אידן אויפ'ן הר הבית?!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
כאטש איך שעץ שטארק די ליקוטים און היסטארישע ארבייט פונעם מחבר האשכול, מוז געזאגט ווערן; אז די גאנצע ארטיקל איז געבויעט אויף דיעות קדומות, און מיט אן השקפה וואס איז שטארקער ווי די תורה אליינס. און דער כלל איז אז א ויכוח וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט מיט לאגיק/הלכה איז מופרך מעיקרא. יעדער רב וואס איז מתיר פאלט אויטאמאטיש אריין אינעם גדר "אומאנערקענט" (וואס מיינט דאס?). אלזא מיט געפילן איז אוממעגליך צו פירן א קאמף.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בכלל הרי ניתן לפסוק שקדושה ראשונה לא קידשה לעתיד לבוא וכך דעת כמה ראשונים וכך הדעת נותנת וכי איזה סברא שכלית יכול להיות להתנהג בקדושה במקום שבפועל בנויה ונשלטת על ידי היפך הקדושה, ואיזה הגיון יש להתנהג על פי דיני טהרה כאשר אין אנו נוהגים בהם כלל כיום. ואם כן מותר בכלל בכל ההר בלי טבילה ובלי שום דבר ככל מקום אחר של חולין.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך רעד דאך על פי הלכה. שעטנז איז א חוק אזא מען קען עס נישט מבטל זיין סתם אזוי. קידשה לעתיד לבוא איז א מחלוקת להלכה וואס עס איז נישטא לגבי דעם באמת קיין אנגעגענומענע פסק קען מען דאך פסקנען די הלכה אזויווי די שכל איז מחייב.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קידשה איז טייטש מייחד געווען (דעדיקעיטעד) א פלאץ לשם עבודה עס זאל זיין אפגעזונדערט לשם זיין א פלאץ אויף א בית המקדש, פונקט ווי מען איז מייחד א פלאץ לשם עס זאל זיין דארט א גראסערי געשעפט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:קידשה איז טייטש מייחד געווען (דעדיקעיטעד) א פלאץ לשם עבודה עס זאל זיין אפגעזונדערט לשם זיין א פלאץ אויף א בית המקדש, פונקט ווי מען איז מייחד א פלאץ לשם עס זאל זיין דארט א גראסערי געשעפט.
ווי קומט אריין אזעלכע משכיל'שע תנך'ישע הסברים אויף אזא הייליגע מושג ווי קדושה כפי שמבואר בכתבי הגר"ר אוטו.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווי איך פארשטיי איז קידש לעתיד לבוא נישט קיין היסטארישע ספק וואס די מקדשים בשעתם האבען געטראכט, נר א הלכהדיגע ספק צו זאל מען זיך מתייחס זיין צו דער מקום המקדש אפילו בזמן חורבנו אלץ א מקום מקודש כהמשך צו די קדושה וואס איז געווען פריער אדער נישט. וממילא דאס איז די תשובה גם לטענת חותן משה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
פון דעם שטיקל ראב"ד קוקט אויס אז ער האט פארשטאנען אז עס איז יא תלוי אינעם יחוד פונעם מקדש באותו זמן.
ראב"ד בהגהתו להלכות בית הבחירה ו, יד:
"שאני אומר שאפילו לרבי יוסי דאמר קדושה שנייה קדשה לעתיד לבא לא אמר אלא לשאר א"י, אבל לירושלים ולמקדש לא אמר. לפי שהיה יודע עזרא שהמקדש וירושלים עתידים להשתנות ולהתקדש קידוש אחר עולמי בכבוד י"י לעולם. כך נגלה לי מסוד ה' ליראיו. לפיכך הנכנס עתה שם אין בו כרת".

חמין במוצאי שבת מלוגמא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פארקערט, גאט אליינס פסק'נט דאך אז לא קידשה לעתיד לבוא כסברא שלי.
דער סברא וואס ער דערמאנט שהיו יודעים עזרא מוז נישט זיין כפשוטו נאר אפשר טאקע ווי מיין סברא, אז א פלאץ ווי עס איז חרוב האט נישט קיין זין מקדש זיין, און על סמך די סברא לייגט מען עס אראפ באופן שהיה יודע עזרא. כלומר וויבאלד מען נעמט אן אז די קידוש פון עזרא איז געווען בהשראת השכינה און פון דעם וואלט זיך גענומען די קדושה ניצחית, און וויבאלד מיר מוזען זאגען אז די שכינה ווייסט דער עתיד אז עס וועט חרוב ווערן, ממילא לא קידשה לעתיד לבוא. (על פי פשט הרי מגוחך לומר שעזרא חשב ככה ואדרבה כל נבואות הנחמה הנצחית נאמרו כפשוטם על בית שני וכך הבין אותם עזרא).
טראכט איך אז אדרבה, דער ראב"ד איז א הוכחה לסברתי, ווייל אן דעם וואס איז די הכרח אז וויבאלד עתידים להשתנות ויהיה קדושה אחרת ממילא לא קידשה, פארוואס נישט. נאר על פי הבנתי ווייל עס איז מגוחך קובע זיין קדושה אויף א פלאץ ווי שועלים הלכו בו, אן ענליכע סברא געדענק איך אין די רדב"ז וועגן לא זזה שכינה אז עס האט נישט קיין זין צו זאגען בשעת שליטת הטומאה אזוי וכבר זזה וזזה.
אבער ריכטיג אן לערנען די סוגיא אינעווייניג איז נאריש צו רעדן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נו ווילסט גלייבען דווקא אז סוד השם ליראיו האט עם פארציילט א גאנצע מעשה שלא היה ועל פי זה פסק, נו.
פעלט נישט אויס אבער וואס איז בשעת החורבן?
פעלט נישט אויס אבער וואס איז בשעת החורבן?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
וואס עפעס א מעשה שלא היה, דו קומסט מיט אויפגעקלערטע ראציאנאליסטע פשטים אז מקדש זיין דעם בית המקדש איז בערך אזוי ווי מייחד זיין א שטיבל אלס א בית הכסא, און אז עזרא האט נישט פארשטאנען די נבואות פון יחזקאל אויף ווען עס גייט ארויף, און דו רעדסט זיך איין אז א איד וואס האט באקומען סודות פון הימל זאל מיטגיין מיט דייינע דעות כוזבות. היו לא תהיה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מצאתי הרדב"ז בח"ב תרמח
"דלא אוכל לצייר שתהיה השכינה מצויה בזמן הזה בכותל המערבי בין טומאת עכום", אמנם אין קשר הכרחי לדיני הקדושה אלא לפי ההגיון.
"דלא אוכל לצייר שתהיה השכינה מצויה בזמן הזה בכותל המערבי בין טומאת עכום", אמנם אין קשר הכרחי לדיני הקדושה אלא לפי ההגיון.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:פעלט נישט אויס אבער וואס איז בשעת החורבן?
לויט'ן ראב"ד אז עזרא האט געוואוסט אז די צווייטע בית המקדש איז א צייטווייליגע זאך, פארוואס זאל ער אויסציען די קדושה אויף די גאנצע אורך הגלות? און ווי אזוי וועט עס גאט נאכאמאל מקדש זיין אויב עס איז שוין סייווי מקודש, והלא אין קידוש חל על קידוש.
אבער פשוט פשט לערנט מען אז קידשה לעתיד לבא מיינט אז עזרא האט נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט סתם מקדש געווען די הר הבית אויף אייביג.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך טראכט יעצט אז די גאנצע השריית השכינה פון כותל און הר הבית ווערט גאר מחוזק מיט דעם אראבישן מעטשעט. קודם כל, דאס אליין אז די אראבער אנערקענען אויך אז ס'איז א הייליג ארט איז מחזק די קדושה פון דעם פלאץ. צווייטנס, ווען די הר הבית איז א שיין אויפגעבויטע פלאץ איז דאך נישט אינטערעסאנט. דאס אז ס'איז דא א הויכער וואנט ווי אידן וויינען און די אנדערע זייט איז דא א מעטשעט, און מ'גיבט אזא ציטער, אוי דאס הייליג ארט אין וועמענ'ס הענט עס ליגט, דאס גיבט אזא הייליגע אטמאספערע. כ'קען עס נישט מסביר זיין, אבער אזא הרגש האב איך.
נאר אז דיני טומאה וטהרה האט נישט קיין פשט היינטיגע צייטן ביסטו הייליג גערעכט. דערמאנט מיר פון א פרוי (שכחתי שמה) וואס האט אנגעפירט א קאמפיין צו מסלק זיין די באזונדערע ימי זיבה, האט מען איר געענטפערט אין אנו בקיאים וכו', האט זי געזאגט, דאס איז דאך דער זשאב פון דעם דיין, מיר צו זאגן דעם דין, אז דו ביסט נישט בקי מאך א שווייג.
לענינינו, בנוגע די רבנים וואס זענען מוחה אויף עלייה להר הבית, אויב איז מען טאקע אזוי צעמישט און פארדרייט אז מען קען נישט מאכן אפר פרה און מען ווייסט נישט ווי ס'איז דא א קבר און מ'ווייסט נישט גארנישט, נו, הער אויף פארפירן.