דאס פאלגענדע איז דער ערשטער טייל פון א לענגערע אנאליז און אפהאנדלונג איבער די ברענענדיגע ענינים העומדים על הפרק און דער מצב המלחמה וואס הערשט ליידער אין ארה"ק. דער צווייטער העלפט פונעם באריכט, מיט א דעטאלירטע רעפארט איבער די קריטיש וויכטיגע פעולות הצלה וואס וועט אי"ה אונטערגענומען ווערן לרגל המצב, וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
(צוליב די לענג פונעם ארטיקל וועל איך דאס צוטיילן אין עטליכע חלקים, און ס'וועט אזוי אויך פארגרינגערן דעם דעבאטע....)
[center]כי אש קדחה באפי ותקד עד שאול[/center]
שוין העכער צוויי וואכן וואס עס ברענט ליידער א פייער פון מלחמה אין ארצינו הק', עס ברענט א פייער פון צערן של ישראל, עגמת נפש אין ליידן וואס אחינו בני ישראל יושבי אה"ק גייען דורך אין די שווערע טעג, עס ברענט א ברויזנדער פייער פון העסליכע שנאת ישראל אין דער גאנצע וועלט רח"ל, און עס ברענט א פייער פון דער יצרא דמינות וואס האט פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט מיט א שטורעם.
צום גרויסן ווייטאג און באדויערן הערשט אצינד א בלבול און א טשטוש הגבולים באופן מבהיל. אידן ווערן איבערגענומען מיט סימפאטיע און מיטגעפיל פאר די צבא הטמאה און זייערע 'גראונד' אקציעס אין עזה און עס ווערן געהערט ווערטער בשבחם וואס פירן ביודעין ובלא יודעין אריין אידן צום תהום פון דברי הערצה וחיזוק פארן גרעסטן מקור המינות וואס איז פארהאן.
יִתְבָּרְרוּ וְיִתְלַבְּנוּ וְיִצָּרְפוּ רַבִּים, וְהַמַּשְׂכִּלִים יָבִינוּ. עס גייט ליידער א דורך א גרויסען בירור אין דעם דרא בתראה הדין, די דעות מינות און הערצה לרשעים כאפן זיך אויך אריין אפילו אין די קרייזען וואס זענען חתום בחותמו של כהן גדול רביה"ק מסאטמאר זי"ע. אינגעלייט זענען צוגעשמידט צו די כלים און מען קוקט פרעזענטאציעס וואס ווערט ארומגעשיקט דורך די חרדי'שע מסיתים ומדיחים, ווי צה"ל זינגט היימישע נגונים, טוען אן תפילין, ציצית, און טאנצן חסידי'שע טענץ. די צה"ל וואס ווערט גערעכנט פון די געמיינסטע מיליטער אין די וועלט איז גאר געווארן אזא מאדע מיליטער וואס שח בין תפילה לתפילה עבירה היא בידו וחוזר עליה מערכי המלחמה. מיט די הילף פון די סאציאלע כלים און די טעכנעלאגיע האבן די מחבלי כרמים מצליח געווען צו ברענגען כמעט גאנץ כלל ישראל אויף די פראנט-ליניעס, מיט צו האלטן לעבעדיג און מיט אינטערעס יעדע אקציע דורכאויס די מלחמה וואס יעדע ריר דערפון איז כרוך באיסורים חמורים. אנדערע זענען געגאנגען אזוי ווייט און פארטיילט נעמען פון סאלדאטן, מען האט זיך געקענט אנטראגן און באקומען א נאמען פון אייער סאלדאט מען זאל זיין דירעקט מקושר מיט אים און מרבה זיין במצוות לזכותו, מזאל קענען זאגן לע"נ נאך ביי יענעמס לעבן.
אידן האבן מסירת נפש פאר די מדינה אפילו זיי ברענען די ערד פאר אידן איבעראל, די יעצטיגע מלחמה האט מבאיש ריח געווען פאר אלע אידן אין די וועלט, אבער דאך סימפאטירט מיט זיי, און מען חזר'ט זיך השכם והערב ווי גערעכט זיי זענען. א גרופע פון די קצה המחנה מיט'ן חרדי'שן לבוש האבן אויסגעלייגט אויף זייערע קארן איזראלישע פענער און פארן דערמיט ארום אין די בארא פארקער אומגעגענט וואס איז ארומגערינגלט מיט גרויסע אראבישע געמיינדעס, זיך צו רייצען מיט די שכינים מיט וועמען מען לעבט ב"ה רעלאטיוו בשלום. די ציוניסטישע מושלים וואס האבן א בלוטיגע היסטאריע פון פארראטען כלל ישראל, טראָסט מען און מ'געט זיי איבער די הנהגה פון אידישע פאלק, און מען קויפט גערן אָפ אלע מעשיות וואס די מופקרים ווילען מ'זאל גלייבען, וכל המהרהר אחריהם איז כמהרהר להבדיל אחרי הסנהדרין בלשכת הגזית.
עס איז קיינמאל נאכנישט געווען אזוי קריטיש וויכטיג די הייליגע אזהרה פון דעם רועה אבן ישראל, רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכע שרייבט מהנהמת לבו הטהור, (ספה״ק על הגאולה ועל התמורה סימן ע״א): ובעת הנסיון הגדול הזה כל אחד ישים נפשו בכפו ויבדוק פנימיות לבו, וישגיח על דיבורו, כי בדיבורים האלה תלויים עיקרי האמונה, ויש אובד עולמו בשעה אחת ובדיבור קל.
דער יצרא דמינות איז ליידער שולט א שליטה גמורה, מ'רעדט און מען הערט דיבורים וואס זענען אסור לשומען, און עס האלט ליידער גאר ווייט פון דעם תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי, אדרבה, א געוואלדיגע סימפאטיע און קורת רוח נעמט אלעמען ארום פון דעם טמא'נעם צה"ל, און ווערטער וואס איז געוועהן מופרך אין פרעמדע קרייזען איז היינט א לכתחילה אין היימישע קרייזען, ס'איז א זמן פון אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע.
טרם כל שיג ושיח איז וויכטיג קלארצושטעלן אז דער התנגדות פון אידן צום ציונות איז נישט אפהענגיג אין די רעכטע אדער לינקע שיטה, און איז נישט תלוי צי עס קען יא אדער נישט אויסגעהאמערט ווערן א שלום אפמאך, די תורה הק' פארבאט פאר אידן צו האבן א שלטון איידער דעם אנקום פון משיח צדקינו, אין סיי וועלכע פארמאט און אויף סיי וועלכן אופן.
דער עצם עקזיסטענץ פון די מדינה הטמאה איז א כפירה בתורה און א מרידה במלכות שמים אשר לא היתה כמוה מאז היתה ישראל לגוי, סיי אויב דער אראבער איז יא מסכים צו א פייער אפשטעל און געוויס אויב נישט, זענען אידישע קינדער נישט ערלויבט צו פירן מלחמות און באהערשן טעריטאריעס מיט'ן כח הזרוע. מיר זענען נשבע ועומד מיט די ג' שבועות החמורות שלא יעלו בחומה, שלא ימרדו באומות, ושלא ידחקו את הקץ.
רביה"ק מסאטמאר זי"ע שרייבט קלארע דיבורים אין ספה"ק על הגאולה ועל התמורה סימן מ"ד, אז די אלע מלחמות זענען דאך נאר אדאנק די קיום המדינה, על פי דעת תורתינו הק' איז נישטא קיין היתר שבעולם צו מאבד זיין אפילו איין נפש מישראל צוליב די גאנצע מדינה, על פי תורה ברויך מען אויפגעבן די גאנצע מדינה און נישט מסכן זיין מער קיין אידן. ובלש"ק: וגם עפ"י טבע אילו היו מוותרים על ממשלתם ומדינה הציונית אין ספק כי הי' ביכולתם של האומות המאוחדות לעשות איזה סדר למנוע מן המלחמה ומשפ"ד והריגת נפשות ישראל. ואיך יעלה על הדעת ומי הוא אשר יוכל לחשוב ככה שתורתינו הקדושה מסכמת לשפוך דמי ישראל בשביל רעיון הטמא של מדינתם. ואין בזה צד ספק שאין שום היתר עפ"י התורה להפקיר אפילו נפש אחת מישראל בשביל כל המדינה הציונית כולה, אלא שבעוה"ר רוב העולם טועים לדעתם הנפסדה וחפצים ורוצים במדינתם להיות ככל הגוים בית ישראל, ונתננו ד' בידי לא אוכל קום, ונתפסו רוב העולם למינות על ידיהם. אבל דעת תורתינו הקדושה לא תשתנה לעולם ואינה חפיצה ומסכמת לממשלתם. וכל מי שיש לו אפילו מחשבה שיש צורך במדינתם הרי זה מודה בע"ז בלי ספק, ונפשות ישראל הם כהפקר בעיניו, וכ"ז הוא היפך דעת תורתינו הקדושה שחסה על כל נפש ונפש מישראל. (סימן מ"ד)
ס'איז אבער פארט וויכטיג זיך צו קאנצעטרירן אויך אויף די פאליטישע טייל פון די געשעענישן, צוליב דעם וואס דאס איז ליידער דער צענטראלער גרמא בנזיקין פארוואס אזויפיל אידן ווערן צום באדויערן אריינגעשלעפט אין דעם שטראם פון ציונות און פארוואס אזויפיל מענטשן ווערן מיטגעריסן מיט'ן רוח המינות וואס בוזשעוועט בראש כל חוצות. וההכרח לא יגונה ולא ישובח.
די ראקעטן ווארפעריי וואס לאזט ליידער נישט נאך און וואס איז אנגעבליך דער סיבה פארוואס די מדינה איז יעצט אריין אין מלחמה האט זיך אנגעהויבן דייקא פון די ציוניסטישע זייט, דאס איז געווען ווען נאך די ביטערע טראגעדיע פון די פארכאפונג און רציחה אויף דריי יונגטליכע בחורים. האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א קאמפיין צו טרומפייטערן אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך כאמאס, און דערפאר זיך א לאז געטון קיין עזה וואו עס זענען ארעסטירט געווארן הונדערטערט כאמאס מיטגלידער אן קיין שום דעקונג אדער באווייזן. ביבי נתני' האט בשעתו טאקע דראמאטיש געמאלדען איינמאל און נאכאמאל אז ער האט קראנטע ראיות און באווייזען אז די כאמאס פירערשאפט שטייט דערונטער, ער האט פארשפראכן מיט זיין באקאנטן גרויסן מויל אז ער וועט פאָרלייגען פאר די וועלט געמיינדע די הארטע באווייזן אז יעדער זאל זיך איבערצייגן אין איר ווארהייט. פארשטענדליך אז די באווייזן זענען קיינמאל נישט פארעפנטליכט געווארן און כאמאס האט אנגעהויבן א קאָנטער – מלחמה מיטן פארלאנג אז מדינת ישראל זאל באפרייען אירע ארעסטאנטן. לויט באריכטן אין די פרעסע ענדע פארגאנגענע וואך זענען שוין אויך איזרעלי אפישילס האלב מודה אז די עטליכע רוצחים וועלכע האבן פארכאפט די בחורים האבן געארבעט אויף דער אייגענער האנט, דער הויפט פאליציי פון ירושלים האט אין א באריכט פאר די 'ניוז- וויק', צוגעשטימט צו די הנחה אז די רציחה איז נישט אויסגעפירט געווארן דורך די אפיציעלע חאמאס פירערשאפט. אזוי ארום אז די גאנצע מלחמה האט זיך אנגעהויבן על לא דבר דורך די רעכטע ראדיקאלן וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט צו צוברעכן דעם בונד וואס איז באנייט געווארן צווישן כאמאס און פאטאך מיט אייניגע וואכן בעפאר. לויט ווי אלע פאליטישע זאך קענער באצייכנען, האט עס געהאלטן זייער נאנט אז כאמאס זאל זיך פערמענאנט צוזאמענשטעלן מיט די מעסיגע פאטאך אונטער די פירערשאפט פון אבו מאזן. כאמאס האט זיך דערזען אין אן ענגע לאגע און האט וויכטיג געזוכט דעם וועג ארויס צו באקומען אנערקענונג פון די וועלט און איז גרייט געווען צו צאלן א פרייז דערפאר און נידערן דעם מיליטאנטישן טאן. עס איז נישט אויסגעשלאסן אז חאמאס וואלט געקענט דורכגיין די זעלביגע טראנספארמאציע ווי די פאטאך גרופע, וועלכע איז יארן לאנג געווען א געפארפולע טעראר גרופע אבער האט מיט די צייט אפגעלאזט דעם ראדיקאלן וועג מכח ההכרח וועלנדיג באקומען לעגיטימאציע פון די וועלט און וועלנדיג אויפבויען זייער עקאנאמיע. גענוי דאס זעלבע וואלט געקענט פאסירן מיט כאמאס, וועלכע איז געווען גרייט זיך צוזאמענצושטעלן מיט די פאטאך און אנהויבן בויען א געמיינזאמע גאווערמענט וואס זאל אפעלירן צו דער וועלט. דאס וואלט געוויס געשפארט אסאך אידיש בלוט און פארמיטן בהוה ובעתיד אומצאליגע עגמת נפש פאר אידן אין ארץ ישראל. ביבי נתני' אין זיין עקסטרעם – רעכטע קאבינעט האבן אבער דאס נישט געוואלט צולאזן. אזא פאקטאר פון א מעסיגע פאראייניגטע פאלאסטינע רעגירונג וואלט אויפאמאל צובלאזן זייער האראוואניע צו מסביר זיין פאר דער וועלט אז מען קען נישט פארהאנדלן מיט די פאלאסטינער און עס וואלט געברענגט א געוואלדיגער דרוק איינצוגיין אויף דעם צוויי – שטאט לעזונג וואס ווערט פארגעלייגט דורך די וועלט – לענדער. דאן איז זיי אריינגעפאלן ווי א מציאה די פאסירונג פון די דריי פארכאפטע בחורים און דער מיליטער האט זיך א לאז געטון קיין עזה און ארעסטירט הונדערטער, מיט'ן חשבון אז דאס וועט ברענגן א קעגן – רעאקציע פון כאמאס, עס וועט זיך אנהויבן שלאכטן, און דער ראיאן וועט ווערן היציג, וואס וועט פארמיידן ווייטערדיגע פראגרעס אין די פאטאך – כאמאס שלום געשפרעכן, און עווענטועל פירן אז די לאגע זאל פארבלייבן אנגעצויגן, מען זאל קענען ווייטער טרומפירן פאר די וועלט אז מיט טעראריסטן קען מען נישט פארהאנדלן.
די נקמה האט נישט געשפעטיגט צו קומען, עס האבן אנגעהויבן פליען ראקעטן פון אלע זייטן און טויזנטער אידן אין ארץ ישראל זענען אריינגעפאלן אין אן אומבאשרייבליכע פאניק. אצינד אנשטאט די מדינה פירער זאלן זיך רעכענען מיט דעם דם ישראל הנשפך און פארהאנדלן איבער די ארעסטירטע אראבער, האבן זיי אנשטאט אנגענומען דעם וועג פון מלחמה, און דער מחול השדים זעצט פאר, צוערשט מיט לופט אטאקעס און דערנאך, ווען כאמאס האט זיך ארויסגעשטעלט היבש שטיייפער ווי געראכטן, איז מען אריין אין א לאנד אינוואזיע וואס קאסט נעבעך אפ מדי יום ביומו פרישע קרבנות און האט אנגעצינדן א פייער פון שנאת ישראל אלוועלטליך.
עווענטועל וועט א פרישע סיס- פייער ווערן אויסגעהאמערט, די טויטע וועלן ווערן באגראבן, די פארוואונדעטע וועלן ווערן ערהוילט, די טונעלן וועלכע זענען געווארן צובראכן וועלן ווערן איבערגעבויעט, און חאמאס וועט צוריק אנפולן אירע זאפאסן פון מיסלס און ראקעטן. די ארענע וועט ווערן אנגעגערייט פאר א פרישע רונדע אין די שלאכטן ה"י, און איזראעל וועט זיך האבן געריקט פאראויס אראפ די ראוד צו ווערן א ברייט אנגענומענע אפערהייד לאנד איבער די וועלט...
יעדער בר דעת פארשטייט אז כדי צו עררייכן א קאמפלעטע רואיגקייט אינעם ראיאן, כדי אפצושטעלן די ראקעטן און בארואיגן די מערדערישע אראבער, איז דא איין וועג ארויס, דער וועג פון שלום, א וועג וואס האט געארבעט מיט די געוועזענע טעראריסטישע פאטאך גרופע, און וואס וועט אויך העלפן צו שליכטן דעם פראבלעם מיט די כאמאס.
ביי די ערשטע לבנון מלחמה אין שנת תשמ״ב איז עס געווען די פי. על. או. וואס איז דאן געווען די טעראריסטישע גרופע וואט האבן בעיקר געקעמפט קעגן די מדינה. אין יענע תקופה האבן די ציונים געגעבן גאר שטארקע שטיצע מיט שווערע געלטער פאר די 'כאמאס' וואס איז געווען מער א 'רעליגיעז וואוילטעטיגע ארגאניזאציע', כדי אונטערצוברעכן די פי. על. או. זיי האבן געשטיצט און געהאדעוועט די אייגענע שלענג,, וואס האבן זיך מיט דער צייט איבערגעדרייט און פארוואנדלט געווארן אלס גרויסער טעראר גרופע און די ציונים עסן אויף זייערע פרי ביאושים פון די שרעקליכע פורעניות. ה' ירחם.
אויך דעמאלטס האט מען געהערט זינגען דעם ניגון אז פאטאך איז נישט גרייט צו אנערקענען די מדינה, מען קען מיט זיי נישט פארהאנדלן, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די איינציגע לעזונג וואס האט באמת געארבעט אויפן לאנגען טערמין איז געווען די וועג פון שלום, עד כדי כך אז היינט צוטאגס איז גאר פאטאך די מעסיגע פראקציע וואס זוכט צו לייזן דעם קריזיס מיט שלום און האלט זיך צוריק פון עפענטליכע טעראר.
אבו מאזן זעלבסט, דער פירער פון די פאטאך, איז מיט דרייסיג יאר צוריק באצייכנט געווארן אלס געפארפולער טעראריסט וואס האט געהאט א חלק אין גרויזאמע טעראר אטאקעס. אבער ווי דער טבע ביי די אראבער, אז פאר כבוד און מאכט זענען זיי גרייט אויף אלעם, האט פאטאך איינגעזען אז עס לוינט זיי בעסער צו זיין איינגעהאלטן און אזוי ארום באקומען די אנערקענונג פון דער וועלט. דאס האט זיי געברענגט צו ענדיגן טעראר און זוכן רואיגקייט.
גענוי דאס זעלבע קען זיך אצינד איבערשפילן מיט כאמאס, פונקט ווי דעמאלסט מיט פאטאך זוכט אצינד כאמאס זיך אוועקצושטעלן מיט א רעגירונג אין עזה און זענען גרייט צו הערן איבער פארהאנדלונגען, דאס איז בדרך הטבע דער איינציגער פערמאנטער לעזונג אז די ראקטען שיסעריי זאל זיך אויפהערן אויפן לאנגן טערמין און עס זאל ענדליך הערשן א שלום אינעם ראיאן. עס פעלט זיך נאר אויס אז די ראדיקאלע מדינת ישראל פאליטיקאנטן זאלן זיין גרייט דערויף און מותר זיין אויף זייער כבוד, זיך אוועקזעצן און איינגיין אויף דיעלס, צו ראטעווען אידישע לעבנס.
ווי קילורין לעינים זענען די ווערטער פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ס"ג קרח תשכ"ז: די איינע ישועה און עצה דערווייל פארפלייפיג, די ישועה פאר אידן איז נאר ס'זאל זיין שטיל ס'זאל נישט זיין קיין מלחמות, יעדע מלחמה איז סכנת נפשות, יעדעס נפש מישראל איז טייער פאר הקב"ה, ס'קאסט נפשות יעדע מלחמה, נישטא קיין אנדערע וועג, אז מען זאל נישט וועלן מלחמות העט נישט געווען, קומט דאך אויס אז זיי האבן גורם געווען די צרות האבן זיי גורם געווען, זיי האבן זיך געריכט, זיי זענען מופקרים זיי האבן זיך געריכט אויף דעם.
די נייע רעגירונג אין עגיפטן פירט א שארפע מלחמה מיט די 'מוסלמענער ברודערהוד' טעראריסטישע גרופע, וואס איז אייגנטליך ווי דער גרויסער ברידער פון די כאמאס פראקציע וועלכע איז א פראדוקט פון די 'מוסלעמענער ברודערהוד'. אלס אזוי שטייט אצינד איז דער יעצטיגער פירער פון מצרים, עבד אל- פתאח א –סיסי, צו דער זייט פון מדינת ישראל און זוכט צו אפשוואכן און מינוזירן דעם כח פון די כאמאס. דער פייער אפשטעל וואס עגיפטן האט פארגעשלאגן, איז אין פאקט ניטאמאל געוויזן געווארן בעפאר פאר די כאמאס פירער, זיי זענען געוואויר געווארן פון דעם פייער אפשטעל, דורך די מידיא... עס האט מיט זיך פארגעשטעלט אייניגע פונקטן גענויגט בלויז צו די זייט פון מדינת ישראל און גארנישט נאכגעגעבן פון די פאלאסטינער פארלאנגען, און איז אלזא געווען א כסות עינים פון די עגיפטישע רעגירונג און א פיינער שפיצל פון זייער זייט אראפצומאלן כאמאס אלס די וואס ווארפן אפ דעם פארשלאג.
זאת ועוד. ווי ערווענט איז פארהאן א סיבה פארוואס די ראקעט שיסערייען האבן זיך אנגעהויבן, ארעסטירן ארום 400 כאמאס מיטגלידער אן קיין קראנטע אורזאכן איז אן אינגרידיענט פאר א מלחמה. משל למה הדבר דומה, א איד גייט צו צו א צווייטן און גיט אים גוטן שטויס אינמיטן בית המדרש, ווען יענער וויל אים צוריק געבן - שרייט דער שטויסער, האלא, איך בין גרייט פאר א סיס- פייער...כ'וויל איבער מישען דאס בלעטעל…יעצט נאכן ארעסטירן הונדערטער ארעסטאנטן, און זיי נאך אלץ האלטן אונטער זייער באזיץ, איז נישט צייט צו שרייען פייער אפשטעל אויף מיינע טערמינען, נאר ווייזען וויתור והכנעה, יעצט איז כאמאס אויפגעברויזט און מען דארף איינשטילן זייער צארן עס זאל חלילה נישט שאטן פאר אידן.
ווייזט אויס אז דער געפיל פון נצחון איז אסאך שטערקער פון אלעם, אפילו עס וועט ווייטער קאסטן נפשות ישראל און פארזעצן א מלחמה וואס האט זיך אנגעהויבן על לא דבר, אלה ואלה בנצחנימו וברצחנימו.
[center]איז די סיבה פארוואס די מדינה אריין אין די מלחמה טאקע וועגען די טונעלן? ווען איז אויפגעקומען די געדאנק פון מלחמה ב'טונעלן? קען זיך טאקע די מדינה א עצה געבן מיט די טונעלן מיט זיצען אין עזה אָן שלום?[/center]
עס איז טראגי- קאמיש ביז גאר ווען מען באטראכט וויאזוי דער פי. אר. אפאראט פון די מדינה קען באווייזן צו ווארפן זאמד אין די אויגן מיט פריש- אויפגעקומענע פאקטן און הסברים וועלכע פארטושן דעם קלארן שכל מיט בלינדע הערצה צו די מלחמות פון די קרבות יחפצוני'קעס.
ס'איז באמת אינטערסאנט צו באמערקן, וויאזוי הערשט מיט א וואך נאכדעם וואס די חיילי צה"ל זענען אריין אינוואדירן עזה, איז מען למפרע געוואויר געווארן די סיבה פארוואס מען איז אריין... אנהויב האט עס געהייסן אז די אינוואזיע איז געצילט צו אפשטעלן די ראקעטן ווארפעריי. למעשה האט זיך אבער דאס בילד נישט אויסגעמאלן לויט דעם ארגינאלן פלאן, דאס מיליטער האט אריינגעהויבן ערנסטע פארלוסטן מיט טויטע און פארוואונדעטע, און בשעת די סאלדאטן דרייען זיך אונטער די פיס באווייזן די טעראריסטן צו ווייטער באהאגלען מיט ראקעטן די שטעט אין ארץ ישראל, אזוי ארום אז דער סוקסעס פון די מיליטערישע אפאראציע האט אנגעהויבן ווייזן שטארקע סימנים פון פשוט'ע דורכפאל.
דאן, נאך עטליכע טעג פון זיצן אין עזה אן קיין זאכליכע רעזולטאטן, האט מען אנגעהויבן רעדן איבער דעם נייעם שרעקעדיגן טערמין 'טונעלן', ס'איז מער נישט קיין מלחמה מיט די חאמאס טעראריסטן, ס'איז מער נישט קיין אקציע אפצושטעלן די ראקעטן, ווייל דערצו טויג מען דאך נישט, אלזא איז די מלחמה פארוואנדלט געווארן אין א קאמף מיט 'טונעלן', שפך כעסו על עצים ואבנים, די איזראעלישע פי. אר. מאכט זיכער צו פארשפרייטן יעדע שטיקל צייט שמועות איבער איבער פריש –געפונענע טונעלן, און די גאנצע אידישע וועלט זינגט מיט... טונעלן, טונעלן.
די מעשה מיט די טונעלן איז זייער פארנעפלט, די גרויסע מרפסין איגרא'דיגע שאלה איז - אויב איז די מדינה אריין אין די מלחמה וועגען די טונעלן, טאָ פארוואס איז מדינת ישראל געווען גרייט בלויז לעצטע וואך איינצוגיין אויף די מצרי'שע פייער אפשטעל מיט כאמאס און זיך ארויסציען פון עזה, פארוואס זענען די מיליטערישע און פאליטישע פירער פון די מדינה מסכים געוועהן צו פארלאזן די מלחמה אין אויסטויש אז כאמאס זאל אפשטעלן די ראקעטן ? דער פראבלעם איז דאך נישט די ראקעטן, ס'איז דאך פיל ארגער, מען האנדלט דאך מיט די אזוי שעדליכע 'טונעלן' ? פארוואס איז מדינת ישראל געווען גרייט אויפצוגעבן דעם קאמף און איבערלאזן אלע טונעלן אין די הענט פון די כאמאס ?
די קשיא איז נאך שטערקער אויף די התנהגות פון די מדינה איבער די טונעלן ביז היינט.
אין די פרעסע זענען באריכטעט געווארן פון מערערע מענטשן אינעם ראיאן נעבן די עזה גרעניץ וועלכע פלעגן אנרופן די מיליטער און די פאליציי זיך באקלאגן אז מען הערט קלאר גריבונגען הונטער דער ערד, זיי האבן דערציילט אז מען הערט און מען שפירט ווי מען לעכערט אויס די טונעלן פון די עזה ריכטונג, אבער קיינער האט זיך קיינמאל נישט געקימערט דערויף, די מדינה האט נישט גענומען צופיל אין קענטעניס די גאנצע טעמע פון טונעלן און זענען זיכער נישט געווען גרייט צו טון עפעס דערוועגן, די שטילשטאנד איז אומפארשטענדליך. אויב די מדינה האט געטראָסט כאמאס אז די טונעלן זענען בעיקר געמאכט צו דינען ווי א 'טראקינג קאמפעני' און זענען אויסגעגראבן געווארן פשוט צו דעליווערן סחורה און שווערצען אביסעלע ירקות, קארטאפל און מייערן, און דערפאר לוינט זיך נישט צו אלאמירען, אויב אזוי נו וואס האט זיך היינט געטוישט, אז מ'זיצט אין עזה און מ'פארלירט טעגליך סאלדאטען צוליב די טונעלן?
יצחק קקון, אן איינוואוינער אין שדרות, איז ציטירט געווארן אין די איזראעלישע פרעסע אז ער פלעגט הערן טאג טעגליך, ווי מען גראבט אינטער דער ערד, ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי און וואספארא אופנים די עזה טעראריסטן באנוצן זיך צו אויפגעראבן נאך און נאך טונעלן, אבער ווען ער האט געוואלט פארעפענטליכן זיין אינפארמאציע איז ער יעדעס מאל באזונדער אפגעשטעלט געווארן דורך די צענזור פון מדינת ישראל.
ער פלעגט בעטן א פערמיט צו לופטערן זיין געשיכטע אין די פרעסע אבער איז צוריקגעוויזן געווארן, פאר די איינציגע סיבה, ווייל די מדינת ישראל באהערדע האבן איבערהויפט זיך נישט געקימערט דערוועגן. פארוואס האבן די חאמאס טערעריסטען טאקע נישט געניצט די טונעלן פאר טעראריסטישע אקציעס במשך די אלע יארן?
אין פאקט זענען שוין א גרויסער טייל פון די טונעלן פולשטענדיג פארטיג געווען מיט צוויי יאר צוריק, א ריזיגער חלק פון זיי זענען שוין גרייט צום באנוץ א לאנגע צייט אבער זענען נישט באנוצט געווארן דורך חאמאס, צוליב דעם פייער אפשטעל מיט מדינת ישראל פאר צוויי יאר צוריק, נאך די דעמאלטסדיגע דורכגעפאלענע עזה מלחמה.
דאס קומט פארשטענדליך נישט מחמת רוב אהבה צו מדינת ישראל... נאר צוליב אייגענע פאליטישע חשבונות. די כאמאס פיערערשאפט אין עזה איז דורך אין די לעצטע תקופה זייער שווערע צייטן, זייער עקאנאמיע איז אין דער ערד און זייער רעגירונג קען נישט באצאלן די מינימאלע געהאלטן פאר ארבייטער, זיי זענען אפגעשוואכט מאראליש און פינאנציעל און זענען נישט פאראינטערסירט געווען צו אנהויבן א מלחמה מיט מדינת ישראל, עס קאסט צו א טייערן פרייז און עס לוינט זיי נישט. כמובן איינמאל א מלחמה איז אין קראפט וועלן זיי נישט אזוי שנעל צוריקטרעטן און אויפגעבן אויף זייער גאוה און נצחון אבער אין ערשטן פלאץ איז כאמאס נישט געווען גרייט אויף מלחמה און האבן עס נישט געזוכט.
מען דארף נישט מער פון דעם פאקט אז במשך די 2 יאר, זינט חאמאס האט געשלאסן א פייער אפשטעל מיט מדינת ישראל, האט מען די טונעלן נישט גענוצט, ווייל זיי האבן איינגעהאלטן זייער פייער אפשטעל דיעל. נאכמער, חאמאס זעלבסט האט געשטערט און אפגעהאלטן פילע קלענערע גרופעס פון שיסן ראקעטן אין רוב צייטן.
[center]איז מען מחוייב צו גלייבען די פראפעגאנדע מעשה'לעך איבער די אנגעבליכע שחיטה בעצם ראש השנה דורך די טונעלן?[/center]
ליתר שאת האבן די ציוניסטישע פי. אר. ארויסגעשטעלט אן אנגעבליכע באריכט וואס איז נישט געהעריג באשטעטיגט געווארן אז די טעראריסטן האבן זיך געגרייט קומענדיגן ראש השנה צו דורכפירן א טעראר אטאקע דורך די טונעלן. זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, וויבאלד ס'איז קלאר אז כאמאס האט נישט געזוכט יעצט אנצוהויבן א מלחמה, און איז ענדערש א גוטער שפיל מצד די ציונים צו הייבן דעם געפאלענעם מאראל ביים פאלק פון דעם גרויסן צאל טויטע סאלדאטן, און געווינען דעם דעת הקהל פון אידן איבער די וועלט איבער די 'נחיצות' פון אנהאלטען די אומבאלימפערטע מלחמה.
היסטאריע שפילט זיך איבער, מיט 47 יאר צוריק האט אויך די ציוניסטישע פובליק רילעישן מאשין פארשפרייט שרעקעדיגע קלאנגען איבער די אידישע וועלט, און ארומגעשיקט בילדער ווי דער דעמאלטסדיגער פירער פון עגיפטן נאסאר וויל אריינווארפן אלע אידן אין ים אריין, דאס האט אריינגעווארפן אידן אין א פאניג און געזאלט בארעכטיגן די מלחמה וואס איז אונטערגענומען געווארן, ווייל מ'ברויך זיך 'דעפענדן'... הערשט שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט קליפ און קלאר ווי גערעכט עס איז געווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכער האט פון די ערשטע מינוט געזאגט אז דאס איז א הוילער שקר צו בארעכטיגן דאס ציונות. אויך היינט איז דער 'טונעלן' סלאגאן פארוואנדלט געווארן אין דער גרעסטער געצייג אריינצופירן אידן אין דעות כוזבות און מחשבות פסולות בשבחן פון די כופרים.
לולא דמסתפינא קען מען זאגן בדרך אפשר אז ווער ס'גלייבט נישט אין די ציוניסטישע ווערסיע איז נאכנישט קיין א אפיקורס... ס'איז נאר אינטערסאנט ביז גאר אז אויך עגיפטן האט באריכטעט איבער טונעלן וואס זיי האבן געפונען אינעם סיני מדבר, וואס איז אויסגעגראבן געווארן פון די אנדערע זייט עזה צו די ריכטונג פון מצרים, אצינד פעלט נאר אויס צו פארשטיין פארוואס אויך קיין עגיפטן האט כאמאס פלאנירט זיך אריינצוכאפן ראש השנה...
[center]ווען האט זיך אנגעפאנגען די געדאנק פון בויען טונעלען דורך די טעראריסטען?[/center]
די געדאנק פון טונעלן קומט נאך די מדומה'דיגע הצלחה פון די ציונים, און האבן מצליח געוועהן צו געוועלטיגען איבער עזה, פון די לופט, ים, גרעניצען אויף די יבשה, אדאנק די בלאקאדע וואס נעמט ארום עזה פון אלע זייטן אין יוצא ואין בא. זיכט די פארשפארטע באפעלקערונג זוכט צו אריינשמוגלען ווי מער אירע געברויכן וואס קענען עס נישט עררייכן דורכ'ן ים אדער לופט, אלזא גייען זיי אונטערערדיש און גראבן אויס די טונעלן צו אלע ריכטונגען. און דאס קען עווענטועל פירן אדורך צי פירען טערעסטישע אקציע'ס – דאס איך נאך א ביישפיל ווי אזוי די הצלחה פון די ציונים פון מורד זיין באומות און איינשפארען די פאלאסטינער אין א געטא – האט די פארקערע ריכטונג, ווי אלע זייערע פעולות וואס איז באשאנקען מיט די העברת פי ה' והוא לא תצלח.
די איינציגע תועלת וואס קומט ארויס פון אויפרייסן די אלע טונעלן און אנהאלטן די בלאקאדע איז ווי דער קאץ וואס אויב מען לייגט אים איינגעשפארט אין ווינקל וועט ער אויפשפרינגען און זוכן צו אטאקירען, דער פאקט האט באוויזן אז ס'איז נישט במציאות צו האלטן צוויי מיליאן מענטשן איינגעשפארט אין א געטא און זיי זאלן בלייבן שטיל און רואיג.
אויב וואלטן די פארהארטעוועטע מדינת ישראל פירער זיך עטוואס געבראכן פון זייער שטאלץ און זיך אראפגעזעצט פארהאנדלן מיט די פאלאסטינער, וואלטן בדרך הטבע די טונעלן קיינמאל נישט באנוצט געווארן, פשוט ווייל עס וואלט נישט אויסגעפעלט פאר די מיליטאנטן פון עזה, חאמאס האט נישט געהאט קיין שום באלדיגע פלאן פאר מלחמה און האבן עס נישט געזוכט צו נוצן.
האט אבער די הארעוואניע פון ביבי קעגן די חאמאס-פאטאח שלום, און די "מבצע שובו אחים" וואס האט אבלאווירט חאמאס אין די מערב ברעג געפירט דערצו אז מען אנהויבן א מלחמה, און יעצט, נאכדעם וואס אלע אנדערע צילן פון די אינוואזיע זענען דורכגעפאלן, טרומפייטערט מען איבער די 'טונעלן'.
[center]איז מעגליך א מדינת ישראל זאל אפווישן אלע טונעלן? האבן זיי בכלל א חשבון וויפיל עס איז דא? און וואס איז די גאראנטיע אז מ'גייט דאס נישט נאכאמאל אויפבויען?[/center]
מדינת ישראל ווייסט גאנץ גוט אז ס'איז נישט מעגליך פאר זייערע טרופן צו געפינען און פארניכטן אלע אומצאליגע גרעסערע און קלענערע טונעלן וואס לויפן דורך עזה, דאס איז א פארלוירענער קאמף וואס מען קען נישט געווינען, איבערהויפט אז באלד מיט די ענדע פון די אינוואזיע וועט זיך ווארשיינליך אנהויבן א פרישע רונדע פון אויפבויען מעכטיגע טונעלן, וואס זאלן זיין גרייט ביי די קומענדיגע שלאכטן ה"י.
אין אן אינטערוויא פון א הויכראנגיגע איזראעלי באאמטער אויף די אמעריקאנער טעלעוויזיע האט יענער מודה געוועהן אז עס איז כמעט אוממעגליך צו אויפדעקן און פארניכטן אלע טונעלן, אויך אויב עס וועט אין דער ענדע יא געלונגען זאגט יענער וועט דאס לויטן חשבון זייער שנעל ווערן צוריק אויפגעבויעט און פארראכטן.
כאמאס האט גענוג צייט און מענטשליכע קראפט, אין א געגענט ווי צוויי מיליאן מענטשן זיצן צוזאמגעדריקט און האבן נישט דאס מינדסטע באשעפטיגונג ברויך נישט געדויערן צו לאנג אז עס זאל פריש אויסגעגראבן און אויפגעבויעט ווערן פרישע טונעלן. האלטן מענשטן פארשפארט אָן דאס מינדסטע שפייז אדער באשעפטיגונג ברענגט נישט קיין גוטס, און וועט נישט בדרך הטבע נישט אפשטעלן די טונעלן גראבונגען ה' ירחם.
די איינציגע מיטל וואס קען באמת ברענגן א שלום אין דעם ראיאן, דער איינציגער פלאן וואס קען העלפן אז די טונעלן זאלן בעז"ה נישט באנוצט ווערן מער, איז א שטאנדהאפטיגער שלום וואס זאל אויסגעהאמערט ווערן מיט די פאלאסטינער, א שלום וואס אמעריקע און אנדערע וועלט – לענדער האבן שוין פארלייגט אויסטערלישע כוחות צו עררייכן, דהיינו: א פאלאסטינער לאנד, זייט ביי זייט מיט די ציוניסטישע מדינה, אבער איז דערווייל צוריקגעוויזן געווארן דורך די ראשי המדינה וועלכע קענען נישט ברעכן זייער פוסטע גאוה און זענען ענדערש מפקיר נפשות ישראל אין מלחמה ל"ע.
אין שלום אמר ה' לרשעים – דארט וועט קיין שלום נישט זיין, אבער טאמער דער שטער פאר שלום - קומט כאטש נאר דורך די גוי'אישע רוצחים פון חאמאס וואלט דער חרון אף נישט געוועהן אזוי גרויס – אבער אצינד ווען דאס קומט ליידער דורך די מדינה השפילה באגלייט מיטן גרעסטען התגרות – זאל השי"ת אפהיטען אידישע קינדער אויף די נאכפאלגן ברוחניות וגשמיות.
[center]וואס זענען די געוואונסן פון דעם ציוניסטישען כחי ועוצם ידי אין דער מלחמה ?[/center]
נאך קיינמאל איז די מדינה נישט ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט אזוי אומבאהאלפן אין א שווערן לאגע פון אלע זייטן אבער דאס האלט נישט אפ צו פאליטיזירן אין גרויסן און באצייכענען מיט שטאלץ זייערע 'געוואונסן'...
אין די הייליגע תורות פרשת נשא, בהעלותך, שלח קרח, בשנת תשכ"ז, האט רביה"ק מסאטמאר זיך אויסגעדריקט צווישן אנדערע: איך בין שוין מוחל די מינות וכפירה וואס מ'רעדט, אבער דאס שגעון...
ליידער זענען די ווערטער דאס בעסטע מגדיר די היינטיגע סיטואציע אינעם מיטל מזרח, נאך קיינמאל איז די מדינה נישט ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט אזוי אומבאהאלפן אין א שווערן לאגע פון אלע זייטן אבער דאס האלט נישט אפ צו פאליטיזירן אין גרויסן און באצייכענען מיט שטאלץ זייערע דורכפעלער כאילו דאס זענען די גרויסע 'געוואונסן'...
אידן חזר'ן זיך איין מיט א נאאיוועטעט די פובליק רעלישענס פון די מדינה און מען גלייבט דערין כאלו עס וואלט געווען שמש בצהרים, די כוחי ועוצם ידי פאכעט מיט גרעסטען פויסט און מען שפירט זיך גוט ווען מען גלייבט דאס און מען זאגט דאס איבער מיט פאטאס.
אויב זענען ישיבות פארשלאסן, משפחות לויפן מעיר לעיר, איז מען דאס מצמצם ס'איז נישט אזוי געפערליך, ס'איז נאר דער ס'איז נאר דער און יענער; אויב איז דא מענטשען וואס גייען דורך טראומא און פחדים, וואס טייל מאל בלייבט דאס א גאנץ לעבען, איז דער תירוץ, הער אויס יעדע מלחמה קומט מיט א פרייז; אויב האבן די בארוועסע טעראריסטען מצליח געווען מיט פארגעשריטענע געווער צו אומברענגען 48 סאלדאטן אין די קעמפען, און געשעדיגט אומצאליגע אנדערע, דארף מען רעדן וויפיל מען שמייסט אבער צוריק און וויפיל מער עס פאלט פון די פאלאסטינער; אויב ווערן די אלע פאלאסטינער הרוגים פובליצירט אין סעקונדן צו דער גאנצער וועלט און עס ברענגט פאטאלע ראיאטן און אנטיסעמיטיזים קעגן אידן אומעטום, דאן איז דער תירוץ, למעשה דארף מען האבן א מדינה זאל אונז 'דעפענדען'; אויב דאס מיליטער מיט זייערע מערסט – פארגעשריטענע געווער האט נאכנישט מצליח געווען צו אפשטעלן דעם פלוס פון ראקעטען אפילו פאר איין איינציגן טאג, די אראבערס באווייזען 'ניסים' און זעצן פאר מיט זייער טעראר, איז דער תירוץ אז מען קען ווען זיי פארניכטען אינגאנצען, די מדינה וויל פשוט נישט; אויב איז אוועקגעפאלן די צענטראלע סיבה פארוואס מען איז אריין אין דעם 'גראונד וואר', צו אפשטעלן די ראקעטן, חזר'ט מען זיך איין, אזויפיל מאל ווילאנג מען גלייבט עס אליין, אז די מלחמה איז בלויז איבער די טונעלן; אויב ווערט דערנאך שווער אז די טונעלען קענען דאך די טעראריסטן צוריק אויפבויען און מען גייט ארום א ראד וואס האט נישט קיין ענדע, מיט די איינציגע אויפטו אז מען האט מעלה חמה געווען פון די אראבער עד להשחית ח"ו איז דער באלדיגער תירוץ: מ'האט אייביג פיינט געהאט אידען. דער כלל פון בידוע שעשיו שונא ליעקב איז מער נישט קיין סיבה מ'זאל זיך מכניע זיין פאר'ן גוי – ווי די עצת התורה איז אין גלות - נאר עס איז געווארן א "היתר", אז דער גוי האט מיך סיי ווי אזוי פיינט, מעג איך שוין זיך שלאגען און רייצען מיט אים ארויפצוברענגן זיין שנאה צו שטאפלן פון רציחה רח"ל, און אזוי חוזר חלילה מיט א טפשות וואס איז גובל מיט טירוף הדעת וואס געדענקט זיך שוין לאנג נישט.
ביי די יעצטיגע שלאכטן אין עזה האט כאמאס איבערראשט די וועלט מיטן ווייזן אויסטערלישע פארשריט אין זייער מעגליכקייט צו קעמפן. זיי זענען אויסגעשטאט מיט ווייטגרייכנדע ראקעטן וועלכע האבן שוין געגרייכט ביז חיפה, מיט פילאטלאזע 'דראונס' וואס זענען ארויסגעשיקט געווארן העכער די הימלען פון מדינת ישראל, מיט סאפיסטיקירטע אנטי טאנק מיסלס וועלכע האבן שוין אומגעברענגט עטליכע סאלדאטן און פארניכטעט זייערע טאנקן, מיט פונקליכע ציל – שיסער וועלכע ווארטן אפ די חיילי צה"ל אין עזה, וואס ברענגט אז צווישן די אומגעברענגטע חיילים איז דער צאל פון הויכראנגיגע 'קצינים' זייער הויך. דאס מיינט אז עס פאלן נישט בלויזע איינפאכע זעלנער נאר אויך פראפעסיאנאלע סאלדאטן מיט מעדאלן און ערפארונג, וואס קענען שווער קעמפן מיט די כאמאס מערדער וועלכע האבן זיך אויך צוגעלערנט די פאך. ועל כולנה די אויסטילישע עקשנות וואס פאר קיין שום פרייז געבן זיי נישט אויף דעם קאמף.
פאר די עקאנאמיע פון דער מדינה איז דער יעצטיגער צושטאנד א קריזיס של ממש. עס ווערט אנגעצייכנט אז אצינד אין די זומער חדשים איז דער גרעסטער סעזאן פון טוריזים אין לאנד, ווען טויזנטער מענטשן פון איבער די וועלט קומען באזוכן ארץ ישראל.
אבער ווי א דינער אינמיטן העלן טאג האט אפגעלינגען די מעלדונגען פון מערסטנס ריזיגע אוויאציע אגענטורן און לופט ליניעס פון איבער דער גאנצער וועלט, אריינגערעכנט די אמעריקאנער לופט ליניעס, וועלכע האבן אפגערופן און אפגעשטעלט אלע זייערע פלייטס אריין און ארויס פונעם בן גריון לופטפעלד, נאכדעם וואס א ראקעט איז געפאלן אין די נאנטע געגנט צום עירפארט און קיינער האט נישט געוואלט נעמען דעם ריזיקע.
במשך די טעג וואס דער רייזע אפהאלט איז געווען אין עפעקט איז די עקאנאמיע אין דער מדינה איינפאך פאראלזירט געווארן אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, דאס האט אריינגעווארפן די ציוניסטישע פירער אין א פאניק און אויסגערופן שטורמישע פרייד ביי די טעראריסטישע באנדעס וואס האבן באוויזן זייער ציל, צו אפשרעקן און אפשטעלן די מדינה און איר פארוואנדלן אין א מקום סכנה וואו מען פארכט צו לאנדן פון דער גאנצער וועלט.
דער גרויסער מויל - מאכער ביבי נתני' וואס האט אויף זיין רעקארד א רייע פון פרעכע צוזאמשטויסן מיט די אמעריקאנער דיפלאמאטישע פארטרעטער, האט אבער בבושת פנים זיך געמוזט איינבעטן ביי סעקרעטערי אוו סטעיט דשאן קערי, זאל פרובירן אים ארויסצוהעלפן און צוריק ערמעגליכן אז די פלי - רייזעס זאלן אנהויבן נאכאמאל פונקציאנירן. ס'האט אים אבער ווייניג וואס געהאלפן, זינט דאס איז א באשלוס וואס איז תלוי אין די זיכערהייט מומחים פון די אוויאציא געזעלשאפט וועלכע האבן נישט געוואלט נעמען דעם אחריות אויף זייערע פלייצעס.
דאן האט זיך אנגעהויבן א כוואליע פון העצע קעגן די אמעריקאנער רעגירונג, די אבאמא אדימינסטראציע איז אראפגעריסן געווארן, כאילו אמעריקע איז שולדיג אז דער בן גריון לופטפעלט איז נישט פארזיכערט, און זענען מחויב איינצושטעלן דאס לעבן פון זייערע בירגער פאר די תאות הנצחון פון די מדינה פירער.
אזא אומאפציעלע 'עמבאגרא' האט זייער מיאוס אריינגעשניטן אין דעם שטאלץ פון די מדינה... אין קלארערע ווערטער איז די מדינה קלאסיפיצירט געווארן אלס א דריטע וועלט לאנד, און האט באקומען א נייע סטאטוס פון אן אומזיכערע ראיאן וואו עס הערשט א פחד צו לאנדן.
דאס האט פארשטענדליך אויסטערליש עפעקטירט די עקאנאמיע אין לאנד, האטעלן און טוריזים איז דראסטיש געפאלען. עס דערמאנט די מעשה פון יענעם ראש הקהל וואס די גאנצע שטעטל האט געהאסט אבער ער האט נישט געוואלט אויפגעבן זאגנדיג וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד... די מדינה איז ללעג ולקלס, זיי כאפן באדייטענדע קלעפ מאראליש, פינאציעל און מיליטעריש אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד און תאות נצחון...
די טעראריסטן פון זייער זייט, האבן געוויס נישט געוואלט אנהויבן די יעצטיגע מלחמה, אבער בדיעבד איז עס פאר זיי אויך א היבשע דערגרייכונג און וועט זיי עווענטועל העלפן אין זייער כמעט חרוב'דיגע צושטאנד און אויפבויען זייער מאכט אין עזה און אנדערע אראבישע געגענטער.
די מלחמה האט געברענגט א כוואליע פון סימפאטיע צווישן די פאלאסטינער פאר די כאמאס מיליטאנטן, וועמענס מאמענטום שטייגט צווישן די אראבישע מאסן. אויך אין די מערב ברעג וואו עס האט ביז יעצט רעגירט דער מעסיגער אבו מאזן פון די פאטאך פראקציע טרייסלט זיך זיין מאכט און עס הערשט א שטייגענדע אויפברויז קעגן אים פארן זיך נישט גענוג אננעמען פאר די כאמאס.
אנשטאט די מדינה פירערשאפט זאל פרובירן אויפצובויען אבו מאזן און שטארקן זיין אנוועזנהייט צווישן די פאלאסטינער האבן זיי אים יעצט געלייגט שטיינדלעך אונטער די פיס און אצינד זיכער געמאכט אז ער ווערט אפגעשוואכט ביי זיינע אייגענע בירגער, דערמיט ווערט חאמאס געשטארקט און די תוצאות איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן ה"י. נאכמער, דער יעצטיגער קאנפליקט האט דערנענטערט די קריגערישע אראבישע פראקציעס ווי קיינמאל בעפאר, חאמאס און חיזבאלא, וועלכע זענען ביז היינט געווען אויף מעסער שטעך האבן געשלאסן א יד אחד און זיך צוריק פאראייניגט, דאס זעלבע האט כאמאס זיך איבערגעבעטן מיט די ראדיקאלע איראנער עקסטרעמיסטן וועלכע זענען געווען גענויגט צו די חיזבאלא טעראריסטן אבער האבן אצינד באקומען סימפאטיע צו די חאמאס אדאנק די מלחמה.
אויסערדעם, גרייט זיך יעצט כאמאס צו 'איינקעשן' די מלחמה און רייטן אויף די טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע צו ארויסנעמען די מאקסימום געלט און שטיצע פון אראבישע לענדער און פילאנטראפן ווי קאטאר, איראן, טערקיי און טעראר- סימפאטיקער.
משל למה הדבר דומה, להבדיל בין טומאה לטהרה, ווען א איד קלאפט אויס אין בית המדרש אויף דער בימה און לייגט אראפ א ביטערן פעקל, אז לא עלינו, ער געפונט זיך אן א דאך איבער'ן קאפ, נישטא קיין ברויט צו שפייזן דאס געזונדל און ס'איז פינסטער אין שטוב, אלמנות ויתומים, ה' ירחם.
להבדיל אלף אלפי הבדלות, כאמאס האט נישט קיין שום עקאנאמיע, די מיליאנען אראבער וועלכע וואוינען צעשטופט ווי אין א געטא זענען נישט פראדוקטיוו און זינקען אין ארימקייט. נו אז עס האט זיך ענליך געמאכט אז די ציונים הויבן אן א מלחמה'לע, כאפן זיי זיך צו דערצו מיט'ן גאנצן אימפעט.
יעדער זעץ פון א ציוניסטישע באמבע אויף זייערע הייזער און פארבריקן איז נאך א קלאפ אויף די וועלט'ס בלעמער... יעדע אזא אטאקע איז א געשריי צו זייערע אראבישע ברודער (וועלכע קימערן זיך גאנץ ווייניג אין פרידנ'ס צייטן אויף די ליידן פון די פאלאסטינער אין די געביטן), אבער יעצט איז דאך א שעת מלחמה, שרייט כאמאס: מורי ורבותי, מען מאכט חתונה און מען דארף זיך אביסל צושטעלן... די כאמאס פארלאנגט פון די אויל- רייכע אראבישע מלוכות און עקסטרעם ראדיקאלע פילאנטראפן זיך משתתף צו זיין מיט די "הוצאות החתונה"... ווען דער צוועק וואקסט און מען איז מפרסם אז אין די משפחה פון כאמאס וואס מאכט חתונה איז געבליבן אלמנות ויתומים וואס די ציונים האבן אקורשט גע'הרג'ט, דארפן דאך די נתינות זיין פיל גרעסער... ווער רעדט נאך ווען מ'קען צולייגען אז מען איז געבליבען אָן א דאך איבערן קאפ צוליב דעם וואס די איזראעלי קאמפס פליגער האבן פלאך געמאכט הונדערטער הייזער, דאן קומט צו פליסען גרויס געלט באגלייט מיט פרישע קאסטבארע וואפען, סחורה וואס איז נאך ביז היינט נישט געווען זיך צו קענען 'פארטיידיגן' און באקעמפן די מדינה.
אויב געלונגט נאך אז עס ווערן אפגעהאלטן פראטעסטן איבער די גארער וועלט דורך אראבישע בירגער וועלכע קומען ארויס שטיצן זייערע ברידער אין עזה, איז דאס שוין גאר א ווארימע באנקעט וואס ברענגט אומגעהויערע לייזונגען פון כבוד און געלט פאר די כאמאס. די נתינות ווערן געדאפעלט כפל וד' וה' און די קאסעס פילן זיך אן ביז צו די קומענדיגע מיליטערישע אקציע רח"ל.
איי, עס קאסט דאך א ביטערן פרייז פון ציווילע און קינדער וואס פאלן, נישקשה, דערויף ווייסן מיר דאך דעם כלל פון 'תמות נפשי מות פלשתים', די קינדער ווערן מארטירער און די שרעקעדיגע בילדער ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט צו אויפהעצן דעם דעת הקהל קעגן איזראעל.
אין איין ווארט טוט די יעצטיגע מלחמה איבערהויפט נישט דינען די אינטערעסן פון איזראעל און ברענגט זיי בלויז שאדן און דעמעדזש אויף טריט און שריט וואס וועט זיי באגלייטן ווי א שאטן.
[center]דער שרעקליכער מצב פון שנאת ישראל איבער דער וועלט.[/center]
דער איינציגער אמת'ער געווינס וואס די מדינה האט עררייכט אדאנק די אינוואזיע איז דער שנאת ישראל וואס האט זיך אראפגעלאזט איבער די גאנצע וועלט קעגן אידן. עס איז געלונגען פאר די מופקרים אז אלע זייערע אקטיוועטעטן ווערן דורך די אויפגעברויזטע גוי הארץ אויטאמאטיש גערעכנט אויף די קאנטע פון כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, ה' ירחם.
אין לויף פון די לעצטע צען טאג האבן אידן איבער די גענצע וועלט געליטן פון אויסטערלישע צער און עגמת נפש אדאנק די מלחמה, אויפגעהעצטע גוים האבן פארברענט און געפלינטערט אידישע געשעפטן, באפאלן און צושלאגן אידן, און אנטיסעמיטישע לאזונגען און פעולות ווערן נתרבה מיום ליום אויף א מאיום'דיגער פארנעם.
עס כאפט א פחד צו הערן באריכטן פון די גאנצע וועלט ממש: עלען הארט, א לאנדאנער רעפארטער צו מיטל-מזרח אישו'ס, האט אין אן ענגלישע אינטערוויו צו "פרעס טיווי" געזאגט אז טראץ וואס רוב אראבער שרייען און זענען אין כעס ספעציפיש קעגן ציוניזם, האלט ער אז ס'גייט ווערן פארמירט צו א "האלאקאסט 2" אויף די 'אידן' בכלל (רחמנא ליצלן), ווייל ביי איין פוינט אין די נאנטע צוקונפט גייט אנטי-זייאניזם ווערן גענצליך טראנספארמירט צו אנטי-סעמיטיזם, חוץ אויב אידן אין אמעריקא און יוראפ וועלן זיך עפענטליך אפשאקלען פון זייאניזם.
דער אינטערוויוער פרעגט אים אז למעשה הערט מען פון אידישע ארגאניזאציעס און אפילו פון ראבייס סיי אין אמעריקא און אפילו דארט אין לאנדאן, וועלכע פראטעסטירן קעגן זייאניזם. ענטפערט ער אז ס'איז נאכאלץ צו ווייניג אין נומערן, און אויב די מערהייט שטיצן ציונות וועט אנטיסעמיטיזן ארויפגיין זייער שנעל צו די העכסטע שטאפלען.
דאס ציונות האט ביי די יעצטיגע מלחמה עררייכט שיינע 'השגים' צו ארויפטרייבן די שטאפלן פון אנטיסעמיטיזם צו אירע העכסטע אקטאוועס, זיי האבן היבש אויסגעפירט זייער ענדגילטיגע לעזונג אויך אויפן יהדות פראנקרייך. שוין לאנג וואס די ציונים האבן זיי דן געווען לגירוש רח״ל און געלייגט א אויג אויף די אידישע קהלות וועלכע זענען קאנצעטרירט אין פראנרייך זייענדיג געלערענטע מענטשען מיט הויכע פאזיציעס, די ציונים האבן מערערע מאל פרובירט אנצוארבעטן שנאת ישראל דארט אין לאנד, ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט אויף קול נטרונא, און אצינד איז עס זיי אמבעסטן געלונגען צו אנזייען א שרעק ביי אידן און ארויסטרייבן מאסן וואס זענען עולה קיין איזראעל פון פחד שנאת ישראל.
[center]וואס איז דער דעת תורה און דער בליק פון אמונה אויף די מאורעות ?[/center]
אפגעזען פון אלע פאליטישע חשבונות זענען מיר עדות צו אן אויפשטייג פון א סימפאטיע געפיל און א גייסט פון אנערקענונג ביי היימישע אידן צו דעם מלכות המינות און זייערע מיליטערישע שריט. עס הערט זיך לאזונגען פון אלע זייטן איבער 'זיך פראטעקטן' און 'באשיצן אידן', בעת דער כפירה הנוראה פון 'להיות עם חפשי בארצינו' שלאגט זיך פון אלעמענס מיילער, מיט דעם 'לחש' אז פארשטייט זיך די רעדע איז בלויז פאליטיש, די 'שיטה' אין א זייט געלייגט.
אין די לעצטע וואכן האט מען צום באדויערן געהערט זינגען אינערהאלב די היימישסטע קרייזן זמירות אז ס'איז נישטא קיין ברירה, און דער מיטל געראטעוועט צו ווערן פארבלייבט בלויז מיט זיך 'דעפענטן' און קעמפן פאר די אייגענע רעכטן, פארפאלן, מען קען דאך נישט בלייבן אויף הפקר א.א.וו..
ס'איז אלזא געקומען דער זמן ווען מען דארף איבער'חזר'ן צווישן אידן איינפאכע אמונה פשוטה, מען דארף לערנען דיבורי אמונה, און זיך פריש דערמאנען אין הארץ פונעם ברית עולם און קשר נצחי בין ישראל לאביהם שבשמים.
די גמרא דערציילט אין מסכת גיטין, מעשה ברבי יהושע בן חנינה, נאכן גרויסן חורבן הבית איז ער געווען אין א כרך גדול שברומי, האט מען אים פארציילט אז תינוק אחד יש בבית האסורים, יפה עינים וטוב רואי. עס איז פארהאן א קינד אין תפיסה, מיט שיינע לאקן. האט רבי יהושע בן חנינה זיך געשטעלט ביים טיר פון די תפיסה און געזאגט דעם פסוק: מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים ? באלד האט דאס קינד צוריקגעשריגן פון תפיסה דער המשך הפסוק: הלא ה' זו חטאנו לו ולא אבו בדרכיו הלוך, ולא שמעו בתורתו.
האט רבי יהושע בן חנינה געזאגט, כ'בין זיכער אז דאס קינד וועט זיין א מורה הוראה בישראל, איך שווער אז כ'וועל זיך נישט פון דא אוועקרירן ביז איך וועל אים אויסלייזן פאר יעדן פרייז. זאגט די גמרא, אז כך הוה, אָמְרוּ, לָא זָז מִשָּׁם עַד שֶׁפְּדָאוֹ בְמָמוֹן הַרְבֵּה, וְלָא הָיוּ יָמִים מוּעָטִים עַד שֶׁהוֹרָה הוֹרָאָה בְיִשְׂרָאֵל. וּמָנוּ? און ווער איז דאס געווען דער קינד, רַבִּי יִשְׁמָעֵאל בֶּן אֱלִישָׁע.
די ספה"ק פרעגן פארוואס רבי יהושע בן חנינה האט געכאפט אזא התפעלות פונעם קינד וואס האט בסך הכל צוגעענדיגט א פסוק אין ישעי', און לכאורה מה כל הרעש.
אבער דא ליגט א שטארקע משמעות. א איד וואס זיצט אין תפיסה, ארומגענומען מיט פראבלעמען און ליידן, נאכדעם וואס דער הייליגער לאנד איז חרוב און אידישע קינדער זענען פארטריבן דורך די רוימישע אימפעריע, און ער איז נישט תולה די מאורעות הזמן אין זייטיגע חשבונות, ער האט נישט קיין פאליטישע און טבע'דיגע תשובות אויף די ברענענדיגע פראגע פון: מי נתן למשיסה יעקב, נאר ווייזט באלד צו ענטפערן אז הלא ה' זו חטאנו לו, אט דאס איז א מדריגה, דאס ווייזט אויף א אמת'ע אידישער געפיל פון אמונה און א ידיעה ברורה אז נישט די מענטשליכע טבעיות'דיגע סיבות זענען רעלעוואנט, נאר דער יד ה' וואס איז משגיח על עמו. און דערפאר איז רבי יהושע בן חנינה געווען אזוי זיכער אז דאס קינד איז לגדולות נוצר.
פאליטישע הסברים, לאגישע אנאליזן, און טבעיות'דיגע לעזונגען זענען נישט דער ענטפער אויפן יעצטיגן ביטערן צושטאנד אין ארה"ק. מען ברויך זאגן פאר אידן, אז מיר פארמאגן א גרויסן עבר, און האבן בעז"ה א ליכטיגן עתיד. אידישע קינדער זענען עדב יקר אחסנתי' וואס ווערן מושגח מיט א באזונדערע השגחה עליונה דורך אבינו אב הרחמן אין אלע זמנים און אלע אומשטענדן, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב, ה' בדד ינחנו ואין עמו אל נכר.
מיר זענען פארטריבן געווארן אין גלות דורך השי"ת זעלבסט, חשב ה' להשחית את חומת בת ציון, כי ה' הוגה על רוב פשעי'. אבער אויך במשך שנות גלותינו האבן מיר נישט פארלוירן דעם ספעציעלן השגחה און באזונדערן שוץ פון השי"ת בכבודו ובעצמו, דערויף זענען מיר מובטח אין די פסוקי התורה הק', ואף גם זאת בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם להפר בריתי אתם כי אני ה' אלקיהם, ווי די גמרא זאגט אין חגיגה דף ה' ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא רב יוסף אמר ידו נטוי' עלינו (פרש"י להגן עלינו).
דער מדרש דערציילט (אסתר רבה י', י"א, תנחומא תולדות ה'). אנדריאנוס קיסר האט געזאגט פאר רבי יהושע, ווי גרויס און וואונדערליך איז די שעפעלע וואס פארבלייבט צווישן זיבעציג וועלף, גדולה היא הכבשה שעומדת בין שבעים זאבים, האט רבי יהושע אים געענטפערט: ווי גרויס און וואונדערליך איז דער פאסטוך וואס היט די שעפעלע פון זיי, גדול הוא הרועה שמצילה ושוברן לפניהם. הה"ד (ישעיה נ"ד) כל כלי יוצר עליך לא יצלח וגו'.
הושענא טוענת עולך הושענא סובלת סבלך, אידן האבן דורכאויס דעם לאנגן ביטערן גלות נישט פארגעסן אויף א רגע פון אונזער גרויסקייט און שיינקייט, אידן האבן קיינמאל נישט פארלוירן דאס געדולד און סבלנות, מיט ליבשאפט און געטריישאפט האט כלל ישראל אנגענומען די גזירת השי"ת וויסענדיג אז עוד ידו נטוי' אלינו. כנסת ישראל איז געגליכן צו א רחל לפני גוזזיה נאלמה, שטילערהייט האבן מיר געשפאנט אין די נעכט פונעם גלות מיט א התבטלות און אמונה צום רצון ה', און אין שאטן פון די גרעסטע רדיפות האבן אידן געלעבט מיט דער נצחיות'דיגער האפענונג און פארזיכערונג פון לא מאסתים ולא געלתים לכלותם כי אני ה' אלקיהם.
דאס איז וואס האט אונז באגלייט אין גלות און דאס איז אונזער גאראנטיע צו איבערלעבן און דורכגיין דעם שרעקליכן גלות, דאס אידישע פאלק האט איבערגעלעבט אלע אירע פייניגער אָן דאס מינדסטע דרך הטבע'דיגע הסבר, אָן סיי וועלכע מענטשליכער פארשטאנד, בלויז מיט די געטליכע הבטחה פון: כי בשם קדשיך נשבעת לו שלא יכבה נרו לעולם ועד.
א מענטש מיט אביסל התבוננת זעהט דאף ביישארפנליך די גאט'ליכקייט וואס ליגט אינעם אידישען פאלק, עס זענען געוועהן אומצאליגע פעלקער מיט שטארקע לענדער, זיך צו-דעפענדען אבער עס איז שוין לאנג נאבד זכרם, אבער אידישע קינדער זענען שוין אין גלות צוויי טויזענט יאר אָן א לאנד זיי 'צו פראָטעקטן' דורמאכענדיג צרות ומכאובים, כיום מה היום מאפיל ומאיר ועומד לעולם אף ישראל כך, און געלויבט השי"ת מען עקזיסטירט ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום. עס שטייט אין אגרת תימן, וכן הבטיחנו הבורא על ידי נביאיו שלא נאבד ולא יעשה עמנו כליה, ולא נסור לעולם מלהיות אומה חסידה. וכמו שאי אפשר שיתבטל מציאותו של הקב"ה, כן אי אפשר שנאבד ונתבטל מן העולם. שכן אמר מלאכי "אני ה' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם".
אזוי זאגט דער חובת הלבבות אין שער הבחינה פרק ה', און דאס זעלבע שרייבט דער מהר"ל אין נצח ישראל פרק י', אז אויך בימינו אלה קענען מיר זען נסים ענדליך צו יציאת מצרים און מתן תורה, באטראכנדיג דעם אומאנאטורליכן קיום פון אידישן פאלק צווישן די פעלקער, נאך אזויפיל יארן אין גלות, דאס איז בלויז דער גדול הרועה וואס היט זיי צווישן די אריות ונמרים, ווי עזרא הנביא האט געזאגט כי עבדים אנחנו ובעבודתינו לא עזבנו אלקינו.
באקאנט ביז גאר זענען די ווערטער פון הגאון רבי יעקב עמדין יעב"ץ זצוק"ל וואס דריקט זיך אויס אויף דעם וואונדערליכן נס קיום עם ישראל אינעם גלות, חי נפשי, כי בהתבונני בנפלאות אלה, גדלו אצלי יותר מכל ניסים ונפלאות שעשה הש"י לאבותינו במצרים ובמדבר ובא"י וכל מה שארך הגלות יותר, נתאמת הנס יותר ונודע מעשה תקפו וגבורתו.
אונזער ישועה איז נישט דורך קעמפן מיט די אייגענע כוחות, אונזער הצלה איז נישט דורך אהערשטעלן א גוטן 'דעפענס', מיר זענען דער עם ה' און מיר ווערן געפירט און דירעקטירט דורך אים אליינס, פארקערט גאר, די אלע סארט פעלות בזרוע בשר נעמען חלילה אוועק די שמירה עליונה וואס איז דא אויף אידן אין גלות. ווי עס איז מבואר במפורש אין ספר מגדול עוז להיעב"ץ און אין די ספרים פון רבי יוסף יעב"ץ מגולי ספרד, (נעתקו בספר אפס בלתך גואלינו פרק הרועה המצילן).
כי בך בחר ה' להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה. דאס וואס עס העלפט פארן גוי, דאס וואס איז ניצליך פאר די לענדער איבער די וועלט, און די טאקטיקן און מיטלען וואס ווערט באנוצט דורך די אלגעמיינע פעלקער, זענען אפשר גוט און גערעכט פאר די אומות העולם וועלכע זענען אינטערגעווארפן אונטער די חוקי הטבע, אבער איז דער היפוך הגמור פונעם מהות פון דעם זרע יעקב אשר בחר וואס ווערן געפירט מיט א פרטיות'דיגע השגחה מיוחדת, פאר אידישע קינדער זענען אזעלכע פעולות און אייגענע שריט דער גרעסטער התכחשות אינעם ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, און דער שעדליכסטער שריט וואס קען געטון ווערן צו אוועקנעמען חלילה די הבטחה פון גדול הרועה המצילן.
עס ווערט נאכגעזאגט פון הגאון רבי וועלוועלע בריסקער ז"ל, וואס האט זיך געשטעלט אויף די לשונות אין שיר השירים אויף וועלכע חז"ל דרש'נען די ג' שבועות החמורות שהשביע הקב"ה את ישראל. דאס לשון ווערט געברענגט אין שיר השירים דריי מאל, די ערשטע צוויי מאל שטייט אין פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים 'אם' תעירו ואם תעוררו את האהבה, און דאס לעצטע און דריטע מאל איז דער לשון מה תעירו ומה תעוררו.
האט דער בריסקער רב געזאגט, די ערשטע צוויי מאל גיט די נבואה אן התראה אויפן עתיד, אם תעירו ואם תעוררו, אויב וועלן אידן עובר זיין אויף די שבועות וועט קומען די ביטערע עונשים ל"ע. אבער דאס דריטע מאל איז דער פסוק מוכיח שוין נאכדעם וואס מען איז דורכגעפאלן, השי"ת זאגט 'מה' תעירו 'ומה' תעוררו מיט א לשון פון בתמי' ושאלה, וואס האט איר אויף געטון מיט די העברה על השבועות, נאר פרעניות און שאדן פאר אידישע קינדער, פארוואס איז מען נאך ממשיך מיט די נארישע שוא תשואת אדם און מען איז נישט מכיר דעם שרעקליכן טעות, מה תעירו ומה תעוררו.
אין א זמן ווען עס שטעלט זיך ארויס דער דורכפאל פון דעם התקוממות על גזירות הגלות, אין א צייט וואס מען זעהט דאך שוין נעבעך די פירות פון דעם מרידה במלכות שמים, איז דאס מערסטע אקטועל דער רוף פון הימל, לאמיר נישט דוחק זיין את השעה, לאמיר זיך האלטן מיט ריינע מחשבות פון אמונה און ייחול לה' אין די לעצטע פינסטערע זמנים ווען דער טומאת הציונות בוזשעוועט אויף א פארנעם וואס געדענקט זיך שוין לאנג נישט, און לאמיר פארבלייבן געטריי צום מלך ישראל וגואלו - נישט חלילה די משנאי ה' וואס רעדן איבער זעלבס- שיץ און דיפענטן, מיטן מעסעזש אז ידינו רמה ולא ה' פעל כל זאת רח"ל.
שטייענדיג אין די ימי בין המצרים איז דער זמן גרמא זיך צו שטארקן אונזער האפענונג צו דעם ישועת ה' און דער קיווי לגאולה. ווי דער מדרש זאגט א משל אויפן פסוק זאת אשיב אל לבי על כן אוחיל, א קעניג וואס האט חתונה געהאט מיט א קעניגן און האט איר אפגעשריבן אן אויסטערלישע כתובה, מיט אוצרות און פאלאצן. דער קעניג האט איר איבערגעלאזט און זיך אוועקגעפארן ווייט למדינת הים און געשפעטיגט צוריקצוקומען. זענען אריין אירע שכינות צו איר און געטשעפט, דער מלך האט דיר איבערגעלאזט און וועט מער נישט צוריק קומען, און זי פלעגט וויינען און קרעכצן. אבער ווען די קעניגן פלעגט אהיימקומען האט זיך ארויסגענומען די כתובה און געליינט וויפיל גוטע הבטחות דער מלך האט איר צוגעזאגט און דערמיט האט זיך זיך געטרייסט. לימים ווען דער קעניג האט זיך אומגעקערט האט ער איר געפרעגט, בתי אני תמה איך המתנת לי כל אותן השנים, און די קעניגן האט געענטפערט, אדוני המלך, ווען נישט די גרויסע כתובה וואס דו האסט מיר געגעבן, וואלט איך שוין לאנג פארלוירן געווארן דורך די שכינים.
דאס זעלבע טוען די גוים טשעפענען כנסת ישראל און זאגן זיי, אלהיכם הסתיר פניו מכם וסילק שכינתו מכם, ער וועט שוין נישט צוריק קומען צו ענק חלילה. והן בוכין ומתאנחין.
אבער ווען אידן קומען אריין אין די בתי כנסיות און בתי מדרשות און ליינען די הבטחות האמורות בתורה, ופניתי אליכם והפריתי אתכם ונתתי משכני בתוככם והתהלכתי בתוככם, איז דאס פאר זיי א טרייסט אין דעם לאנגן גלות.
ווען דער קץ הגאולה וועט אנקומען, וועט הקב"ה זאגן פאר אידן, בני, אני תמה מכם היאך המתנתם לי כל אותן השנים, וויאזוי האט איר מיר אויסגעווארט אין דעם גרויסן אריכות הגלות, והן אומרים לפניו, רבש"ע אילולי תורתך שנתת לנו כבר אבדנו האומות, לכך נאמר זאת אשיב אל לבי, ואין זאת אלא תורה, שנא' (דברים ד' מ"ד) וזאת התורה.
אם יתמהמה חכה לו כי בא יבוא, אונזער תקוה און אונזער ישועה איז די הבטחת השי"ת פון כל כלי יוצר עליך לא יוצלח וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, מיר זענען פארזיכערט מפי ה' איבערצולעבן אויך דעם לעצטן נסיון און ווערן געראטעוועט פון דעם שטף מים רבים, דער מבול פון אפיקורסות, פונקט ווי מיר זענען איבערגעקומען אלע פריערדיגע נסיונות, זאת נחלת עבדי ה' וצדקתם מאתי נאום ה'.
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט ביי די זעקס טאגיקע מלחמה בשנת תשכ"ז ווען א מבול פון כפירה און אפיקרסות האט ארומגענומען די אידישע וועלט בלש"ק: ס'זענען היינט דא קליינע מוחות און קליינע נשמות, קיין סאך פארלאנגט מען נישט אין הימל, אבער מינות וויל מען נישט...
הנה זה עומד אחר כתלינו, וואויל וועט זיין פאר די אידן וואס האבן זיך געהאלטן אין די שווערע זמנים מיט ריינע דעות און א גאנצע אמונה. ועל כן נקוה לך ה' אלקינו לראות מהרה בתפארת עוזך, למֶעְקַר פּוּלְחָנָא נוּכְרָאָה מֵאַרְעָא, וְלַאֲתָבָא פּוּלְחָנָא דִשְׁמַיָּא לְאַתְרֵהּ, וְיַמְלִיךְ קֻדְשָׁא בְרִיךְ הוּא בְּמַלְכוּתֵהּ וִיקָרֵיהּ, בְּחַיֵּיכוֹן וּבְיוֹמֵיכוֹן וּבְחַיֵּי דְכָל בֵּית יִשְׂרָאֵל, ברח דודי ודמה לך לצבי, לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה' צבקות, במהרה בימינו אכי"ר.
ס'איז אינטערעסאנט ווי נטרונא שימפט און האקט קעגן מדינת ישראל בשעת וואס זיי דרייען אויס פאקטן און פארקויפן פאר'ן עולם פריש געבאקענע לאקשן. אט האט איר א דוגמא:
דאס איז געווען ווען נאך די ביטערע טראגעדיע פון די פארכאפונג און רציחה אויף דריי יונגטליכע בחורים. האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א קאמפיין צו טרומפייטערן אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך כאמאס, און דערפאר זיך א לאז געטון קיין עזה וואו עס זענען ארעסטירט געווארן הונדערטערט כאמאס מיטגלידער אן קיין שום דעקונג אדער באווייזן.
ניטאמאל ווייסט דער אויסגעריבענער שרייבער א חילוק פון די מערב ברעג און עזה, און ער די העזה צו שרייבן ווייטער! דאס איז א חוץ די בלינדע שנאה און טיפשות צו שרייבן אז א מדינה האט קיין רעכט צו ארעסטירן פארדעכטיגטע וואס קענען אפשר וויסן מער אינפארמאציע אויף פארכאפטע בירגער.
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט ווי נטרונא שימפט און האקט קעגן מדינת ישראל בשעת וואס זיי דרייען אויס פאקטן און פארקויפן פאר'ן עולם פריש געבאקענע לאקשן. אט האט איר א דוגמא:
דאס איז געווען ווען נאך די ביטערע טראגעדיע פון די פארכאפונג און רציחה אויף דריי יונגטליכע בחורים. האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א קאמפיין צו טרומפייטערן אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך כאמאס, און דערפאר זיך א לאז געטון קיין עזה וואו עס זענען ארעסטירט געווארן הונדערטערט כאמאס מיטגלידער אן קיין שום דעקונג אדער באווייזן.
ניטאמאל ווייסט דער אויסגעריבענער שרייבער א חילוק פון די מערב ברעג און עזה, און ער די העזה צו שרייבן ווייטער! דאס איז א חוץ די בלינדע שנאה און טיפשות צו שרייבן אז א מדינה האט קיין רעכט צו ארעסטירן פארדעכטיגטע וואס קענען אפשר וויסן מער אינפארמאציע אויף פארכאפטע בירגער.
יא אבער זיי האבן ארעסטירט דווקא די פיר הונדערט כאמאס אנהענגער וואס האבן נישט געהאט קיין שום פארבינדונג אדער וויסן איבער די פארכאפונג, חוץ מזה האט מדינת ישראל געוואוסט כמעט גלייך אז די בחורים האט מען ליידער גלייך אומגעברענגט, און אפילו לאמיר זאגן אז סיי האבן געמעגט/געדארפט חושש זיין, און סייווי אויספארשן אלע ארעסטירטע, פארוואס זענען נאך אלע פיר הונדערט ארעסטירט? זיי האלטן באמת אז פיר הונדערט מענטשן האבן געוואוסט דערפון, וויאזוי איז מעגליך אז סאיז נישט ארויס גערינען די סוד?
נאר, איט העפנס טו בי, אז פאטאך און כאמאס האבן עטליכע וואכן פריער אינטערגעשריבן א שלום אפמאך, וואס די וועלט איז גרייט געווען צו געבן א שאנס/אקצעפטירן, און "דאס" האט געמאכט מדינת ישראל פירער 'ווילד', און זיי ארויף געכאפט אויף די פארכאפונג,
איך האב נישט קיין צייט מגיב צו זיין געהעריג אןיף דעם שענדליכן האספולן ארטיקל, אבער איך מוז זאגן אז איך האב שוין נישט צאמגעליינט אזויפיל שטותים והבלים, אפענע שקרים ולגיונות, פאר כאטש צען יאר. איין דוגמה, דער שרייבער זאגט אז דער תירוץ פון טונעלן האט די מדינה ערשט אויפגעמאכט א וואך נאך מען איז אריין איז עזה, נאכן זען אז זיי קענען אפשטעלן די ראקעטס אטאקעס. אפענע שקר. יעדער וואס האט אביסל מיטגעהאלטן די נייעס ווייסט אז זיי האבן פון די ערשטע מינוט אן געזאגט אז זיי גייען נאר א אריין פאר א קליינע אקציע צו פארניכטן די טונעלס. איינמאל זיי זענען געווען אינעווייניג האט זיך אנגעהויבן די דיונים צו מען זאל מרחיב זיין די מבצע צו נישט, אבער ס'איז קלאר ווי דער טאג אז זיי זענען אריין לכתחילה בעיקר וועגן די טונעלס. ווי אויך מאכט דער שרייבער א גראבער טעות, ווי אנדערע האבן שוין באמערקט, ווען ער שרייבט אז מדנ"י האט ארעסטירט 400 טעראריסטן אין עזה, וואס יעדער חדר יונגל ווייסט אז ס'געווען אין מערב ברעג. ווי אויך פלאפלט ער דארט נאך די פוסטע סאטמארע פראפאגאנדע, כאילו די גאנצע סכנה ביי מלחמת ששת הימים איז געווען אויפגעמאכט פון די ציונים, בזמן וואס יעדער וואס קען אפילו נאר א טראפ היסטאריע - און יעדער וואס האט יוטוב קען אליין זען- די שוידערליכע דרשות פון נאסר ווי ער שווערט זיך צו הארגענען יעדע יוד. ועוד ועוד הרבה שטויות ושקרים שאי אפשר לפורטם כי רבים הם. איך האב איין ווארט פאר די סאטמארע, צודרייטע השקפות מיט בויך תורות קענט עטס פארקויפן וואס און וויפיל עטס ווילטס, אבער פאקטן מיט היסטאריע קען מען נישט פארדרייען!! ס'וועט ענק גארנישט העלפן!
אליצפן מאך נישט די טפל פאר א עיקר, צו ס' געוועין עזה צו חברון צו ווייסעךוואס, עס איז אירעלעווינט. זיי האבן אפאר גיטע פוינטס אין פארטיג! פאקט איז אז זיי האבן ארעסטירט אפאר הינדערט חברה אין די וועלט אריין איא???
נעקסטע שאלה, פארוואס האט די מדינה מסכים געוועין פאר א סיעס פייער די דריטע טאג פון די מלחמה אויב זיי האבן געוויסט אז ס'דא טונעלען?? וואס איז א געוואלדיגע סכנה פון יעדע מינוט. ווייל חאמאס חברה קענען זיך אריינגאנבענען אין ארץ ישראל אין אנזייען טויט??
Like Lev Tahor they come with long drashos. They're trying to say that for putting so much effort, this alone shows that they're right. But with this they admit that by default they are not right, and they must come with long explanations
שעפטל האט געשריבן:דאס פאלגענדע איז דער ערשטער טייל פון א לענגערע אנאליז און אפהאנדלונג איבער די ברענענדיגע ענינים העומדים על הפרק און דער מצב המלחמה וואס הערשט ליידער אין ארה"ק. דער צווייטער העלפט פונעם באריכט, מיט א דעטאלירטע רעפארט איבער די קריטיש וויכטיגע פעולות הצלה וואס וועט אי"ה אונטערגענומען ווערן לרגל המצב, וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
(צוליב די לענג פונעם ארטיקל וועל איך דאס צוטיילן אין עטליכע חלקים, און ס'וועט אזוי אויך פארגרינגערן דעם דעבאטע....)
[center]כי אש קדחה באפי ותקד עד שאול[/center]
שוין העכער צוויי וואכן וואס עס ברענט ליידער א פייער פון מלחמה אין ארצינו הק', עס ברענט א פייער פון צערן של ישראל, עגמת נפש אין ליידן וואס אחינו בני ישראל יושבי אה"ק גייען דורך אין די שווערע טעג, עס ברענט א ברויזנדער פייער פון העסליכע שנאת ישראל אין דער גאנצע וועלט רח"ל, און עס ברענט א פייער פון דער יצרא דמינות וואס האט פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט מיט א שטורעם.