אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב די אלע עצות ווערן אויסגעפירט, וועלן אונז האבן פון ביידע וועלטן, די מעלות פון געלט, און די מעלות - יא, ס'דא - פון אונזער סיסטעם.
זעה דא וואס מארק שפירא שרייבט איבער די סיסטעם פראבלעמען אין יענע חדר:

[left]The sort of anomalies I have mentioned appear to be confined to matters of religious life, and other areas seem more believable. For example, we are told that 37% of Modern Orthodox households have incomes in excess of $150,000, which places them in the top ten percent of Americans. This strikes me as on the mark and illustrates one of the great problems with Modern Orthodoxy in the United States. Anyone who has been to Israel knows that there are non-haredi Orthodox Jews in all areas of life. You see men with kippot who are bus drivers, security guards, and doing every other job imaginable. Yet in the United States, Modern Orthodoxy has become largely an upper middle class phenomenon. The cost of a Modern Orthodox lifestyle, which includes expensive schools and camps, is simply beyond most people’s reach. I believe that this cost is a major reason why the Modern Orthodox camp has not picked up much in the way of ba’alei teshuvah

I have no doubt that many of the non-Orthodox admire the Modern Orthodox lifestyle, and would be willing to try it out, before learning the cost. Many non-Orthodox would also be happy to send their kids to Modern Orthodox schools, but they are not going to sacrifice a middle class lifestyle for this. Those who grow up Modern Orthodox and remain in the community are prepared to make the financial sacrifices (as well as limiting how many children they have). But for those who are not part of the community, the entry fee is simply too high. Needless to say, there are also those among the Modern Orthodox who drift away because of the financial cost, and this drifting often begin when the first child is enrolled in public school. As I see it, the financial burden is the great Achilles’ heel of Modern Orthodoxy, and what prevents it from any real growth. By the same token, those of us in the Modern Orthodox world must recognize that one of the great strengths of the haredi community is that there is room in it for everyone, from the wealthy real estate developer to the blue-collar worker. If, as so many predict, the future of American Orthodoxy is with the haredim, money (or lack of it) will play an important role in this story[/left]
Under influence
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לדעתי סתם איינציען די פאסיק איז נישט דער איינציגסטער/בעסטער ענטפער,
וועסט נישט קויפן קיין זילבערנע לייכטער? קיין בעכער, שס, פוירניטשור, וכו' גייט שאטן פאר אסאך היימישע פרנסות,
קויפן פוירניטשור ביי אייקיע? וועסטו נעמען פינף טויזנט דאללער און עס געבן פארן סקאנדענעווישן גוי, אין אנדערע ווערטער ארויסנעמען פינף טויזנט דאללער פונעם היימישן עקאנאמיע, (100% loss of heimish gdp)
Austerity isn't the right answer!

בעסערע איידיע איז אן ארגאניזאציע וואס העלפט אינגעלייט וואס ווילן אריין אין די ארבייטס קראפט זיך לערנען א בעסערע פאך, אנשטאט ג'יין פון כולל גלייך ארבייטן נעמט א יאר זיך צו לערנען א בעסערע ענגליש, רעכענען, 'און' עפעס א פאך, אדער איין יאר לערנט א האלבן טאג אין כולל און א האלבן טאג א פאך, ענגליש וכו, קאם אן מיר זענען נישט קיין נארנים (אפילו מיר האבן נישט געלערנט אין חדר גארנישט קיין ענגליש רעכענען וכו,)

נאך א פונקט, עפענען א היימישן סערוויס ביזנעס, א קלינערס, קאר סערוויס, רעסטאראן, אדווערטייזינג קאמפאני וכו, העלפט גארנישט ארויס די היימישע עקאנאמיע, דו נעמסט געלט וואס איז שוין סייווי אין די קאמיוניטי און דו ריסייקלסט עס אין בעסטן פאל אדער אויב דו זוכסט מציאות אין מאנהעטן אדער איבעי נעמסטו גאר געלט פון די קאמיוניטי און די טראגסט עס ארויס פון אונזער קאמיוניטי,

מה שאן כן ווען דו עפנסט א סטאר אויף איבעי אדער עמאזאן אדער א סערוויס פאר די אלגעמיינע גאס, ביזטו א קוואל וואס פאמפט אריין געלט 'אין' די היימישע עקאנאמיע, דו וואקסט די היימישע gdp,
פאר דו לאזט זיך ארויס אויך דער וועלט פאר פרנסה, טראכט א מינוט פון דעם לעצטן פונקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]ישראל קאפקע[/tag], עפעס זאגסטו. שמועס עס בעסער אויס פאר אונז פשוט'ע מענטשן. נעם מיך פאר א משל. איך האב א סטאלעריי. דערווייל איז מיין מארקעט גאנץ היימיש. באגיי איך א עוולה פאר'ן האלטן די געלט צווישן אונז? אויב נעם איך אן גוי'שע קליענטן וועט זיך עפעס טוישן פאר אונזער קאמיוניטי לטב או לריעותא? אויב באשטים איך צו אינקויפן רויע מאטריעאל נאר ביי היימישע אידן טוישט זיך עפעס? אויב קענסטו, זיי ביטע מער מסביר.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף לי עוועניו, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
אבער די היימישע GDP האט נישט צוגעזען קיין צענט, סאיז פשוט אריבער פון טויזנט מענטשן צו דיר.

האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף עמעזאן, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
די היימישע GDP האט צוגעזען פיפציג טויזנט דאלער! סאיז אריבער פון טויזנט גוים צו דיר, 'און' צו די קאמיוניטי!

די זעלבע ווען דו עפנסט א קלינערס אויף לי עוועניו/מאנהעטן,
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

ישראל קאפקע האט געשריבן:האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף לי עוועניו, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
אבער די היימישע GDP האט נישט צוגעזען קיין צענט, סאיז פשוט אריבער פון טויזנט מענטשן צו דיר.

האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף עמעזאן, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
די היימישע GDP האט צוגעזען פיפציג טויזנט דאלער! סאיז אריבער פון טויזנט גוים צו דיר, 'און' צו די קאמיוניטי!

די זעלבע ווען דו עפנסט א קלינערס אויף לי עוועניו/מאנהעטן,


According to your logic, the person that sells on Amazon will not be able to spend the $50,000 in his community since no one will sell to him. All the sellers will only be selling outside of the community in order to increase the $ in the community. Then you are back to square one
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]ישראל קאפקע[/tag] בנוגע ביליגע מעיבל, איז דיין טענה נישט אויסגעהאלטן. ווייל אויב ס'דא א פארלאנג וועלן היימישע אידן פארקויפן די סארט לויטן געברויך, און די געלט וועט בלייבן אין די קאמיניטי (א מושג וואס כ'פארשטיי נישט פארוואס ס'מוז זיין אזוי)

בנוגע לערנען א פאך, אין א לענגערע פריוואטע שמועס איבער דעם געוווואאאאלדיגן ארטיקל מיט א קלוגע ניק, האט ער מיר איבערצייגט אז אונזער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט אין די פעלד פון טרעפן א job אדער זיך לערנען א פאך, ס'איז נישט אלעמאל אזוי לייכט, נו, בזיעת אפיך תאכל לחם. דער פראבלעם איז אז כדי צו """ לעבן""" רוהיג, און נישט זיין צוטומעלט יומם ולילה "וויאזוי וועל איך חתונה מאכן מיינע קינדער" מוז מען פארדינען גאר גאר א פעטן געהאלט, אין די ציפערן וואס אפילו א געלערנטע פאזיציע שפייזט נישט. און צו לעזן דעם פראבלעם איז נישטא קיין עצה אין עולם הפרנסה גופא, נאר די ישועה מוז קומען פון די "הוצאות" זייט, די לעבן זאל קאסטן ווייניגער, און די הכנסות זאלן אריינקומען נאך איידער ס'דא הוצאות.
Under influence
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Big Boy האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף לי עוועניו, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
אבער די היימישע GDP האט נישט צוגעזען קיין צענט, סאיז פשוט אריבער פון טויזנט מענטשן צו דיר.

האסט $100,000, קויפסט טויזנט האנט זייגערס,
עפנסט א געשעפט אויף עמעזאן, פארקויפסט א זייגער פאר $150, סוף חודש ביזטו מיט פיפציג טויזנט דאלער רייכער,
די היימישע GDP האט צוגעזען פיפציג טויזנט דאלער! סאיז אריבער פון טויזנט גוים צו דיר, 'און' צו די קאמיוניטי!

די זעלבע ווען דו עפנסט א קלינערס אויף לי עוועניו/מאנהעטן,


According to your logic, the person that sells on Amazon will not be able to spend the $50,000 in his community since no one will sell to him. All the sellers will only be selling outside of the community in order to increase the $ in the community. Then you are back to square one

רעדט מען דען אז סאיז נישט דא קיין אידישע געשעפטן וואו צו שווענדן געלט?
מען רעדט אז איינער עפנט נאך א קלינערס, אדער נאך א גראסערי,
He might eke out a living, our even have a nice income, but that doesn't generate any wealth in our community
מלמדים און כלי קודש, טיטשערס פרינציפלס, שרייבערס, שדכנים, שפילערס זינגערס, גראסעריס, קלינערס, מוכרי ספרים, סופרים, וכו,וכו, באשאפן נישט קיין שום ווערד, זיי פארדינען זייער געלט ערליך, אבער זייער גאנצער פרנסה קומט נאר פון היימישע אידן (לאמיר זאגן אין וויליאמסבורג) פון וואו קומט די געלט אבער אריין 'אין' וויליאמסבורג לכתחילה? פון סעקשן עיט און פוד סטעמפס וכו,?
מה שאין כן איינער וואס סערווירט די אלגעמיינער גאס, אן אנליין סעלער, א לענדלארד פון א גויאישע געביידע, אדער B&H, יעדע פעני וואס אזא איינער מאכט, איז עס 'פרישע' געלט אין די קאמיוניטי, ווען ער קויפט א איד צי א טשולנט האט ער צוגעלייגט צוויי דאלער צום היימישן עקאנאמיע,
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שמעקעדיג, חוץ וואס די ארטיקל איז מייסטערהאפטיג, און אמת ויציב יעדעס ווארט, האב איך שוין לאנג נישט געזעהן אזא שטיקל וואס נעמט אריין אזויפיל זאכן אינטער איין דאך. יעדע איינס פון דיינע טענות און עצות קענען ווערן אויסגעשמיעסט עקסטער און צענדליגע אופנים.

עניוועיס, כ'וועל קודם קאמענטירן איבערן חלק פון פורניטשור, מיין לעזונג איז, יעדער איינער זאל זיך אליינס קויפן ווען ער וויל, וואס ער וויל, לאז אפ די עלטערן! 

יא ס'וועלן זיין הויכע אויפשניידערס און אויפרייסערס, וואס וועלן קויפן ס'שענסטע און ס'בעסטע, דאס גייט מען קיינמאל נישט קענען אפשטעלן, אלע יארן מאז ומקדם זענען געווען די מיני מענטשן וואס הימל און ערד זאלן זיך צאמקומען אבער זיי מוזן לעבן פאר יענעם, האט ער געלט איז ער כאטש נישט קיין פולקאמער רחמנות, האט ער נישט זאל דערוילעם כאטש מיינען, (און נאכדעם???)‏. באט אין דזשענערעל, ווי איך קוק עס אן גייט עס שטארק לינדערן דעם פראבלעם, א נארמאלער מענטש וועט קויפן ווען ער קען און וויפיל ער קען עפארדן.

א שטיקעלע ביישפיל איז די שטריימלעך, די היינטיגע וועלט איז אויסגעשטעלט אז די 30-35 יעריגע ווילן נאך אלס גיין מיט שיינע שטריימלעך, מ'ווארט בכלל נישט אויפן ערשטן קינדס חתונה, ביים וואכט נאכט פונעם זיבעטן קינד וויל מען אויך אויסקוקן בעל בעתיש, און אפגערעדט אויב די בר מצוה פונעם עלסטן פאלט אויס אין מוצאי שבת, מ'קויפט היינט שנעלער א נייע שטריימל ווי אמאל, איז געקומען אזא שטריימל סענטער רעוועלאציע און אנגעהויבן טיילן שטריימלעך פאר 12 מאות, היינט מיללער, קרויס, לערנער, ווידער (נאך דא?) מאכן סעילס כאטשיג פאר פסח אז ביים סדר זאלסטו מיר זיצן ווי א מלך... דער עוורידזש אינגערמאן וואס וויל זיך שוין יא קויפן א שטריימל וועט שנעלער און ענדערשט קיין צו די סעיל אדער צום ביליגסטן בכלל און זיך נישט שטעלן אויפן איינ-שפיציגן שטריימל ווי ער איז יעצט טין-עידזשער. פון דעם האב איך א שטיקעלע‏ ראי' אז מענטשן קויפן יא פאר ביליגער ווען ער פילט נאך אלס באקוועם דערמיט, ווען נישט וואלטן נישט מיללער און קרויס נישט געמאכט קיין סעילס!

יעצט ביי פורניטשער, וואלט ווען -ווי איך קוק עס אן- געווען די זעלבע זאך, איך זאג נישט מ'גייט און מ'זאל לויפן צו אייקיע, די חתונה מאלס האבן אריינגעברענגט ביליגערע פורניטשור, און אזוי אויך געצווינגן די אנדערע געשעפטן וואס פארקויפן על פי רוב טייערע פורניטשור אריינצוברענגן ביליגערע ‏אויך. זייער פשוט, זיי פרובירן היינט צו כאפן יעדעם. און אז די פארלאנג וועט זיין נאך ביליגער וועלן זיי מוזן צושטעלן! ספעציעל אז זיי וועלן זעהן ווי א שיינער ציבור שלעפט זיך מיט לאנגע שטיקער האלץ פון אייקיע גרייט צאמצושטעלן.

די עיקר מעלה פון אליינס קויפן איז, דאס איז עס! מ'קויפט איינמאל און שוין! פארוואס דארף יעדע טאטע קויפן פאר זיינע געבענטשטע קינדער, 5, 7, 10 צו 15, פארוואס זאל זיך נישט יעדער האבן נאר דעם אייגענעם מארגעדזש און זיינע קינדער אויך נאר זייערע אייגענע? יעצט ווענדט זיך עס אין די סייז פון די משפחה, דער געט אויס 150,000 דאלער אין טאטעל (10x15,000 = 150,000) און יענער געט אויס 30 אלפים פאר זיינע צוויי אויסגעבעטענע קינדער. זאל יעדער האבן דעם אייגענעם חוב פון 15,000 פאר זיך און שוין, אטאמאטיש וועט ער שוין נישט האבן די 15 אויך נישט. 

פארוואס איך זאג אז פורניטשור וועלן מענטשן שניידן אין גרויסן, כ'מיין אז איך בין גערעכט מיט דעם פוינט, אז מ'וואקט היינט אריין צו זייער אסאך גרויסע עשירים הייזער, ספעציעל פון די מידל עידזש דור, וועט מען זעהן, הערליכע דיינונג רומס, מאלדינגס און א בליטשקעדיגע סוראווסקי טשילאר, אבער דאס טשיינונג קלאזעט האט ער נאך וואס זיינע עלטערן (זאלן זיך מיען) האבן אים געקויפט. ‏ס'נישטא קיין מערהייט זעכער נישט וואס האבן אינגאנצן געטוישט, העכסטענס צוגעקויפט אפאר שיינע קיריאוס, באט די אלטע ברוינע פיר-טירענדע פורניטשור שטיקל ליגט נאך דארט.

אודאי איז עס שווער אנצוהייבן, ספעציעל אז דו האלסט נישט ביים ערשטן, באוט אז ס'גייט אדורך פארשטייט דיין קינד תיכף ומיד אז האסט פון אים/איר אראפגענומען זייער חוב פון קויפן ווייטער. ער איז דיר שוין דאנקבאר נאך פאר ווען. העכסטענס א בעל בעתישע מענטש וואס קויפט א הויז פארן קינד וועט שוין מיטקויפן פורניטשור, אבער דער עמך איד? איינמאל ס'איז אדורך די חתונה און ביידע מחותנים ווערן געוואר אז דער אנדערער מחותן קען נישט העלפן די פרישע קאפל באצאלן זייערע עקספענסעס, וועט שוין ניטאמאל פארלאנגן אריינצופיטשן אין די הוצאות המעביל.

תקנות אויף פורניטשור וועט העלפן, אבער די "קויף אליינס" רעוועלאציע וועט אלעמענירן גענצליך די הויכע קאסטן און יעדער מענטש וועט זיך שפארן שווערע טויזענטערס.

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין און ריכטיג געזאגט, שעפטל.
הלואי זאל מען דאס טאקע איינפירן ביי אונז!


====

היות אויף אייוועלט ווערט אויף ארומגערעדט שיינע געדאנקען, נארמאל וועל איך נישט זוכן צו ק/פ פון דארטן, אבער היות איך וויל מאכן א דבר השלם עד שידינו מגעת, וועל איך אראפברענגען די פאר טויגליכע תגובות אויף מיין ארטיקל.

"כרמי" האט געשריבן:

יישר כח פאר'ן ארויף ברענגן די טעמע, נישט קיין נייער טעמע בכלל, אבער מ'וועט אזוי לאנג רעדן ווילאנג ס'וועט בעז"ה נתקבל ווערן על הדעת און ברענגן ממשות'דיגע פעולות למעשה.

איך וועל אננעמען רבי יהושע בן פרחיה'ס מהלך פון "והוי דן את כל האדם לכף זכות" און נישט פארווארפן 'שמעקדיג' פאר זיין אויסדריק בנוגע שטריימליך, ער האט לכאורה נישט געמיינט דאס ווי אזוי רוב פון דא האבן עס געלערענט.

און אזוי ווי א שיינער ציבור דא, וועל איך אויך צולייגן מיינע הערות וואס איז לדעתי נוגע צו טוישן – אמת, ס'איז נישט גרינג אבער דער מצב זאל בלייבן כמו שהיא איז ווייט שווערער.

א) מיט עטליכע יאר צוריק איז אויפגעקומען ר' שלמה לייב וויינבערגער נ"י פון קרית יואל, מיט געניאלע - און מעגליך עקסטרעמע - געדאנקען ווי אזוי צו נידערן די הויכע סטאנדארטן און לעבן במנוחה. איינע פון זיינע רעיונות איז געווען אז אנשטאטס די עלטערן זאלן אויסשטאפירן אלע פון זייער 10-15 קינדער בליעה"ר, זאל יעדע פארפאלק זיך אליין אויסצאלן די גרויסע אויסגאבן, ווי למשל די דיינונג רום פערניטשור וכדו', וועט בסך הכל יעדע פארפאלק קויפן פערניטשור איינמאל!
הגם, עס איז באמת עקסטרעם, איז עס גאר א גוטער איינפאל, פון וואס מ'דארף ערנסט קלערן.

ב) דיין נקודה אז מיר לעבן "משוגענע סטאנדארטן" איז אמת ויציב בכל שטחי החיים, און אויף דעם וועט ווייניג אויסמאכן די אלע תקנות, וואס הגם זיי זענען זייער חשובע תקנות, וועלן מיר משוגעים כסדר טרעפן הינטער-טירלעך ווי אזוי אויסצומיידן די תקנות, כאילו זיי זענען מתוקן געווארן אונז צו מצער זיין, מ'הייבט אן מצמצם זיין ביי חתונות, וועט ער זיך מוזן "אויסגעבן" ביי וואך נאכטן, מ'וועט נישט לאזן מער פראווען די בר מצוה אין קיין טייערע זאלן, וועט מען שוין טרעפן ערגעץ ווי צו ספענדן זיין חבר'ס געלד וואס ער האט איהם בטוב לבו געבארגט עטליכע שעה פריער.

דער פראבלעם הייבט זיך אבער נישט אן ביים שטריימל/בעקיטשע און ענדיגט זיך נישט ביים חתונה מאכן צו אפילו ביי די דירות, דאס איז ליידער א קראנקער און אומאויסגעהאלטענער געדאנקן-גאנג, קראנק פראקטיש גערעדט און אומאויסגעהאלטן אידישלעך גערעדט, דאס אז מ'לעבט א לעבן וואס מ'קען זיך נישט ערלויבן איז פשוט און פראסט נישט אויסגעהאלטן! עס מעג טראגן די שענסטע לשה"ק נעמען פון בטחון וכדו' אבער ס'איז נישט מער ווי אן אנגעגעסענער רגילות פון נישט וועלן מאכן א טויש אינעם לעבן, און בעיקר די מורא אז מענטשן וועלן איהם אנקוקן ווי א 'לוזער' אז ער קען זיך נישט ערלויבן קיין נייעסטע מאדעל קאר, סאמער האוז, קאנטרי, נייער שטריימל יעדע עטליכע יאר, 4-5 אנגעפילטע גראסערי וועגעלעך, וכדו'.

וויפיל אינגעלייט פארן נישט ארויס אויפ'ן זומער, און ווען דו וועסט איהם פרעגן די סיבה דערפון וועט ער דיר אויסרעכענען א גאנצער ליסט פון סיבות אנשטאטס צו זאגן, "ס'איז צו טייער פאר מיר"...

פרוביר צו זאגן פאר דיין חבר, "אנטשולדיגט, אבער איך קען זיך דאס יעצט נישט ערלויבן", ס'טוט וויי איינמאל – צוויי מאל, אבער מ'ווערט צוגעוואוינט, און מ'שפירט א געשמאק אינעם זאגן דעם אמת, דאס לעבן איז געשמאק ווען מ'לעבט מיט אן אמת.

ג) דיינע עצות פון "עפענען א ועד" וכדו', איז מיר בכלל נישט געפאלן, צוריק צו דער נקודה, האסט חתונה געהאט, דו ווילסט אז מ'זאל דיך באטראכטן ווי א באזעסענער מענטש וואס מאכט באזעסענע החלטות, טא, וויפיל איז דער שיעור פון דיך דארפן פעמפערן? מ'ברויך דיך נאכלויפן מיט תקנות אויף טריט און שריט כדי דו זאלסט נישט ספענדן געלט אין די וועלט אריין? יעדער דארף אריינקוקן אין זיך און אין זיין באנק/גמ"ח קאנטע, און לעבן מיט א חשבון, נישט א חשבון נאר 'זיין' חשבון, וויפיל ער פארדינט, וויפיל עס קאסט איהם און עס אזוי מסדר זיין און אז עס נישט דא קיין געלט פאר אייסקריעם דאנערשטאג נאכט איז נישט.

ד) בנוגע פרנסות, א שווערע נושא, איך וויל נישט וויי טוהן קיינעם, ווייל עס איז אוודאי דא אידן וואס ארבעטן ביטער שווער און מאכן נאך אלץ נישט גענוג אויף צום לעבן, אבער פון די אנדערע זייט זענען אויך דא אידן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן! יא אזוי ווי דו הערסט, עס זענען דא אידן – ארבעט געבער - וואס רעדן זיך אפ אז אינגעלייט היינט זענען פארנומען אויפ'ן טעלעפאן וכדו' און אלעס איז א וויץ, גארנישט נעמען זיי נישט ערענסט, און פארשטייט זיך אז די ארבעט ווערט נישט געטוהן עצהיו"ט, ווי אויך זענען דא אינגעלייט וואס האבן אייגענע ביזנעס, און פאר וואס-ווי-ווען, איז ער שוין "מצליח", קומט און גייט ווען ער וויל, און גיט זיך נישט אפ מיט'ן געשעפט בכל לבו ונפשו, און ער וויינט אוי פרנסה אוי פרנסה...

נאך א נקודה, ס'פאראן אידן וואס אנשטאטס זיי זאלן טוהן ב'פרנסה' זענען זיי עוסק ב'פאסט', דאס פאסט נישט און יענץ פאסט נישט, יענץ שמעקט נישט איהם, דאס שמעקט נישט זיין טאטן צו שווער וכדו', חז"ל זאגן " פשוט נבילה בשוק, ואל תצטרך לבריות" ווען א אינגערמאן וויינט איבער פרנסה ברויך ער זיך פרעגן, "וויפיל בין איך גרייט צו טוהן פאר פרנסה" וויפיל בין איך גרייט אויף צו געבן מיין 'קאמפארט זאון' אדער מיין 'פערזענליכע כבוד' אויף אהיים צוברענגן געלט פאר מיין שטוב.

כ"ז לענ"ד הקלושה...
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ר' חיים דוד דעסער פון די אמאליגע פועל גראפ טענה'ט אז דער עולם האלט נישט ביים נעמען די מי' צו טון די ריכטיגע שריט צו טרעפן ריכטיגע פרנסות ער טענהט אז ס'איז נאך דא היינט אסאך מינע עסקות מיט וואס יונגעלייט קענען ווען מאכן שיין פרנסה דער יונגערמאן האלט נאר נישט ביים טון צו דער זאך באמת קיינער האלט נישט אמתדיג ביים שוויצן

ווער עס וויל הערן וואס הייסט באמת געשוויצט פאר א פרנסה און שנייד היינט שיינע פירות קען הערן אויף קול מבשר ביי די נייע אפטיילונג פון עקספיריענס איך מיין ס'איז די צווייטע אדער דריטע אינטרוויו פון א יונגערמאן קוים דרייסיג דוכט זיך ער הייסט גרין פון מאנסי
כרמי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:35 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך כרמי »

רעדנ'דיג פון קול מבשר, דער 'ביזנעס' פון קול מבשר פאר זיך איז שטארק באגריסנדווערד.
געעפענט א נייער סארט ביזנעס, שווער געשוויצט צו שאפן קאסטומער'ס, גאר שווער געארבעט צו זיין אפ-טו-דעיט און צייטליך, באקומען היץ פון אסאך זייטן און ב"ה דורכגעשוויצט.
איך ווייס נישט וויפיל געלט ער מאכט, אבער ער האט אויפגעשטעלט און מחדש געווען א פרנסה פאר זיך און פאר נאך אינגעלייט,
א אינגערמאן פאר ער קרעכצט איבער פרנסה ברויך זיך פרעגן, וואלט מען מיר אנגעטראגן אזא געדאנק וואלט איך עס געטוהן? א מכה, איך וואלט געהאט 100'טער תירוצים פארוואס נישט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך פון אייוועלט:

farshlufen האט געשריבן:די שנעלסטע מיטל צו שפארן געלט, קויפט ווי ווינציגער פערטיגע עסן, אזוי ווי די אידן אין די כ"ף יארן, איידער עס איז געוועזן חלב ישראל יאגורט און געוויס נישט קיין גרייטע אייער סאלאט וכדו' וואס קאסט בערך צען מאל די פרייז ווי היימיש געמאכט, דו"ק ותשכח.


יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך מיין אז אסאך איז דער שליסל ביים עזרת נשים, מענער וואלטן שוין לאנג אויפגעגעבן די אלע זאכן, ווארום ביי מענער גילט דער כלל געלט, פרויען זענען אנדערש, און 1+1 איז ביי זיי בכלל נישט קיין צוויי, ביי זיי גילט נישט אזוי שטארק דעם כלל אז מען האט נישט האט מען נישט, על כל פנים נישט אזוי שטארק ווי מאנפערזאנען פארשטייען דאס. איך גלויב אפילו נישט אז מען קען דאס טוישן.
סתם גראדע, מען רעדט אז אינגעלייט זאלן זיך לערנען פאכן, כ'בין סתם אינטערסירט צו הערן וויאזוי דאס קען העלפן דעם מצב, כ'זעע ביזדערווייל נישט אז דער לערנעריי זאל עפעס העלפן, אדער אז דאס העדר ה'לערנעריי זאל זיין דער אורזאך פונעם פראבלעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטל האט געשריבן:יעצט ביי פורניטשער, וואלט ווען -ווי איך קוק עס אן- געווען די זעלבע זאך, איך זאג נישט מ'גייט און מ'זאל לויפן צו אייקיע, די חתונה מאלס האבן אריינגעברענגט ביליגערע פורניטשור, און אזוי אויך געצווינגן די אנדערע געשעפטן וואס פארקויפן על פי רוב טייערע פורניטשור אריינצוברענגן ביליגערע ‏אויך. זייער פשוט, זיי פרובירן היינט צו כאפן יעדעם. און אז די פארלאנג וועט זיין נאך ביליגער וועלן זיי מוזן צושטעלן! ספעציעל אז זיי וועלן זעהן ווי א שיינער ציבור שלעפט זיך מיט לאנגע שטיקער האלץ פון אייקיע גרייט צאמצושטעלן.

די חתונה מאלל'ס האבן נישט אריינגעברענגט ביליגער , נאר אפילו די טייערע פערניטשער האבן זיי אנגעהויבן אריינברענגען פון טשיינע כדי צו קענען געבן פאר ביליג. איך ווייס היינט קלאר אז די אלע גרויסע באקאנטע קאמפעניס פארקויפן קלאמפערשטע איטאליענישע פערניטשער וואס איז זשאנק פון טשיינע. ממילא זעה איך נישט די אויפטוה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:נאך פון אייוועלט:

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך מיין אז אסאך איז דער שליסל ביים עזרת נשים, מענער וואלטן שוין לאנג אויפגעגעבן די אלע זאכן, ווארום ביי מענער גילט דער כלל געלט, פרויען זענען אנדערש, און 1+1 איז ביי זיי בכלל נישט קיין צוויי, ביי זיי גילט נישט אזוי שטארק דעם כלל אז מען האט נישט האט מען נישט, על כל פנים נישט אזוי שטארק ווי מאנפערזאנען פארשטייען דאס. איך גלויב אפילו נישט אז מען קען דאס טוישן.
סתם גראדע, מען רעדט אז אינגעלייט זאלן זיך לערנען פאכן, כ'בין סתם אינטערסירט צו הערן וויאזוי דאס קען העלפן דעם מצב, כ'זעע ביזדערווייל נישט אז דער לערנעריי זאל עפעס העלפן, אדער אז דאס העדר ה'לערנעריי זאל זיין דער אורזאך פונעם פראבלעם.

כ'בין נישט אזוי זיכער. די טטיערע סעלפאונ'ס און די טייערע קאר'ס איז מסתמא פון די גרעסטע הוצאות
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ראשעקאל האט געשריבן:די חתונה מאלל'ס האבן נישט אריינגעברענגט ביליגער , נאר אפילו די טייערע פערניטשער האבן זיי אנגעהויבן אריינברענגען פון טשיינע כדי צו קענען געבן פאר ביליג. איך ווייס היינט קלאר אז די אלע גרויסע באקאנטע קאמפעניס פארקויפן קלאמפערשטע איטאליענישע פערניטשער וואס איז זשאנק פון טשיינע. ממילא זעה איך נישט די אויפטוה

דו האלסט אז ס'גייט אויסקוקן ווי די שטריימלעך? אין 10 יאר ארום גייט יעדער קויפן נייע?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט אויב דאס איז די פראבלעם ביי שטריימעלך , אבער אויב ווייל שטריימעלך זענען ביליגער געווארן האט די עולם אנגעהויבן קויפן מער שטריימלעך , וואס האט מען אויפגעטוהן? מ'געט אויס די זעלבע געלט און אפשר נאך מער יעצט אז די שטריימלעך זענען ביליגער
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

נאך פון אייוועלט,

דער שמעקעדיג טראכט ווי א גוי שרייבט ווי א גוי פוי פוי הייבט זיך אן מיט בגדי שבת קודש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

פון ווי ווייסען זיי אלע אז ׳[tag]שמעקעדיג[/tag]׳ האט עס געשריבען?!

זיי ליינען דאך נישט דא!?
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

עס ווערט דארט געברענגט בשם אומרו
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

שמעקי,

ווען איך זעה ווי איינער רעדט זיך איין אז עס איז דא אזא זאך ווי utopia ווייס איך אז דער מוז זיין אדער יונג אדער א מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט געלערנט עקאנאמיק היסטארי. ווען איך זעה אז איינער רעדט זיך איין אז ״מ״וועט אויסלערנען יונגעלייט און ״מ״וועט שטעלן קלוגע מענטשן וואס וועלן העלפן יונגעלייט און די וועלט וועט ווערן, אויפגעראכטן ווייס איך אז ער איז נאאיוו. מען קען נישט מאכן קיין planned economy, עס האט קיינמאל נישט געארבעט. אויב דו ווילסט וויסן אויב דער עולם איז סוקסעפול אדער נישט? קוק נישט אויף די נומבער פון דאלארן זיי האבן אין טאש, קוק וואס פארא לייפסטייל דער עולם האט. אויב דו זעהסט אז דער עולם האט א באקוועמע לייפסטייל, אפילו מיט הילף פונעם פעטער, א לייפסטייל וואס אין די וועלט האט מען נישט, דאן איז דער עולם אקעי. וויל מען טאר נישט פארגעסן אז גאווערנמענט און טעקס פאליסיס זענען אויך א חלק פון א מענטש׳ס חשבון ווען עס קומט צו פרנסה. לאמיך דיר אויסזאגן א סוד, אין געוויסע פעלער לוינט זיך אויפצוגעבן א אינקאם פון 150 טויזנט א יאר פאר נאר 100 טויזנט. נאר ווען מען גייט אריבער די 200 טויזנט א יאר לוינט זיך עכט די געלט.

קאפקע,

דאס וואס דו דו רעדסט זעהט אויס טאטאל non sense. ס'וואלט געווען כדאי זאלסט לערנען אביסל עקאנאמיקס פאר דו שרייבסט עפעס. קודם אז דו רעדסט פון gdp עס איז דא אסאך מיני וועגן פון רעכענען gdp, איינע פון די וועגן רעכנט אריין די טאטאל פון די געלט וואס גייט אריבער פון הענט צו הענט אין אן עקאנאמי פאר goods and services (מיט עדזשאסטמענטס פרשטייט זיך). מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז gdp איז נישט קיין measure וואס ווייזט די welfare פון די מענטשן אין א עקאנאמי. פון אן עקאנאמיק פערספעקטיוו מאכט נישט אויס צו די מאכסט אויף א סטאר אויף לי עוו אדער אויף פיפט עוו. עקאנאמיקס איז ״נישט״ קיין zero sum game. די פשוטע משל וועט זיין אונזער סטאלער. ער טרעפט א שטיקל האלץ אין וואלד, עס האט אים גארנישט געקאסט, און געט אוועק זיין צייט, מוח און כח, שניידט אוועק שטיקער פונעם האלץ און סווערט א זאך. דער סטאלער האט מער ווייניגער אוועק געגעבן א חלק פון זיין לעבן אדער קענסט עס אנרופן צייט. קומט א מענטש וואס זאגט, דעם איסגעארבעטן שטיק האלץ געפעלט מיר זייער, איך בין גרייט צו אוועקגעבן מיין לעבן גערעכנט למשל אין דריי שעה צייט צו שטיין און וואשן וועש כדי צו באקומען דעם שטיקל האלץ. It happens to be אז די שפראך וואס די צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך אפצושאצן זייער צייט איז אין דאלאר, שקל, רובל אדער סיי וועלכע אנדערע וועג. די באטאם ליין איז אז די צוויי מענטשן זענען ביידע געווארן רייכער. נישט אז דער קונה איז געווארן ארימער פארן אוועקגעבן זיין געלט און נישט איז דער מוכר געווארן ארימער פארן אוועקגעבן זיין שטיקל האלץ. דער מוכר איז געווארן רייכער ווייל ער האלט אז די געלט איז מער ווערט פאר אים ווי די האלץ און דער קונה ווערט רייכער וויל ער האלט אז די האלץ איז פאר אים מער ווערט ווי די געלט.

איך קען זעהן אז מענטשן וועלן נישט פארשטיין וואס איך האב געשריבן, אבער עס איז זייער שווער צו לערנען די פונדאמענטלס פון עקאנאמיק טעאריע אין א פאוסט אויף קש. אויך טאר מען נישט פארגעסן אז עקאנאמיקס איז נאר א social science און נישט קיין hard science.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

גם אני מצטרף, דער גאנצער ענין פין היימישער עקאנאמיע איז א פארס.

ווייל איך קויף פארניטשער וואס איך ברויך נישט העלפט עס נישט קיינעם.

און לאו דוקא די היימישע עקאנאמיע, די גלאבאלע עקאנאמיע ווערט אליך נישא געהאלפען בכהאי גוונא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

שוין גארנישט קיין יצמח , ענדליך רעדט דא איינער צום זאך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק שמערל פאר די קאמפלימענט אז ענדליך רעדט שוין איינער צום זאך, מכלל הן אתה שומע לאו...

איך בין מודה אז כ'בין נישט קיין גרויסער עקאנאמיסט, חוץ ס'ביסל וואס איך לייען דא און דארטן, ממילא קען זיין כ'רעד נישט צום דבר. אבער כ'וועל זאגן מיין געדאנק אין דעם ענין און אדרבה, ביטע פארבעסערט מיר אויב בין איך אומריכטיג.

מען טענה'ט אז אויב וועט מען צווינגען דעם עולם קויפן ביליגערע זאכן וועלן אסאך געשעפטן שאדן האבן. לאמיך מסביר זיין פארוואס עס איז נישט ריכטיג צו טראכטן אזוי (לפי דברי קאפקע הנ"ל). לאמיר זאגן, אז אנשטאט 15,000 דאלערדיגע פורניטשער גייט מען קויפן נאר 5,000, אויבן אויף זעהט אויס אז עשרת אלפים ככר גייט פארפאלן ווערן פון א היימישן איד (אדער אז אנשטאט א טויזענט דאלערדיגע באגעבו וועט מען קויפן נאר א קערידזש פאר 50-100 דאלער, וכדומה). איך ווייס נישט גענוי די מארק-אפ וואס די סוחרים לייגן ארויף אויף די זאכן, אבער לאמיר אנכאפן א משל וואס מאכט סענס, און זאגן 50 פראצענט. ד.מ. אז דער פורניטשער סוחר האט געצאלט פאר דעם גוי אין איטאליע אדער טשיינע 10,000 פאר א טייערן סעט פורניטשער, און די איבריגע 5,000 איז זיין ריוח, קומט אויס אז מער געלט איז ארויסגעגאנגען צום גוי ווי געבליבן ביים איד. אבער טאמער וועט מען פארקויפן פורניטשער פאר בלויז 5,000, מיינט דאס אז דער חתונה מאלל האט געצאלט דערפאר בערך 3,300 דאלער, און געמאכט 50 פראצענט דערויף וואס קומט אויס צו 5,000. האט ער ארויסגעצאלט ווייניגער געלט פארן גוי, און מער געלט (ד.ה. די 10,000 געשפארטע געלט) איז געבליבן צווישן די אידישע קאמיוניטי סירקל. מאכט סענס?? כ'קום אריין גענוג קלאר?
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט