מכון יוחסין פון די גריבוב'ער רבי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

מכון יוחסין פון די גריבוב'ער רבי

שליחה דורך הוגה »

דער וואך איז דא א באשרייבונג אין 'דער בלאט' איבער מכון יוחסין פון די גריבוב'ער רבי. איך געדענק נאך פון אלס קינד האב איך מיר געוואונדערט וואס פונקטליך טוט דער מכון? וואס זענען זייער פונקציעס? איז דאס א ביזנעס אדער א סערוויס? ווייסט ער וואס ער רעדט?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ס'איז א ביזנעס.
ווי די ליצים זאגן מאכט ער געלט בעיקר פון מאכן א שווייג, ווען ער אנדעקט הייסע סחורה אין די לאנג פארצווייגטע יחוס פון אן אפליקאנט א בנש"ק.
א שטייגער ווען ער דערוויסט זיך למשל אז דער מישקאלצער שטאמט פון שמעי בן גירא בשעת ווען ער וואלט זייער געוואלט שטאמען פון דוד מלכא משיחא. אדער ווען ער אנדעקט אז א געוויסער קנאישער-ווערטיימער האט געהאט א זיידע וואס איז געווען א האלבער משכיל און א גאנצער נעלאג.
דענסמאל צאלן זיי די הויזן צו מאכן א קאווער אפ.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך בין געווארן א צאנזער אייניקעל פאר הונדערט דאללאר. שפעטער — פאר נאך א צוואנציגער — האב איך עס איינגעטוישט פאר'ן רבי'ן ר' אלימלך. די גוטע נייעס איז אז מען קען קויפן א חודש'ליכער מעמבערשיפ און צולייגן סחורה יעדע פאר וואכן.
#שטארק רעקאמענדירט.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

גאווהרמענט פאנדינג. וזה הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]הוגה[/tag] דיינע אשכולות זענען עפ"י רוב מער אינפארמעטיוו... פון דיר פארלאנגט מען עפעס מער..





און מיט א פינטל דא אונטען
.
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]קאווע טרינקער[/tag], און וואס זאל איך טון אויב איך האב א סימפעל שאלה וואס נייגערט מיר, אדער א נארישע דזשאוק וואס איך פיל אז איך מוז מיטיילן דעם עולם, אדער א שמועס אויף א טעמע וואס איז נישט טיפיקעל הוגה? מוז איך אויפמאכן פרישע ניקס דערפאר?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו קיינער האט נישט קיין אינפארמאציע מיטצוטיילען? עס איז בכלל אקטואל דער מכון יוחסין נאך היינט?
איך האב געזעהן אזוינע צעטליך און סערטיפקעטס וואס ער מאכט (עס ליגט איינס ביי מיין משפחה פון ווען דער גריבובער האט נאך פראבירט צו מאכען אפאר דולער אויף זיי), און דאס איז סתם רשימות פון מפורסמים פון וועם מיר זענען אייניקלאך (יא, לעיקוואד איז אויך אן אייניקל פון תלמידי בעל שם, לייק איט אר נאט, עכ"פ על פי מכון יוחסין דצאנז גריבוב :)), מיט גאנצע רשימות פונקט וויאזוי בן אחר בן. די שאלה איז פון וואו נעמט ער די אינפפארמאציע? איז דאס קראנט? עס איז פארהאן א גאנצער ליטערעטור פון ספרי יוחסין וואס באנעמט זיך מיט די סארט זאכען, איך בין נישט צו באקאנט אין דעם, איז ער פשוט מלקט פון זיי און פארקויפט א רשימה? וואס זענען זיינע מקורות?
I have a dream
Martin Luther King ~
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

די גאנצע יחוס אינדוסטרי איז בעלאני, און כמעט וואס עס מעטטערט נישט.
גאר אסאך בעל בתישע משפחות זענען אין פאקט אייניקלעך פון פילע תלמידי בעל שם באט איט דאזענט מעטטער און זיי הייסן נישט קיין מיוחסים, און א רביש אייניקל וועט זיך מיט זיי נישט משדך זיין.
און דאס זעלבע פארקערט, פילע אזויגערופענע רבישע אייניקלעך האבן כמעט נישט קיין יחוס.
די גאנצע יחוס שידוך אינדוסטרי איז נישט אויף אן אמת, ווייל יחוס און זכות אבות וכו' האט א מעלה, עס איז בעיקר ווייל די משפחות שפירן זיך די זעלבע ווייל זיי זענען כהיום פון זעלבן שניט, ווי אויך האט עס צו טון וויפיל מהאט דעפאזיט די יחוס, דאס הייסט אויב דער זיידע האט זיך אנגעטון א בעקיטשע ווען ער איז אראפגעקומען פון דער שיף נאך דער קריג.
אין אנדערע ווערטער, א וועלטס יחסן מיט א טשולענט טאפ האט כמעט נישט קיין ווערד, די עיקר שאלה איז איף יו מעיד איט אן טו דע ליסט, גייסט א ריפס, האסט א שול, האסט א רבנישע געשטעל, ודוק.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כוכב, זעט אויס דו האסט נאך קיינמאל נישט באגעגענט די סארט אידן וואס דארפן נישט רעדן מיט א פרעמדע מער ווי דריי מינוט אריינצוווארפן אזוי בדרך אגב אז ער'ז אן אייניקל פון ר' זיידל פון שאראשפאטאק, דער גרויסער פועל ישועות וואס זעמל נידערהאזער פלעגט זיך ווייקן באנעם , און ווען ס'קומט צו שידוכים פרעגן זיי אלץ אויב יענער איז אויך עפעס אן אייניקעל פון עפעס א פאני שטאט.
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

וואס איך וויל פרעגן פון די יחוס,זוכער,ליבהאבער . איז לאמיר זאגן אז איך האב יעצט א בחור אין די יארן און איך קען אויפווייזען אז מזעמיר אייניקלעך ב"אב פון דער גולם פון פראג אבער די קוואליטי איז שוואכע מעשוית און פון די אנדערע זייט טראגט מען דיך אן א בחור א מושלם אבער האט נישט געהאט די מזל צו געבוירען ווערן נאר צו פשוטע עלטערן וואלסטו גענומען דעם יחסן ממיטן גריבובער סערטיפיקעט vs דעם טשאטשקע? אויב יא דארפסטו נישט ליינען וויטער . אויב נישט פארשטיי איך נישט ווי פונקטליך מקעשט איין דעם יחוס בריוו?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ביסט דאך א משבק סאו גיי אריין און פרעג דעם רבין שליט''א.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אלץ משב"ק וואלסטו געמעגט וויסן אז יחוס איז קרעפ!!!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

שוין געפרעגט. דער רבי זאגט אז סאיז נישט פאר אונז פשוטע מענטשעלעך צו פארשטיין !!! בכלל האט זיך דער רבי היבש געבייזערט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גריבובער איז א געלונגענער ביזנעסמאן
פאר עם אליין אינטרסינט זיין אייגענע ייחוס וי א לאך אין קאפ
דער עיקר איז וי אזוי ממאכט נאך אפאר טולער כאילו ספעלט עם געלט
דער עולם רעדט פון ארום 200 מליון $ וואס שלאפט אין זיין אקאונטס
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

201 מיליאן.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

זיינע אינפארמאציע זענען מלא טעותים און פארדרייט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

סתם א שיינע סערוויס, אויב א נדבורנה'ר אייניקל וויל עפענען א שוהל, און דאס מאל -פארסייוואספארא אומפארשטענדליכע סיבה- וויל ער זיך נישט רופן נדבורנה, דא קומט דער גריבוב'ער אריין און שאקעלט אים ארויס עפעס א זיידע מיט עפעס א פאני נאמען וויאזוי די שוהל קען הייסן.

געלט בעהט ער פונקט ווי עני קאנסאלטינג צו פי אר קאמפעני בעהט ביי עני ביזנעס... איבערן לאגא, זאג אים בערך וואס דו ווילסט און ער זיכט מער אזא מין זיידע.

די רבי זאל לעבן א מזל טוב...!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איז וויפיהל דארף מען צאהלען צו ווערן אן אייניקעל... לאמיר זאגען...

צאנז... בעלז.. ר' אלימלך... בעל שם הק'... אדם הראשון...

איך וואלט געצאלט אויב ער קאן מיר מאכען א אייניקעל פון דער לעצטער ליובאוויטשער רבי. אדער סיי וועלעכע רבי עס האט (נעבעך) נישט איבער געלאזט קיין קינדער.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פרוביר עס, ער האט מסתמה געמאכט בן עטר בלומען סטאר אין מאנרא פאר א בא"ב אייניקל פונעם אור החיים הק'
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:פרוביר עס, ער האט מסתמה געמאכט בן עטר בלומען סטאר אין מאנרא פאר א בא"ב אייניקל פונעם אור החיים הק'

שעפטל: מ'האט שוין זייט דאמאלס געטראפן א מצבה פון איינעם עפעס א ל"ו צדיק וועלכער שרייט אז ער איז בן אחר בן אן אור אייניקל פונ'ם אור החיים הקדוש... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב אן ערנסטע שאלה צום מכון יוחסין און צו איר גרינדער און אנפירער שליט"א/זצוק"ל...
איך האב אויסגעפארשט און כ'האב מיך נאכגעפרעגט ביי עלטערע אידן און אידענעס וועלכע שטאמען פון שאראש פאטאק, און זיי זאגן אז זיי געדענקען עפעס איינעם א בערל בעל עגלה אינדערהעים, וועלכער איז געגאנגען מיט גרויסע שטיוול און אייביג געהאט א בייטש אין די הענט. מ'פלעגט איהם אויך דינגען צו פיהרן סחורה (לעגאלע און אומלעגאלע) אין די מרחקים. אויך, פיהרן די מחותנים מצד החתן וצד הכלה אין ווייטע גרויסע שטעט צו חתונות. שטעלט זיך ארויס אז דער אריגינאלער בב"ג איז געווען מיין עלטער זיידע זכותו יגון עלינו. איך האב אבער א פראבלעם. מ'טראגט מיר אן א שידוך פאר מיין טאכטער מיט איינעם אן אייניקל פון א גרויסע , בארימטע און פארצווייגטע רעבישע משפחה. נו, פאר א רעבי'ן פאסט דאך נישט אז ער זאלל זיך משדך זיין מיט א בעל עגלה וואס איז שוין עטליכע דורות בעלי עגלות, נאך פונדערהעים. ביניך אריבערגעגאנגען צום העיליגן רעבי'ן, דער בעה"ב פון מכון יוחסין אז ער זאלל מיר זעהן אהערצושטעלן עפעס א שטיקל רעביש'ן יחוס. האט ער מיך געפרעגט וויפיל ס'איז מיר ווערד א יחוס. האביך געפרעגט...וואס זענען די פרייזן...? ענטפער די רבי שליט"א פאר 500 דאללער קען ער מיר אהערשטעלן עפעס א זיידן א שוחט. פאר צוויי אלפים קען ער אויפווייזן באותות ובמופתים אז מיין עלטער, עלטער זיידע איז געווען א גרויסער רבי און האט געפיהרט טישן אין די עיר ואם בישראל אויבער-ווישעווע. שטייצעך אז איך האב געכאפט נאך די מציאה. יעצט האביך א סערטיפיקאט פונ'ם הייליגן מכון יוחסין אונטערגעשריבן דורכ'ן רעבי'ן אליין אז איך שטאם פון גדולי ומאורי ארץ... :lol: :o
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אן ערנסטע שאלה צום מכון יוחסין און צו איר גרינדער און אנפירער שליט"א/זצוק"ל...

יעצט האביך א סערטיפיקאט פונ'ם הייליגן מכון יוחסין אונטערגעשריבן דורכ'ן רעבי'ן אליין אז איך שטאם פון גדולי ומאורי ארץ... :lol: :o

סאו וואס איז דיין שאלה....?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אן ערנסטע שאלה צום מכון יוחסין און צו איר גרינדער און אנפירער שליט"א/זצוק"ל...

יעצט האביך א סערטיפיקאט פונ'ם הייליגן מכון יוחסין אונטערגעשריבן דורכ'ן רעבי'ן אליין אז איך שטאם פון גדולי ומאורי ארץ... :lol: :o

סאו וואס איז דיין שאלה....?

שעפטל: ס'פאני. אינמיטן פארציילן די אלע פרטים פון מיין מיטינג מיט די רבי שליט"א פון מכון יוחסין האביך אינגאצן פארגעסן אז איך האב בכלל געפרעיגט א שאלה... די שאלה איז געווען אויב יעצט וועללן שוין די רעבעס זיך וועלן משדך זיין מיט מיר...!
נאר נאכדעם האביך מיך אויפגעוועקט און געזעהן אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א חלום...אין די ווירקליכע מציאות , האביך שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע מיינע קינדער שיחיו. און איך לאך פון די שטותים פון רעבישן ייחוס. איך וואלט נישט געגעבן קיין קוואדער פאר די פראדוקטס פון דעם מכון יוחסין. אפשר פאר די עשרה יוחסין וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין מס' קידושין, יא... :lol: :roll:
פארשפארט