די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@כוכב, עס איז זייער שיין צו הערן די מעשה מיט'ן סקרוך, אבער קיין סאך אינפארמאציע גיט דאס מיר נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
דאכט מיר אז מיין תגובה האט אינפארמאציע אויך (טייל עקסקלוסיוו, די מעשה מיט די הויז אין בעל הארבער האב איך געהערט פון ר' משה יאזאפאוויטשעס קינדער פאר וועמען דער רבי פלעגט פארקויפן די הויז) און די סקרוך ביינער דממה דקה געבן בלויז צו צום אויטעטישקייט וויאזוי זאכן האבן זיך אפגעשפילט.
# וואטעווער, גיי לערן מיט א לעיקוודער ברטנורא

- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל
די ציניישקייט סארקאזים און ליצנות דא אויף סאטמאר רב איז צופיל פאר א חסיד צי דערהייבן.. מען מאכט שוין באלד מיט אים וואס "פון דא און פון דארט" און דער איד, טוט מיט די מדינה..
אבער ערענסט גערעדט, יאיר, קום ארויס קלארער, סאיז אביסל שווער צי פארשטיין ווען די שרייבסט אלעס סארקאסטיש.
הוגה זאגט קלאר וואס ער האלט, אז סאטמאר רב איז געווען גאר א הייליגע איד, נאר ער האלט אז ער איז דאך געווען א מענטש, נישט קיין מלאך, ממילא שטימט די אלע זאכן וואס מען שרייבט אויף אים. אבער ווי איך האב שוין ערווענט אויב אנאלזירן כאראקטערן פון גדולים לויט אונזער פארשטאנד, און ציגיין דערצי מיט לאגיק, אן פארשטיין אז כי גבהו מחשבותיו ממחשבותינו, און אהן ציגיין אז נישט אלעס פארשטיי איך, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך צי ממשיך זיין און אנאלזירן אנדערע גדולי ישראל מיט א פראקטישען בליק.
אבער יאיר עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צי הערן פון אזא אינטעלעגענטע קלוגע ניק ווי דיר, דיין מיינונג און בליק אויף סאטמאר רב ז"ל, פון דיינע תגובות דא שיינט אז בגשמיות איז ער געווען א אומבאלאנצירטער מענטש, איינער וואס האט מורא געהאט פון א קלוגע איד, זיין גילטי קאנטשעס האט אים געטריבען אויף גאר גרויסע באשלוסען, ברוחניות איז ער געווען א היפאקריט, ער האט גארנישט אויפגעטוהן, דאס איז וואס איך האב נאר באגעגנט און די איינעם אשכול. איך וואלט געוואלט הערן דיין מיינונג אויף אים בככליות און נאכדעים איז גרינגער צי דן זיין פרטים אויף זיין יחידותדיגע לעבן, צי האלטסטו בככל אז ער איז געווען א לץ א שוי שפילער, צי איז ער געווען א ערענסטע איד? צי איז ער געווען א ת"ח צי ער האט סך הכל געקענט אביסל טייטעלבוים סטייל פשעטלעך? .
ווי איך האב שוין געשריבען ביי א אנדערע נושא איז רוב פלוגתות הא בהא תליא, און ביידע פון אונז קענען זעהן די זעלבע פאסירונג, און אונז קענען עס ביידע אפטייטשען אנדערש, און סאיז נישט פשט אז איך בין א חסיד שוטה פארן עס פארענטפערן, און דער אונטערהאקער איז א שונא, נאר די שריט ווענדט זיך באמת צי דער איד מיינט את אמתדיג צי ער טוט עס מיט זייטיגע חשבונות,
עס וואלט כדאי געעוען אויב די קענסט מער עלאבעאירן דיין מיינונג אויף דעים איד, איך בין זעכער אז סאיז געבעסט אויף ידיעות און פאקטן.
חוץ אויב די ביסט בכלל מסופק אויף די מושג פון העכערס, און דיינע ווערטער עפלייען לאו דוקא דעים סאטמאר רב...

גיי לערן מיט א כוכב. איך פראביר דא צו פארשטיין וויאזוי דער רבי'ס הנהגה איז אנגעגאנגען אין די נישט געזונטע יארען. שמערל זאגט ער האט בערך רעזיגנירט פון די הנהגה. סודני זאגט ער איז געווען דעפרעסט און אז דאס איז ידוע אין סאטמער (איך האב זיך אסאך געדרייט ארום סאטמער ולא שמעתי מזה, אבער אינו ראיה), פארציילסטו אז מעשה ער האט געהייסען מאכען אן אפשערען לג בעומר, פארשטיי אליינס דאס איז נישט קיין גרויסער גאונות פון א פסק אדער אחריות צו נעמען, און איז כמעט נישט משנה דא בכלל, עס ווערט נאר אינטערסאנט מיט די סקרוך אין די ביינער, דאס איז אינטרעסאנט און אוטענטיש פאר א חסיד אבער פארשטייסט אז מיר גיט עס נישט קיין סאך צו. איך ווייס אז דער רבי האט אויפגענומען מענטשען אין די יארען אמאל באיזשהו אופן, די שאלה איז נישט דאס.
לגבי בעל הארבער גלייב איך דיר, עס איז אבער אויך נישט די פוינט צו וועם די הויז האט באלאנגט אדער אויב איז עס א מאדערנער געגנט.
לגבי בעל הארבער גלייב איך דיר, עס איז אבער אויך נישט די פוינט צו וועם די הויז האט באלאנגט אדער אויב איז עס א מאדערנער געגנט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
תמים, ביסט כשר גערעכט. נאר ס'איז פשוט אסאך גרינגער און באקוועמער צו ווארפן ליצנות'דיגע זאצן וואס קאסטן ווייניג כח און צייט ווי זיך אראפצוזעצן שרייבן א גרונטליכע אנאליז. אבער אין קורצן: איך האלט נישט אז דער סאטמארער רבי ז"ל איז געווען א לץ אדער היפאקריט, ער איז קלאר געווען א גדל'ישער מענטש. אבער ער איז געווען א קאמפליצירטער כאראקטער, און בעת ביי א פשוט'ער מענטש זעט זיך דאס נישט אן פונדרויסן, אויסער ביי זיינע נאנטע מענטשן, איז דאס ביי א גדול בולט אויף יעדן שריט זיינעם. איך האף נאכצופאלגן מיט א לענגערע תגובה כשיספיק הזמן. סטעי טונד...
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל
יאיר האט געשריבן:תמים, ביסט כשר גערעכט. נאר ס'איז פשוט אסאך גרינגער און באקוועמער צו ווארפן ליצנות'דיגע זאצן וואס קאסטן ווייניג כח און צייט ווי זיך אראפצוזעצן שרייבן א גרונטליכע אנאליז. אבער אין קורצן: איך האלט נישט אז דער סאטמארער רבי ז"ל איז געווען א לץ אדער היפאקריט, ער איז קלאר געווען א גדל'ישער מענטש. אבער ער איז געווען א קאמפליצירטער כאראקטער, און בעת ביי א פשוט'ער מענטש זעט זיך דאס נישט אן פונדרויסן, אויסער ביי זיינע נאנטע מענטשן, איז דאס ביי א גדול בולט אויף יעדן שריט זיינעם. איך האף נאכצופאלגן מיט א לענגערע תגובה כשיספיק הזמן. סטעי טונד...
wow איים ריעללי טונד!!
איך האב הנאה אז מיין תגובה וועט דיר ברענגען עס צי טוהן... ווייל ווי איך האב מיר פארגעשטעלט ביסטו צי קלוג סתם צי שיסן און באמת האלטן וואס די שרייבסט סארקאסטיש, און סאיז נישט אויסגעהאלטן צי לאזן דיין מיינונג אזוי ביליג אויף א גרויסער מענטש, סתם וויל די ווילסט אביסל אראפקילן די סאטמערע תמימים..
אבער איך בעט דיר איין זאך פינקט ווי די פארלאנגסט פון די סאטמורים אביעקטיוויטי אויף דעים איד, און נישט לאזן די פארטייאישע אינטערעסן בלינד מאכן די אויגן קעגן פאקטן, בעט איך דיר אויך ווער נישט געטריבען מיט קיין אגענדעס, צי מיט אנגעגעסענקייט צי פון אינדרויסען פון סאטמאר, צי נאך ערגער פון א געוועזענע סאטמערע וואס איז אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם און אויף גאר אסאך זאכן טאקע מיט רעכט, זיך נישט ארויסציברענגען נאר די אנדערע זייט דאס האסטו שוין גענוג געטוהן, שרייב וואס די האלטס אמתדיג אויף דעים גדול, עס וואלט מיר געווען גאר אינטרעסאנט, איך האב שוין באגעגנט גאר אסאך יודן בארץ ובחו"ל פון אלע שיכטן און קרייזען, און געהערט זייער בליק אויף דעים גדול, עס וואלט מיר געווען גאר אינטערעסאנט צי הערן פון מורינו [tag]יאיר[/tag]
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב יעצט אפאר מינוט צייט, וועל איך אפשרייבן וואס איך טראכט אויף סאטמאר רבי.
איך מיין אז לית מאן דפליג אז דער רבי איז געווען (אין געוויסע הינזיכטן) א קלוגער פראקטישער מענטש, און אין צוגאב איז ער באשאנקען געווארן מיט גרויסע טאלאנטן פון הנהגה, כאריזמע און כח הדיבור וכו'. עס וואלט געווען מסתבר אז אזא מענטש זאל אויפשטעלן איינער פון די שטערקסטע און מערסט באפעסטיגטע ארטאדאקסישע קהילות - און ער האט טאקע דאס געטון. אבער למעשה, אז מען באטראכט דעם מענטש שטעלט זיך ארויס מאדנע סתירות. ווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט? אויב איז ער געווען אזא פראקטישער און צינישער מענטש וואס האט געהאלטן אז נשתכח דרך הבעל שם און געלאכט פון סיפורי צדיקים, פארוואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע רביסטעווע וואס האט סתם צוגרונד געלייגט זיין חסידות און עס פארוואנדלט אין א סטאדע שאף? אויב האט ער טאקע געהאלטן אז ער איז א פשוט'ער בשר ודם, און דאס האט ער געפרעדיגט, ווי אזוי איז מעגליך אז זיינע אייגענע חסידים האבן אים פארוואנדלט אין אן עבודה זרה?
אלזא, צו פארשטיין די מיסטעריע קלער איך אז סאטמארער רב האט געהאט צו גרויסע שיך וואס האבן אים נישט געפיט. זיינע כשרונות און טאלאנטן זענען נישט געווען איינשטימיג מיט זיינע פסיכאלאגישע שוואכקייטן. ער האט נישט פארמאגט די נפשיות'דיגע שטארקייט וואס אזא מענטש דארף האבן צו קענען ארויסטרעטן מיט זיין אייגענע שיטות אויף א רואיגער, געלאסענער פארנעם.
משל למה הדבר דומה, דער איד וועלכער קומט אריין אין בית המדרש און הערט איינעם רעדן אויף זיין רבי'ן, און ער לויפט צו צו אים און ער הייבט אן מאכן קולות און פארפירן און ער שטאפט צו די אויערן נישט צו הערן חלילה די ווערטער אויף זיין היילגער רבי. עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער איז א געוואלדיגער חסיד פון זיין רבי'ן, אבער דער אמת איז פונקט פארקערט, צוליב דעם וואס ער אליין ווייסט אז זיין רבי האט חסרונות, פעלט אויס צו מאכן די אלע געוואלדעווען און פארפירן כדי צו אפשטילן דעם אייגענע קול פון מרידה וואס בורזשעט אין זיינע אויערן.
מיט דעם הושענה רבה משל ווערן אלע קשיות פארענטפערט. עס איז נישט קיין סוד אז דער סאטמארער רבי איז געווען א גרויסער פחדן, ער האט מורא געהאט צו פארן אויף אן עראפלאן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אן זיינע נאנטע מענטשן, ועוד. א מענטש וואס איז נישט פסיכאלאגיש אויסגעבויט, און ער פארמאגט אזעלכע כשרונות, דאן קען ער עס נישט דערהייבן און ער ווערט אינגאנצן ווילד און צולאזט און ער פארלירט דעם שכל. ווען דער רבי האט אזוי פארפירט אויף ציונות האט ער באמת זיך געשלאגן מיט זיין אייגענע ציוני ביי זיך אין הארץ (דער רבי איז געווען א גרויסער חובב ציון). דער רבי האט געמוזט ערפינדן מאדנע פלפולים, געבויט אויף מהר"ל'ס און כלי יקר'ס, פארוואס די בחירות זענען יהרג ואל יעבור, ווייל כדי אפצושטילן ביי זיך דעם אייגענעם פחד פון ציונות האט ער געמוזט ארויסגיין דערקעגן אזוי שארף ביז ער האט זיך בארואיגט.
א מענטש וואס איז באמת רואיג און זיכער מיט זיין שיטה דארף נישט פארפירן טאג און נאכט דערוועגן, און דארף זיך נישט טענה'ן דערוועגן מיט יעדן גדול וואס ער טרעפט. (פארשטייט זיך אלעס כדי די וועלט זאל איינזען דעם אמת, איי דאס זענען שטענדיג די זעלבע מענטשן וואס זיצן ביי שלשידעס תורה וואך איין וואך אויס?). דער חזון איש איז נישט ארומגעלאפן אין די גאנצע וועלט שרייען אז אידן אין יאפאן עסן יום כיפור, ווייל טראץ דעם וואס ער איז געווען אזא צוריקגעצויגענער און שטילער מענטש, איז ער געווען זיכער מיט זיין מיינונג. דער סאטמארער רב, מיט זיין גאנצע טאראראם, האט נישט פארמאגט די שטארקייט זיך אראפצוזעצן אין זיין ווינקל מיט א רואיגקייט און זאגן זיין מיינונג ווי א נארמאלער מענטש, אן ווילדע גוזמאות פון זיך ביקן צו צלמים און יהרג ואל יעבור'ס.
א ברייטער מענטש ווי אים וואס האט נישט מורא געהאט צו געבן געלט פאר חינוך עצמאי און צו פארברענגען געמיטלעך מיט חברי הכנסת וואלט געדארפט וויסן בעסער ווי צו שאפן אזעלכע עקסטרעמיסטישע שיטות, אבער אז מען פארשטייט אז ער האט זיך אליין געמוזט באפרידיגן זיין הארץ, און ארויסגעבן זיין פחד אויף דעם אופן, דורך באטיטלען יעדן איינעם וואס נויגט אפ פון זיין אייגענע מיינונג אלס א כופר בעיקר, באקומט די גאנצע זאך אן אנדער בילד.
מהאי טעמא האלט איך אז ער האט מורא געהאט פון קלוגע מענטשן. טאקע וויבאלד ער איז געווען גענוג ברייט צו פארשטיין אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביים חתם סופר און צאנזער רב, האט ער זיך געמוזט באפעסטיגן מיט מענטשן וואס פרעגן נישט קיין קשיות און זענען נאאיווע חסידים, נישט נאר כדי צו אויפבויען א זיכערע באזע פון מענטשן וואס קויפן אלעס אפ בלינדערהייט פון אים, נאר אויך כדי צו זיין זיכער אז ער ווערט נישט אוועקגעשלעפט, און זיינע אייגענע מענטשן כאפן נישט ווי ווייט זיין ציניזם גייט. און זיין ציניזם איז געגאנגען גאר ווייט.
א קלוגער איד האט מיר אמאל געזאגט, אז א פריוואטער מענטש האט א פראבלעם איז עס א פריוואטער פראבלעם. אז א ציבור'שער מענטש האט א פראבלעם איז עס א ציבור'שע פראבלעם. די פינגער אפדרוקן פון דעם רבי'נס שוואכקייטן זענען פארבליבן אין זיין קהילה. מענטשן וואס קענען נישט אויסהערן און אודאי נישט אקצעפטירן א צווייטנ'ס מיינונג, מענטשן וואס וועלן זיין די גרעסטע בעלי חסד און אפילו ליב האבן אלע אידן אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין זייער אייגענע תפיסה, און זענען בכלל נישט אויסגעבויט פון א פסיכאלאגישן קוק ווינקל.
אלזא, דאס איז מיין מיינונג אויף דעם סאטמאר רב בכלליות, און איך אנערקען אז עס איז גאנץ מעגליך אז איך הויב נישט אן צו וויסן וואס איך רעד. למעשה האב איך נישט געקענט דעם סאטמארער רבי'ן, איך האב בלויז פרובירט צו נאשן אביסל פון זיין ביאגראפיע און פון זיינע ספרים צו קענען ארויסהאבן דעם קאמפליצירטן כאראקטער פון דעם מענטש. אבער איך מיין אז יעדער אויפריכטיגער מענטש וועט אנערקענען אז אזעלכע גלאטע, זשענערעלייזד הערכות אויף דעם סאטמאר רב, ווי למשל אז ער איז געווען א רשע מרושע וועלכער האט בלויז געוואלט אז זיינע חסידים זאלן גיין אין די אויוונס בשעת ער ראטעוועט זיך ארויס דורך א געניטע אופן מיט א צינישע שמייכל אויפ'ן פנים, אדער אז דער סאטמארער רב איז געווען א קדוש וטהור און אזא גרויסער בעל חסד, ממילא קען זיכער נישט זיין אז ער האט געהאט נאטורן וואס האבן אים געמאכט צומאל טון דאס פארקערטע ווי חסד און צדקות, זענען זייער אויבערפלעכליך און שאצן נישט אפ דעם מענטש.

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- בשבילי!
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
יאיר שיין. לייגסט אבער אראפ דעם רבי'ן ווי זיין שיטה איז געווען זיין פערזענליכע בארואינגס פיל און נישט א דעת תורה וואס ער האט געהאלטן אז פארקערט דערפון איז נגד התורה. דו לייגסט עס אראפ ווי זיין מלחמה קעגן ציונות איז געווען זיך צו באראיגן אז ער איז טאקע גערעכט מיט זיין שיטה... ניין נאו, ער איז זיכער געווען מיט זיין שיטה גארנישט ווייניגער ווי די תורה איז זיכער אז עסן א ווארים איז אסור און דאך עס איבערגעזאגט זיבן מאל.
ער האט עס איבערגעזאגט און איבערגעחזר'ט פאר יעדן ''טאקע'' ווייל ער איז זיכער געווען דערמיט, און ער האט געוואלט ווי מער אידן זאלן זיין ערליך.

^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאיר האט געשריבן:ווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
לאמיר לערנען א משנה אין סוטה (מב:)
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר, הגפן תתן פריה, והיין ביוקר, ומלכות תהפך למינות, ואין תוכחת, בית וועד יהיה לזנות, והגליל יחרב, והגבלן ישום, ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמות סופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, והאמת תהא נעדרת, נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו, ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים.
סתם אינטרעסאנט, וואס איז געווען די חשבון פון חז"ל צו שרייבן אזוינס? האבן זיי נישט געכאפט אז מיטן שרייבן אויף די גאנצע וועלט "יראי חטא ימאסו" וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
שמעקעדיג האסט עס גענאגעלט.
שטילערהייט ווען יאיר האט נישט מורא גלייב מיר ער שרייבט עס אויך ר''ל אויף דיין מראה מקום, איך האב נאר געוואלט צוצייכענען א שטארקע פאקט וואס ברענגט יעצט אין א גרינעם דינסטיג אזעלכע העסליכע איבערפעלער אויף דעם צדיק וקדוש וואס לעבט שוין נישט בתוכינו אזויפיל יאר, געבט א קוק דא, ומשם תדרשנו פארוואס מען האט זיך סתם יעצט גענימען איבער די טעמע

- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
יאיר, דיינע שאלות זענען שאלות ווייל דו קוקסט עם אן מיט דיין בליק.
משל למה הדבר דומה, א 22 יעריגע קאלעזש סטודענטקע אויף פסיכילאגיע לאנדעט ערגעץ טיף אין א זשונגעל באוואפענט מטיט א בליי און א נאוטבוק און הייבט אן שרייבן א טעזע וואספארא אומגעהויערע פסיכילאגישע דרוק קען זיין די דראסטישע גורם אז זיי זאלן עסן מענטשן פלייש.
די פליגן, די הונגער, די נאכנאנדע פחד פון די אדני השדה, די מאומיודיגע קולות פון די היענעס, כסדרדיגע מצב מלחמה מיט אנדערע שבטים, די וועטער, מאלאריע וכו. וכו.
גראדע זענען די אלע זאכן אמת אויך...
זי פארגעסט אבער איין זאך, זייערע עלטערן האבן געגעסן, זייערע עלטערן פאר זיי האבן געגעסן, עס ברויך נישט קיין שום ספעציעלע סיבה. זיי האבן נישט אריינגעבויט קיין עקל אדער ווידערווילן דערצו אין זייער פסיכא בכלל.
איך וועל נישט צענעמען דיינע מכלומרשטע מיסטעריעס, איך האב נישט קיין נערוון און צייט, אבער קוק צוריק אויפן טיילונג און אונגארן און אויף די שטרענג ארטאדאקסישע אידישקייט מיט וואס ער איז געווארן אויפגעוואקסן. און בכלל אויף די פסיכא פון א איד וואס איז געבוירן מיט הונדערט דרייסיג יאר צוריק אין מזרח אייראפע, שאץ אים נישט אפ מיט דיינע מושכלות ראשונות. וקצרתי.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:How come ער האט נישט מורא געהאט פון זיך טרעפן מיט אגודוסטען?
גראדע, מיט רב סילבער האט ער אפגעהאקט שייכות ווען ער האט געחוזקט פון דברי חיים'ן. וזה עולה יפה.
איינמאל דאס טראכטן א מחשבה'לע לטובת די ציונים איז שוין ביהרג ואל יעבור, האט ער שוין נישט מורא געהאט אז ער וועט נכשל ווערן אין אזא הארבער איסור, פונקט ווי ווען ער טרעפט זיך מיט דעם רומענישן קייזער יר"ה צוזאמען מיט דעם קריסטליכער גלח גייט ער נישט נכשל ווערן אין אנטון דעם גלח'ס צלם (וואס איז נאר א הונדערטסל אזוי הארב ווי רעדן א ווארט עברית ).
וואס איז די מעשה מיט הרב סילווער?
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
לאמיר לערנען א משנה אין סוטה (מב:)
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר, הגפן תתן פריה, והיין ביוקר, ומלכות תהפך למינות, ואין תוכחת, בית וועד יהיה לזנות, והגליל יחרב, והגבלן ישום, ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמות סופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, והאמת תהא נעדרת, נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו, ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים.
סתם אינטרעסאנט, וואס איז געווען די חשבון פון חז"ל צו שרייבן אזוינס? האבן זיי נישט געכאפט אז מיטן שרייבן אויף די גאנצע וועלט "יראי חטא ימאסו" וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
מערצעשעם ווען דף היומי וועט האלטן ביי די גמרא וועט ונבתנה באהאנדלען דיין הארבע קשיא.
אן אינטערעסאנטע זאך, די סאטמארע האלטן אין איין שרייען אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון די אלע וואס פארגעטערן זייער רבי'ן, און אז דער רבי האט אליין געזאגט אז ער איז נאר א מענטש וואס קען מאכן טעותים, אבער ווען עס קומט למעשה וועלן די סאטמארע קיינמאל נישט טרעפן עפעס א חסרון אדער א טעות פון זייער רבי'ן.
עס מוז זיין אז זיי דערציילן דאס ווי נאך א מופת, צווישן די עקרות וואס ער האט פוקד געווען און די וואונדערליכע פסוקים וואס ער האט אויסגעלאזט ביים ליינען, האט ער אויך געזאגט אז ער קען מאכן טעותים, דערנאך האט ער זיך תיכף גענומען צו די גלגולים אין די פיש און צו איינטיילן די געלט אין באזונדערע קאנווערטן. ומי יעמוד בסוד קדושים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:
איך וועל נישט צענעמען דיינע מכלומרשטע מיסטעריעס, איך האב נישט קיין נערוון און צייט, אבער קוק צוריק אויפן טיילונג און אונגארן און אויף די שטרענג ארטאדאקסישע אידישקייט מיט וואס ער איז געווארן אויפגעוואקסן. און בכלל אויף די פסיכא פון א איד וואס איז געבוירן מיט הונדערט דרייסיג יאר צוריק אין מזרח אייראפע, שאץ אים נישט אפ מיט דיינע מושכלות ראשונות. וקצרתי.
עס פאלט דיר גארנישט ביי אז די גאנצע אלטרע ארטאדאקסישע - אונגארישע צוגאנג פון חדש אסור מן התורה און מחדש זיין פרישע שלש חמורות יעדע פופצן מינוט קומט אליין פון א קינדערישע פחד? דער סאטמארער רבי איז פשוט געווען דער culmination פון דורות לאנג וואס האבן זיך געהאדעוועט אויף די כפירה'דיגע שיטות רח"ל וואס לויטעט אז אויב מען איז מפקפק אויף די נארישסטע מנהג וועט מען צום סוף אוועקווארפן גאנץ אידישקייט. ער האט גע'ירשנ'ט א פסיכאלאגישע שוואכקייט בנוגע רעליגיע און ער האט געארבעט דערויף עס צו פארגרעסערן און פארשענערן.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
בשבילי! האט געשריבן:יאיר שיין. לייגסט אבער אראפ דעם רבי'ן ווי זיין שיטה איז געווען זיין פערזענליכע בארואינגס פיל און נישט א דעת תורה וואס ער האט געהאלטן אז פארקערט דערפון איז נגד התורה. דו לייגסט עס אראפ ווי זיין מלחמה קעגן ציונות איז געווען זיך צו באראיגן אז ער איז טאקע גערעכט מיט זיין שיטה... ניין נאו, ער איז זיכער געווען מיט זיין שיטה גארנישט ווייניגער ווי די תורה איז זיכער אז עסן א ווארים איז אסור און דאך עס איבערגעזאגט זיבן מאל.
ער האט עס איבערגעזאגט און איבערגעחזר'ט פאר יעדן ''טאקע'' ווייל ער איז זיכער געווען דערמיט, און ער האט געוואלט ווי מער אידן זאלן זיין ערליך.
אמת אז ער איז געווען איבערצייגט אין זיין שיטה, אמת ער האט געהאלטן דאס איז דעת תורה. די שאלה איז אבער, פארוואס האט ער אזוי געהאלטן? דו האסט א ברירה צו זאגן אז דער רבי האט פשוט דורכגעטון די סוגיא, און איז געקומען צו די מסקנה אז גיין צו די בחירות צו ארויסשלעפן געלט פון זיי איז ביהרג ואל יעבור ווייל מען שטיצט דערמיט די מדינה, און דערמיט איז מען מגלה דעת אז מען קען האבן א מדינה פאר משיח וועט קומען, און דערמיט זאגט מען קלאר אז עס פעלט נישט אויס מען זאל תשובה טון איידער די גאולה, און דערמיט ווערט דאס גערעכנט פונקט ווי מען וואלט געלייקנט אין די גאולה, כמבואר בארוכה בספר ויואל משה.
אבער איך האב מער רעספעקט פאר דיין רבי'ן, און איך האלט אז ער וואלט נישט געמאכט אזא פורים תורה, ווען נישט ער האט געהאט א סאביעקטיווע עמאציאנעלע געברויך פאר דעם, וואס ער האט בלויז באפעסטיגט מיט א כלומר'שטע בירור להלכה וואס קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט ווייל אין משיבין על הדרוש.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
- האט שוין געלייקט: 868 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
רייכע אשכול. אינטערסאנט, יאיר געט א פרוידיען סייקא-אנאליז אויפן רבי'ן. באוואוסט אז מענטשן האקן צומאל גאר שטארק אויף אייגען צוקוועטשטע נטיות. אינטערסאנט, טראץ אז אפשר דארף מען פאלישן די לשון נישט צו פוגע זיין בכבודו הגדול, ער איז געווען א גאר גרויסער מענטש, א תלמיד חכם מופלג ווי יעדער קען זעהן די לאנגע תורות אין דברי יואל ווי ער געדענקט אזויפיל דברי חז"ל, ספרי ראשונים ואחרונים און אייגענע שיינע כח החידוש. ער איז געווען א ווארעמער מענטש וואס האט געטראגן אויף זיין פלייצע און גע'דאגה'ט פאר א געוואלד מיט מענטשן, ער איז געווען א געוואלדיגער ירא שמים און גאר קלוגער געריבענער מענטש וכו' וכו', און עס איז נישט קיין סתירה.
איך האב געהערט פון סאטמארע געווייקטע חסידים אז דער רבי איז געווען גאר א פעדאנטער מענטש, אזא בעסערע גאטשע ווי מען זאגט, גאר א ריינער מענטש וכ'ו און עס האט אים געקרענקט מורא'דיג אז ער איז נישט בכח צו עסן מיט די אייגענע כחות און די לעפל זאל זיך נישט אויסגיסן וכדומה, אדער אז ער זאל גיין מיט די אייגענע כחות, ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט ארויסקומען ברבים אויף א ווהילטשעיר אדער ווערן געפיטערט דורך א גבאי, דעריבער האט ער קיינמאל נישט געגעסן ברבים נאכן סטראוק, אויס פחד אז ער וועט נישט שולט זיין און די לעפל וועט זיך אויסגיסן וכדומה ויבוא לידי בזיון. דאס איז א פאקט וואס פארענטפערט די מאדנע סאטמארער מעשה מיט הכנות ואכמ"ל
איך האב געהערט פון סאטמארע געווייקטע חסידים אז דער רבי איז געווען גאר א פעדאנטער מענטש, אזא בעסערע גאטשע ווי מען זאגט, גאר א ריינער מענטש וכ'ו און עס האט אים געקרענקט מורא'דיג אז ער איז נישט בכח צו עסן מיט די אייגענע כחות און די לעפל זאל זיך נישט אויסגיסן וכדומה, אדער אז ער זאל גיין מיט די אייגענע כחות, ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט ארויסקומען ברבים אויף א ווהילטשעיר אדער ווערן געפיטערט דורך א גבאי, דעריבער האט ער קיינמאל נישט געגעסן ברבים נאכן סטראוק, אויס פחד אז ער וועט נישט שולט זיין און די לעפל וועט זיך אויסגיסן וכדומה ויבוא לידי בזיון. דאס איז א פאקט וואס פארענטפערט די מאדנע סאטמארער מעשה מיט הכנות ואכמ"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
יאיר געט א סימפליסטיק פרוידיען סייקא-אנאליז וואס מיר ווייסן שוין היינט איז שטארק איבערגעטריבן און רוב מאל פלאך נישט ריכטיג.
אנשטאט צו נתפעל ווערן פון סאטמאר רב'ס געוואלדיגע אמת קנה ואל תמכור, וועט מען גיכער זאגן אז ער האט געוואלט פארדעקן טיף צושטערטע פסיכישע נייגונגען.
אמאל ווען דער קליינער קריסטאפער האט געוואלט שפילן מיט א קלארינעט, האט מען געשעפט נחת, אה! דאס קינד האט א מוזיקאלישע נטיה. נאך פרויד, לויט די פרוידיענס, ווען דער קליינער קריסטאפער וויל שפיךן מיט א קלארינעט, באפאלט א קדחת, אוי געוואלד! עס מוז זיין אז די מאמע האט פארגעסן צו פארשפארן די טיר ווען זי האט זיך זעלבסט באפרידיגט מיט א לאנגע שווארצע קלארינעט.
אנשטאט צו נתפעל ווערן פון סאטמאר רב'ס געוואלדיגע אמת קנה ואל תמכור, וועט מען גיכער זאגן אז ער האט געוואלט פארדעקן טיף צושטערטע פסיכישע נייגונגען.
אמאל ווען דער קליינער קריסטאפער האט געוואלט שפילן מיט א קלארינעט, האט מען געשעפט נחת, אה! דאס קינד האט א מוזיקאלישע נטיה. נאך פרויד, לויט די פרוידיענס, ווען דער קליינער קריסטאפער וויל שפיךן מיט א קלארינעט, באפאלט א קדחת, אוי געוואלד! עס מוז זיין אז די מאמע האט פארגעסן צו פארשפארן די טיר ווען זי האט זיך זעלבסט באפרידיגט מיט א לאנגע שווארצע קלארינעט.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט טענה'ן אז דער רבי איז געווען א פחדן. עס איז דאך ידוע ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען און געהאקט אויף די ציונים אפילו מען האט געווארפען אויף עם חצים ובליסטראות און געוואלט הרגנ'ען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~