אויס נארמאליזאציע, אויס ציוויליזאציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

אויס נארמאליזאציע, אויס ציוויליזאציע

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מיר לעבן היינט אין א זמן ווי די ליניעס צווישן נארמאלקייט און אוממענטשליכקייט איז גענצליך פארנעפלט געווארן אזש אז עס קוים עקזיסטירט. דער גדר וואס דארף אפטיילן באזעסנקייט פון ווילדקייט איז צובראכן און צו׳מזיק׳ט, דער פעלד איז אפען און פארלאפען דורך מחבלי כרמים, שועלים הלכו בו, און זיי זייען אן חורבנות ושממה.

כלפי מה דברים אמורים?

ס׳איז דא א סאטמערער איד, ער הייסט ר׳ אברהם יודא באנדא און ער פירט אן די באקאנטע סופערמארקעט געשעפטן Pomegranate אין פלעטבוש און Everfresh אין גרעיט נעק, האט זיך געמאכט אז א שכיר יום זיינער האט זיך אריין געלאזט אין א ויכוח מיט א קאסטומער בעניני ה״שיטה״ און זיך שארף אויסגעדרוקט קעגן אחינו בני ישראל די ״ציונים״ וואס ספראווען זיך יעצט מיט רוצחים בני ישמעאל.

דער עפיזאד האט פאראורזאכט א שטורעם, און אין די היינטיגע וועלט ווי דער קאסטומער איז אלעמאל גערעכט, איז דער יונגערמאן פארשיקט געווארן פארלירנדיג זיין פרנסה און דער אייגענטומער האט זיך עפנטליך אנטשולדיגט און ערקלערט אז ער שטיצט מדינת ישראל און איז א פריינט פאר ״איזראעל״:

[left]Dear Everfresh customers,
I, and the entire management team here at Everfresh, were just as shocked as you to hear about the incident that took place in our store last night.
The views expressed about the State of Israel came from one Everfresh employee. He just started working here recently in a part-time role, and none of us here were aware that he felt that way.
The views that he expressed are his and his alone. We at Everfresh love the state of Israel. We support Israel regularly by buying as many Israeli products as possible. We play Israeli music, along with other Jewish music, on a daily basis. One of our managers, Noach, grew up in Israel, and was just there for a visit in March. Another manager’s daughter is visiting Israel as we speak.
I, personally, am a big supporter of Israel, and always have been. My daughter and her 8-month old baby, who live in Israel, both spent a lot of time yesterday in a bomb shelter. The same is true of my son, who is currently studying in yeshiva in Israel. I feel personally offended by one of my employees making such statements.
We apologize to the entire community about the incident. We are embarrassed that it happened in our store, and we’d like you to know that the employee who made these statements was fired today.
Abraham Banda,
Proprietor[/left]

ס׳האט זיך פארשטייט זיך נישט געענדיגט ביי דעם, און אצינד האבן זיך די אזויגערופענע קנאים גענומען אלץ ציל אים אונטערצוברענגן אדער עכ״פ להבאיש ריחו (זעה בייגעלייגטע ׳מחאה נמרצה׳).

מ׳קען אפשר דעבאטירן צו ס׳האט אויסגעפעלט מען זאל דעם אינגערמאן אוועקשיקן אדער נישט, פערזענליך האלט איך אז ס׳וואלט געווען א מקום יענעם צו פארשוינען, הגם כ׳בין נישט באקאנט מיט די פרטים און מעגליך אז ס׳איז טאקע נישט געווען קיין אנדערער ברירה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז צו פארוואנדלן השקפה (לייען: פאליטיק) אין א פערזענליכער קאמף קעגן א יחיד איז א פרישע ירידה, ותוצאותיו מי ישורינה.

ווי ווייט מיין זכרון דערגרייכט, האט מען געהאלטן עניני השקפה בכגון דא אלץ דברים שבין אדם למקום, מ׳האט געזיפצט און געקרעכצט אויף צער השכינה, מ׳האט געלאזט פאלן טרערן אויפ׳ן הסתר פנים און מען האט זיך מתבדל געווען אין ׳שיטה׳ פון די וואס האבן געהאלטן אנדערש, אבער דאס צו פארוואנדלן אין א מלחמה בין אדם לחבירו? מאן דכר שמי׳!

צו אטאקירן יחידים, צו טון מעשים וואס דער ציל איז יענעם אונטערצוהאקן די פוס און צוברעכן מקורות פרנסה, איז נישט תורה׳דיג און נישט שכל׳דיג, דאס ווייזט סיי אויף אן אומפארשטאנד פון די אטאקירער און אויך אויף וויסטע שנאה וואס איז נישט ממקור טהור. מיט אזעלכע סארט מהלכים קענען מיר זיך געזעגענען פון ציוויליזאציע, היינט איז עס ציונות, מארגען איז עס שגיונות, כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול ואיש את רעהו חיים בלעוהו.
כאן, חבל טבור הארץ.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

למעשה פאסט טאקע נישט פאר א סאטמארער חסיד צו זאגן אזעלכע ווערטער און לויטן רבי'ן איז עס מסתמא מינות און כפירה.
אבער וואס האט דאס מיט פירן א מערכה קעגן א יחיד? און איך בין מסכים מיט קינד.
און אויפזאגן א יונגערמאן צוליב מיינונג דיפרענצן מיט א קונד ספעציעל ווען יענער גאר האלט עס פארטרעט דעם דעת תורה, איז אן עוולה נוראה, עס גרעניצט זיך אפילו מיט דיסקרימינאציע. ער וואלט זיך פארעווע געקענט אפשאקלען דערפון זאגענדיג אז די מיינונג פון דעם ארבעטער רעפלעקטירט נישט די אפיציעלע שטעלונגען פונעם געשעפט.
איך בין שטארק דיסעפוינטעט אין דיר יידי.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א פריוואטער מאן איז נישט מחיוב צי לייגן זיין ביזנעס אינדער ערד.

כוכב האקט

למעשה פעילט אינעם עובדה אז עס האט זיך פארמירט א פעיסבוק פעידזש בויקאט עווערפרעש, עס האט אים שטארק ציגרינד געלייגט, האט ער זיך אביסל אפגעווישט אינעם רבי'ןס פארטיך, דער רבי וועט עס איבערטראגן, ער נישט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

אז ער זארגט נישט פאר'ן אינגערמאן און ווארפט עם ארויס פון זיין דזשאב, וואס דער אינגערמאן האט אלע רעכטן צו האלטן און זאגן וויאזוי ער וויל, פארוואס זאל מיר אנגיין אז מבויקאט עם?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

They all would do the same. the real shita is A clever way to make them feel better than anybody else
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער פאשקעוויל האט טענות היתכן א סאטמארע חסיד פארקויפט "כל התורה" קעגען רבי'ן. כ'פארשטיי נישט. אויב האלט ער נישט ווי דער שיטה איז דאך נישט, אדער מער נישט קיין סאטמארע חסיד, און א נישט סאטמארע חסיד מעג דאך יא שטיצען ארץ ישראל!
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:א פריוואטער מאן איז נישט מחיוב צי לייגן זיין ביזנעס אינדער ערד.

כוכב האקט

למעשה פעילט אינעם עובדה אז עס האט זיך פארמירט א פעיסבוק פעידזש בויקאט עווערפרעש, עס האט אים שטארק ציגרינד געלייגט, האט ער זיך אביסל אפגעווישט אינעם רבי'ןס פארטיך, דער רבי וועט עס איבערטראגן, ער נישט

אברהם יודא באנדא איז א ביזנעסמאן. און ער ווייסט אז מיט די שטותים וואס דער היימישער עולם דרייט זיך ארום וועט ער נישט אנקומען אין ערגעץ. יעצט, בעידן ריתחא, ווען א יעדעס אידיש הארץ ציטערט פאר'ן גורל פון די אידן אין ארץ ישראל,קענמען נישט פרעידיגן די זאכן . מ'קען נישט גיין מיט'ן קאפ אין די וואנט. אויב ער וועט נישט אננעמען דראסטישע שריט צו בארואיגן די נארמאלע אידן וועלכע וואוינען אין פלעטבוש, קען ער רואיג פארמאכן זיין סטאר. די שפראך וואס מ'רעדט אין איד, אין בלאט און אין צייטונג דאס קענמען נישט פארקויפן פאר די וועלט. צו ער האט געדארפט אדער געמעיגט "פייער'ן" דעים נארישן, תמימות'דיגן, נאאיוון יונגערמאן קענמען מברר זיין ביי א נארמאל'ן בית דין. אז מנשה פיליפ 'עט עים רופן "שייגעץ",ציוניסט, און אז ער'ט נישט קויפן ביי איהם אין סטאר איז א קליינע דאגה... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

דעים אינגערמאן ווער עס האט אנגעמאכט די סאמעטכע איז דייקי א ליטוואק, נישט קיין סאטמערער, ער האט נישט געברויכט צייגן זיין חלק האידישקייט ווען עפעס א לעידי בעיט אים צי צינדען זרעילי מוזיק, ס'האט אים קיינער נישט געבעיטן מפרסם זיין דאן דעים רבין'ס שיטה הקדושה, ער האט געברויכט זאגן אקעי לעידי איך וועל איבערגעיבן דיין ריקוועסט פארן מענעדזשער, און אויב דער אינגערמאן איז אזא סאטמערער איז מיר אינטערעסאנט ציוויסן הלמאי ער האט גארנישט באמערקט דעים בלוי ווייסען פאן אויסגעצויגן אויפן וואנט, פארוואס איז ער נישט געגאנגען צים מענעדשער פרעיגן פארוואס עס איז דא א פאן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

און איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז דער באנדא שיקט ווייטער דעם וועכענטליכן געהאלט פאר דעם אפגעזאגטן ארבייטער ביז ער טרעפט זיך א נייע פרנסה...
(ואולי ס'איז אמת וועט ער דאך קיינמאל נישט זיכן א נייעם....)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כלומרשט הייסט עס אז רב באנדא האט דאס פארשפרייט:

לכבוד מיינע טייערע ברידער אחים לדעה תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע,

ווי ס'איז באקאנט פארט ארום א מעשה כאילו איך האב מקפח געווען א פרנסה פון א אינגערמאן ח"ו און עם אימגליקליך געמאכט פאר'ען כלומרשט ארויס זאגען די הייליגע רביס שיטה און אמונה וויל איך דא קלאר מאכען אז ס'איז נישט געווען אזוי.

יעדער ווייסט אז איך בין א סאטמער חסיד אין יעדער ווייסט וואס מיין פערזענליכע מיינונג איבער ציונית איז יעצט אין און אלע יארען אין יעדער וואס קען מיך ווייסט אז איך בין א שטאלצע סאטמערע חסיד

יעדער וואלט פארשטאנען אז איך וואלט נישט אויסגעמישט ביזנעס מיט מיין אמונה אין קיינער וואלט עס אפי' נישט פארלאנגט.

די מעשה האט גארנישט געהאט מיט דעם. אין א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט אין אמעריקע אפי' ארויסווארפען איינעם פארען האבען אן אנדערע מיינונג דא איז דא פרייהייט פון ספיטש

נאר וואס איך וויל מיך באציען, איז צי א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארען אין מיין נאמען, וויבאלד ס'זאל נישט ארויסקומען א חילול השם ח"ו כאי' איך האב אוועק געמאכט די הייליגע דרך החתם סופר וקדיו"ט אין אלע פריערדיגע צדיקים אמת פארען קריג.

די מעסעדזש איז ארויס געשיקט געווארען פון געוויסע אנשי בליעל שונאים און ס'האט גארנישט מיט מיר ודי בזה.

אדרבה ואדרבה איך שטיץ מיט שווערע נתינות איבערן יאר פארן חינוך הטהור וואס רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט באה"ק אין בפרט די הייליגע מוסדות יטב לב באה"ק ווי סאיז באקאנט פאר יעדעם .

אין ווי אויך האב איך מיך געלאזט קאסטען איבער צידריקען די רבינ'ס ספרים אריינגערעכענט די על הגאולה .
אין אויך מיינע קינדער זענען אויפגעצויגען מיטען ריינעם השקפה אין אידישקייט.

אין איך האף אז מיט דעם האב יוצא געווען ידי חובתי אין משיח זאל קימען במהרה בימינו ברחמים וברצון אמן. וימי אבל נהפכו לששון ולשמחה

הק' א"י באנדא
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

שעפטל האט געשריבן:כלומרשט הייסט עס אז רב באנדא האט דאס פארשפרייט

מקור?

ס׳שמעקט פאלש.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ישראל קאפקע האט געשריבן:סשמעקט אמת, ווייל סזאגט נישט גארנישט

אמת, און נישט נאר זאגט עס נישט גארנישט, נאר דאס וואס עס זאגט מכלומפרשט יא, איז פייער און וואסער.

דאכט זיך אז ער קען עפפארדן א שטיקל שרייבער זאל ארויסברענגן זיין כוונה אדער עכ״פ עס אויספיצן, דערפאר איז עס לכאורה פאלש.

Unless business is really bad

:shock:
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:סשמעקט אמת, ווייל סזאגט נישט גארנישט

אמת, און נישט נאר זאגט עס נישט גארנישט, נאר דאס וואס עס זאגט מכלומפרשט יא, איז פייער און וואסער.

דאכט זיך אז ער קען עפפארדן א שטיקל שרייבער זאל ארויסברענגן זיין כוונה אדער עכ״פ עס אויספיצן, דערפאר איז עס לכאורה פאלש.

Unless business is really bad

:shock:

לפענ"ד זענען ביידע מעסעדזשעס (פון "הרב" באנדא.) אמת. און אויפריכטיג. נאר געזאגט פאר אנדערע אוידיענצ'ן. צו די נארמאלע אידן וועלכע האבן א אידיש הארץ וואס ווייטאגט אויף אידישע צרות, האט ער געזאגט אז ער איז פרא-איזראעל, ווי יעדער נארמאלער מענטש. ווייל ווען זיינע קאסטומערס זענען מחליט אז זיי ווילן נישט אויסגעיבן זייער געלט פאר איינעם וועלכער איז א פינצטערער שווארץ-מאה'ניק און א שונא ישראל, קען ער רואיג אראפציען די געיטס אויף זיין סטאר און פארמאכן די לייטס. מנשה פיליפ און "דער דיין" וועלן נישט באצאלן זיין רענט און אנדערע עקספענסעס. אבער ווען ער קומט אין היימישן ביהמ"ד, און ער וויל שפילן די ראלע פון א שיינער איד, א בעל בתישער איד, אן איש מכובד, מיז ער דאך ווייזן אז ער גייט אין די שיטה. אנישט קענמען איהם דאך נישט געיבן דעם כבוד הראוי... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

@שעפטל, איך האב קאנפערמחרט אז די בריוו איז. ישט געשריבן דורך @אי"ב, ער זאגט אז עס איז געשריבן דורך די זעלבע פאשקע ווילן חברה
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט