פראפאזיציע: פאליטישע אריענטאציע אינעם פראפייל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4736 מאל

פראפאזיציע: פאליטישע אריענטאציע אינעם פראפייל

שליחה דורך יידל »

איך האב א פראפאזיציע פאר די הנהלה פון קאווע שטיבל. זייער אסאך מאל קומט דא פאר גאנצעטע קריגערייען אין ענינים וועלכע אנבאלאנגט סאטמאר, אנגעהויבן פון די כינוס כלל ישראל (ווער געדענקט נאך?) ביז די עלעקשאנס און די מסע המלכות פון מהרי"י, ביז צו די התאחדות מיטינג איבער מציצה בפה, און די עולם נעמט זיך טענה'ן אהין און צוריק און נייע ניקס ווערן געעפנט לכבודם פון די צדדים און ס'גייט א רויך. די פראבלעם איז אבער אז ס'ווערט שווער צו האלטן קאפ ווער איז ווער, מ'ווייסט נישט הלנו אתה אם לצרינו. מיין הצעה איז אז ביים איינשרייבן זאל מען אחוץ די ניק און די אימעיל אדרעס אויך דארפן שרייבן די פאליטישע אריענטאציע. פארשטייט זיך אז די אחראים וועלן דארפן האלטן אן אויג אז מ'שרייבט דארט אמת. אויב איינער וועט שרייבן אז ער איז א-פאליטיש און דערווייל נעמט ער אייביג נאר די ארונישע צד וועט מען דארפן טוישן זיין פראפיל וכן הלאה.

אויב די הנהלה וויל נישט זיך צושטעלן צו די פראפאזיציע, איז דא נאך אן עצה. מען קען עפענען א ספעציעילן אשכול, ווי די פאליטישע אריענטאציעס וועלן דאקומענטירט ווערן. יעדער וועט קענען שרייבן וואס זיין אריענטאנציע איז, און ווען אימער מ'וועט האבן א ספק וועט מען קענען דאס אויפקוקן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר