כ'געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געליינט אין אידיש אזא קלאסישער ארבעט, א גרויסן יישר כח מאראנצןזאפט.
איצט צום ארטיקל.
ר' זלמן ווידער איז א דזשעני, מיט אן אומגלויבליכן ענדאורענס קראפט (איך וואלט נישט געגלייבט אז אזא אנהאלטס קראפט איז מעגליך, ווען נישט וואס באזני שמעתי די לעצטע צען יאר
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
איין קריטיק, איך וואונדער זיך אז קיינער האט עס נישט באמערקט/ארויפגעברענגט ביז איצט, ר' זלמן איז באוואוסט פאר זיין אומפארטייאישקייט אין חסידישע פאליטיק, אמעריקאנער פאליטיק, און זיין זשורנאליסטישע סטאנדארט אויף סתם וועלטליכע נייעס, וואס סאיז צום שטוינען ביים ליינען אמאל די אלגעמיינע מעדיע קענען זיי באריכטן וועלטליכע נייעס מיט א היבשע בייעס, ווי למשל אנטי רוסלאנד אין די אוקראינע באריכטן, אדער אטאמישע פארהאנדלונגען מיט איראן, וואס ווי שלעכט רוסלאנד אדער איראן זאלן נאר זיין קומט עס נישט 'אין' די נייעס באריכט, און ר' זלמן איז דווקא יא נייטראל, באמת א ווערטפולער סערוויס,
איין אויסנאם איז מוצאי שבת ויו'ט וואס אן א ספק טוט א צווייטער צושטעלן די נייעס דאן, ר' זלמן לויפט אריבער די צוויי דריי הויפט וועלטליכע נייעסן און דאן פאנגט ער אן א לאנגע לאנדרי ליסט פון 'געשטעטנער'סקווע' ''נייעס'' (ליין: לימבאו/ברייטבארט/העניטי טאוקינג-פוינטס), רוב דערפון איז נישט נייעס ווירדיג, און די עטליכע וואס זענען יא זענען שוין פינף טעג אלט, און שוין געמאלדן געווארן אויף ק.מ. לעצטע וואך, אסאך מאל שטוין איך וואס ער רעדט דארטן צוזאם, (דן צו זיין לכף זכות העט מען דארפן אננעמען אז יצחק קלאר האט נאר ברייטבארט, נעשינאל ריוויו, אמעריקען טהינקער, און פאקס אויף זיין אינטערנעץ ווהייטליסט
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
הרב דרעזנער איז מיר ממש א חידוש, ער שרייבט געוואלדיג, און א געוואלד בכמות, אבער ביים רעדן חוץ וואס ער איז לאנגווייליג און מאנאטאניש און ער פרעגט אסאך מאל היבש נארישע שאלות האלט ער אין איין איבערפרעגן דעם אינטערוויואי זאכן וואס דער אינטערוויואי האט קוים געענדיגט זאגן פאר די לעצטע פיר אהאלב מינוט, .... ה.ר.ב.xxxxxx .... איז .xxxxx... שטארק.. געשעדיגט געווארן..? חכם איינער הרב xxxx האט יעצט געענדיגט דערציילן פונקטליך xxxxx'נס מצב!
יוסי געשטעטנער האסטו גאר גוט צעלייגט, ouch,
איך האלט אז ער ווערט ערגער און ערגער, איך האלט אז סאיז א דיססערוויס צו ק.מ. צוהערער אז ער האט נישט קיין אלטערנאטיוו אין די פאליטישע נייעס (און איז גורם אלע צוהערער צו ווערן דעמאקראטיש געשטימט, להכעיס!
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
יונה כהן איז געוואלדיג, פול מיט תוכן און מדע, אשאד וואס ער האט נישט יוסי'ס צונג און מאטיוואציע
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
יצחק קלאר איז דאך ממש א היימישער דזשעניפער רובין ריאינקארנעיט,
הערשל פרידמאן איז גאר באליבט ביי א גרויסן עולם, דאס אז סאיז א וועכנטליכע פורים שפיל אויף די נייעס איז די הויפט allure,
נאכאמאל א שכוח פארן ארטיקל,
אשאד אז סאיז נישט דא א פובליקאציע אין אידיש מיט אזא ניווא ארטיקלען און שרייבער, איך וואלט גערן געצאלט דערויף פינף דאלער א וואך פאר צען זייטן, אנשטאט 'דער מאמענט' מיט אירע זיבעציג שטוינענד-ליידיגע זייטלעך.