איך האב א פראפאזיציע פאר די הנהלה פון קאווע שטיבל. זייער אסאך מאל קומט דא פאר גאנצעטע קריגערייען אין ענינים וועלכע אנבאלאנגט סאטמאר, אנגעהויבן פון די כינוס כלל ישראל (ווער געדענקט נאך?) ביז די עלעקשאנס און די מסע המלכות פון מהרי"י, ביז צו די התאחדות מיטינג איבער מציצה בפה, און די עולם נעמט זיך טענה'ן אהין און צוריק און נייע ניקס ווערן געעפנט לכבודם פון די צדדים און ס'גייט א רויך. די פראבלעם איז אבער אז ס'ווערט שווער צו האלטן קאפ ווער איז ווער, מ'ווייסט נישט הלנו אתה אם לצרינו. מיין הצעה איז אז ביים איינשרייבן זאל מען אחוץ די ניק און די אימעיל אדרעס אויך דארפן שרייבן די פאליטישע אריענטאציע. פארשטייט זיך אז די אחראים וועלן דארפן האלטן אן אויג אז מ'שרייבט דארט אמת. אויב איינער וועט שרייבן אז ער איז א-פאליטיש און דערווייל נעמט ער אייביג נאר די ארונישע צד וועט מען דארפן טוישן זיין פראפיל וכן הלאה.
אויב די הנהלה וויל נישט זיך צושטעלן צו די פראפאזיציע, איז דא נאך אן עצה. מען קען עפענען א ספעציעילן אשכול, ווי די פאליטישע אריענטאציעס וועלן דאקומענטירט ווערן. יעדער וועט קענען שרייבן וואס זיין אריענטאנציע איז, און ווען אימער מ'וועט האבן א ספק וועט מען קענען דאס אויפקוקן.
פראפאזיציע: פאליטישע אריענטאציע אינעם פראפייל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך פרוביר פונקט פארקערט, צו אפשאצן א תגובה אן געדענקן וואס דעם חבר'ס פאזיציע איז געווען נעכטן. מ'אדאפטירט א "פריטשינג טו די קווייער" עדיטוט, אז מ'הערט נאר וואס מעטשן פון מיין סארט זאגן. מ'לייגט זיך אריין אין א ווידערקול שטיבל ווי מ'הערט זיך איבער אויפן מייקרעפאן. מ'קלאפט זיך איינעם דעם צווייטן אין ריקן און מ'מיינט אז יעדער האלט ווי מיר.
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
וואלט נישט די בעסטע זאך גיווען דא נאר צו דעדן ווי נארמאלע מענטשן אהן אראפרייסן דעם צווייטנס קאפ און נישט יעדעס מאל איינער דערמאנט נאר עפעס וואס קען האבן א זייטיגע עפעקט אויף איינעם וואס איז אין איינע פון די קהילות דארף ווערן א פרישע דין ודברים אויף די גאנצע סאטמארע מחלוקה,
עס קומט מיר אויס צו גיין אין מקוה (ווי אויך דאווענען) און איינע פון די סאטמארע שטיבלעך, פאליטיק הערט מען אין מקוה ווי אויך גלייבט מען און הערט מען סייווי נאר וואס מען וויל, איז טאקע מער נישטא מער פון וואס צו רעדן אז מען מוז זיך א גאנצן טאג נאר ארומרייסן איבער דעם איינער דעם צווטן איבער שרייען אז ס' קען זיך דאכן אז מ' וועט הערן נאר דיין שטימע גיין זיין א עולם התיקון
עס קומט מיר אויס צו גיין אין מקוה (ווי אויך דאווענען) און איינע פון די סאטמארע שטיבלעך, פאליטיק הערט מען אין מקוה ווי אויך גלייבט מען און הערט מען סייווי נאר וואס מען וויל, איז טאקע מער נישטא מער פון וואס צו רעדן אז מען מוז זיך א גאנצן טאג נאר ארומרייסן איבער דעם איינער דעם צווטן איבער שרייען אז ס' קען זיך דאכן אז מ' וועט הערן נאר דיין שטימע גיין זיין א עולם התיקון
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
עס איז ממש געווארען א גרויל אפאר אשכולותן דא וואס שטויסט זיך כסדר אן אין דעי זעלבע פאר חסידות-פאליטשער ענדלאזזע שטרוי קייענדע דעבאטעס, צי ס׳איז בנוגע וואלען צי ס׳איז בנוגע די צייטונגען וכו׳, איך וואלט געבעטען די הנהלה צו מאכען אן אנקעטע ביים עולם אויב מען איז אינטערעסירט אין די סארט געהיידפאקטעריי, אויב דער עולם איז נישט אינטערעסירט זאל מען עס זאפארט אפשפארען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מיר גרוילט עס אויך, אבער איינער פון די זאכן פארוואס דער עולם קומט צו אונזער קאווע שטיבל איז ווייל דא לאזט מען יעדם אויסרעדן, ביי איינעם איז עס פאליטיק, ביי א צווייטן 5 ווערטער אשכולות. איך גיי טאקע נישט אריין אין דעיע אשכולות, ס'דא פלענטי אנדערע אשכולות וואס זענען יא צו מיין אפעטיט.
די רביזכסיגנליינו פלעגט אפט זאגן:
"I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"
(Evelyn Beatrice Hall)
די רביזכסיגנליינו פלעגט אפט זאגן:
"I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"
(Evelyn Beatrice Hall)