אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

שליחה דורך שמעקעדיג »

"געוואלד" איז א ווארט וואס ווערט ביליגערהייט גענוצט ליידער, און האט שוין לאנג פארלוירן איר אריגינעלער באדייט. אנשטאט איר ריכטיגער אפטייטש - וואס באדייט א וויי געשריי פון טיפן הארץ, א מאוימ'דיגע צעבראכענע קרעכץ, עביוזט מען איר, מ'נוצט איר אלס א לאזונג סלאגאן (געווענליך מיט'ן ישראל'ישן 'גיוואאאלד' אקצענט...) אויף זאכן וואס זענען נישט בעצם קיין "געוואלד", אויף פראבלעמען וואס זענען ווערטלעך קעגן אונזערע אמת'ע פראבלעמען, אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין הארצוויי, און פארדינט נישט אויף אן אמת א "געוואלד", אבער וואונדער איבער וואונדער, אז ווען ס'קומט צו אדרעסירן אונזערע אמת'ע טיפע פראבלעמען, דארט איז שטיל. און טאקע אויף דעם שריי איך יעצט "געוואלד". געוואלד אויף אונזער "איגנאראנץ", געוואלד אויף אונזער "ווייטאג".

געוואלד! וואס וועט זיין מיט אונזער מצב הפרנסה!!

דער אשכול איז נישט קיין וויץ, עס קאסט מיר כוחות און געזונט ממש ווי ביים שרייבן דעם על הגאולה, בראותי המצב המתדרדר מיום אל יום ומדחי אל דחי, עס דערקייקלט זיך גאר טיף, אידן ליידן און מאכן מיט, ואין מרחם עליהם.

עס האלט שוין ליידער ביי די סאמע נידריגסטע שטאפלען. עס האלט שוין נאנט פאר א צוזאמענברוך רח"ל, א חלק אידישע קינדער האלטן שוין גאר נאכ'ן בראך. וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל. אידן שרייען פון טיפענישן פון הארצן. יא יא, די זעלבע אידן וואס אין סמעדרעש טרינקט ער לחיים מיט א שמייכל אויפן געזיכט, און זאגט א וויץ מיט'ן טלית אויף דער פלייצע, און גיט א ניקל פאר יעדן עובר ושב וואס גייט נאך געלט פאר אלע צוועקן בארבע כנפות הארץ, דער זעלבער, איז נעבעך אבלתו וצערו בלבו. ער האט נישט קיין פרנסה. ער קען נישט דעקן זיין לעבן.

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אלע ווייסן אז דער מצב איז פינסטער און ביטער, די פאר עשירים וואס דרייען זיך צווישן אונז ווערן בטל באלפי אלפים, און ווערן שיער משוגע ווען מען קומט צו זיי נאך געלט פון "איבעראל", אז זיי זאלן שטיצן "יעדן" איינעם. דער ביטער-שווערער מצב ברענגט צו אזעלכע אבסורדישע לעזונגען, און מאכט פארגעסן דעם פשוט'ן זיניגן לאגיק פון אין הקומץ משביע את הארי. מען בעט און מען שנארט אן אויפהער, מצאת החמה עד צאת הנשמה.

מען שנארט נישט נאר פון די עשירים, מען שנארט פון יעדן איינציגן אינגערמאן אדער בעה"ב... יעדער מוז זיך משתתף זיין אין יעדע צוועק און אין יעדע מסיבה, ווייל... ס'איז באו מים עד נפש, און נאך ווי... דער שכן קען נישט אויסהאלטן מער, ער דערטרונקט זיך אין חובות... איי, איך אויך? נו גוט, וועט מען מארגן מאכן א דינער פאר דיר, און איבערמארגן א טיי אווענט פארן נעקסטן שכן... וחוזר חלילה.

באקאנט דאס ווערטל אז פורים אין ירושלים באשטייט פון גאנצע טויזנט שקלים וואס לויפט דורך פון איין עק שטאט צום צווייטן... ביי אונז איז באלד אקוראט די זעלבע. די פאר צענערס און צוואנציגערס וועלן זיך דרייען ביי די פאר שנארערס מיד ליד, און מען וועט ווייזן קבל עולם ומלואה די געוואלדיגע חסד וועלכע הערשט במחנינו. אה, מי כעמך ישראל, ווער נאך האט אזעלכע געניטע עסקנים.

אויף אזא אופן שאפט מען געלט פאר יעדן ארימען איד, בפרט תלמידי חכמים. יעדע מוסד וואס איז "וויכטיג פאר יעדן איינעם" און קיינער טאר נישט פארפאסן, ווייל האסטו דען נישט הנאה געהאט פון הצלה, חברים, שומרים, גמ"ח הצלה, חי לייפליין, בוני עולם, רופא חולים, קרן עזר, מקוה יו.עס.עי., תומכי שבת, קמחא דפסחא, מקימי, שמיטה היטערס, בחורים ראטעווערס, פדיון שבויים קנאקערס, טאט און ראט עצה געבערס.... יו נעים איט.

פוק חזי יעדן טאג אין די בתי מדרשים, ווי אלע ווענט זענען פריש באהאנגען מיט וויכטיגע צוועקן, וואס יעדער בלי שום יוצא מן הכלל 'וויל' און 'גייט זיך' משתתף זיין בעין יפה וברוח נדיבה. קוק וויפיל געלט-גייערס יעדן טאג אין די שולן און ביי די שמחות זאלן, קוק וויפיל טישלעך אין די קארידארן פון די בתי מדרשים, וויפיל באבעס זיצן ביי די פרויען קבלת פנים, וויפיל פושקעס ערב יוכ"פ אויפן בימה און ביי יעדן ניחום אבלים, וויפיל מלוה מלכה'ס יעדע וואך... יעדע צוועק באזונדער שרייעט רחמנות, א איד אדער א מוסד דערטרענקט זיך, צרכי עמך מרובים, ווי קענען מיר רחמנים בני רחמנים דאס צוקוקן און לאזן יענעם פאלן?! לא תוכל להתעלם, עזוב תעזוב, און דעריבער קומען יעדן טאג פאר 70 מסיבות של מצוה אויף יעדן בלאק, מיט קונצלערישע נעמען איינס אינטרעסאנטער פון צווייטן כדי צו באקומען אויפמערקזאמקייט אינעם ים של מסיבות. און אויב האט מען שוין מורא אז דער עולם וועט זיך נישט משתתף זיין, שיקט מען ארום חברים און קרובים זאלן זיין א יושב ראש (זיצט אויפ'ן קאפ בלע"ז) ביי די מסיבה, אדער מען מאכט א זשורנאל, וואס דענסמאל קען מען שוין מער נישט אפזאגן, און מען מוז זיך בע"כ משתתף זיין אדער אריינשיקן א באגריסונג. אדער וועט יעדער שכן מאכן א מסיבה און אלע שכנים וועלן מוזן האבן א חלק, די פרויען וועלן באקן א קעיק אדער מנדב זיין א קוגל בכדי איר מאן זאל ביינאכט קענען לויפן צוזאגן "בלויז" 20 א חודש און דורכדעם אויפרעכטן דעם הייליגן מוסד. און אזוי דרייעט זיך א וועלט כגלגל החוזר, אז מען קען פון זינען אראפגיין.

בקיצור, דער מהלך וואס מיר אדרעסירן אונזער פרנסה קריזיס איז בעיסיקלי מיט "שנאר". אבער דאס מאכט נאר גרעסער דעם לאך אין דעם שיף. דאס זעלבסט איז א גרויסער חלק פונעם פראבלעם. וכאן הבן שואל, וועמען וויל מען נארן? איז דאס א לעזונג? קען מען דען אזוי פירן א געמיינדע, וועמען וויל מען איינרעדן אז "שנאר אקציעס" וועט אונז העלפן?? אונזערע פראבלעמען זענען פיל ברייטער און טיפער! די טענענטס קענען נישט איבערטראגן די שווערע לאסט פון די טייערע רענט, דאס ווייב בעט זיך פאר געלט און דער מאן חובות'ט זיך אן, עוללים שאלו ללחם ואינם, די גראסערי וויל שוין נישט אויפשרייבן, מען האט א דאזן קינדער און מער וואס שרויפט ארויף די הוצאות למעלה מהשגת אנוש..

ועל כולם, מיר לעבן מיט משוגע'נע סטאנדארטן: מ'מאכט ביי יעדעס קינד באזונדער שמחות בליעה"ר אויפ'ן שענסטן פארנעם, כדי יעדער זאל "הנאה האבן", אנגעקליידט מיט די שענסטע קליידער און די עסן געטיילט דורך די בעסטע קעיטערינג, אין א "נארמאלע" האל ווי עס גייט אריין לכה"פ אזויפיל און אזויפיל קאפלס, שיינע מוזיק מיט א זינגער און אפשר נאך גאר א קאפעליע כדי צו אויפהייבן די געמיטער... די בל תשחית ווי גאנצעטע און כמעט-גאנצע פארציאנען פון פיינע עסן גייען אין מיסט קאסטן קאסט ווייטער ממש שטיקער געזונט...

און אזוי דרייעט זיך דאס ראד, יעדער רעדט איין דעם צווייטן אז ער מיינט נישט אז ביי יענעם לאכט זיך נישט און ער קוקט ארויף די בעלי שמחה, און ער זעלבסט, מעשה מלך, זעצט זיך אריין אין זיין נייע סובורבען אדער עקיורא נאך דער שמחה, כאילו ער האט יא גענוג פון די מעשה. ער האט פשוט ליב אביסל שענער... לעדערנע זיצן איז א "מאסט" פאר אים, א סאנרו"ף איז אויך גאר נויטיג צו קענען האבן אביסל לופט אויפן קאפל. סך הכל איז עס נישט מער ווי נאך אפאר דאלער א חודש...

ס'ארא עולם השקר... שקר? ס'שוין גארנישט שקר. אלע ווייסן דעם אמת! אבער נאך ווי! דער עולם וויינט און קרעכצט, און אזוי קרעכצנדיג גייט מען שלאפן... בערב ילין בכי, און מען שטייט אויף פריש דעם קומענדיגן טאג בלויז צו ווידער קרעכצן און וויינען ווייטער. מען ארבעט ביטער שווער מן הבוקר ועד הערב אבער מען קאווערט נישט דאס מינימום. מען האנדלט אראפ די שכר לימוד פון די קינדער, מען בארגט פון רעכל צו מעכל, דער לענדלארד סטראשעט אז מען איז שוין שפעט אינעם חודש, און דער קרעדיט קארטל ווערט געסווייפט אן רחמנות עד הסוף.......


לאמיר זיך עפענען די אויגן און אידענטיפיצירן אונזערע פראבלעמען

דער "סיסטעם" איז א באקאנטער פאנעמאן ביי אונז אין שטיבל. וואלט דא געארבעט א העשטעג סיסטעם, וואלט #סיסטעם געווען דאס מערסט באנוצטע העשטעג אין שטיבל, און מיט רעכט. אונזער "סיסטעם" איז מלא פראבלעמען, אויף וואס מיר קענען וויינען פון צופרי ביז ביינאכט. עס איז גרינג צו ווארפן דעם שולד אויף יענעם. אבער, והעולה על כולנה, אז מיר זעלבסט ליידן פון א בת היענה מענטאליטעט, מיר מאכן זיך צו די אויגן און מיר אדרעסירן נישט אונזערע פראבלעמען. וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם וואלטן ימ'ען פון דעם פראבלעמאטישן "סיסטעם" פארשוואונדן געווארן.

א מענטש דארף קענען פינ-פוינטן זיינע פראבלעמען, וואו איז דער לאך אין דער שיף (טראבלשוטן בלע"ז). לאמיר זיך קוקן אין די אויגן אריין, פראסקענען די מציאות אין פנים, און נישט אנטלויפן פון רעאליטעט. און לאמיר אויך פארשטיין פארוואס בדורינו אלה איז דער פראבלעם מער ווי אמאל, עס זענען דאך מאז ומתמיד געווען עניים ואביונים, ווי דער פסוק זאגט, כי לא יחדל אביון מקרב הארץ.

מען האט שוין געשריבן ימים מיט ארטיקלען איבער דעם שוידערליכן פראבלעם, אבער קיין פולקאמע סעלושען איז דערווייל נאך נישט אויפגעקומען. אמת, קליינע ישועה'לעך האט עטוואס ארויסגעשפראצט, אין פארעם פון חתונה תקנות, שמח תשמח זאלן, אבער די דעפיציטן און די חובות און די אינפלאציע שטייגן מיט א פיל שנעלערן גאלאפ ווי דאס אז די פאר תקנות'לעך זאל קענען צוריקהאלטן. די הוצאות פליען ארויף ווי א שטורעם פון א צונאמי, און די פאר ישועה'לעך זענען ווי אפאר קליינע זאמד זעק אנטקעגן דעם ווילדן שטורעם. וויפיל מ'וועט שרייבן דערפון איז נישט גענוג, מענטשן ווייסן אסאך, אבער פיל מער ווייסט מען נישט. וויפיל אידן האבן נעבעך צוזאמענגעבראכן. וויפיל היימישע אידן מסלתה ומשמנה מוזן גיין צום דאקטאר אדער צום פסיכיאטאר רח"ל און נעמען פילן צו קענען אנגיין מיטן לעבן. וויפיל ווילן זיך ממש נעמען דאס לעבן און טענה'ן (מיט רעכט) טוב מותי מחיי. נישט ווייל יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו, בכלל נישט, ער קען פשוט זיך נישט הייבן דעם קאפ, אין אדם מעיז בפני בעל חובו, ער קען נישט דעקן דאס מינימום וואס ער האט זיך מחייב געווען בשעת די חופה אונטער'ן הויכן טייערן שטריימל ווען ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט די טייערע זיידענע בגדים וועלכע האבן אפגעקאסט א "פארטשון" פאר'ן אבי המלך. ער איז פאר'חובות'ט פאר א האלבער שטאט, ער האלט ביי א בחינה פון די קללה "בבוקר יאמר מי יתן ערב ובערב יאמר מי יתן בוקר", מען זעט בחוש דעם עני חשוב כמת, עניות מעביר את האדם מדעת קונו רח"ל.

טייערע ברודער, הגיע הזמן, עס איז געקומען די צייט, עס מוז נעמען א עק דערצו!! מיר מוזן אפשטעלן די מגיפה שוין היינט, און טון כל מה שביכלתינו צו מונע זיין די מגיפה מנחלתינו. צי קענען מיר??? יא, אבסעלוטלי!! צי ווילן מיר?? אה, הממממ.... ליידער נישט אלע, ווייניג ווילן באמת, און די איבריגע וואס ווילן יא שעמען זיך פאר די נארישע מענטשן וועלכע גייען מיט זייער קאפ אין וואנט.

אבער מיר קענען מער נישט קוקן אויף יענעם. מיר מוזן אראפרייסן אונזערע פורים מאסקעס. מיר קענען מער נישט פארלאנגען פון די רבנים און ערווארטן די עסקנים זאלן עפעס טון, מען מוז אליינס ארויסגיין פון די באקס בלע"ז, טון עפעס מער דראסטיש, און – ווי 'דער מאמענט' רופט עס אן – אראפקריכן פון דעם שרעקעדיגן הויכן געלט-בוים אויף וועלכן מיר האבן זיך ארויפגעזעצט. ויפה שעה אחת קודם!! עס איז קריטיש! רבותי, מי לה' אלי!!!


די קאנסעקווענצן פון דעם פראבלעם

לאמיר אביסל צונעמען די שרעקליכע תוצאות פון די מגיפה. צום אלעם ערשטנס עס איז נישטא קיין ישוב הדעת צו טראכטן גראד, דער מצב איז גורם געפערליכע סטרעסס, וואס איז זייער נישט געזונט פאר א מענטש. דאקטוירים רופן דאס אן די "סיילענט קיללער", וואס כשמו כן היא, עס קען ברענגען ממש דעם טויט רח"ל. סטרעסס איז נישט געזונט פאר זיך און איז גורם אנדערע קרענק אויפן מענטש רח"ל.

די צווייטע תוצאה, דער שוידערליכער פראבלעם פונעם דור, דער חינוך און אוועקגעפאלענע, קען מען אויך תולה זיין אין דעם פראבלעם (עכ"פ למחצה ולשליש ולרביע). די עלטערן האבן נישט דאס מינדעסטע געדולד און צייט פאר די קינדער, זיי זענען אויסגעברענט, זיי ארבעטן טעגליך ביז אפיסת הכוחות, ווען און וויאזוי זאלן זיי שמועסן מיט די קינדער, פארהערן די קינדער, לאכן פון זייערע ווערטלעך, און אנקניפן א קשר? מה יעשה האב, ומה יעשה הבן שלא יחטא?? א מענטש איז סוכ"ס נאר א מענטש!

דריטנס, די רוחניות ענינים ווערן שטארק פארנאכלעסיגט, אונזער עיקר תכלית אויף דער וועלט ווערט א טפל, ווי אזוי קוקט אויס דער דאווענען מלא אנחות ומחשבות זרות זיך יאגענדיג צו דער ארבייט, קוים וואס מען האט צייט פאר א שיעור תורה, טייל אידן עפענען נישט קיין ספר משבת לשבת, אפגערעדט פון צייט פאר א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, נישטא קיין ברעקל הרחבת הדעת צו האבן די התבוננות פון מה חובת האדם בעולמו, און ווען עס קומט שוין א שבת אדער א יו"ט, אנשטאט א ריכטיגע הכנה עס אויסצונוצן כדבעי און עפעס געבן פאר די נשמה אויך, ווערט מקויים דער מתוקה שנת העובד, מען פאלט אין בעט אריין טויט-מיד, קוים אביסל צייט פאר די ווייב און קינדער. ווי צדיקים פלעגן טייטשן, "בנפשו יביא לחמו", מען זאגט נישט "בגופו", נאר בנפשו, ליידער מיטן נפש.


לאמיר זיך העלפן, צו וואו דארפן מיר צילן?

עס איז שווער צו זאגן עצות, טייל זענען על מנת שתעלה לרקיע, זייער שווער צו טוישן אן איינגעגעסענע און דורכגעפוילטע סיסטעם, אבער לאמיר כאטש וויסן לאן אנו הולכים, צו וואו דארפן מיר צילן, טוישן דירעקציעס, ויבוא הנס מכל מקום.

עס ברויך געגרינדעט א קרן-הצלה קאאליציע, ווי ערנסטע אידן רועי נאמנים זאלן מטכס עצה זיין וויאזוי מ'קען העלפן כלל ישראל. מען דארף אויסהערן יעדנס עצה והגיון, עס איבערטראכטן, און מקיל זיין אויף יעדע ספק און שאלה לפי הצורך, כי בנפשינו הוא!

אויב וואלט איך געווען פון די קאאליציע, אדער אפילו בלויז א מנהיג מיט נאכפאלגער, וואלטן די פאלגנדע עצות געווען פון מיינע ערשטע. (כאטש ווי געשריבן, אז טייל פון די עצות זענען נישט אזוי פראקטיש און קענען נישט איינגעשטעלט ווערן פון איין מינוט אויף די צווייטע, אבער קודם איז וויכטיג כאטש צו וויסן דעם פראבלעם, אידענטיפיצירן וואו עס געפינען זיך די לעכער, און מען דארף חזר'ן די עצות נאך און נאך אזוי לאנג ביז זאכן וועלן זיך רוקן פאראויס.)

אונזערע פראבלעמען איז מעל כל ספק אין גרויס טייל צום פארדאנקען אונזער הויכער לעבנס סטאנדארט. דאס איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא אופן ווי היינט, און דעריבער ליידן מיר געפערליך פון דעם, מער ווי אלעמאל. איז בראש וראשון, די ערשטע עצה איז צו מאכן אונזער לעבנס סטאנדארד נידריגער. מען קויפט נישט נאר וויפיל מען קען עפפארדן, קיין דאלער נישט מער, פינטל! נישט קיין פורניטשער, נישט קיין קאר, נישט קיין דישוואשער, נישט קיין קאנטרי, נישט קיין טייערע וואקאציע, נישט קיינע שטריימלעך יעדע צוויי יאר, און אודאי נישט קיין באגעבא קערידזשעס וכדומה וכדומה, גארנישט!! ליידער ביי די חסיד'ישע איז עס מער איינגעריסן ווי די נישט היימישע, (און אין ווילי ערגער ווי מאנסי און לעיקוואד), די קליידונג מוז זיין טיפ-טאפ, מיר זענען "בעסערע מענטשן" בני מלכים, עס "פאסט פשוט נישט" צו גיין אזוי אדער אזי... די מענער האבן די שענסטע קליידונג, די פרויען פוצן זיך אויס סיי מיט די בגדים און סיי דזשולערי, די קינדער דארפן גיין מעטשי, א.א.וו.... מהיום והלאה וועט אלעס פאסן! די ביליגסטע קליידער מיט די סטיילס פון 3 יאר צוריק איז אויך בסדר! פארוואס אין ארץ ישראל קען מען דאס באווייזן? אז מען האט נישט קויפט מען נישט! מען קען גיין צעשליסן און צעריסן ואין פוצה פה, קיינער גיט נישט קיין DAMN דערפאר!! אדרבה, זאלן זיך מערן געשעפטן און לאקאלן און באזארס מיט ביליגע שטאפיר פון קאפ ביז פוס, פאר מענער, פרויען און קינדער, און זיי זאלן פארמאגן דאס מערסטע קונדן! סייווי לויפט שוין היינט דער עולם צו גוי'אישע געשעפטן זוכן מציאות און די היימישע געשעפטן בלייבן אממערסטנס מיט די צונג אינדרויסן, איז לאמיר אלזא כאפן די קאסטומערס ביי אונז! זאלן זיי קויפן ביליג דא! ביליגע העמדער, ביליגע סוטס, שיך, בלאוזעס מיט סקירטס, אלעס!! און נאר וויפיל מען קען זיך באמת ערלויבן, און אויפהערן מיט די משוגעת פון "יענער".

לולא דמיסתפינא וואלט איך מבטל געווען דעם שטריימל און די גאנצע בגדי שבת. איך ווייס אויך די חשיבות דערפון און די הקפדה פון צדיקים, אבער פיקוח נפש איז פארט דוחה כל התורה כולה, און אודאי אזוי אויף א מנהג. בכגון דא לא גזרו.

נעקסטע באמבע: בוירט קאנטראל מוז ווערן א פאקט ביי אונז!! פרי' ורבי' איז נישט ביהרג ואל יעבור, דעם דיין זאלסטו פרעגן ווען מ'הויבט אן זאגן ותן טל ומטר. דיני נפשות דארף מען פסק'ענען מיט א בית דין של כ"ג! עס איז היינט מער נישט קיין שאלה פון הל' פרי' ורבי' אדער בעניני מסורה ובטחון. עס איז ריין פיקוח נפש! וספק נפשות להקל. אין הל' שבת שטייט אז מ'מעג מחלל שבת זיין אז א פרוי זאל נישט משוגע ווערן. זאל זיין וואס עס וועט זיין, אבער האמת ניתן להיאמר, דער אמת מוז געזאגט ווערן! מיר האבן שוין דעם פראבלעם גענוג מאל אויסגעשמועסט אין שטיבל ותדרשנו משם, אז עס איז נישט פאראן קיין געלט, נישט פאראן קיין דירות, נישט פאראן קיין פלאץ אין די ישיבות, און פארט ווערן טעגליך געבוירן טראק-לאודס מיט קינדער קע"ה אן קיין רחמנות, אן קיין רואה את "הנולד" (תרתי משמע), און ווען דער פאטער דערזעט זיך שפעטער אין לעבן מיט א דאזען קינדער און ער ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דעם נעקסטן דאלער, רייסט ער זיך די האר פון קאפ, אבער דאן איז שוין צו שפעט! דאס בעסטע וואס מען קען דאן טון איז... ווידעראמאל מאכן א טיי אווענט, און אפשר אויך לייגן עיוהכ"פ נאך א פושקע נעבן די איבריגע 150, כולי האי ואולי וועט אריינפאלן נאך א קוואדער...

דאס האבן אזויפיל קינדער, ברענגט אסאך שוועריגקייטן, בפרט אין א פיצעלע שטוב. חוץ די פינאנציעלע פראבלעמען, איז עס גורם אז מען זאל זיך נישט קענען אפגעבן מיט יעדן קינד מיט די אטענשאן וואס זיי פארדינען ערליך. און דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער, עס ברענגט שפעטער פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, מענטאל און פיזיש.

דער ריבוי העם קע"ה, ווי שיין און פרעכטיג עס איז, איז גורם נאך א זייטיגער פראבלעם. אין קומענדיגן פראבלעם וויל איך רעדן וועגן וואוינען אונטער'ן מאמעס פארטוך און קיינער גייט נישט אין ערגעץ. מ'ליידט און מ'שלינגט און מען בלייבט זיצן אין די געציילטע ישובים ווי דער ווארעם אין רעטעך... דאס איז גורם אז מען דארף כסדר צובויען נייע בתי מדרשים און מקוואות, נייע מוסדות התורה סיי פאר די אינגלעך און פאר די מיידלעך, וואס נעמט קודם-כל אויף א געוואלד מיט פלאץ, גאנצע בלאקן וועלכע וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר דירות. און נאכדעם קאסט עס אפ ימים מיט געלט, עפרות זהב, שווערע מעלאנעס וועלכע וואלטן געקענט גיין פאר אידן צו ברענגען ברויט אויפן טיש, און העלפן די צדקה קאסעס, אבער עס וועט ליבערשט גיין פאר די בנינים ווי מען קויפט זיך איין "אייביגע זכותים"... און א פול פעידזש עד אין די צייטונג, און צוואנציג פול-פעידזש מזל טוב'ס ווען מען טוט א שידוך.

וועגן אוועקמופן און עפענען נייע ישובים מוז מען אויך רעדן, כאטש עס קוקט אויס ווי א חלום, אבער דער באו מים עד נפש ווערט שטערקער פון וואך צו וואך. עס איז כלו כל הקונצן, עס גייט ממילא קראכן, ממש א שאד אז מען זאל נישט אויסארבעטן עפעס א מעסיגן מהלך, אן קיין קנאה ושנאה פון שכנים, אן קיין פאליטיק, לכתחילה אוועק פון די סיטי, ווי מאסן אידן זאלן קענען ארויסוואנדערן, ווי ידידינו פליקער און פרישער האבן שוין אזויפיל מאל באשריבן דא בטוב טעם ודעת... דאס איז אן אריכות פאר זיך, וואס כ'קען נישט דא אויסשמועסן, איך ווייס עס איז נישט גרינג, עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון, אבער דער פראבלעם ווערט נישט דעריבער פארשוואונדן! עס איז קיימא וקאי און פארלאנגט א זאפארטיגע דראסטישע לעזונג, ווייל אויב נישט... וועט שוין משיח נישט אריינפיטן אונז צו קומען אויסלייזן...

די קומענדיגע עצה איז, צו שאפן מער פרנסות פארן ציבור. ב"ה צווישן היימישע אידן זענען שוין פאראן ביזנעס קאונסאלטענטס און פארשטענדליכע מורי דרך, וועג ווייזער, מען הערט כסדר פון קאנפרענצן און אסיפות, ועוד ידם נטויה, מען עפנט אונז אביסל דעם קאפ, עס זענען פאראן מער סארט פרנסות ווי שטיין אין א גראסערי אדער B&H... פארפאלן, מען מוז אנהויבן שפעטסטנס ביי די 17 יאר לערנען מיט בחורים א שטיקל מהלך החיים, א כמו-היימישע קאלעדזש מיט די נויטיגע אינפארמאציע און מען זאל באקומען א שטיקל דעגרי. נישט אז נאך די חתונה זאל מען תיכף אן קיין ברעקל עקספיריענס אין לעבן זיך גיין איינהאנדלען אלע שטאטישע פראגראמען נאך איידער מען ווייסט ווי אזוי מען שרייבט א טשעק און מען ווייסט נישט ווי אזוי צו מאכן א דאלער, און ליעסן א קאר אויפן זיידנ'ס נאמען נאך איידער מען ווייסט וואס קרעדיט מיינט, א מין עולם הפוך דאס...

איך וואלט אויך אויפגעשטעלט א צענטער פון געטרייע פינאנציעלע מומחים, וואס זאלן זיך מטפל זיין מיט "יעדן" אינגערמאן בלי שום יוצא מן הכלל און זיי באגלייטן ביז א צוויי יאר נאך די חתונה, זיי זאלן העלפן אויסשטעלן די פרנסה, הוצאות והכנסות, מיט זיי זאל מען זיך מתייעץ זיין ועל פיהם יישק כל דבר. די געציילטע "עקספערטן" וועלכע עקזיסטירן היינט זענען ע"פ רוב ווערד א רעטעך, זיי וועלן אייך ס"ה מייעץ זיין וועלכע "אינשורענס" צו נעמען... האלא, לאזט לעבן ביטע, אינשורענס וועט זיין נאכדעם וואס אלע אנדערע נויטיגע הוצאות וועלן קלאפן, דאס קומט גאנץ אונטן אויף די ליסטע.

ואחרי ככלות הכל דארף מען עפענען א וועד ספעציעל געווידמעט פאר "שמחות", וואס זאלן מאסף זיין אלע תקנות פון אלע קהילות ביז אהער, און ווייטער מחזק זיין און מוסיף זיין מחול אל הקודש. אין אלע דורות האט מען געמאכט תקנות אקעגן "לוקסוס", אונזערע שמחות זענען איין שטיק לוקסוס, יעדער ארעמאן ערלויבט זיך נאכצוקאפירן דעם עושר, השם ישמרנו, מיט אלע דעטאלן און פיטשעווקעס, ווי שוין דערמאנט פריער.

לאמיר נעמען א דוגמא. פורניטשער איז איינע פון די גרעסטע הוצאות החתונה. פאר א דריטל די פרייז קען מען האבן גאנץ שיינע זאכן צב"ש ביי אייקיע. פארוואס צאלן 15 אלפים ווען מען קען צאלן נאר פינף. ווייל דאס איז דער "סטאנדארד" פון די חתונה מאלל? מען דארף נישט קיין ספרים שאנק, ניטעמאל קיין ש"ס און שו"ע, אונזערע זיידעס האבן עס קיינמאל נישט געהאט און מיר עפענען עס אויך נישט מפסח עד פסח, געווענליך לערנט מען אין ביהמ"ד און דארט געפינט זיך גענוג און נאך פון אלע ספרים. איז צו וואס זיך אויספליקן ביים קויפן א ש"ס ווייל "עס פאסט"? און צו וואס א בעכער? א לייכטער? מען קען אויך יוצא זיין קידוש אויף א פשוט'ן גלאז, און צינדן לכבוד שבת טרעוול ליכט. זילבער קאסט היינט ביזן הימל, א קליין מנורה איז גענוג. מען האט שוין אביסל אויסגעשמועסט אין דעם אשכול עצות און הצעות עיי"ש, ועוד ידינו נטויה.

עס איז זיכער פאראן נאך עצות, נישט אלעס ליגט מיר אצינד אויפן קאפ. אדרבה, לאזט אייך אויך הערן כיד ה' הטובה עליכם, ישמע חכם ויוסיף לקח. און רבותי, לאמיר נישט מחמיץ זיין את השעה, נישט ליינען און גיין ווייטער, נאר לאמיר טאקע אנהייבן טון הלכה למעשה, זיין די נחשונים, זיך נישט שעמען פון קיינעם, מיר וועלן נאר פארדינען דערפון, ווי אויך אונזערע קינדער און קינדס קינדער, און יעדער וועט אונז דאנקבאר זיין. פרינטס ארויס די צעטלען, פארשפרייט עס איבעראל ווי נאר מעגליך, מענער און פרויען זאלן דאס זעהן טאג טעגליך, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם, לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מעכטיגער דורכברוך.

געווענליך ענדיגן די צייטונגען "ולה' הישועה", אבער גלייבט מיר, הקב"ה וויל שוין שיקן די ישועה, ער ווארט נאר אויף אונזער השתדלות! ער וויל מיר זאלן נעמען עקשאן, נישט זיך פארלאזן אויף די שיינע מאמרים פון ולה' הישועה און בטחון וואס קומט ע"פ רוב פון פוילקייט, נאר על עמך ברכתך סלה! נאר נאכ'ן טון השתדלות מעג מען זיך פארלאזן, נישט האפן אויף א נס אז מיט'ן גארנישט טון וועלן מיר געהאלפן ווערן און עס וועט אראפפאלן געלט פון דאך. די ימים נוראים זענען שוין אראונד די קארנער, מען גייט שוין באלד מתפלל זיין, אבינו מלכנו כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, מלא ידינו מברכותיך, מלא אסמינו שבע, אז מיר וועלן טון אונזער השתדלות כראוי וועט די ברכה האבן וואו צו חל זיין בעז"ה.

ובשם ה' נעשה ונצליח!
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זייער אמת און זייער ווייטאגלעך, און הערליך געשריבן.
הלוואי ווען מ'קען ווען איינפירן די אלע רעפארמען, אבער לענ'ד זענען טייל הלכתא למשיחא.
די איינציגסטע פראקטישע עצה אויף דער מינוט איז טאקע ב'ק. אן עלטערער איד האט מיר לעצטנס געזאגט: מיר האבן געהייסן א גרויסע משפחה אינדערהיים, און מיר האבן געהאט פינף קינדער.
סאיז קלאר אז דאס האבן קינדער ששה בכרס אחד כפליים כיוצאי מצרים איז א שינוי און קלארער אפנויג פון דרך אבותינו ורבותינו המסורה לנו, וצאי לך בעקבי הצאן, לאמיר נישט משנה זיין אפילו א זיז כל שהוא.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

הייליגע שמעקעדיג, אזעלכע דברים של טעם, ממש מען ברויך וויינען צים אנשי שלומינו אז מיר זאלן האלטן די קעפ העכער די וואסער, האסט עס צילייגט אזוי שיין, ממש אזש אז איך בין אריין און א כעס, ווי קענען מיר זיין אזעלכע נערנים, און א צייט וואס מיר זענען באוויסט אלס די קליגסטע פינעם יצורה, דרך זענען מיר ווי עפעס א אין חבוש מתיר עצמו דומה.

איך גיי נאך געלט, זיי מוחל געב מיר פאר די וויכטיגע צוועק, אנטשולדיג איך האב נישט פונקט, ניין!! אקעי איך גיי שוין נאך געלט פאר דיר, אנטשולדיג מיר נאכאמאל, נעם נישט ביי מיר און געב מיר נישט, היינט איז נישטא בכלל קיין שום וועיג אז מען זאל זיך קענען פשוט דורך גליטשען א שחרית, מנחה, מעריב, חתונה, אדער פלעין זיין אינדערהיים ביינאכט אן א דעים וואס מען זאל האבן פיפציג שיעבודים פון הינדערט אנדערע וועיגן, אזוי ווייט אז איין טאג קומט מיין זין אהיים פון חדר מיט זידיגע טרערן מיט א בילד ווי א ציוני כאפט ארויס א ברויט פין א מאהל פון א קינד און אז איך מיז אים שוין גיבן א פיפציגער, ווייל די ציונים שניידן געלט פון כוללים און ארץ ישראל,

שמעקעדיג איך האף אז דיין אשכול וועט עושה פירות זיין ווייל עס איז שוין היי טיים..
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקעדיג האט געשריבן:איי, איך אויך? נו גוט, וועט מען מארגן מאכן א דינער פאר דיר

העי שמעקי איך האב דיר קיינמאל נישט געבעטען זאלסט מאכען א דינער פאר מיר...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

זאת ועוד, אז מ'קויפט מעיבל נאך איידער מ'האט בכלל א דירה! ממש ווי די וועלט בארימטע אומפארענטפערטע קשיא וואו איז געווען משה רבינו'ס שכל צו הייסן בצלאל קודם צו מאכן די ארון!!
--
דברים היוצאים מן שמעקעדיג...
בכלליות בין איך נישט אזוי זיכער אז די מצב איז טאקע אזוי געפערליך... (צוריק צו אונזער אלטע דעבאטע צו ס'איז דא אסאך צרות אויף די וועלט), יא, די ארימע מוטשען זיך טאקע, אבער ס'דא גאר גאר א גרויסע צאל מענטשען וואס מאכן שיין. ווער רעדט נאך פון עשירים, וואס כידוע שאצט מען גאר אונטער זייער עשירות, והראיה, ווען זיי געבן 500 צדקה באקומען זיי דערפאר א תעודה...

געמיינט האב איך אויך אז ארויסגיין פון שטאט און וואוינען ביליגער וועט זיין א ישועה, דערווייל זענען צוויי אידן צוגעקומען צו מיר בעהטן הילף פאר "תושבי קיימישע לעיק" וואס - לויט זייער טענה - האבן זיך אוועקגעריסען פון די ישיבת כרכים (=כתר ווילידש)...

עכ"פ, די איבערפלייץ פון די צעטלעך אין דיין בית המדרש, איז נישט קיין ראיה אויף שוואכע פרנסה, נאר פונקט פארקערט, אז מ'קען בעהטן ביים עולם יעדע בה"ב פאר יעדע סגולה, צוועק, וכו', און דער עולם האט וואס צו געבן.
Under influence
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

גאר גאר גוט ארויסגעברענגט שמעקי.
אנשטאטס ווארטן ביז פישל'ע העררינג איז זיך מרחם, האב איך דא געמאכט א PDF פון דעם וויכטיגן ארטיקל.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קאווע מזעט דו ביזט א קאמפטערבל יונגערמאן, באט ווי אר דע ניינטי ניין. רוב עולם מוטשעט זיך. נעם דיך דאס אריין אין קאפ. שמעקעדיג האט גארנישט מגזם געווען.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אוי זאגסטו גוט, ממש יעדער ווארט הייליג גערעכט.
בדידו הווה עובדא מיין שווער האט מיר געקויפט א גראבע לעדנע ש"ס ביי מיין חתונה,
ויהי היום כ'האב געמופט א דירה, בשעתן פאקן מיין ש"ס אין באקסיס האב איך באמערקט אז מס' סוטה איז די דעקל פארקערט, הייסט ס'איז געבונדען פאלטש.
כ'רוף אן עוז והדר אויפן פארלאנג פון א אויפטויש, ער פרעגט מיר ווען כ'האב געקויפט די ש"ס, כ'האב געטראכט א רגע אין אראפ געהאקט די טרייבעל, גיי בעהט ער זאל דיך טוישן א גמרא וואס איז שוין מסתמא דיסקאנטיניוד פאר 8 יאר...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די מציאות אין די היימישע קרייזן איז, אז נאר א שטארקע מנהיג קען ברענגן א טויש. אלע טוישנגען אין די לעצטע יארן (חתונה תקנות וכדומה) איז געפירט געווארן דורך מנהיגים. די סיבה פארוואס מ'דארף א מנהיג עס צו פירן, איז וויבאלד יחידים וואס לעבן אין די סיסטעם שעמן זיך צו מאכן א טויש ביי זיך, און הייסן די שטאט'ס משוגענער. ווען א מנהיג אדער מנהיגים פירן די זאך, ווערט עס גאר א זאך מיט וואס יעדער יחיד - מיט די כח הרבים שטאלצירן.

מיין פוינט איז, אויב איינער איז א חלק פון א קהילה און לעבט אין א באקס מיט זיין פיוטשער מחותנים, שעמט ער זיך געפערליך צו גיין אנדערש ווי די גאנג אין זיין קרעמל. אפילו ס'איז לטובתו. אונז זעמיר אזוי געקניפט און געבינדען ווי איין משפחה, אז יעדער האט מורא וואס יענער וועט זאגן אדער טראכטן.

נא? וואס איז די עצה?

אדער זאל די עולם זיך לאזן הערן און בעטן די מנהיגים זאלן עפעס טוען דערוועגן, אדער ווערט מען א מענטש פאר זיך און מ'לאכט פון יעדעם.

ס'איז קלאר אז די ערשטע אפציע איז מער רעליסטיש. אפילו מיר לאכן היינט פון אסאך מנהיגים, האבן זיי למעשה די כח צו מאכן ערענסטע טויש. די פרטים ווי שמעקעדיג צולייגט עס הערליך שיין, קען שוין ווערן אויסגעארבייט דורך עסקנים, אבער מאכן די מצב און די ווינט, דאס קענען נאר מנהיגים פון גרויסע קהילות. ס'איז קלאר אויב די עולם פאדערט עס פון זיי, וועלן זיי טוען עפעס דערוועגן, פשוט ווייל ס'איז נישט א קאנטעווירשעל נושא, יעדער פארשטייט עס, און יעדער וויל עס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כוכב האט געשריבן:רוב עולם מוטשעט זיך.

ווער האלט סטאטיסטיק?
מארגן ביי שחרית, מאך א ליסטע פון אלע מתפללים, און מאך א חשבון וויפיל זענען ארים, נארמאל, קאמפטערבל, וכו'.
--
די פראבלעם איז, אז די 7 אזייגער מנין זענען די וואס פארדינען, און די 10 אזייגער מנין זענען שלעפערס...
Under influence
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

קאווע האט אנגערירט א נושא וואס דארף באמת א אשכול פאר זיך.

אין די נשמה פון די גאנצע שמועס דא, פעלט אט די נקודה... פארוואס? פארוואס האט מען נישט קיין געלט? איז עס נאר ווייל מ'געבט אויס א געוואלד און מ'לעבט אויף א משוגענע סטאנדערט, אדער פעלט אויך ביי געוויסע מענטשען השתדלות, פלייס, סקילס, און סדר היום.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך האב אויך געטראכט אזויווי[tag]אבטולמוס[/tag]. וואסי די משוגעת פון קויפן ביליגע פורניטשער וואס קוקט אויס אזויווי טייער? מ'קויפט וואס מ'קען!
מיר באדערד שוין לאנג פארוואס יעדע שנה ראשונה ראצער דארף א דיינינג רום. שבת און יו"ט עס מען סייווי נישט אונדערהיים און ביי די טיים מ'עסט יא אונדערהיים דארף מען שוין מופן ווייל די דירה איז צו קליין אדער די ליעס איז אפגעלאפן. די סיבה פארוואס מ'דארף די דיינינג רום איז אז מ'זאל האבן ווי צו לייגן די פורניטשער. אפילו שפעטער ווען מ'ניצט יא די דיינינג רום איז אויך א גרויסע לוקסוס עס צו האבן. מ'בויעט די דירות אזוי אויסגערעכענט יעדעס אינטש כדי ס'זאל בלייבן א שיינע דיינינג רום ווי מ'וואקט נישט אריין משבת לשבת כדי נישט צו צעקראצן די פורניטשער. מאכטס ענדערש א מער בעל בתישע קאך און אביסול גרעסערע צימערן וואס עט צוגעבן הרחוות הדעת.
פארדריי די דיר דיין קאפ
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

שיקט מען ארום חברים און קרובים זאלן זיין א יושב ראש (זיצט אויפ'ן קאפ בלע"ז)


:lol: :lol: :lol: :like :like :like
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמעקעדיג האט געשריבן:דאס ווייב בעט זיך פאר געלט און דער מאן חובות'ט זיך אן

האט איינער גזאגט אזוי: בדורינו ליידן א גרויסע פראצענט פון OCD, דאס הייסט אזוי: די ווייב זאגט א גאנצן טאג "איך דארף געלט, איך דארף געלט, איך דארף געלט, איך דארף געלט... און דער מאן ענטפערט כ'האב נישט, כ'האב נישט, כ'האב נישט כהאב נישט...

שמעקעדיג האט געשריבן:נעקסטע באמבע: בוירט קאנטראל מוז ווערן א פאקט ביי אונז!! פרי' ורבי' איז נישט ביהרג ואל יעבור, דעם דיין זאלסטו פרעגן ווען מ'הויבט אן זאגן ותן טל ומטר. דיני נפשות דארף מען פסק'ענען מיט א בית דין של כ"ג! עס איז היינט מער נישט קיין שאלה פון הל' פרי' ורבי' אדער בעניני מסורה ובטחון. עס איז ריין פיקוח נפש! וספק נפשות להקל. אין הל' שבת שטייט אז מ'מעג מחלל שבת זיין אז א פרוי זאל נישט משוגע ווערן. זאל זיין וואס עס וועט זיין, אבער האמת ניתן להיאמר, דער אמת מוז געזאגט ווערן! מיר האבן שוין דעם פראבלעם גענוג מאל אויסגעשמועסט אין שטיבל ותדרשנו משם, אז עס איז נישט פאראן קיין געלט, נישט פאראן קיין דירות, נישט פאראן קיין פלאץ אין די ישיבות, און פארט ווערן טעגליך געבוירן טראק-לאודס מיט קינדער קע"ה אן קיין רחמנות, אן קיין רואה את "הנולד" (תרתי משמע), און ווען דער פאטער דערזעט זיך שפעטער אין לעבן מיט א דאזען קינדער און ער ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דעם נעקסטן דאלער, רייסט ער זיך די האר פון קאפ, אבער דאן איז שוין צו שפעט! דאס בעסטע וואס מען קען דאן טון איז... ווידעראמאל מאכן א טיי אווענט, און אפשר אויך לייגן עיוהכ"פ נאך א פושקע נעבן די איבריגע 150, כולי האי ואולי וועט אריינפאלן נאך א קוואדער...

דאס האבן אזויפיל קינדער, ברענגט אסאך שוועריגקייטן, בפרט אין א פיצעלע שטוב. חוץ די פינאנציעלע פראבלעמען, איז עס גורם אז מען זאל זיך נישט קענען אפגעבן מיט יעדן קינד מיט די אטענשאן וואס זיי פארדינען ערליך. און דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער, עס ברענגט שפעטער פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, מענטאל און פיזיש.

דאס איז נישט סתם א "נעקסטע באמבע" דאס איז די באמבע! דא ליגט דער הינט באגראבן! הפך בה והפך בה דכוליה בה! הער גוט צו, מר. שמעקעדיג, וואס אן אלטער איד א בא בשנים גייט דיר יעצט זאגן :
ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין טויש און אונזער צוגאגנג צו פצצו ורבו גייען זאכן ווערן ערגער און ערגער פון יאר צו יאר און וויפיל תקנות און שטעטעלך די וועסט בויען וועט עס זיין כטפה מן הים. און ווייטער איינמאל עס וועט יא געשעהן דעם קליינעם טויש וועלן רוב רובו פון די פראבלעמען וואס די האסט אויסגערעכנט אוועקפאלען אזווי די זעכצן קשיות נאכן רבינ'ס קרעפל פשעטיל תירוץ.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

שמעקעדיג ושאר המגיבים שיחיו

האסט גוט ארויס געברענגט די פראבלעם, אבער עס האט גארנישט מיט אונז אידען סיסטעם וכו'.

ווען מען שטאדירט די מיליאנערען אין אמעריקא איז עס רובא דרובא מענטשען וואס זענען נישט קיין ספענדערס, פרוגעל בלע"ז.


מענטשען וואס זענען ספענדערס זענען נישט גבירים אפילו זיי פארדינען האלב מיליאן דאלאר א יאר האבען זיי נישט אין די באנק מער פין צען פיפצען טויזענט דאלאר.

און דער "פראבלעם" איז חוזר חלילה אין גאנץ אמעריקא, דער ערשטער דור אימיגראנטען זענען שווערע ארבייטער וואס פארדינען און שפארען און לייגען אוועק און שיקען די קינדער אין קאלעדזש, די קינדער פארדינען שיין און לייגען נישט אוועק קיין פרוטה, און דער דריטער דור איז סתם [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].


און אזוי איז ביי אונז.

דער אמעריקאנער מציאות און עקאנאמיע באשטייט אויף דעם אז יעדער זאל אויסגעבען כל מה שיש לו ועוד, און דער וואס קען זיך מתגבר זיין אויף דעם און לעבען באשיידען און נאר אויסגעבען אויף וואס ער מוז באמת, אשרי לו ואשרי חלקו, קוק אים אהן וועסטו זעהן אז ער איז רייך מיט היבש געלט אין די באנק, און העי, ער גיבט אפילו נישט קיין ניקעלס פאר יעדעס עובר ושב.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
stuck
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך stuck »

[justify][tag]שמעקעדיג[/tag], דיין ארטיקל איז איין שטיק אמת און הארץ-וויי, אזש ס'קומט מיר טייכן טרערן ביים ליינען.

איך האב אבער א צווייטער פראבלעם ואין מושיע לי. ס'כאפט א שוידער ווי דורך געפוילט און קרופטירט אונזער געזעלשאפט איז. ס'לאזט זיך נישט גלייבן אין וועלכער בארבארישער קולטור מיר זענען פארכאפט. און לאמיך מיר מסביר זיין.

איך האב קיין גרויסע הוצאות נישט, ווייל כ'בין רעלאטיוו א אינגער אינגערמאן. מיין אידענע ארבעט, איך לערן מיט בחורים און מיט אביסל הילף פון די עלטערן שטיפט מען עס דורך. נישט לאנג צוריק האב איך געכאפט א שמועס מיט מיין אידענע וועגן אפיציעל גיין טרעפן א פרנסה. ס'איז מיר נמאס געווארן די מאגערע באנק-אקאונט און קארגע לעבנסשטייגער וואס איך בין געצווינגען צו לעבן.
איך רעד אזוי מיט מיין ווייב, און גלייבסט מיר, כ'האב שיעור נישט געכאפט א נערווען בראך. דא האלט זי אין איין טענה'ן אז פרויען זענען נישט געמאכט צו ארבעטן, זי הערט נישט אויף האקן אויף די אזוי גערופענע "כולל שטיפערס" וואס זיצן מיט די פיס ארויף און טוען גארנישט. און דא, ווען כ'ברענג ארויף די געדאנק פון טרעפן א דזאב, ווערט זי מיר פלוצים אינגאנצן קווענקעלדיג. איצט, איך קען גוט מיין ווייב, זי דארף מיין לערנען אין כולל (צי לערנען מיט בחורים) א לאך אין קאפ. זי דארף עס נישט קיין כי הוא זה. מצידה, וואלט זי מיר געשיקט ארבעטן נאך אין די שבע ברכות. נאר וואס דען? די פרענדס וועלן רעדן, די שוועסטערס מאן לערענט נאך, איר מאמע וועט קרימען מיט די נאז (הגם זי שעלט אויך אז כ'לערען אין כולל אנשטאט ארבעטן). רבותי, איר כאפט וואס דא טוט זיך??? ווען מ'לערענט האט מען טענות, און אז מ'וויל שוין יא גיין ארבעטן איז עס א גאנצע אפקומעניש!

גאט אין הימל וואס וועט דא זיין???

מען בינט אונז צו אונזער הענט מיט שטריק!!! אנטשאט אויסניצן די וויכטיגסטע יארן, ווען מען האט נישט אזוי פיל הוצאות און פרובירן אוועקלייגן געלט, פירט מען אונז ווי קעלבלעך צום שחיטה! רבותי, איך וויין! יא, איך וויין!! וואס וועט דא זיין?! ווער פונקטליך וועט חתונה מאכן מיינע קינדער?! די פרענדס? די שוויגער? דער ראש הכולל?

ביז ווי לאנג חסיד'ישע אידן וועלן נישט אויסגיין ווי פליגן אין די גאסן וועט מען זיך נישט אויפוועקן?? שומו שמים!!![/justify]
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

A man can't ride your back unless it's bent.

Martin Luther King, Jr.

סטאק, די power איז אין דיין הענט. אז דו ביסט ביזי טראכטן וואס דיין שוויגער זאל זיין געזונט וויל, בינדסטו זיך אליין מיט שטריק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סטאק, במר נפשי אבקש, גיי נעם א זשאב היינט, האסט נישט אזויפיל הוצאות, קענסט זיך לערנען א פאך, אוועקלייגן אביסל געלט, אנהייבן דיין לעבן מיטן רעכטן פוס.
פליז, איך בעט דיך ברחמים, פאלג מיך, רעד נישט דערוועגן ווייל סוועט עס מאכן קאמפליצירט, טו צו דער זאך, קום אהיים איין טאג מיט א קאנטארקט כזאג דיר יעדער וועט זיך פרייען צו דיר.
זייט נישט קיין צועק לשעבר.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

@stuck

Listen to the old man
Just get dressed and and go, get a job, learn a trade, and most of all feel happy that you can do it

Hatzlocha Mariba
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

מר. סטאק

פאר דיר איז פארהאן א עצה פשוטה, זאג אז די ברויכסט נעמען נאר א צייטווייליגע ארבייט וואס עס האט זיך פינקט געמאכט א גיטע אפערטוניטי, ממש נאר פאר פיר וואכן, איינמאל זי וועט זעין אז די וועלט גייט נישט אינטער, נאר פינקט פארקערט עס איז דא אביסל אייגען געהארוועטע געלט, דערנאך זאג איר אז די גייסט ציריק צי כולל, וועט זיין ווינדער אז די וועט דיר בעיטן בתחנונים גיי ארבייט.

מיין פערזעינליכע עצה צי דיר איז אז די זאלסט טאקע נישט זיכן קיין ארבייט, נאר גיי אין כולל אנשטאץ זיצען אין סקיסע מיט א איד בלאט אדער טריפענע כלי אויף ק"ש, נעם דיר א ביך אויף אקאנטינג אדער אויף אין דיזיין אדער סיי וועלכע טעימע עס ציעט דיר, אפילו א גיטע ביך אויף סעילס אדער ביזנעס מענעדשמענט, אדער ריעל עסטעיט, קאנסטראקשן, אדער וועפ זייט מענעדשמענט, עמעזאן סעללער סענטראל פאר דאמי'ס, קאמפיוטער פראגראמינג, לערן זיך עינגליש ספעלינג לערן זיך רעכענען, די אפציעס זענען עקלאוז, אזוי אז ווען די צייט וועט זיין רייפ וועסטו נישט האלטן ביי אלף, ניץ אויס די צייט, פארפאס נישט די זעלטענע געלעיגענהייט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

והשתא דאתית להכי, מישט אויף דעם אשכול און לייענט אדורך מתחילתו ועד סופו, אפשר וועסטו קלוגער ווערן.

viewtopic.php?f=4&t=3357

צווישן אנדערע, שרייב איך דארט ווי פאלגענד:

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האלט שוין א היבשע פאר יארן נאך די חתונה, מיט א שטוב מיט קינדער ב"ה, כנהוג בתוכינו, מיט דאגות הפרנסה אויכעט. היינט-צו-טאגס האב איך געוויסע חלומות אין קאפ מיט וועלכע פאך איך וויל ארבעטן, וואו מיינע כשרונות שטעקן, אבער עס נעמט צייט און געלט צו פותר חלום זיין און אנצוקומען אהין, און עס טוט מיר שרעקליך וויי אז איך האב נישט געהאט מיין היינטיגע שכל גלייך נאך די חתונה, איך וואלט היינט געקענט זיין א איש מוצלח (בדרך הטבע) ווען מיינע פלענער ארבעטן זיך אויס.

היינט האב איך א פול-טיים דזשאב, פון וועלכע איך בין נישט איבריג צופרידן, נישט מיין ליניע און נישט פאר מיינע כשרונות, קיין גרויסע סיפוק שעפ איך נישט דערפון, און פרנסה איז אויך שוואך, אבער זייענדיג פארנומען קען איך נישט אצינד זיך גיין לערנען און אינוועסטירן צייט און געלט (ביידע וואס איך האב נישט) זיך אויפצוארבעטן מיינע כשרונות.

א שאד אז אונזער סיסטעם לייגט אריין געוואלדיגע יגיעות אין די בחורים זיי זאלן זיך פארהערן מסכתות אין ש"ס, באמת זייער חשוב, אבער פלוצים מאכט מען אים חתונה פון איין טאג אויפן צווייטן, און מען שטופט אריין דעם פרישן יונגערמאן אויף גרויסן ברויזענדן ים, אויף גאט'ס גרויסע וועלט, און מען לאזט אים אליין זיך אן עצה געבן, אן קיין הילף אדער אדווייס. פארוואס זאל נישט זיין אן ארגעניזאציע וואס באגלייט א יונגערמאן נאך די חתונה ביז ער סעטלט זיך? דאס איז נאך אפשר וויכטיגער ווי אלע גמ"ח'ן וועלכע פארבארגן הלוואות שפעטער ווען מען פלאגט זיך שוין. מען קען דאס לכתחילה פארמיידן.

ממילא פאר די אלע אינגעלייט צו וועמען איך רעד, זאג איך כסדר, יעצט איז די צייט! טראכט אריין פאר א שטיקל צייט וואו ליגט דיינע טאלאנטן, וואס וואלסטו געוואלט זיין, וואס האסטו אלס קינד שטענדיג גע'חלומ'ט צו זיין ווען דו ביסט א גרויסע טאטע? ערגעץ דארטן אין די געגנט ליגט דיין הצלחה, לאז דיך אריין דערין, אויב עס פעלט אויס, בארג דיר דאס ביסל געלט און לערן דיר אויס, שמועס מיט אנדערע פראפעשאנעלס אין דעם פאך, לייען בוכער, טוה וואס דו קענסט צו ווערן לכה"פ א שטיקל מושלם, וועט דיר שפעטער בעז"ה גיין גוט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

געוואלדיג!!! דאס איז לדעתי די צווייט בעסטע ארטיקל אין ק"ש. כ'האב ארויסגעפרינט עטליכע קאפיעס און מ'גייט עס פארשפרייטן. שמעקעדיג, דיין קוראזש און דרייסט צו שרייבן דעם אמת איז צום באוואונדערן.

איך וויל נאר צולייגן נאך איין עצה, אז מ'זאל חתונה האבן שפעטער, ווען מ'איז שוין מער מעטשור און מ'האט עפעס אן אהנונג וואס מען וויל טון מיטן לעבן, און ווי אזוי מ'גייט לעבן. אבער, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, רוב פון די עצות קענען נאר אויסגעפירט ווערן אויב די ציבור וועט עס טון אינאיינעם. די איינציגסטע עצה וואס איז תלוי ביד כל אחד ואחד מכם איז בירט קאנטראל.

[tag]קאווע טרינקער[/tag], לעבסט אין א באבעל. Just saying.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אלזא, נאכן ליינען די לעצטע פאר תגובות, גייט ארויף די קומענדיגע עצה אויף מיין ליסטע: אראפ מיט די כוללים. אודאי זאלן בלייבן עטליכע כוללים פאר אחד היוצא להוראה און נפשו חשקה בתורה, אבער די איבריגע זאלן גיין ארבעטן למחרתו פונעם שבע ברכות. די כוללים זענען א צייט פארברענג פאר רוב יונגעלייט וואס בלייבן אן תורה און אן סחורה און טוען עס בלויז לשם... די שווער אדער שוויגער'ס שיינע נאמען. עס קאסט א געוואלד אויפצוהאלטן, געשנארטע געלט וועלכע וואלט געקענט גיין פאר הכנסת כלה, ס'גענוג ווייטאג אז מען לערנט נישט די בחורים, גייט מען און מען איז נאך מוסיף חטא על פשע און מען פארשיקט דעם יונגערמאן אין כולל ווי ער איז נישט צו גאט און נישט צו לייט.

קיין וואונדער אז סאטמאר רב האט נישט גורס געווען דעם גאנצן ענין פון כוללים.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט