בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
די ר״י איז געבוירן געווארן כ״ז אלול תר״ע. ער איז געעוען 101 יאר אלט. ער האט געלעבט צוזאמען מיט זיין רעבעצין (טאכטער פון הצדיק ר׳יעקב יוסף הערמאן זצ״ל - all for the boss) איבער אכציג יאר. ער איז געגאנגען א גאנצן טאג מיט תפילין און איבער 50 טלתים קטנים.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39157
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39157
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
א גרויסע אבידה.
רבי חיים פנחס איז געווען אן אמעריקאנער געבוירענער, אן איידעם ביי רבי יעקב יוסף הערמאן, און אליין אויסגעשטיגן צו א גאון הדור, זיינע ריזיגע צענדליגער בענדער ספרים אויף קצות זענען ריין גאונות, אוי, האב מיר זיך דערקוויקט מיט זיינע חיבורים אלס בחור!
און די חשובסטע: ער איז געווען אן עניו, ער איז נישט געווארן קיין רשכבב"ג, נישט געבלאזן פון זיך, נאר געבליבן א רב, פוסק, ראש ישיבה. ער האט נישט מסכים געווען צו טיילן ברכות, און טראץ זיינע מדרגות, זיינע סיגופים, זיין פופציג טליתים און שטענדיגע תפילין איז ער געווען א נארמאלע מענטש, א ראש ישיבה און נישט קיין רבי!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
קען אפשר איינער מסביר זיין די מאסן ציצית ערשיינונג?
Under influence
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
די ציצית ערשיינונג איז א הידור אין מצוות, ער האט געהאט מערערע ציצית לויט יעדע איינציגע שיטה, און אויך האט ער געלייגט מערערע פארלעך תפילין.
א שיינע הידור און א הויכע מדרגה, זיינע הידורים זענען נישט געווען אויף יענעמס חשבון, אדער מחמיר זיין אין הלכה פאר יעדן. אן אייגענע הידור, בעצם נישט בלויז א הידור נאר אויך א סיגוף, אן אויסגעדארטער איד אונטערגעווארפן אונטער פופציג טליתים

- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
קאווע טרינקער האט געשריבן:קען אפשר איינער מסביר זיין די מאסן ציצית ערשיינונג?
איך מיין אז טאמער וואלט ער געגאנגן צו א פסיכילאג וואלט ער דאס דיאגנאזירט אלץ OCD.
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
קול גדול האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:קען אפשר איינער מסביר זיין די מאסן ציצית ערשיינונג?
איך מיין אז טאמער וואלט ער געגאנגן צו א פסיכילאג וואלט ער דאס דיאגנאזירט אלץ OCD.
ח״ו צו רעדן אזוי!!! איך מיין אז אזעלעכע ווערטער באלאנגען נישט אין קאווע שטיבל. מנהלים ביטע!
אפילו לויט דיין פארדרייטע שיטה איז בכלל נישט שייך דא אהער OCD. ער האט נישט מורא געהאט אז אז איז נישט מקיים די מצוה פון ציצית, ער האט פלעין געוואלט מקיים זיין די מצוה ווי מער!!
- הירשל ציג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
- קאנטאקט:
Re: בד''ה הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג זצ''ל
קופערניקוס האט געשריבן:די ציצית ערשיינונג איז א הידור אין מצוות, ער האט געהאט מערערע ציצית לויט יעדע איינציגע שיטה, און אויך האט ער געלייגט מערערע פארלעך תפילין.
א שיינע הידור און א הויכע מדרגה, זיינע הידורים זענען נישט געווען אויף יענעמס חשבון, אדער מחמיר זיין אין הלכה פאר יעדן. אן אייגענע הידור, בעצם נישט בלויז א הידור נאר אויך א סיגוף, אן אויסגעדארטער איד אונטערגעווארפן אונטער פופציג טליתים
דאכט זיך איר מאכט א טעות, ער איז געגאנגען אלס אין די זעלבע שיטה
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
hirsheltzig.com