נטרונא, מצילים אדער רודפים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

Re: נטרונא, מצילים אדער רודפים?

שליחה דורך לעיקוואד »

מצילים אדער רודפים? אדער אפשר סתם משוגעים?
איינער קלערט אז זיי האבען עפעס א השפעה אויף איינער אינדרויסען פון געגנט?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זיי זענען גארנישט מער משוגע ווי יעדע גרופע פראטעסטירער וואס שטייען אין די גאסן מיט שילדן אין די הענט און שטעלן אריין מעסעזשעס אין די צייטונג. א שאד נאר אויף אידיש געלט.
האדם לא נברא אלא להתענג
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

לעיקוואד האט געשריבן:איינער קלערט אז זיי האבען עפעס א השפעה אויף איינער אינדרויסען פון געגנט?

זיכער פארוואס נישט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

Re: נטרונא, מצילים אדער רודפים?

שליחה דורך לעיקוואד »

משוגע האב איך געמיינט צו זאגען אפאר קוריאזע אידען טאקע ווי די פרכטעסטירער וואס קיינער נעמט נישט ערנסט.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעניות בני מעיי, ערענסט גערעדט, אפגעזען צו "נטרונא" איז יא אדער נישט מצליח אין זייער קאמפיין איבערצוצייגן די 'אומות העולם' אז יידן מיט ציונות איז נישט ממש די זעלבע, באגייען זיי אמאל זיכער א פאטאלע פעלער. ובכן, אין די היינטיגע וועלט פון פאליטיק איז אנטי-סעמעטיזם זייער נישט פאפולער, אפילו איראן מיט אוקריינע און אנדערע געוועזענע אנטיסמיטישע פעסטונגן און זאגאר סוריע'ס קאדאפי אין דעם נישט לאנגען פארגאנענהייט, האבן פרובירט צו צייגן די וועלט'ס קעמערע לייט ווי נאנט זיי זענען מיט יידן און ווי שיין זיי ארבייטן האנט ביי האנט. פון די אנדערע זייט אבער, אנטי-ישראל סענטימענטן איז גראדע יא גאנץ שטארק אננעמבאר סיי אין אראבישע לענדער און אויך ארום לינק-גענויגטע דעמאקראטיעס, ס'האלט דאס קיינער נישט בסוד.

יעצט אז אויב חלילה זאל פאלן אויף די המצאה פאר וועלעכע שווארץ יאר פון א רעגירונג אפצוטון א שחיטה אויף יידן אין ישראל אונטער וועלעכע אויסרייד, און פון די אנדערע זייט ווארפן א ביינדל פאר די 'נטרונא' יידן אדער אלגעמיינע יידן אין זייער לאנד, איז א גרויסע סכנה אז די וועלטס פארדאמונג זאל נישט זיין גענוג שטארק אויף אפצושטעלן א שרעקליכע שחיטה ובכן דא איז דאך די רעדע נאר פון ציוניסטן, נישט יידן אין אלגעמיין. איז ווער האט דא אונטערגעבעט די רוצח'ישע לעגימיטאציע אויב נישט די חברה 'נטרונא'? ווועלן זיי דען זיך קענען דאן אפוואשן זייער בלוטיגע הענט מורמעלנדיג "ידינו לא שפכו את הדם הזה"?

אויב איינער קען לייגן יידן אין א סכנה אריין זענען עס נאר זיי. אינזאלירטע אנטעסמיטישע אטאקעס איז אלעמאל געווען און אפילו נאך סאך מער ווי היינט, עס האט גארנישט צוטאן מיט וויפיל ציונות ס'איז דא ביי יידן. די סכנה אבער אז די וועלט זאל נאכאמאל פארשווייגן א האולוקאוסט אויף יידן איז נאר אויב 'נטרונא' מיט איראן זאלן מצליח זייט מיטן פראפאגאנדירן פאר די וועלט אז ישראל דאס איז נישט יידן און מיט זיי פירט זיך אן עקסטערן באנק-ביכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך כאפ נישט דיין שאלה. קודם כל, איז א שחיטה אויף ציונים בארעכטיגט? דו טראכסט אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס ביי אידן בכלליות וועט מען פארדאמען א שחיטה, משא"כ ביי ציונים בפרטיות נישט? שווער צו גלייבן. אדער פארדאמט מען יעדן אדער קיינעם.

אבער צווייטנס והיא העיקר, לשיטתם אז ציוניזם איז גורם שנאת ישראל און אידן איבער די וועלט ליידן דערפון בכל מקומות מושבותיהם, פארוואס זאל מען נישט מוחה זיין דערקעגן? אויב פאסירט רח"ל א שחיטה דארפן זיי זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה? בלויז ווייל זיי פרובירן זיך צו ראטעווען?
וירח ה' את ריח הניחוח
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ער מיינט צו זאגן אז קלקלתם איז מרובה ווי תקנתם. אויב איז די ניי-אנטיסעמיטיזים געבויט אויף פאנידער טיילן ציונות מיט אידן דאן זאל דאס זיין די ערשטע פריארעטי פון יעדער וואס זארגט זיך אויף אנטיסעמיטיזים דאס נישט צו צו-לאזן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך כאפ נישט דיין שאלה. קודם כל, איז א שחיטה אויף ציונים בארעכטיגט?

ס'קוקט אויס ווי דאס האב איך געשריבן? אזוי נישט קלאר שרייב איך?

צי ס'וועט זיין א שטילערע קול מחאה קעגן א שחיטה אויף יידן אין ישראל ווי ס'וואלט ווען זיין קעגן יידן בכלליות? דאס ווענט זיך ווי ווייט די נטרונא אומ'אחריות'דיגע פיליזאפיע וועט אריינדרינגען אינעם אלגעמיינעם געדאנקענסגאנג. יא ליידער, חרוב מאכן קען א קאץ אויכעט זאגט די וועלט.

שווער צו גלייבן. אדער פארדאמט מען יעדן אדער קיינעם

ס'איז דיר אזא וואונדער? שחיטות איומות גייט פאר טאג איין טאג אויס און א רייע מדינות אין מיטל-מזרח (ובתוכם עזה), אפריקע און צענטרל-אמעריקע, און די "וועלט"? מ'גיבט א בלאז מיט א שפיי פאר די פרעסע און צוריק צום סדר היום והלילה. די איינציגסטע באשוץ וואס מיר יידן האבן אז וואו אימער מ'טשעפעט נאר א ייד גייט עס כמעט נישט דורך בשתיקה איז צו פארדאנקען א געלונגענעם קאמפיין פון נאך די מלחמה אן עד היום הזה אז נעווע"ר אגעי"ן, קיינמאל מער זאל די מערב וועלט שטיין גלייכגילטיג צו יידיש בלוט. זיי, די נטרונא ווילן אז די וועלט זאל יא מבחין זיין בין דם לדם און חלילה "פארשטיין" אז ציונים האבן אן אנדערע הלכה היל"ת.

לשיטתם אז ציוניזם איז גורם שנאת ישראל און אידן איבער די וועלט


און לשיטתינו זענען זיי גורם א סכנת מוות פאר אלע יידן אין ישראל, מחוטב עצך עד שואב מימך, פון א נ-נח אין צפת ביז א משגיח אתרא קדישא אין ירושלים. איך רעד נישט אין זיין נאמען און ער זאל נישט פארקויפן זיינע לאקשן אין מיין נאמען. זיי מעגן וועלן פרובירן צו ראטווען (ראטווען וואס?...) נאר ווען זייערע מעטאדן זענען פארזיכערט פון בלוטיגע תוצאות, אויב דאס זענען זייערע מיטלן זאלן זיי זיך בעסער צוריקזעצן צום על הגאולה און שופך זיין קרעכטצן כמים עד ישקיף וירא.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף שחיטה פאר די ציונים, איך מיין אז דעס איז זייער פאפולערסטע מעסעדזש

http://www.truetorahjews.org/videos

איך זוך עס צווישן די שורות איך האב עס דערווייל נישט געפינען, העלף מיר עס זיכען
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

כעלעמער מגיד, תנוח דעתך. שווער צו גלייבן אז נטרונא האט די מינדעסטע השפעות אויף אלגעמיינע פאליטיק אדער אנטיסעמיטיזם.
האדם לא נברא אלא להתענג
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד, תנוח דעתך. שווער צו גלייבן אז נטרונא האט די מינדעסטע השפעות אויף אלגעמיינע פאליטיק אדער אנטיסעמיטיזם.

קוקסט נישט אויס צו זיין א דערשראקענער
וואס האסטו אזוי מורא אויב זייער מעסעדזש ווערט יא דערהערט אין די אויערן פון גויים
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך העט ווען נישט מורא געוועזן, נאר כעלעמער האט מורא אויב די אומות העולם העטן מודיע ווערן אז מיר קאנען נישט האבן קיין שייכות מיט די ציונים ביז משיח וועט קומען בהתגלות כבוד שמים עלינו.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייט פיש האט געשריבן:ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף שחיטה פאר די ציונים

די רעדע איז נישט צי זיי בארעכטיגן רציחה אויף ציונים, משוגע זענען זיי נישט, און בלוטדארשטיג אויך נישט (ס'דא געציילטע משוגעים מיט די "גדול המחטיאו" שיטה, אבער ממש יחידים, נישט קיין שייכות מיט נטרונא ווי ווייט באקאנט). די מדובר איז פון פארשפרייטן א מיינונג אז פיינט האבן ציונים הייסט נישט אנטיסעמעטיזם, דאס איז געפערליך אומ'אחריות'דיג ווייל די תוצאות קען זיין זייער בלוטיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

ווייט פיש האט געשריבן:ביי זייערע רעדעס און עד'ס הערט מען נישט א בארעכטיגונג אויף א נייע סארט אנטיסעמיטיזעם, איך מיין אז דעס איז זייער פאפולערסטע מעסעדזש

http://www.truetorahjews.org/videos

איך זוך עס צווישן די שורות איך האב עס דערווייל נישט געפינען, העלף מיר עס זיכען

איבערגעפרעגט בנוסח אחר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכאמאל, נישט "בארעכטיגן", "אפצוטיילן" אנטיסעמעטיזם פון אנטי ישראל (וואס נעמט אריין א זעקס מיליאן יידישע בירגער דארט). דאס איז זייער אפיציעלע מעלדונג אויף די אלגעמיינע ראדיא נעטווארקס.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:נאכאמאל, נישט "בארעכטיגן", "אפצוטיילן" אנטיסעמעטיזם פון אנטי ישראל (וואס נעמט אריין א זעקס מיליאן יידישע בירגער דארט). דאס איז זייער אפיציעלע מעלדונג אויף די אלגעמיינע ראדיא נעטווארקס.

פאקטיש איז אנטי ציוניזם נישט אנטיסעמיטיזם, סוועט דיר נישט העלפן קיין פשעטלעך,
אנטיסעמיטן קענען זיין אנטי ציוניסטן, און אנטי ציוניסטן קענען זיין אנטיסעמיטן,
אנטי ציוניזם איז דאך נישט איקואל אנטיסעמיטיזם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוויי זאכן. איינס איך בין נאך בכלל נישט אריין אין די נושא צי ס'איז יא אדער נישט די זעלבע, דערווייל איז די מדובר נאר געווען איבער די סכנה פון מפיץ זיין אזא בשורה. איך וויל נישט אז קיין איין מענטש זאל דערמארדערט ווערן נישט קיין חילוק פאר וואס פאר א פיליזופיא אין די וועלט, אויב די וועלטס בושה געפיל פון אנטיסעמעטיזם איז א געלונגענע געצייג אפצוהאלטן שפיכת דמים, איז פארוואס זאלן די ציוניסטישע יידן זיך נישט קענען שוצן דערמיט.

צווייטענס, נישט יעדע אנטי ישראל איז אן אנטיסעמיט דאס איז אמת. אבער על פי רוב גייט דאס שטארק געקנופט און געבונדען, און זיכער ביי די וואס זייער שנאה צו ישראל איז אונטער באדרויענג ארויסצוקומען לידי מעשה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך האבן געזעען ביידע חלקים פון דעם פילם "דער טאגבוך פון אנא פראנק" קען איך נאר איין זאך זאגן. "עיני יורדה מים על שבר בת עמי". און פאר די וואוילע (אבער נאאיווע) אידן פון די אנשי נטרונא האביך איין מעסעדזש. "לאזט אייך אפ פון די דמיונות אז א מסירת מודעה אין סיי וועלכן פארם וועט עפעס אויפטון" ווייל דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל איז נישט נעכטן געבוירן. ס'איז אויכעט נישט געבוירן געווארן צוזאמען מיט הערצל'ס חזיון פון א אידישע מדינה. להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות הבדלות. ס'איז ווי ס'שטייט אין די גמרא. "למה נקרא שמו סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם" (על ישראל). און אזוי ווי התנא האלוקי רבן שמעון בן יוחאי האט געזאגט "הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב. און קיין שום עד אין א צייטונג אדער ראדיא פראגראם וועט נישט טוישן" גארנישט, און נישט אוועקנעמען כחוט השערה פון דעם אורשפרינגליכן שנאת ישראל וואס די גויים האבן צו אידן. און מ'קען עס זעהן אין מציאות. קיין שום אנטיסעמיטישער פאלעסטינער אדער דייטשער אדער פראנצויזישער אדער ענגלישער רוצח פרעיגט נישט ביי אידן צו זיי געהערן צו נטרונא, פאר זיי פיהרן אדורך זייערע מעשי רציחה. ס'איז פונקט אזוי ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה (מפי השמועה) האבן די פרייע אידן און רעפארמער באשולדיגט די ערליכע אידן אז זיי ברענגען אנטיסעמיטיזם. און צום סוף האבן די נאציס, ימ"ש אריינגעלייגט אין זעלבן גאז קאמער דעם ערליכסטן איד, און דעם גרעסטן שגץ און ציוני. א גוי איז נישט מבחין. ער האט פיינט א יעדן איד. אין סיי וואספארא פארמאט ער קומט.
נאך א דבר פלא, וואס איך קען בשום אופן נישט פארשטיין, איז א סאך היימישע אידן קויפן אדער ליעסן דייטשע קארס, אדער פארן מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין, לופטהאנזא... :? :roll: :oops: :cry: :( :cry: :( :cry: :o :( :cry: :( ;) :o
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

וואס האט דייטשלאנד היינט מיט די נאציס?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יפה שאלת! אפילו ס'איז נאר רעטאריש. והנה. א קליינע דוגמא. כאטש די דייטשע רעגירונג האט היינט שטרענגע געזעצן א קעיגן נאציזם אדער סיי וועלכן סימבאל דערפון, איז אבער דער המון-עם אנגעזאפט מיט שנאת ישראל אין סיי וועלכער פארם. טייל קומט צום אויסדרוק ביי די אנטי-איזראעל דעמאנסטראציעס, וואו די פרא-פאלעסטינער דעמאנסטראנטן שעלטן די אידן בכלל און זענען גרייט מיט גרויס רציחה צו פארצוקן א יעדן איד וואס קומט זיי אונטער. נאכדעים איז דא די גרויסע דייטשע כעמיקאלן פאבריקן וועלכע שטעלן צו פאר איראן אלערליי שעדליכע גיפטן אריינצולייגן אין זייערע וואפן, געצילט אויף ארץ ישראל. והשלישית. מיט עטליכע יאר צוריק זענען געוועין טויזנטער דייטשן וועלכע האבן געפייערט זייער ניי-יאר און געשיכור'ט, האבן זיך אויסגעקטנ'ט ביי דעם אידישן מאנומענט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לזכר דעם האלאקאוסט, אין בערלין... :? 8-) :evil: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

כאטש איך האלט אויך מער ווייניגער אזויווי דיר לגבי קויפן דייטשע פראדוקטן, זענען דיינע ערשטע צוויי סיבות פארן נישט קויפן קיין דייטשע סחורה נאריש, און זיי ווייזן דיין אבסעסיע מיט מדינת ישראל,
לויט דיין ערשטע טענה מעג מען נישט קויפן פון פראנקרייך און רוב אייראפעאישע לענדער, פון אלע צענטראל אמעריקאנער און רוב דרום אמעריקאנער לענדער, און פון אלע מוסלעמענער לענדער, און פון אסאך דרום מזרח אזיאטישע לענדער,
דיין צווייטע טענה איז דאך סתם אזוי שטותים,

נישט צו קויפן פון די דייטשן איז א געפיל זאך, די שאלה איז וויאזוי א איד 'קען' קויפן פון א פאלק וואס האט אויסגע'שחט'ן מיליאנען אידן נישט קיין גאנצע זעכציג יאר צוריק, כאטש וואס א אפיציעלע בויקאט גייט דיר גאר נישט העלפן צו נידערן אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד, ס'קען נאר פארשארפערן אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לויט ווי איך זעה האסטו נישט געכאפט (אדער זיך געמאכט נישט וויסנדיג) מיין נקודה איבער דייטשלאנד. דייקא דייטשלאנד, אנדערש פון פראנקרייך און אנדערע מדינות, וואס דארטן איז פארגעקומען דער געבורט און אויפשטייג פון נאציזם, און די טרויעריגע נאכפאלגן פאר די אידן. אלע אידן. גם לרבות דיך און מיך. נישט נאר אונזערע עלטערן און זיידעס און באבעס. ווייל די היינטיגע דייטשן טענה'ן דאך אז זיי זענען נישט אזוי ווי זייערע עלטערן און זיי האבן נישט קיין שנאה אויף אידן. איז וויאזוי פארענטפערט מען די ריזיגע און ווילדע דעמאנסטראציעס, וועלכע זענען מלא רציחה אויף אלע אידן באשר הם. נישט נאר אויף ציונים. איך קען דיר איין לייגן א מיליאן דאללער אז ווען דו גייסט דארט אריבער, וואלטן זיי דיך נישט געפרעגט צו דו גייסט אין די שיטה און דו בארעכטיגסט דעם כאמאס מאסן רציחה אויף אידן, נאר זיי וואלטן דיך אויפ'ן ארט גע'הרג'עט. נאך איידער דו האסט א טשענס זיי צו זאגן אז דו ביסט נישט קיין ציוני. קום מיר נישט מיט קיין כאמאס פראפאגאנדע. איך בין אויכעט נישט נעכטן געבוירן. און איך האב אויכעט געלערנט ספרי רביה"ק זי"ע נאך אפשר מער פון דיר. און דארט שטייט בכלל נישט וואס דו פארקויפט דא. רחמנות אויף די עמלקים. פארגעס אויכעט נישט אז ווען די מערדערישע חמס'ניקעס שיסן זייערע ראקעטן האבן זיי אינזין צו הרג'ענען א יעדן איינציגן איד. אפילו דעם גרעסטן קנאי אין מאה שערים, וועלכער האט גארנישט מיט די ציונים אדער זייער ממשלה. :? 8-) :evil: :twisted: :evil: :twisted: :roll: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אבער אין דייטשלאנד זענען די דעמאנסטראציעס געווען נישט האלב אזוי גרויס אדער היציג ווי אין פראנקרייך,
ווילסט מיר פארקויפן אז די סיבה נישט דו קויפן דייטשע סחורה איז וועגן אנטי מדינת ישראל פראטעסטן?
איך האלט נישט אז דאס איז ריכטיגע סיבה, אבער לויט דיר אז די סיבה איז אנטי מדינת ישראל פראטעסטן איז דא לענדער מיט פיל ערגער פראטעסטן,
פארשפארט