די זעסטו נישט פארוואס? די פובליק רילעישאנס פירמע וואס דארף פראפאגאנדירן די אנטי אינטערנעט אסיפה איז שטערקער ווי די טויזנטער חסידי וויזניץ, איי וויזניצער רבי'ןס פטירה איז א אמתע ניעס, און נאך א פיטשעווקע אין די סעריע פון פראפאגאנדע פאר א אסיפה אין עטליכע חדשים ארום איז בכלל נישט קיין עכטע נייעס. אבער........ ער האלט אין איין קאלן, אקעי געב אים די הויפט נייעס...
Rabbi Hager, who wore a long, white beard and black eyeglasses, was reputed to study 70 pages of the Talmud a day איז דאס א טעות? דארף צו שטיין אז ער האט געלערנט זיבן בלאט יעדן טאג?
די ארטיקל פאסט נישט פאר די טיימס, נישט פאר וויזשניץ, און נישט פאר סענדער ראפאפארט.
די ארטיקל פאסט נישט פאר די טיימס, נישט פאר וויזשניץ, און נישט פאר סענדער ראפאפארט.
ערקלער ביטע
די טיימס געבט געווענליך א ברייטערן בליק. יושזעלי שרייבן זיי נישט סתם נאך געפיטערטע פראפאגאנדע אהן א ווארט פון אן עקספערט אין דשואיש קולטור, כאטש אן ענטראפאלעגיסט אדער א סאסיאלעגיסט. אויך האבן זיי גארנישט געקוואוט דער ראש הממשלה נתניהו פון זיין הספד אויפן נפטר אינעם כנסת,, און נאך, א קיצור ס׳איז א שוואכער ארטיקל. די מעשה פון ״קליין און מיין״ איז צו obvious חניפה, און די נו יארק טיימס ליינער באקומען אן אימפרעשאן אז דער רבי איז געווען א קאנטראל פריק. דאס צוגלייכן רעבישע שידוכים צו די שידוכים פון אמאליגע (מערדערליכע) קעניגליכע משפחות פארקויפט זיך גוט אין מקוה, משא״כ פאר א נו יארק טיימס ליינער זעהט דאס אויס עקעלדיג און פרימאטיוו. שוד איי גוא און?
ער שרייבט אז די סיבה פארוואס דער טאטע דער אמרי חיים האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות איז ווייל ער האט זיך נישט געוואלט אריינלאזן אין א מחלוקת מיט גור און בעלזא.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
איך האב געהערט אז ווען ר' משה'לע וויזניץער איז געגאנגען וואוטן האט ער געזינגען דעם ניגון לעשות נחת רוח. (פרעג מיר נישט אפ, איך זאג נאר וואס איך האב נאכגעהערט)
הניק שלי האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווען ר' משה'לע וויזניץער איז געגאנגען וואוטן האט ער געזינגען דעם ניגון לעשות נחת רוח. (פרעג מיר נישט אפ, איך זאג נאר וואס איך האב נאכגעהערט)