ישראל קאפקע האט געשריבן:די מעשה איז זייער אומרעאליסטיש, א אידיש קינד פוילעצט אוועק אין אן טויט לאגער?
די עקטינג איז גארנישט ווערד,
די הויכפונקט איז די טויט פון די קינד פון א נאצי אפיציר? I mean seriously?
Very shallow.
אומרעאליסטיש? וואס איז דען שייך, ס׳איז א פילם באזירט אויף א פאבריצירטע געשיכטע וכדרכם של פילמ׳ס שפילט זיך עס מיט׳ן מציאות בכדי צו דראמאטיזירן אמת׳ע פארקומענישן, ע״פ רוב האט אט דאס דער צוגאנג סאך א גרעסערן כח ארויסצוברענגן וויכטיגע נקודות, נאך מער ווי סיי וואספארא פאקטישע ערצעהלונג (דאקומענטערי וכדומה) וואלט ווען געקענט.
בנוגע דעם הויכפונקט, איז מעגליך אז Your’e missing the point, אלץ איד איז אפשר שווערער אנצונעמען דעם ווייטאג אלץ אייניגליך, אבער דאס גופא איז די נקודה, אז א מענטשליכער לעבן איז גאר טייער, אפגעזעהן פאר וועמען עס געהערט, און אז דער פערזענליכער נאענטקייט פאקטאר איז בלויז געפיל, נישט קיין אונטערשייד צו ס׳איז מיינ׳ס אדער יענעמ׳ס פארשניידן א לעבן מיינט מחריב זיין עולם ומלואו.
(ועיין עוד די טראגעדיע פון די פאלעסטינער קינדער וואס קומען נעבאך אום אומשולדיג, דאכט זיך אז דארטן אידענטיפיצירסט דיך באקוועמער).