דאס איז פון די אלו דברים שאין להם שיעור, איינמאל א מענטש זינקט אין עולם הדמיון איז שווער ארויסצוקריכען,ואני כשלעצמי ויפיל איך עקעל זיך בפומבי פון די נטורי חיזבאללה אין זייער מנהיגים אין וינטש זיי אן אלע ערליי קללות וואס איז דא אין ארסנל, אבער איך וייס קלאר אז סאטמאר מיט נטורי חיזבאללה זענען צוויי דינים, נאר וואס די טפשות פון די שונאי ישראל נטורי חיזבאללה /רקטא-קרטא איז אז זיי שטעלען זיך פאר כאילו מיטן נאמען סאטמאר דאס איז די פאלטשקייט פון די צורידערטע שלעפערס אין זייער שיינעם פארעם יעצט לענינינו, אויב איינער אין סאטמאר שטיצט די מהלך פון די שונאי ישראל נטו״ק,איז להוי ידוע אז ער געהרט נישט קיין סאטמאר
און די יעצטיגע טעג ווען מדינת ישראל איז אריין און מלחמה מיט די ישמאלים הערט מען יעדע מאן דאמר ווייסט וואס סאטמארע רב וואלט ווען געהאלטען יעדער איינער נעמט סאטמארע רב אויף זיין זייט וויאזוי זיין אגענדע איז, אנגהויבן פון די גאר רעכטע וואס האלטען אז יעדער צהלניק זאל איינעמען א מיתה משונה וירום שם אחמעדינדשאד ומאחאמוד, ביז די גאר לינקע וואס האלטען אז סאיז א מלחמת מצווה און אזויווי נישט איך און נישט קיין שום ניק און נישט קיין שום מענטש פארטרעט סאטמארע רב חוץ ער אליין און זיינע 2 ספרים ויואל משה און על הגאולה און זיינע תורות און דרשות ברענג איך דא אראפ א חלק פון איינע פון זיינע דרשות וירא העם וישפוט ליינט און האט הנאה
אוודאי אויף דעם האט מען אוודאי געדארפט מתפלל זיין, די אפיקורסים האבן עס געברענגט אזוי ווייט אז זיי האבן געוואלט קומען די רשעים די ישמאלים ח"ו להשמיד ולהרוג, האט מען געדארפט בעטן אז זיי זאלן נישט קיין כח האבן, זיי זאלן נישט קענען טוהן, דאס האט מען אוודאי געמוזט מתפלל זיין, דאס איז קיין שמועס נישט, ביז דערווייל קודם די גופים, -זיי (ישמאלים) זענען רוצחים אויף די גופים און זיי (ציונים) זענען מזיקים אויף די נשמות און אויף די גופים - נאר אעפי"כ קודם דערווייל מוז מען מתפלל זיין מזאל ניצול ווערן, ח"ו אז מהארגעט איז דאך שוין נישטא וואס צו רעכענען, אזוי האמיר נאך עפעס צו האפן דאך, פון דיא יודן וועט דאך עפעס נאך ווערן, מוועט נאך דעגרייכען א ישועה, דאס איז זעכער.
דע וואס רעדן שטותים מיט הבלים דברי שגעון סזאלן קומען די אראבער, פון די איז נישט דא וואס צו שמועסן די פארשמוצען די פארדארבן, אזוי ווי כהאב געזאגט סשטייט און פסוק ורדו בכם (שונאיכם, פירש"י) מכם ובכם, ער האט אויפגעשטעלט א כת ציונים און דערנאך האט ער געוואלט נעמען מזרחים ווייל סהייסט תורה, און דערנאך איז דא די אגודה, סאיז נאכנישט גענוג צו פארפירן, איז דא אזעלעכע מיטן "לבוש" פון נ. ק. זיי גייען מיט דעם זיי זענען נאך שטערקערע קנאים און זיי פארדארבן, למען השם מזאל נישט קלעבן קיין צעטלעך, מזאל נישט קיין וויכוחים, מזאל נישט רעדן מיט דיא וואס מהאט נישט וואס צו טוהן, סשטייט אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, צווישען יודן אליין ברויך מען זיך האלטען, מזאל זיך היטן פון דיא און פון דיא.
ע"כ דברי הרב מכאן ואילך דברי אויליגער לכבוד מיין טייערע ברודער אנהענגער פון די אזוי געריפענע נ. ק. איך שעץ זייער דיין שיט-ה אבער פארוואס דארפסטו איינרעדן יעדעם איינעם ובתוכם דיך אליינס אז סאטמארע רב האלט ווי דיר, די ביסט ערלויבט צו האבן דיין אייגענע מיינונג און מיש נישט אריין אנדערע און דיין אגענדע, קיין איין מענטש און די וועלט וועט נישט האלטען דיין מיינוג וועגן סאטמארע רב האט אזוי געהאלטען, און מוועט דיך פונקט אזוי (נישט) אויסהערן ווען די זאגסט עס אליין אן סאטמארע רב. סוי פליז האב סעלף קאנפידענס און שריי אויס רבינו סר מן הדרך איך האלט אנדערש ווי סאטמארע רב
ר' אויליגער: קודם א יישר כח. שפתיים קישאק, ווי מ'זאגט ביי אינז אין קאווע שטיבל שיחיה לאורך ימים טובים ונשים. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג ווען די זון באקט אויף איבער 100 דעגריס. היינט, לאחר פטירתו של צדיק הדור, איז אזא וועלט אז א יעדער מאן דהוא, וועלכער איז ניטאמאל א בר בי רב דחד יומא, הענגט אן זיינע אייגענע פארקרומטע דעות און עם הארצ'ישע בויך סברות אויפ'ן הייליגן סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע, כאילו ער זאל האבן געזאגט די אלע שטותים והבלים וואס זייער אייגענער פיבערהאפטיגער מח פראדוצירט. און דאס איז גורם א בילבול המוחות און חילול השם און שנאת חינם. נאכדערצו ווען זיי זענען עס מלבש מיט א מאנטל פון קנאות און פרומקייט. לפענ"ד וואלט געדארפט זיין א פאר עלטערע אידן תלמידי חכמים וועלכע האבן נאך געקענט דעם רבי'ן זי"ע בחייו, און האבן נאך געהערט די תורת ה' מפי קדשו, זיי זאללן מלקט זיין אלע מאמרים און הוראות בענייני השיטה אין א קונטרס אדער ספר, און מ'זאל עס איבערדרוקן לתועלת הרבים. וילמדו תועים בינה...
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' אויליגער: קודם א יישר כח. שפתיים קישאק, ווי מ'זאגט ביי אינז אין קאווע שטיבל שיחיה לאורך ימים טובים ונשים. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה, אין א טאג ווען די זון באקט אויף איבער 100 דעגריס. היינט, לאחר פטירתו של צדיק הדור, איז אזא וועלט אז א יעדער מאן דהוא, וועלכער איז ניטאמאל א בר בי רב דחד יומא, הענגט אן זיינע אייגענע פארקרומטע דעות און עם הארצ'ישע בויך סברות אויפ'ן הייליגן סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע, כאילו ער זאל האבן געזאגט די אלע שטותים והבלים וואס זייער אייגענער פיבערהאפטיגער מח פראדוצירט. און דאס איז גורם א בילבול המוחות און חילול השם און שנאת חינם. נאכדערצו ווען זיי זענען עס מלבש מיט א מאנטל פון קנאות און פרומקייט. לפענ"ד וואלט געדארפט זיין א פאר עלטערע אידן תלמידי חכמים וועלכע האבן נאך געקענט דעם רבי'ן זי"ע בחייו, און האבן נאך געהערט די תורת ה' מפי קדשו, זיי זאללן מלקט זיין אלע מאמרים און הוראות בענייני השיטה אין א קונטרס אדער ספר, און מ'זאל עס איבערדרוקן לתועלת הרבים. וילמדו תועים בינה...
ר׳ בעריל זיסער, סאיז אשאד אויף אונזער צייט אין טונט אין לאמיר נישט לעבען אין קיין פאנטזייעס אין די צייט וואס די שיטה איז שוין אזויפיל יאר פאקרומט סאיז נישט במציאות צו טוישען די מציאות, אויסער דער הייליגער רבי זי״ע וואס האט געבליטיגט אויף יידישע צרות אין סאיז עם באמת גיגאנגען אין לעבען די מצב פון יידישקייט, איז היינט אין סאטמר א פארקערטע מציאות וי א יעדער צולייגער וואס דאכט זיך אז ער איז עפעס א יש כשלעצמו מאכט זיך שבת פאר זיך אין דער וועג צו ווערען א שיינער איד איז אויסגעטרויטען אין פשוט סאיז נישט דא צופיל וואס צו קענען אויסער זיך אנצוהאנדלען מיט א ריזיגען ביבער היט אין גרויסע שווארצע פלאסטיק גלעזער מיט א טלית בייטל פון א בער אדער א אנדער מין בהמה וחיה אין....היידע, מטויבלט זיך אין מקוה פון קנאות אין עקסטרעמיזאם אין יעצט ווערט מען א צדיק אין אבדק״ק ספעלט נאר אויס צו שרייען הויעך אז הרב שטיינמאן איז עמלק אין אפיקורס אין כופר בביאת המשיח ר״מ שטרנבוך איז א זקן ממרא/אשמאי הרב עובדיה אין הרב אלישיב איז א שוין איך ויל נישט זאגען וואס.... ויזניצער רבי איז....בעלזער רבי איז...קלויזנבורגער רבי איז..... ליובאויטשער רבי איז.... אין ר׳ משה פיינשטיין איז... אלע אינאיינעם זענען כופרים אין משומדים אויסער דער גוילעם אין אוקס וואס האט נישט אויפגעמאכט קיין ספר מימיו א חוץ די על הגאולה אין אלע זענען שוין ביי עם גארניקס!!!! אלע אויסער עם זענען כופרים אין משומדים וייל זיי נעמען נישט אן דער על הגאולה אפילו ביי די עלטערע תלמידים איז עס אזוי אז א חוץ די על הגאולה איז נישט דא גארניקס אין ווער עס שטימט נישט מיט דעם איז א כופר אין משומד סאיז א פארפאלנע מערכה לדעתי וייל שכל קויפט מען נישט אין גראסערי אין סאיז נישט דא מיט וועם צו רעדען
עס איז אראפגעקומען א שנאה ביים בארג סיני צו אלע וואס גלייכען נישט ווען מען היט די תורה די שנאה וואס אן עם הארץ האט לת''ח די שנאה להבדיל וואס גויים האבען צו אידען דער זעלבער שנאה זעהט זיך יעצט שטארק אהן אויף די ריכטונג פון סאטמארע אידען וואס זאגען דעם דע''ת איבער די מדינה וואס ליגט על ערש דוי.
חרבונה האט געשריבן:עס איז אראפגעקומען א שנאה ביים בארג סיני צו אלע וואס גלייכען נישט ווען מען היט די תורה די שנאה וואס אן עם הארץ האט לת''ח די שנאה להבדיל וואס גויים האבען צו אידען דער זעלבער שנאה זעהט זיך יעצט שטארק אהן אויף די ריכטונג פון סאטמארע אידען וואס זאגען דעם דע''ת איבער די מדינה וואס ליגט על ערש דוי.
יא אמת 1000% גערעכט, זייט מעמד הר סיני איז דא א אומפארשטענדליכע שנאה צו א זאך וואס האט צו טהון מיט הייליגקייט אין אידישקייט, אין דאס איז טאקע פשט פון דעם אז עס זענען פארהאן עקסטרעמיסטען וואס פאריפען זיך מיטן נאמען סאטמר אין מיטן רבינ׳ס נאמען האקט מען אויף די גדולי ישראל וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אוועקצושטעלען אידישקייט אזוי וי קלויזנבורגער רבי,ליובאויטש,ויזניץ, גור,בעלזא,ר״מ פיינשטיין אין הגרי״ש אלישיב צו הגר״ע יוסף אין להבחל״ח מרן הגראי״ל שטיינמאן אין לעצטענס הערט מען אויך פון אטאקעס אויף מרן שר התורה הגר״ח קניבסקי אין די רשימה איז נאך וייט פון א ענדע.... איז פון וי נעמט זיך די שנאה די די אויבנדערמנטע גדולי וצדיקי אין מנהיגי הדור אויב נישט פון די זעלביגע שנאה וואס סאיז צוגוקומען אין בארג סיני צום אידישען פאלק אין צו יעדע זאך וואס האט מיט קדושת התורה????
שמעקעדיג: יישר כח. דאס זעלבע וואס כ'האב געשריבן פאר "אויליגער" זאג איך פאר דיר. כ'האב נאר פשוט נישט באמערקט פריער אז דו ברענגסט צו דעים פי.די.עף. אלס איינער וואס פלעיגט נאך גיין צו די טישן פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע און געהערט זיינע מוספים, האב איך מיך זייער שטארק געפרייט צו ליינען דעים בריעף. ס'איז באמת אן ענין פון החזרת עטרה ליושנה. און בירור מקחו של צדיק. תזכה למצוות...
סמבטיון הנהר יוכיח!!! ווען איך קען געב איך נאך 100 מאל אלייק,ממש דברים כדרבנות צו די וואס מאכען חורבנות,אין זינקען אין חלומות, אין ברענגען נאר עלבונות,נישט דא וואס מוסיף צו זיין אויף דיינע רייד וואס ברענגען ארויס א ויכטיגע אין ריכטיגע פוינט פון א פאזיטיווען בליק מיט אמתדיג אהבת ישראל, אין אזא סמבטיון וי דיר, מעג ווארפען שטיינער אויף די שונאי ישראל אפילו שבת ווען געווענליך ריט ער
וואס ביבי האט שוין די באווייזן אז די כאמאס פירער האבען מיט די הריגה פון די בחורים? ווי איז עס ער האט צוגעזאגט ער גייט עס ווייזען האסט עס באקומען? שיק מיר אין אישי
די אמת איז, איך ווייס נישט פארוואס איך טענה זיך דא מיט דיר, אזא איינער ווי די, וואס קען סימפאטעזירן מיט די אויבן דערמאנטע רשעים וואס האבן אנגעקלאפט דעם סאלדאט בעת מלחמה, אין אני ואתה יכולים לדור תחת גג אחד.
קיינער האט מיט זיי קיין סימפאטיע, איך וויל נאר וויסן צו אין אנדערע פעלער ווען יודען ווערן אנגעקלאפט אין ארץ ישראל צו עס גייט דיר אן בכלל דערווייל איז נישט דא קיין איין בילד פון א צו'מזיקטער צה''ל ווען די אנדערע צומזיקטע בילדער קומען אן פון דארט גייט דיר עס נישט אהן בכלל סא רעדט טאקע נישט ווייטער
סמבטיון האט געשריבן:מיינסט צו זאגון זייט ישמעאל איז געבוירן געווארן, אדער די ערשטע קרבן ביי כלל ישראל איז געפאלן תיכף נאכן כובש זיין ארץ ישראל?
די אויפשטייג פון די יעצטיגע אנטי סעמיטיזעם אין די גאנצע וועלט האט אויך גארנישט מיט די מלחמה ס'איז פאריאר אויך אזוי געווען ניין ?
די פאקט איז אז די הלכה היא בידוע גייט אן אבער ס'איז דא ווען ס'איז שטולער און ס'איז דא ווען ס'איז בתוקף אמאל איז עס בתוקף מיט א סיבה און אמאל אן א סיבה דאס מאל איז דאס די סיבה ביי