אוהב ישראל האט געשריבן:פאר א מחלל השם מיט א חאמאס פאן....איז ולא תתורו אחרי לבבכם שוין א קינדער שפיל....
אוהב ישראל,איך האב הנאה צו זעהן אזא חשובער גאסט אין אונזער שטיבל,א ריכטיגער אוהב ישראל,איך ויל נאר צולייגען איין קליינע נקודה צו דיינע רייד, ויפיל יידיש בליט גיסט זיך נאר וועגען די שטיצע פון די פושעים, אין די צייט וואס ביי די אראבער להבדיל אא״ה, זאל זיך נאר איינער פרובירען צו רעדען אווארט שטיצע צו די זייט פון מדינת ישראל וועט נישט בלייבען קיין זכר פון זיין קערפער
די חברה זענען לויט מיין בליק נישט מער וי נעבעכדיגע מענטשען וואס קיין איינער בליקט נישט צו זייער ריכטונג אין זיי זיכען אטענשען דאס איז א תוצאה פון גיין ליידיג אן צו אויפטהון עפעס מיטן טאג אין אז מאיז גארנישט ווערד אפילו קיין האלבע פעני זוכט מען אטענשען אין דא טוישט זיך שוין דער גאנצער בילד, דער ליידיגייער ווערט א ״לוחם מלחמת ה׳ בעמלק הציוני״ אין א ״מסירות נפש איד״ מרעדט פון עם אין מטראכט פון עם,משעלט אין מלאכט אלו מיימינים ואלו משמאילים אין זיי זענען אין צוישען אין פאטשען זיפ די באכעלע פון נחת אין פרייד
אזוי איז אויך דער משה אריה פרידמאן וואס די מבינים זאגען אז ער זיכט נאר עטנשען עס גייט עם נישט אן זאלסט לאכען אין שעלטען דער עיקר איז זאלסט רעדען פון עם,עס קען אויך זיין אז ער ליינט קאווע שטיבל אין קוועלט פון נחת אין פרייד אז ענדליך איז דא איינער וואס רעדט פון עם אין שעלט עם אין סקען אויך זיין אז ער ליינט אדער וועט ליינען מיין ארטיקל אויב יא זאג איך עם יעצט בשם כל קהל הקודש פון די נארמאלע זייט, אז ער זאל ויסען אז ער איז משוגע אין נישט סתם משוגע מאר משוגע צום טויט
סהאט שוין איינער אמאל געשריבען אזאך וואס איז א דבר ידוע אין מזעהט דאס בחוש, אז די אלע אזעלכע פארפרימטע קנאישע נשמה׳לעך{יא,דער מיטן ברייטען היט אין ריזיגע האלב צעשפאלטנע פלאסטיק גלעזער } זיי זענען די גרעסטע צבועים אין מנוולים וואס איז נאר דא!!! די מציאות רעדט פאר זיך אליין אין די הוכחות זענען איבריג
יעצט לאמיר זיך באציעהן צו די עטענשען קראנקע,פון נטורי קרתא
איך פארשטיי ענקער נויט אין מיטלייד ענק זיכען דאך בסך הכל נאר עטנשען סאיז א רחמנות צוצוקוקען צו ענקער מיט לייד, אבער ענק זאלען ויסען אז דאס איז א שפיל מיט פייער!!! אין נישט סתם פייער נאר יידיש בליט, אין בליט איז נישט קיין וואסער!!!!
זוכסט עטנשען??? וילסט אז מזאל דיר אנקוקען??? מאך אויף א יידיש ספר לערען א בלאט גמרא אפילו דף היומי,די עבירה נעם איך אויף מיין אקאונט אז די וועסט זיין א יש וועט מען דיר אנקוקען אין אז נישט אין די ביזסט א גרויסען גארנישט אין קיינער בליקט נישט צו דיין ריכטונג ביזסטו טאקע א גרויסער רחמנות, אבער יידיש בליט איז נישט קיין שפיל אין סאיז נאך א גערעסרע רחמנות אויף זיי וואס זיי זענען א רבים אקעגען דיר מיט דיינע פאר שקצים יחידים