים בינה...
ר׳ בעריל זיסער,
סאיז אשאד אויף אונזער צייט אין טונט אין לאמיר נישט לעבען אין קיין פאנטזייעס אין די צייט וואס די שיטה איז שוין אזויפיל יאר פאקרומט סאיז נישט במציאות צו טוישען די מציאות, אויסער דער הייליגער רבי זי״ע וואס האט געבליטיגט אויף יידישע צרות אין סאיז עם באמת גיגאנגען אין לעבען די מצב פון יידישקייט, איז היינט אין סאטמר א פארקערטע מציאות וי א יעדער צולייגער וואס דאכט זיך אז ער איז עפעס א יש כשלעצמו מאכט זיך שבת פאר זיך אין דער וועג צו ווערען א שיינער איד איז אויסגעטרויטען אין פשוט סאיז נישט דא צופיל וואס צו קענען אויסער זיך אנצוהאנדלען מיט א ריזיגען ביבער היט אין גרויסע שווארצע פלאסטיק גלעזער מיט א טלית בייטל פון א בער אדער א אנדער מין בהמה וחיה אין....היידע, מטויבלט זיך אין מקוה פון קנאות אין עקסטרעמיזאם אין יעצט ווערט מען א צדיק אין אבדק״ק ספעלט נאר אויס צו שרייען הויעך אז הרב שטיינמאן איז עמלק אין אפיקורס אין כופר בביאת המשיח ר״מ שטרנבוך איז א זקן ממרא/אשמאי הרב עובדיה אין הרב אלישיב איז א שוין איך ויל נישט זאגען וואס.... ויזניצער רבי איז....בעלזער רבי איז...קלויזנבורגער רבי איז..... ליובאויטשער רבי איז.... אין ר׳ משה פיינשטיין איז...
אלע אינאיינעם זענען כופרים אין משומדים אויסער דער גוילעם אין אוקס וואס האט נישט אויפגעמאכט קיין ספר מימיו א חוץ די על הגאולה אין אלע זענען שוין ביי עם גארניקס!!!! אלע אויסער עם זענען כופרים אין משומדים וייל זיי נעמען נישט אן דער על הגאולה
אפילו ביי די עלטערע תלמידים איז עס אזוי אז א חוץ די על הגאולה איז נישט דא גארניקס אין ווער עס שטימט נישט מיט דעם איז א כופר אין משומד סאיז א פארפאלנע מערכה לדעתי וייל שכל קויפט מען נישט אין גראסערי אין סאיז נישט דא מיט וועם צו רעדען
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 149
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
אתא קלילא האט געשריבן: אויסער דער גוילעם אין אוקס וואס האט נישט אויפגעמאכט קיין ספר מימיו א חוץ די על הגאולה אין אלע זענען שוין ביי עם גארניקס!!!!
ניין איי דיסעגרי ווען זיי עפענען ווען א על הגאולה וואלטען זיי נישט גערעדט / געשריבן מיט אזא עקסטרעמיזאם די ספר איז פיל מיט ליבשאפט און אהבת ישראל אדרבה גיי און זעה ווי ער וויינט און די הקדמה פון קונטרס על הגאולה אויף יעדע געפאלענע סאלדאט
די אלע עקזטרמיסטען האבן מיט סאטמאר גארנישט זירו נאר אויף סאטמאר איז די גרינגסטע זיך אנצוקלעבן ווייל צווישען קנאות און עקסטרעמיזעם איז א דקותדיגע חילוק כידוע ליודעי חן