מיין קליינע בית מדרש'ל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

מיין קליינע בית מדרש'ל

שליחה דורך איש עברי »

איך האב קיינמאל נישט ליב געהאט דאס כאפן א מנין אין איינע פון די גרויסע צענטראלע ווירבלנדיגע בתי מדרשים, נישט ווייל איך בין דער גרויסער דאווענער, פשוט איך האלט אז מען פארפאסט דעם עקספיריענס פון זיך איינקויפן אזעלכע שחרית חברים, גוטע פריינט מיט וועלכע מען ליידיגט אויס א פלעשל אלט-ווילאמסבורג נאך שחרית, און וואס מיט די צייט ווערט מען אדקיטעד צו זייערע ברומערייען און קרעכצן, די גערוך פון די קאווע אויסגעמישט מיט די נאטורליכע ריח פון די זקנים האט אין זיך א צויבער קראפט וואס לאזט מיך נישט גיין זוכן א אנדער פלאץ צו דאווענען.

איך זאג נישט אז עס איז לייכט פאר א יונגערמאן זיך צו אריינדרייען אין די געזעלשאפט פון די זקנים, נאך אלעם האב איך נישט קיין שטארקע מיינונג איבער די וועטער, איך שטיי נישט צו קלויבען ביי דעם שיך באקס מיט ליין-ברילען, און איך האב נישט קיין פעקל טענות אויף די היינטיגע דור, אבער חוץ מזה טוען די זקנים וואס מעגליך מיך צו מאכן פילן באקוועם, אין זענען מיר אפילו מוחל דאס נישט זיך צוזעצן צום חק-שיעור ווילאנג איך בלייב א געטרייע צענטער.

חוץ מזה וואס אין אט די קליינע בית-מדרש מניינים שפילט יעדער א וויכטיגע ראלע, עס איז נישט בלויז הושיעה'ס און ורעם'ס וואס פארעמט דעם מנין, יעדער האט א נאמען, יעדער האט א ראלע, און יעדער האט איינעם מיט וועם ער איז צוקריגט, ווען איינער קומט נישט איין טאג ווערט עס איבערגעשמועס ביים לחיים נאכ'ן דאווענען, און אויב ער פעלט אפאר טעג קען ער שוין באקומען א צינישע ביקור חולים טעלעפאן קאל פונ'עם רב'עלע פון די שול.

שוין אפגערעדט אז די דאווענען איז נישט עפעס א מאנאטאנע ריטועלע און געכאפטע פראצעדור, עס איז א צערמאניאלע פייערליכע געשעעניש יעדן טאג פונדאסניי, אין וועלכע אלע נעמען א טייל, די בעל תפלה פירט טאקע אפיציעל דעם מנין אבער אין די אונטערשטע רייעס זיצן די ריכטיגע טאן געבער, קיינמאל האט די בעל תפלה זיך נישט געוואגט צו אויסלאזן ביי תחנון פאר געצל האט מיט זיין באסאווע שטימע אויסגעשריגן ושם נאמר, ווידער איז דא ר' נחום וואס האט גענומען ערנסט דעם צעטל העכערן עמוד אז על פי פקודת הרב זאל מען זאגן 5 קאפיטלך תהלים און מיט א קונצליכע שנעלקייט גייט נישט אדורך קיין מילי-רגע פון ווען די בעל תפלה זאגט ושמו אחד און ער שרייט אויס קאפיטל צ"ה!

אה, און ווען עס קומט צו תחנון, דאן זענען דא די אפיציעלע מומחים לענייני תחנון וואס נעמען די האקעלע באשלוסן וועלכע צדיקים זענען ווערט צו פארשפארן א תחנון, און אזוי די וואס בייזערן זיך ווען די בעל תפלה זאגט יתגדל, אבער ווארטן מיט געדולד זיכער צו מאכן אז מ'קען שוין נישט צוריקדרייען דאס רעדל, זיי מאכן אזעלכע גרימאסן ווי צו זאגן אזאנע קלים ווי נעמט מען די חוצפה צו אויסלאזן תחנון, אבער זייערע אויגן דרוקן אויס טיפע דאנקבארקייט, און ביים לחיים פארציילט מען נאכאמאל צום טויזענסטע מאל אנעקדאטן פון שינאווע רב איבער דאס תחנון-צדיקים-יארצייט סאמאטוכע.

עס איז דא דער עלטערער איד וואס צינדט אן די ליכט ביים עמוד, און איך ווייס נישט פארוואס נאך אזויפיל יארן געפונט ער נאך פאר וויכטיג צו זיך פארענטפערן יעדעס מאל עקסטער אז ער צינדט נאר ווייל קיינער צינדט נישט כאילו עס זענען דא אנדערע וואס זענען מער צוגעפאסט פאר די מלאכה ווי אים, גראדע מאכט זיך אמאל א שארפע ויכוח צווישן אים און ר' נחום צו מ'מעג אויסלעשן די לעכט פאר מ'האט געענדיגט די קאפיטלעך תהלים, ס'איז א חלק פון דאווענען טענה'ט נחום, און דער איד טענה'ט אז ער יאגט זיך.

יאר'ן וויל איך וויסן וואס די צווי אידן ביי מזרחית דרומית שושקען זיך בעת'ן צוזאמלייגן די טלית ותפילין, און איך וויל אויך וויסן אויב זיי האבן אויסגעוועהלט דעם פלאץ ווייל דארט איז אויסגעברענט די באלב'ס, און מאכט זייערע שמועסן אויסקוקן מער אינטים און מיסטיריעז, איין זאך ווייסט מען אז פון צייט צו צייט גייט שמערל ארויף א טאן און זאגט "אזוי גייט עס היינט" און בערל שאקלט צו מיט א טרויעריג פנים, איין זאך איז קלאר אז רוב מאל ענדיגט זיך די שמועס מיט דעם זעלבען פראז "דער עיקר מ'זאל זעהן נחת".

אה איך האב כמעט פארגעסן פון רבי חיים, דער מיט'ן בארדיטשובע סידור, א דמות וואס מען טרעפט שוין נישט היינטיגע צייטן, זיין בארדיטשובע סידור איז מיט די יארן געווארן דאפלט די דיקקייט און ווערט צוזאמגעהאלטן א דאנק א טוץ פון ראבער בענדס, ווען איך האב אים אמאל אנגעטראגן צו קויפן א נייע האט ער מיך אנגעקוקט מיט אזא שמייכל, אז איך האב מיך געפילט דערנידערט, ווי צו זאגן וואס פארשטייסטו צו א אויסגעהארעוועט סידור וואס האט איינגעזאפט אין זיך טויזענטער שחריתים, אין האט אין זיך פול מיט צעטלעך אין וועלכע עס איז דאקומענטירט אלע צרות ישראל, איך האב אליין איינמאל געזעהן אן אלטן בחור אריינשטיפן א צעטל אין זיין סידור,

זיין איידלקייט זעהט זיך אן אויף טריט און שריט, ווען ער זעצט זיך צו תום תיקון טיש פרעגט ער אלעמאל פאר וועלכע נשמה ס'איז און וויל וויסן די פאטערס נאמען, און ווען די נאמען שטייט אויפ'ן פלאש דרייט ער עס אויס צו זיך און קוקט אויף דעם בשעתן עסן די מזונות, עס מאכט דעם איינדרוק ווי ער טוט דאס נישט פאר זיין גוף נאר פאר די יעניגע נשמה, ווען עס איז נישטא קיין יארצייט און איינער ברענגט סתם מזוזנות להנות בהם בני אדם שלעפט ער אייביג ארויס א יארצייט פון בוזעם קעשענע.

אז מרעדט פון יאהרצייטן האבן מיר אין אונזער מנין רבי נפתלי, ער האט אייביג יארצייטן, און איז אייביג באוואפנט מיט שיינע מעשיות, און שטילערהייט ווארפטער אריין אזלעכע פיקאנטע פאקטן איבער וועלכע רבי'ס האבן זיך נישט גוט געלעבט און פארשידענע היסטארישע לשון הרע'ס אבער דאס זאגט ער נאר שטיל, און אין זיינע אויגן זעהט מען א מיסטעריע ווי צו זאגן אז ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים וחצי, ווי נישט ענידגט זיך אייביג די שמועס, וואס פאשטיימיר אונז צו די צדיקים זכותם יגן עלינו
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

געטס א קוק ווער ס'איז דא!

איש עברי, וויאזוי איז געווען דיין וואקאציע? ס'האט זיך געבענקט נאך אייך, אבער ב"ה ביסט צוריק מיט אונז ביתר שאת.

יעצט איבער'ן ארטיקל.

איך טענה שוין לאנג אז די גרויסע צענטראלע שולן מיט כסדר'דיגע מנינים איז נישט קיין טובה. מ'קען טאקע רואיג הכנת'ן פאר'ן דאווענען וויסענדיג אז ווען אימער מ'ווערט פארטיג שטייט א מנין גרייט, אבער פון די אנדערע זייט האט עס א גרויסע חסרון. ווי איש עברי ברענגט ארויס, שפירט זיך א קשר צום קליינעם שולעכעל בשעת אין א גרויסע שול שפירט מען זיך ווי א פינפטע ראד, חוץ די פאר גרויסע מויל מאכערס.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כ'ווייס נישט טאמער ס'ריכטיג זאלסט דיך באווייזען פאר תשעה באב, אבער רבותי, עברי איז צירוק דא, כ'בין פריקען העפי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'זעהט מיר אויס ווי איש עברי שלעפט זיך טעגליך צום ביאינער קלויז אין איסטסייד...

די מעלה פון אזא איין-מנין-שחרית שטיבל איז אז די באס וואס פירט ארום ראפעל-זכותים-פארקויפער שטעלט זיך דארט נישט אפ.
Under influence
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

א געשמאק צו זען דעם געשמאקן יונגערמאן צוריק אין די געשמאק רעלסן מיט העכסט געשמאקע ארטיקלען.
אגב, סדא אן אפענינג אין המספיק פאר א געשמאקער יונגערמאן.
מדארף אונטערווישן אחוריימלעך מיט א געשמאק און מקריגט צוועלף געשמאקע דאלער א שעה.
עני אינטרעסט?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

עברי הער אויף צי שינדען מיין הויט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

טייערע פריינט ממש א פארגעניגן צוריקצוקומען נאך א אפוועזנהייט פון עטליכע מאנאטן, א דאנק פאר אייער הארציגע און פארגינערישע קבלת פנים.
איך האב געזעהן שפעקולאציעס צירקולירן אז איך בין אוועק ווייל איך בין געווארן באליידיגט, עס האט מיר געשמעקט צו זעהן אז מען מאכט א עסק פון מיין נעלם ווערן אבער די אמת איז אז איך בין פשוט געווען טרוד על המחי' ועל הכלכלה ועל הספק.
עס פריט מיך צו זעהן אז די שטיבל לעבט און בליעט ולא פג טעמו ולא נס ליחו, און נייע געשמאקע ניקס זענען ארויסגעוואקסן און פרישע סלענגס זענען באשאפן געווארן.
פה אשב כי איוויתיה!
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

נאגעלט אים אראפ דעם בחור, איש עברי בא לצחק בנו, געווענליך די "פה אשב כי איוותיה" רעטאריק זענען געזענונגס ווערטער פאר א פרישן בערישן הייבערנאציע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי: קודם שלום עליכם. ס'איז דא אנגעגאנגען א שקלא וטריא (צווישן וועים און וועימען זאג איך נישט.) צו דיין אפוועזנהייט איז לפני יאוש אדער לאחר יאוש. ס'איז אויכעט געוועין ווי רש"י הק' זאגט אין פ' ויצא, "יציאת צדיק עושה רושם", לפי פשוטו. יעצט לענייננו. לולא דמסתפינא משום גילוי וואלט איך געזאגט אז דו באשרייבסט מיין ביהמ"ד. עכ"פ יעצט אין די זומער קאנטרי וואכן. ממש כחוט השערה. נאר איין חילוק איז דא. ביי אינז אין ביהמ"ד קענען די זקנים, לאוי"ש זייער גוט עברי. סיי ביים דאווענען . ספעציעל די שטילע שמו"ע. אויך ביי די 5 קאפיטלעך תהלים וואס מ'זאגט (אדער כיפערט אפ) א יעדן אינדערפריה. מהיום והלאה וועל איך בלי"נ גוט באטראכטן די פאר יונגעלייט וועלכע קומען צום מנין אינדערפריה. אויף וועים ס'קען פאלן דער חשד אז דאס ביסטו. בכל אופן א גרויסן יישר כח. די אייבישטער זאל העלפן אינז זאלן קענען ממשיך זיין צו דאווענען ביי דעים זיסן מנין, עמו"ש... :? 8-) :lol: :roll: :D :) ;) :o :like
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

וואונדערבאר! אזוי זיס. קיין שום גרויסע בעסמעדריש קען נישט אהערשטעלן די נאסטאלגישע שמעק פון די אלטע טעמפעל בענק וואס די קליינע בתי מדרשים האבן. אה! דער ריח ניחוח פון אלטע האלץ. איך האב לעצטענס אביסל געטוהן אין דעם אין מיין סטאלעריי צו נאכפארשן אויב מען קען אויסארבעטן נייע האלץ מיט א שמעק און א אויסזעהן פון פארעלטערטע האלץ. איך מיין אז מען קען מאכן א מארקעט פאר עס אין ספרים שטובער וכדומה. א קאמפאני אין אירופא ארבעט מיך אויס א סעמפל שמעק וואס מען וועט אריינלייגן אין די פריימער.

בכל אופן, צוקער זיס און שטארק אמת. ווען אן אלטער פון דער מנין גייט כדרך כל הארץ איז עס א אמת'ע מת אחד מבני החבורה, מען פילט עס בנפש.

[tag]איש עברי[/tag] על שמו נקרא, תצליחני על ידו בתורה, תשמיעני מפיו בשורות טובות במהרה, אליהו הנביא, אליהו הנביא, אליהו הנביא...
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט איש תשבי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:נישט איש תשבי?

אין סידור'ל הייסט ער איש תשבי. אבער דא אין קאווע שטיבל הייסט ער איש עברי... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איש עברי האט געשריבן: איך בין פשוט געווען טרוד על המחי' ועל הכלכלה ועל הספק.

וואס איז דאס??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עברי, ברוך שובך.

שמעקעדיג, עס איז א ספק אויב מען זאגט 'ועל הכלכלה', זענען דא נוהגים צו זאגן 'על המחיה ועל הכלכלה ספק', עוד יש נוהגים לומר 'על המחיה ועל הכלכלה זאגט דער אלטער רבי אז מען זאגט נישט'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

In 50 years, an old timer will sit there shouting. Hioga, Kava, fishele H, Ivri, Etc. And nobody will know what he means.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

diff האט געשריבן:In 50 years, an old timer will sit there shouting. Hioga, Kava, fishele H, Ivri, Etc. And nobody will know what he means.

מען וועט שוין איינמאל וויסן..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

diff האט געשריבן:In 50 years, an old timer will sit there shouting. Hioga, Kava, fishele H, Ivri, Etc. And nobody will know what he means.

But you will be around. Being an old timer, too. (Sitting in a rocking chair on the porch of an old age home. With your wife at your side. Going down memory lane.) :? 8-) :lol: :roll: :roll: :roll: ;) :o
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שמעקעדיג האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן: איך בין פשוט געווען טרוד על המחי' ועל הכלכלה ועל הספק.

וואס איז דאס??

ס' פ' ק'ארטל...
פארשפארט