נטרונא פון ניקאראגווא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

נטרונא פון ניקאראגווא

שליחה דורך בר דעת »

די נאאיווע ארבעטסלאזע יונגעלייט פון נטרונא קוקן אן די זאך מיט אזא נירעדהאזע - אלט פארצייטישע בליק, מיט די פראזן ווי "עם ישראל" די ריכטיגע אידן, און די ארגיענעלע אידן, און זיי כאפן נישט אז זיי זענען בסך הכל אן אינטערסאנטא אנעקדאט. אין יעדע אומה ולשון איז פארהאן אנארכיסטן און אידעעלאגן פון אלע סארטן און מינים.
איך בין זיכער אז אין ניקאראגווא איז פארהאן א גרופע פון אמתע, ארגינעלע ניקאראגוואער וואס האלטן אז ניקאראגאווא טאר נישט זיין א לאנד פאר עס וואקסט טאמאטעס אויף די רוקן פון א אלטע סייקיק באביטשקע, און דעריבער גייען די ארגיענעלע ניקאראגווא'ער און מאכן א יד אחת מיט טשילע און באליוויע. אנדערע ארגעינעלע ניקאראגוואער טאענה'ן אז זייער פירער ז"ל האט נישט געלאזט ממש גיין מיט באליוויע, נאר מען ווארט אז די יו ען זאל צעווארפן ניקאראגווא. אסאך אנדערע טענה'ן אז זיי זענען די עכטע ארגינעלע ניקארגעוואער און טראץ וואס די ניקאראגווא רעגירונג פארשוועכט די טאמטע פעלדער און דאס איז גאר הארב, זענען זיי פארט ניקאראגווער און מען מוז זיי שטיצן.
בערך אזוי מאכטפול דארף נטרונא זיין. רוב אידן זענען ציונים, אביסל זענען לינק און ליבעראל און דעריבער האבן זיי ליב די ציונים אבער וואלטן זיי געלאזט ווערן אויסגעשאכטן אבי נישט צורירן א אונרא סקול, פרומע אידן זענען פארהאן וואס זענען גאר עקסטרעמע ציונים. אנדערע גייען צום שונא, אבער נטרונא האלטן נישט פון גיין צום שונא נאר איז סתם קרח מכאן ומכאן.
ביקיצור, פראטעסטירט געזונטערהייט, שטעל זיך אין די ליין, עס זענען דא א גאנצע צייט כל מיני פראטעסטן פרא מאריוואנא, און אנטי יו עף אה'ס. באסעס פארן א גאנצע צייט העכער די הייוועי צו אנדערע היסטארישע פראעטסטן, אויפטוען און אסיפות, די מעגסט אויך פראטעסטירן און אויב א תמים געט ענק פופציג אלפים פאר א בלאט אין די טיימס, פופציג טייערע אלפים וואס מען קען אויפרעכטן אסאך אין אונזער צובראכענע געמיינדע, געזונטערהייט, אבער רעד זיך נישט איין אז די "וועלט" שטייט פארגאפט און אז די מאכסט גרויסע אויפטוען.
ביי יעדע איזראעלי ראלי מאכט זיך עפעס א ציוניסטישער אראבער קומט מיט אויסצודרוקן שטיצע, די זעלבע פארקערט, ישראלים וואס סימפאטיזירן מיטן שונא גייען אהין, דאס איז זייער נארמאל, ביסט בכלל נישט קיין גרויסע סענזאציע.
דער דורכשניטליכער ליינער וואט קוקן דיין פופציג טויזנט דאלארדיגע פעידזש אזוי אינמיטן ליינען אז עפעס א סעלעבעריטי האט א נייע שווים קלייד, דעטס איט! איר טוישט נישט גארנישט!
א נטרונא שטיצער זאגט מיר אז דער טראקטאר דרייווער וואס האט היינט געהרגעט דעם וואלעס האט דאס נאר געטון ווייל ער האט געמיינט אז וואלעס איז א משגיח פון די אדמת קודש-ארונים-שטערנבוך ארגענאזאציע, אבער ווען ער ווייסט אז עס איז א שמידל-ווייס-הערשל קלאר מענטש, וואס איז דאך יהודי לא ציוני וכו', וואלט ער אים נישט געהרגעט, אבער מיר ווייסן דאך אז עס איז א הלצה. מיר זענען א קליינע גרופע און עס מאכט נישט קיין גרויסע שינוי. די אראבער זענען רוצחים און דעריבער הרגענען זיי אידן און קריסטן איבעראל און דאס איז עס.
און קום מיר נישט יעצט זאגן אז צוויי הונדערט יאר צוריק האבן אידן געלעבט באקווען אונטער אראבער, און דעריבער איז עכט דער מענטשן רעכט ליבהאבער דער פויפסט א שלעכטער מענטש, וועגן זיין אור עלטער זיידע, און בין לאדען איז גוט וועגן זיין עלטער זיידע. די מוסלמענער זענען היינט רוצחים און די ליבעראלע וואלט וואס שטיצט זיי זענען שלעכטע מענטשן, אנטיסעמיטן און נאאיווע זעלבסטהאסנדע מענטשן.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פלעין געלאכט ערב תשעה באב.
מ'גייט דיך שמייסן דערפאר...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שפתיים קישאק אלערט.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

@בר דעת מיט אזא ארטיקל ערב תשעה באב האסטו אראפ גענומען דעם חרון אף און
ממתיק געװען אלע דינים. :like
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בכלל האלט איך אז נטרונא מיסרעפרעזענטירט די שיטה הקדושה. זיי וואלטן געדארפט פראקלאמירן פאר די גאנצע וועלט און זאגן: "ראנג טיימינג, רבותי. עס איז נאכנישט געקומען די צייט אויסצושעכטן די פאלעסטינער, מיר מוזן ווארטן אז אונזער משיח זאל טון די זשאב."
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

If someone is looking to make some chaos, he should stand behind those Neturi Karta activists while demonstrating in a pro-Palestinian rally, and hold a sign quoting Rabbi Teitelbaum who quotes Maimonides basically referring to the prophet Muhammad calling him a craze , and then let Rabbi Yisroel Duvid Weiss do damage control.  
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:בכלל האלט איך אז נטרונא מיסרעפרעזענטירט די שיטה הקדושה. זיי וואלטן געדארפט פראקלאמירן פאר די גאנצע וועלט און זאגן: "ראנג טיימינג, רבותי. עס איז נאכנישט געקומען די צייט אויסצושעכטן די פאלעסטינער, מיר מוזן ווארטן אז אונזער משיח זאל טון די זשאב."

ס'וואלט געוועין א מצוה (בבחינת נטרונא) ווען איינער קען מסביר זיין פאר די וואוילע אראבישע און איראנער פריינט פון די נטורי חרתא און נטרונא אז זייערע אידישע פרענדס זענען ליגנערס און פאלש. ווייל עכט ווארטן מיר יאהודים אז אינזער אימאם זאלל קומען. און דאן וועלן מיר זיי אלע אויסשעכטן. ס'הייסט קודם די פארשאלטענע ציונים וגירוריהם ימ"ש. דערנאך, די פאלעסטינער.. דאן לאמיר זעהן וואספארא כבוד די וואוילע אראבערס וועלן געיבן פאר די תלמידים פון משה הירש און משה בער דר-ק. ס'דארף זיך טרעפן איין אינטערוויוער פון די חשוב'ע נייעס סטאנציע אל-דזשאזירא וואס זאלל פרעיגן "הרב" ישראל דוד ווייס אט די פראגע. "וואס פלאנט עטץ, אידן צו טון מיט אינז נאכדעים וואס ענקער משיח וועט קומען". שטייצעך נאכדעים וואס די מדינה הטמאה מיט אלע ציונים וגירוריהם וועלן גיין פייפן. ווייל זיי זענען דאך מעכב די גאולה. זיי זענען שולדיג פאר אלע צרות וואס קלאלל יושראעל ליידט זייט'ן חורבן בית המקדש. זיי האבן אנגערייצט דעם וואוילן אוקראינער פאטריאט, דער חשוב'ער גענעראל, איינער פון די חסידי אומות העולם, באגדאן כמיעלניצקי אז ער זאלל אויסהארגענען א האלבן מיליאן יודן. ביי גירוש שפאניע זענען זיי אויכעט געוועין די וועלכע האבן געשטיצטו קאלאמבוס אז ער זאלל מאכן אן אייגענע מדינה פאר די זמן הגאולה. ווער ווייסט אויב נטרונא וואלט וועין דאמאלס ארויסגענימען אן עד אין די "מאדריד, אדער בארצעלאנא טיימס, אפשר וואלט דער גירוש שפאניע בכלל נישט געשעהן?!... :twisted: :roll: :lol: :roll: :lol: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

באמת איז עס א חוצפה אז נטרונא זאגט אז די ציונים רעדן נישט בשם כלל ישראל. כלל ישראל באשטייט פון אן ערך אכצן מיליאן מענטשן און ציונות רעפרעזענטירט א גאר גרויסער חלק פון זיי. נטרונא בסך הכל פארטרעט (א געוויסע פראקציע פון) סאטמאר.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

נו געגאנגען
א רעדיא קאמפיין ווערט געלאזט אין גאנג אז די ציונים זענען די אמתע ממשיכים פון בן גוריון און תיאדור הרצל שר''י, און קיינער איז נישט בארעכטיגט צו מערער זיין אויף די פארטרעטערשאפט פון כלל ישראל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בר דעת האט געשריבן:באמת איז עס א חוצפה אז נטרונא זאגט אז די ציונים רעדן נישט בשם כלל ישראל. כלל ישראל באשטייט פון אן ערך אכצן מיליאן מענטשן און ציונות רעפרעזענטירט א גאר גרויסער חלק פון זיי. נטרונא בסך הכל פארטרעט (א געוויסע פראקציע פון) סאטמאר.

בר דעת, איין זאך כאפסטו נישט אז די קליינע חבורה׳לה קנאים וואס באשטייען טאקע פון גאר א קליינע צאל מענטשען טענען דאך אז זיי זענען די עכטע קללישרול זיי אין נאר זיי אין אפס זולתם אין אונז אלע זענען די שווארצע פושעים אין משומדים מינים ואפיקורסים עפ״ל ממילא לויט זיי באשטייט קללישרול פון קוים עטליכע טויזנט מענטשען וואס שרייען כולם כאחד ארויס וואס זיי בילן
פארשפארט