מיין השגחה פרטית געשיכטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

שטוינענד!

און אז מ׳רעדט שוין פון השגחה פרטית איז אפשר דא דער מקום כ׳זאל פארציילן וואס האט מיט מיר פאסירט ערשט לעצטע וואך.

אזוי פארענדיג אויפ׳ן וועג אהיים פון קאנטרי מאנטיג אינדערפרי׳, מערק איך ווי פלוצלינג האט זיך געגעבן א צינד אן דער לעקטער׳ל וואס צייגט אז די רעדער זענען נישט אין ארדענונג. ווער ס׳פארמאגט א היינטיגען מיני-ווען ווייסט אבער אז ס׳איז נישט אלעמאל ערנסט, אסאך מאל איז עס בלויז אן אומבאלאנס ווייל איינס פון די פיר רעדער האבן ווייניגער לופט ווי די אנדערע, הכלל, כ׳האב מיך נישט וויסענדיג געמאכט.

אנקומענדיג קיין ברוקלין האב איך אבער אנגעהויבן הערן מאדנע קולות יעדעס מאל כ׳האב געדרייט דאס רעדל, און ועל כולם פייפט מיר אן א היימישער יונגערמאן און ווייזט אן אויפ׳ן אונטערשטן רעדל אז ס׳האט א פלעט.

שוין, אז ס׳איז באשערט איז באשערט.

כ׳רוף אן א חבר מיינער וואס זיין טאטענ׳ס א ברודער פארמאגט אזא סארט רעדל פאררעכטונג׳ס אנשטאלט און כ׳בעט אים דעם נאמבער פון זיין פעטער׳ס געשעפט, ער פרעגט מיר צוריק צו אלעס איז אין ארדענונג, פארצייל איך אים דער פראבלעם מיינער, זאגט ער מיר יא זיכער גיי צום פעטער מיינעם, ער מוטשעט זיך אויף פרנסה און האלט פאר׳ן חתונה מאכן א טאכטער.

מיט די אינפארמאציע אין די האנט און מיט וואקלדיגע רעדער קום איך אן בשעה טובה צום אדרעס, דער פעטער טוט אומר ועושה, צוזאמען מיט׳ן מעקסיקאנער שפריצן זיי אן אלע פיר רעדלעך מיט אזא סארט ספרעי צו דערגיין וואו נאך פונקטליך ס׳רינט ארויס לופט, און ס׳שטעלט זיך ארויס אז גאנצע דריי רעדער זענען דורכגעלעכערט! נישט מער און נישט ווייניגער.

יעצט הערט עד היכן דברים מגיעים, פארציילט מיר דער איד, אז די סארט רעדער וואס כ׳האב געהאט זענען פון א טייערען סארט און ס׳איז נישט רעקעמאנדירט זיי צו פארטוישן מיט ביליגערע סחורה, און היות דאס איז א ספעציעלער מין האלט ער דאס געווענליך נישט אין סטאק און ס׳דארף געדויערן עטליכע טאג ביז ער קען דאס אריינבאקומען, אבער פונקט (!) האט זיך געמאכט אז ער האט באשטעלט ממש די זעלבע סארט רעדער פאר א צווייטן קאסטומער אבער יענער האט צייט צו ווארטן ווייל סייווי ווארט מען פאר נאך אן אנדערן חלק וואס וועט נעמען נאך א וואך ביז ס׳וועט אנקומען, איז טאמער צאל איך אויפ׳ן פלאץ כסף מלא קען איך ארויס גיין א געהאלפענער תיכף ומיד!

פארשטייט זיך אז כ׳בין נבהל ונשתומם געווארן פון די השתלשלות הדברים און ווער בין איך זיך קעגנצושטעלן אזעלכע אפענע באדייטונגען, כ׳האב געטון צו דער זאך און מיין אויטא צוזאמען מיט דאס רעשטע פון מיין מאנטיג זענען צוריק געשטעלט געווארן אויף די פוס, ויהי לפלא.
כאן, חבל טבור הארץ.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:
ויהי לפלא.


Only if you believe that everything the person from the tire shop told you about the other guy that’s waiting for the tires is true. He might have just tried to be a good salesman and make you feel like this is an opportunity to buy these expensive tires that you shouldn’t let fall through your hands.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

Killjoy.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

[tag]Big Boy[/tag] ,[tag]petergrifin[/tag], נישט געזארגט, אם תרצו, זו אגדה.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

די מעלות אויסגאבע
ווער געדענקט נאך....

נעקסט איז א אשכול קינדרישע חכמות, אשת חיל וכו'.....
פארשפארט