אויס נארמאליזאציע, אויס ציוויליזאציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

אויס נארמאליזאציע, אויס ציוויליזאציע

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מיר לעבן היינט אין א זמן ווי די ליניעס צווישן נארמאלקייט און אוממענטשליכקייט איז גענצליך פארנעפלט געווארן אזש אז עס קוים עקזיסטירט. דער גדר וואס דארף אפטיילן באזעסנקייט פון ווילדקייט איז צובראכן און צו׳מזיק׳ט, דער פעלד איז אפען און פארלאפען דורך מחבלי כרמים, שועלים הלכו בו, און זיי זייען אן חורבנות ושממה.

כלפי מה דברים אמורים?

ס׳איז דא א סאטמערער איד, ער הייסט ר׳ אברהם יודא באנדא און ער פירט אן די באקאנטע סופערמארקעט געשעפטן Pomegranate אין פלעטבוש און Everfresh אין גרעיט נעק, האט זיך געמאכט אז א שכיר יום זיינער האט זיך אריין געלאזט אין א ויכוח מיט א קאסטומער בעניני ה״שיטה״ און זיך שארף אויסגעדרוקט קעגן אחינו בני ישראל די ״ציונים״ וואס ספראווען זיך יעצט מיט רוצחים בני ישמעאל.

דער עפיזאד האט פאראורזאכט א שטורעם, און אין די היינטיגע וועלט ווי דער קאסטומער איז אלעמאל גערעכט, איז דער יונגערמאן פארשיקט געווארן פארלירנדיג זיין פרנסה און דער אייגענטומער האט זיך עפנטליך אנטשולדיגט און ערקלערט אז ער שטיצט מדינת ישראל און איז א פריינט פאר ״איזראעל״:

[left]Dear Everfresh customers,
I, and the entire management team here at Everfresh, were just as shocked as you to hear about the incident that took place in our store last night.
The views expressed about the State of Israel came from one Everfresh employee. He just started working here recently in a part-time role, and none of us here were aware that he felt that way.
The views that he expressed are his and his alone. We at Everfresh love the state of Israel. We support Israel regularly by buying as many Israeli products as possible. We play Israeli music, along with other Jewish music, on a daily basis. One of our managers, Noach, grew up in Israel, and was just there for a visit in March. Another manager’s daughter is visiting Israel as we speak.
I, personally, am a big supporter of Israel, and always have been. My daughter and her 8-month old baby, who live in Israel, both spent a lot of time yesterday in a bomb shelter. The same is true of my son, who is currently studying in yeshiva in Israel. I feel personally offended by one of my employees making such statements.
We apologize to the entire community about the incident. We are embarrassed that it happened in our store, and we’d like you to know that the employee who made these statements was fired today.
Abraham Banda,
Proprietor[/left]

ס׳האט זיך פארשטייט זיך נישט געענדיגט ביי דעם, און אצינד האבן זיך די אזויגערופענע קנאים גענומען אלץ ציל אים אונטערצוברענגן אדער עכ״פ להבאיש ריחו (זעה בייגעלייגטע ׳מחאה נמרצה׳).

מ׳קען אפשר דעבאטירן צו ס׳האט אויסגעפעלט מען זאל דעם אינגערמאן אוועקשיקן אדער נישט, פערזענליך האלט איך אז ס׳וואלט געווען א מקום יענעם צו פארשוינען, הגם כ׳בין נישט באקאנט מיט די פרטים און מעגליך אז ס׳איז טאקע נישט געווען קיין אנדערער ברירה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז צו פארוואנדלן השקפה (לייען: פאליטיק) אין א פערזענליכער קאמף קעגן א יחיד איז א פרישע ירידה, ותוצאותיו מי ישורינה.

ווי ווייט מיין זכרון דערגרייכט, האט מען געהאלטן עניני השקפה בכגון דא אלץ דברים שבין אדם למקום, מ׳האט געזיפצט און געקרעכצט אויף צער השכינה, מ׳האט געלאזט פאלן טרערן אויפ׳ן הסתר פנים און מען האט זיך מתבדל געווען אין ׳שיטה׳ פון די וואס האבן געהאלטן אנדערש, אבער דאס צו פארוואנדלן אין א מלחמה בין אדם לחבירו? מאן דכר שמי׳!

צו אטאקירן יחידים, צו טון מעשים וואס דער ציל איז יענעם אונטערצוהאקן די פוס און צוברעכן מקורות פרנסה, איז נישט תורה׳דיג און נישט שכל׳דיג, דאס ווייזט סיי אויף אן אומפארשטאנד פון די אטאקירער און אויך אויף וויסטע שנאה וואס איז נישט ממקור טהור. מיט אזעלכע סארט מהלכים קענען מיר זיך געזעגענען פון ציוויליזאציע, היינט איז עס ציונות, מארגען איז עס שגיונות, כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול ואיש את רעהו חיים בלעוהו.
בייגעלייגטע פיילס
מחאה נגד באנדא
מחאה נגד באנדא
bondo.jpg (49.86 KiB) געזען געווארן 1423 מאל
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר