וואס טוט מען דען נישט פאר א וואקאציע..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
וואס טוט מען דען נישט פאר א וואקאציע..
שושן פורים אינדערפרי אינמיטן שחרית, דער סעלפאון הערט נישט אויף צו קלינגען, וויפיל מאל איך בין אים משתיק, צוקלינגט ער זיך א מינוט שפער נאכאמאל, יעדעס מאל מיט מער אייפער און טומל..
אן קיין ברירה הייב איך אויף, נו? די אשת חיל מיט א פרישקייט אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל: איים סארי איך קאל אזויפיל מאל, אבער כ'האב יעצט באקומען א קאל פון זעליג געלדציילער דער בעה"ב פון אונזער קאנטרי, ער זאגט אז ביילא די שייטל מאכער איז גרייט צו צאלן צוויי הונדערט דאללער מער ווי אונז.. נו? פרעג איך אנגעצויגענערהייט, וואס מייינט נו, ער זאגט עס זייער קלאר, אויב אונז ווילן די באנגעלוי דארף ער נישט שפעטער ווי היינט באקומען דעם דעפאזיט, דו ווייסט אז אונז זענען שוין שפעט, ער איז גערעכט, - הממממ.. קלער איך מיר, זי גיט אים שוין גערעכט אויך, בלויז שושן פורים און ס'איז שוין שפעט..
- איך קען אים קאלן אז דו טראגטסט אים היינט צוויי אהאלב טויזנט דאללער דעפאזיט?
- שווייגעניש..
-בערל! פארוואס ענטפערסטו נישט?
-נו, נא,
-וואס נו? זאג נאר "אהא", און איך רוף אים צוריק אז דו טראגסט עס היינט אריבער.. דו ווייסט? איך בין געווען תענית אסתר אויפ'ן טרי-וועי מיט עלקא טראנא און יאכנע, זיי האבן שוין געגעבן א דעפאזיט נאך בעפאר פורים קטן! אונז קענען נישט זיין קיין לוזערס און נעב'ס, אונז גייען זיין מיט זיי גאגנצן זומער.. ס'איז טאקע נישט שיין פון ביילא צו טרייען אויסכאפן אונזער באנגעלוי, אבער איז זעליג נישט גערעכט? בערל, דאונט געט מי ראנג, איך ווייס ס'איז יעצט שווערע צייטן, אבער ..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"..
פרעגט מיך נישט פון וואו כ'האב עס געשאפן, אבער יענעם נאכט האט זעליג געלדציילער געהאלזט מיין טשעק פון צוויי מיט אהאלבן.. ס'איז מיר געווען זייער שווער, גאר ווייטאליך און אומאנגענעם, פארט קלונגט מיר אין אויערן די שרייענדע ווערטער:
אבער,
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"..
דאס איז געווען די אנהייב פון די ערשטע קאפיטל..
א וואך נאך פסח, העלא? בערל, איי פיל סאו בעד טו באדער יו עט וואורק, איך ווייס פסח האט אמת'דיג געקאסט א פארטשון, וואס קען מען טון, נאר געזונטערהייט, ווי נישט זענען די קינדער שיין געסעטלט מיט נייע אוטפיטס סוטס און שיך, נאך אלעם איז עס דאך הוצאות יו"ט און אלעס קומט צוריק, רייט? ס'איז ממש ווי מ'וואלט גארנישט אויסגעגעבן..
-אוקעי..
-יא, סאו, איך פיל שלעכט, באט די פסח הוצאות איז ווי מ'וואלט עס נישט אויסגעגעבן, אונז גלייבן דאך, לעממי נאט קיעפ יו, חאנטשי קויפ-מאן און סילקי שאפער פארן היינט קיין מאנהעטען, איך קלער מיטצוגיין, היינט איז דא א גרויסע סעיל ביי מעיסיס, 35 פערצענט אףף, און מיט מיין מעיסיס קארד אנטאפ פון עס קען מען כאפן בלינדע מציאות, איך דארף עניוועי נייע טאפס און סקוירטס, אויך מיין איך אז מיין סוועטער איז געווארן געבליטשט אין די פסח קלינינג, עפעס איז עס נישט פרעזענטעבל, איך גיי וואטשן צו קויפן עכט נאר וואס מ'מוז.. אויב געלונגט עס מיר זעמיר ממש לאקי מענטשן, כ'מיין מ'קען סעיוון א געוואלד, און איך קען עס נאכדעם אויקראסן פון מיין ליסט..
אויך אז איך גיי שוין ארויס, סענטשורי 21 האט יעצט א ספעשל אויף א גאנצע ליין פון וועש, דארט סעיווט מען אייביג אפילו אן א סעיל, אבער יעצט מיט די סעיל איז א פלעינע שטות עס אדורכצולאזן.. אפילו יעצט איז אונז אביסל אנגעשטרענט, אבער שפעטער צאלט מען דאפלט, דעס זאגט די וועלט "פוילע צאלן דאפלט", זיי ווארטן אייביג אויף לעצטע מינוט און זיי דארפן קויפן לאקעל און זיי צאלן איבער די קאפ.. שוין אז איך גיי שוין ארויס, קוקי'ס איז נישט ווייט פון דארט, זיי פלאנען אויך אהינצוגיין, די קליינע דארפן זאקן, בעידנג סוטס, די פאריעריגע איז שוין קיינע הארע אויסגעוואקסן, קראקס פאר די קליינע קיוטיס, און נאך שמאנצקעס וואס קאסט דא אויף טוירטין א סמאל פארטשון, דארטן באקומט מען עס מאמיש פאר א פרעקשאן די פרייז! בערל, דו ביסט דא?
-עה, יא, איך הער....
-איך מיין פאר מעיסיס דארף איך עכט גארנישט, כ'האב די קארד, די אנדערע סטארס, ווייסט'עך, אוי, כ'האב פארגעסן, איך "מוז" מאכן א סטאפ ביי "אמעריקן גוירל", אונז זענען נאך שולדיג פאר זעלדי פון די אפיקומן, א קינד דארף זען אז די עלטערן האלטן ווארט... און אויך דארף איך זען נאך א פאר שיך פאר זושא'לען, יא, די פסח'דיגע שיך זעמיר אריינגעפאלן, אדער איז ער שנעל געוואקסן, ווייסט'עך ער הערט נישט אויף צו עסן, ס'קוועטשט איין זיינע קליינע פיסעלעך, א פשוטער רחמנות..
-נו, באטעם ליין, פון וויפיל רעדט מען דא?
- המממ.. שוין, נישט קיין סאך, מעיסיס איז דאך די קארד, סענטשורי און די אנדערע קען איך נוצן די וויזע קארד, עמיר נאך פארדינען פוינטס אויך.. איך מיין פון דיר, עהההה, א טויזענטער העט עס מאכן..
- ...נאך א מזל איך זיץ, אזוי קען איך נישט חלש'ן..
- בערל, כ'האב עפעס געזאגט ראנג? וויי דא יו טריי טו מעיק מי פיעל גילטי?
-אוקעי, היינט נוץ די קארטל, מארגן האף איך צו האבן עפעס געלט, איך דארף נאך שאפן דעם געלט בוים, און עס שניידן אויך..
-העהע, האהא.. אלרייט, יור סאו נייס ענד אנדערסטענדינג..
האב איך אויסגעציילט דאס געלט ווי א טאטעלע, און זי האט עס שיין גענומען ווי א מאמעלע.. ס'האט געריסן און געקוועטשט, אבער..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"
פעסט פארווערד א חודש,
אגוטן בערל, וואס זאגסטו צו די סאפער? היינט האב איך מיך געלאזט וואוילגיין, ממש א יו"ט מעניו, ניין? איך ווייס דו ארבעטסט אזוי שווער, דו דעזערווסט עס!
איך האלט נאך ביים צווייטן שלונג, און ס'הייבט זיך אן, היינט האט מען גערופן פון די דעי קעמפ, אויב וויל מען רעזערוון א פלאץ, מוזן זיי האבן האלב אויסגעצאלט די וואך,
-איך פאנג עס שוין טאקע אן צו "דעזערווען", אבער די אפעטיט הייבט מיר אן אפטרעטן..
- זי זעט מיין שינוי צורה און ווערט ווייכער.. אלרייט, די גרעסערע האלב בארג זעמיר שוין דורך, נאר ממש נאך די פאר קלייניקייטן, דעי קעמפ, מארגן פלאן איך צו גיין איינמאל פאר אלעמאל טון די הארדוועיר ארדער, איך שאפ גוט ארום, איך גיי צו אלבערט פאר די ביליגע זאכן, טיפ טאפ האט אויך אדווערטייזט די גוטע בענקלעך פאר א ספעשל פרייז, ביי די באזז העל איך קויפן די פאר נארישע אפלייענסעס, ביי זיי מיין איך איז אלעס אויף סעיל, אויך די דריי גודס מיין איך קען מען נישט לאזן אויף די לעצטע מינוט, די שווים זאכן, אלל אין וואן הייסט זייער ביליג, חוץ פאר ספעשעלטי אייטעם'ס על איך אויך גוט שאפן, און נאך אביסל אדדס און ענדס, איך וויל עכט נישט בעטן פון דיר, אבער פארשטייסט אליין אז ווייסט, איך קלער אפשר אכט ניין הונדערט דאללער, קען זיין כ'וועל נאך ברענגען טעינדזש.. עכט איז עס גארנישט אין קאמפעריסאן צו וואס אנדערע צאלן פאר האטעל אליינס! ווייסט וואס מענטשן צאלן אין ראלי אדער שאלעי נאר פאר האלבע זומער, פארגעט אבאוט די סאממער האומס.. אונז זענען נאך אלס מאטש בעטטער אףף...
- דאס עסן שטיקט מיר אין האלז, איך דארף הילף עס אראפ צו שטופן, שוין איינמאל א יו"ט סעודה, ס'איז הויך יום טוב.. ס'ווערט מיר ענג, ווען גייט זיך די "מעדנעס" ענדיגן? איך קלער אבער צו מיר, ס'איז טאקע זייער שווער אן אנגעשטרענגט, אבער ס'קלינגט מיר נאך אין אויער די זיסע טייערע פראזע..
"וואס טוט מען דען נישט פאר וואקאציע?"
תם ולא נשלם

Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
קפנדריא, אזאנס האמיר שוין לאנג נישט געהאט דא. איך זעה אז אזעלכע ריזן ווי שמעקי, רויטע, שרפ'ל און נאך האבן דיך געלייקט און קיינער רופט זיך נישט אן, פשוט ווייל ס'איז נישטא וואס צוצולייגן.
איך קען דיר נאר זאגן אז מ'זעמיר אלע אין די זעלבע פעקל, עמו אנכי בצרה, איינער מער און איינער ווייניגער. איך פראביר שוין לאנג צו פארשטיין וואס די פרויען טראכטן, פון ווי זאל די מאן נעמען דאס געלט? ווען די מאן לעבט א לאוויש סטייל, מיט א שיינע קאר און די נייעסטע סעל פאון, פארשטיי איך זייער טענה. אבער ס'זענען דא יונגעלייט וואס ארבעטן ווי פערדן און קענען קוים דעקן גראסערי, שכר לימוד מיט רענט, און די ווייבער זייערע הערן נישט אויף צו פארלאנגן געלט צו קויפן זאכן נאר ווייל די שכנ'טע האט עס. איך ווייס פן א יונגערמאן וואס זיין ווייב האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב ביז ער שטופט אריין געלט אונטער די טיר.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
אונז - מיט אונזער סקול סיסטעם זענען זיך אליין שולדיג.
ווען דאס ווייבל גראדואירט פון בית חינוך, דארף זיי זיין אנגעטאן מיט די לעצטע סטייל - אונזער חינוך סיסטעם איז קארופטירט, פארפוילט ביזן ביין!
מיר דעזערוון נישט בעסער, ווייל נאך אלעם ספוילן מיר די קינדער יעדן טאג מיט אלע שוואוילטאגן ביז זיי זענען ערוואקסן - די סקול סיסטעם איז ביזי מיט שטותים ווי סיעמס וכו' און מ'לאזט דורך דעם שלאנג פון מותרות און לוקסוס און "סטייליש" - מיר דעזערוון נישט בעסער.

Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
סקול סיסטעם האט זיך טאקע אירע חסרונות, אבער אין דעם זענען עלטערן ענדערש שילדיג ווי די סקול. עלטערן קענען אריינגעגעבן סעלף קאנפידענטס אין די קינדער זיי זאלן קענען אליינס אפמאכן פאר זיך וואס יא אדער נישט צו קויפן. ווען א קינד זעהט אז די מאמע ווערט איבערגענומען פון וואס יעדע יענטע מאכט אפ אז אזוי "מיז" זיין, וועט זי נישט זיין אנדערש ווען זי וואקסט אויף.
ס'איז זייער גרינג צו קריטעקירן די סקול סיסטעם אין שרייען ווי א בת היענה. ס'טאקע דא אסאך וואס דארף פארבעסערט ווערן, אבער דאס נעמט נישט אוועק די אחריות פון א טאטע/מאמע וואס דארפן זיין א וועג ווייזער פאר די קינדער.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

דער סקול סיסטעם צו זיי זענען דיירעקט שולדיק צו נישט ווייס איך נישט אבער אומ-דיירעקט זיכער יא.
אין די בראשית יארן ווען אלע ישיבה/נמתיבתא קעמפס זענען ארויס געפארען צו די קעטסקילס איז עס בכלל נישט געוועהן וועגן אין שטאט ברענט דער יצר הרע מיט אויסגעלאסענקייט, דער סיבה איז געוועהן פשוט אין גראד ווייל דער לופט איז מער געשמאקער.
ס'געוועהן קאנטריס, באנגעלוי קאלעניס אבער נישט יעדער איז דארט געוועהן גאנץ זוממער. דער עולם האבן אנגעקוקט ווי די בני ביתם ומשפחתם פון די ראש ישיבה'ס, מנהלים, כלי קודש, וכו' וכו' וויילען א גאנצע זוממער אין האבן הנאה דורך אונזערע שווער געהארעוועטע געלט.
פעסט פאוערד
וענין מענין לאותו ענין איז קפנדריא גערעכט אז היינט ביי די עזרת נשים איז די זאך כמעט א 'מוז', פארוואס איהר חבר'טע וואס איז אין קאנטרי ווייל איהר מאן איז א כתה ה' מלמד, און איך דארף שוויצען אין שטאט.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב געלייקט דעם ארטיקל ווייל עס איז זאפטיג אראפגעלייגט, און ס'רוב פון אונז שפירן זיך אין די זעלבע שיך... עס איז נישט גרינג, אבער לדעתי איז עס אביסל איבערגעטריבן, מען באשולדיגט כסדר די ווייבער ווי כאילו זיי זענען דא די גאנצע פראבלעם.
איך וואלט אריינגעשיקט דעם גאנצן אשכול דא אהער ביי נסיון העוני, עס איז איינס און דאס זעלביגע. איך לייען איבער נאכאמאל און נאכאמאל דעם שיינעם באריכט פון קפנדריא, און לאמיר לאזן די "וואקאציע" אין דער זייט א מינוט (וואס דאס קוקט דאך אויס צו זיין דער עיקר ארטיקל, לויטן קעפל), סך הכל פארלאנגט די פרוי צרכי הבית, זי וויל קויפן סוטס, אוטפיטס און שיך, זי טענה'ט אז מען נויטיגט זיך ממילא אין סקירטס און טאפס, סוועטער, בעידינג סוטס און קראקס, מען דארף אויך קויפן די אפיקומן, אדרבה, זי וויל גאר שפארן הוצאות פארן מאן און אויסנוצן די געלעגנהייט ווען מעיסי'ס מאכט א סעיל... אמת זי האט ליב צו גיין שאפינג מיט אירע פרענדס, דאס איז איר קאווע-שטיבל וואו זי גייט סאושעלייזן, אבער תכלית דארף זי איינקויפן די טאג-טעגליכע וויכטיגע סופלייען פון א אידישע שטוב.
כ'מיין, פונקט ווי מען קוקט נישט אן דעם לענדלארד פאר א חיה (הא??..) און די עלעקטריק קאמפאני און די סעלפאון אויך נישט פארן פארלאנגען באצאלט, אפילו נישט די מוסדות החינוך, פארוואס אנקוקן די פרוי ווי א גזלנ'טע בלויז ווייל זי איז פאראנטווארטליך אויף די צרכי הבית? די טאטעס זעהען נישט ווען די קינדער'ס שיכלעך צורייסן זיך און ווען עס הייבט אן קוועטשן זייערע פיסלעך, זיי זעהען אויך נישט די צעריסענע ציצית און הויזענס, זיי מערקן ניטאמאל צובראכענע שאפעס און צעקראכטע בענקלעך, אבער די פרוי איז פאראנטווארטליך פאר די שטוב עס זאל אויסקוקן מענטשליך, עס זאל זיין צו עסן, צו אנטון, צו וואשן וועש, א נארמאלע טיש און בענקלעך, און זי האט נישט קיין עצה נאר בעטן געלט פון איר מאן וועלכער האט זיך פארפליכטעט ביי די כתובה צו שאפן אלע הוצאות... (בדרך צחות, איך האב געטראכט אז דעריבער זאגט מען די כתובה אין אראמיש אויף א שפראך וואס קיינער פארשטייט נישט, ווייל אלמלי דער חתן זאל דאס הערן אויף אידיש און קלאר פארשטיין מיט וואס מען זאלצט אים איין דא, וואלט ער אנטלאפן אינמיטן די חופה......... איז ער משוגע צו וואס? ער נעמט זיך אונטער צו שפייזן א פרוי מיט א שטוב מיט קינדער אן די מינדעסטע השגה פון וואו ער גייט נעמען א דאלער?...)
קוקט מיך נישט אן נאאיוו, איך ווייס דען נישט אז די פרויען נעמען עדווענטעדזש און לאזן זיך וואוילגיין, און קויפן זיך דאס שענסטע און טייערסטע? אודאי ווייס איך, איך וואוין נישט אין אפריקע, אבער דארט בלייבט שוין איבער צו דיסקוסירן וויפיל מען קען ספענדן און וויפיל מען דארף שפארן; אבער בעצם די טענה אז זי בעהט כסדר געלט, דאס איז א פאקט, הגם א ביטערן פיל אראפצושלינגען, אבער דאס איז דער קאסט פון א שטוב מיט קינדער, און יעדער פון אונז מוטשעט זיך דערויף. בפרט נאך אז מיר מענער זענען טיילמאל נישט בעסער, ווען מיר קויפן זיך א סוט, שיך, הוט, גלעזער, אדער א קאר, און סענדוויטשעס/סאפער אין די רעסטוראנטן קארגט מען אויך נישט, מען נעמט דאס שענסטע און בעסטע, איז פארוואס עפעס זאלן די פרויען זיין די וואוילע שעפעלעך און זיך באגענוגענען מיט דאס מינימום און ביליגסטע? נאר זיי דארפן ארבעטן אויף הסתפקות במועט? איך ווייס עס טוט וויי, אבער דאס איז אונזער מציאות!
יעצט וועגן וואקאציע איז א אנדער נושא, איך ווייס נישט אויב מען קען בלעימען די פרויען אינגאנצן דערוועגן, און עס איז אויך יתכן אז אויב דער מאן האלט ממש נישט דערביי, און ער שטעלט אראפ א פוס און זאגט עד כאן, איך האב נישט געלט פאר קיין קאנטרי, וועט אפשר די פרוי זיין באבלאזן פאר א וויילע, אבער סוכ"ס וועט זי שלום מאכן מיטן מצב און זעהן אז עס איז נישט אזוי שלעכט צו בלייבן אין די ליידיגע שטאט, אפשר קען מען פארן בלויז פאר א וואך-צוויי און מיט די געשפארטע געלט איינקויפן לכבוד יו"ט און א ספעציעלע שיינע קלייד פאר איר, און זי וועט נאך זיין צופרידן...
איך האב נאך אביסל צו שרייבן אויף דער נושא, אבער דאס אי"ה אין א נייער אשכול בקרוב ממש בעז"ה.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קיינער אגריעט נישט? אדער דיסאגריעט? מיין תגובה ליגט שוין דא אפאר שעה כאבן שאין לה הופכין. אנלעס דער עולם איז יעצט פארווייטאגט מיט די פטירה פון ר' בערל פר"מ ז"ל דאן האב איך גארנישט געזאגט.
וירח ה' את ריח הניחוח
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שמעקי טייערער ,וויפיל דיסעגריט מען מיט דיר בכלל? באט מיין נישט אז מען מיינט אז דו האסט א מאשין וואס פראדאצירט אליינס תוכן'דיגע זיסע תגובות ,ווי אפרישיעט איט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
ס'איז נישט דא וואס צוצולייגן (חוץ א לייק, סארי פאר די לעיט לייקינג) ווייל יעדע קעיס איז זייער אנדערש. אמאל איז די ווייב גערעכט און אמאל זי א ספענדינג ביט*. ב"ה איך האב נישט די פראבלעם מיין ווייב איז קארג אויף אלע אידן געזאגט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער סקול סיסטעם צו זיי זענען דיירעקט שולדיק צו נישט ווייס איך נישט אבער אומ-דיירעקט זיכער יא.
אין די בראשית יארן ווען אלע ישיבה/נמתיבתא קעמפס זענען ארויס געפארען צו די קעטסקילס איז עס בכלל נישט געוועהן וועגן אין שטאט ברענט דער יצר הרע מיט אויסגעלאסענקייט, דער סיבה איז געוועהן פשוט אין גראד ווייל דער לופט איז מער געשמאקער.
ס'געוועהן קאנטריס, באנגעלוי קאלעניס אבער נישט יעדער איז דארט געוועהן גאנץ זוממער. דער עולם האבן אנגעקוקט ווי די בני ביתם ומשפחתם פון די ראש ישיבה'ס, מנהלים, כלי קודש, וכו' וכו' וויילען א גאנצע זוממער אין האבן הנאה דורך אונזערע שווער געהארעוועטע געלט.
פעסט פאוערד
וענין מענין לאותו ענין איז קפנדריא גערעכט אז היינט ביי די עזרת נשים איז די זאך כמעט א 'מוז', פארוואס איהר חבר'טע וואס איז אין קאנטרי ווייל איהר מאן איז א כתה ה' מלמד, און איך דארף שוויצען אין שטאט.
ר' דולה ומשקה: ייש"כ. מיט די קריטיק און די עניינים הצריכין תיקון ביניך 100% מסכים מיט דיר און די אנדערע אידן וועלכע רעדן זיך אראפ פון הארצן. אבער מיט די נקודה אז די מלמדים זענען אין קאנטרי א גאנצן זומער איז נישט קיין טענה. ווייל זיי טוען דאך עפעס אויף. זיי לערנען מיט קינדער. אויך, פארדינען זיי געלט. איז נישט שייך די טענה אז מ'לעיבט אויף יענעמ'ס חשבון...

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
קלארשטעלונג
דיסקלעימער: איך האב נישט געמיינט מיט'ן באשרייבונג צו באשולדיגן די ווייבער, זיכער נישט מיין חשוב'ע אשת חיל, נאר וואס דען, כ'האב עס געוואלט שרייבן גראד וויאזוי עס איז..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
שוין עטוואס מער ווי א וואך צו די קאנטרי, אייגענטליך דער לעצטער זונטאג וואס איז מענטשן מעגליך צו גיין נארמאל "שאפינג", ווארום אין די לעצטע טעג זענען שוין די פאליצעס אין די געשעפטן האלב אפגערוימט, און די "מעכטיגע ספעשלס" שוין צוכאפט, די הערצער קלאפן שוין פאר פרייד, די צייט פון פארן אין קאנטרי דערנענטערט זיך, אט אט און מ'פאקט זיך אריין אין אויטא, מ'קען קוים ווארטן זיך צו זען אויף די שיינע בערג איבערגעצויגן מיט גרינע טעפיכער פון גראז און ביימער, און מ'לאזט איבער דעם דומפיגן רעש'יגן שטאט וואס בלאזט מיט פאלוציע און פארפעסטעטע לופט, אוועק פון די גערודער פון נערוועזע קארס און גריצלנדע טראקס, פייפעדיגע שומרים קארס און קוויטשנדע פייער לעשער, אוועק פון די פינסטערע פארברעכער גנבים און רויבער, ארויס צו אזא חלום'דיגער שטילער ריינער מנוחה השקט ובטח, וואו ס'הערשט נישט קיין שום דאגה אין דער וועלט..
יא, יא, דאס איז אלעס די שמחה פון די קינדערלעך.. אפשר אויך פון די חשוב'ע אשת חיל, איך בין "גאר פרייליך" צוליב אן אנדערע סיבה, ווייל היינט איז דער טאג וואס איז שוין רעזערווירט עטליכע וואכן, דער ערווארטעטער טאג וואס איך וועל ארומפירן די מלכה שאפינג לענגאויס און ברייט אויס די שטאט, פון אלע "עקסייטינג" שאפינג ביז אהער האט מען מיך ארויסגעלאזט, (מיך יא, מיין טייסטער נישט..), איך זיץ נישט אין קאר ווי דער פוילער קאר סערוויס דרייווער ווארטנדיג אויף די פאסאדזשירן, איך גיי אריין אין שטוב צולייגן אפאר פלייצעס, און אלעס גייט ממש אויפ'ן סקעדזשול, פונקט א שעה נאך די אפגעשמועסטע זמן געפינט זיך שוין דאס געזינדל אין קאר, נישט פאר די חשובע בני בית האט מיר מיטגעגעבן א היבשער זעקל מיט צידה לדרך, מיט א גרויסן שאל קאווע צודערזייט, ווי אויך בין איך געווארן אנגעזאגט מיטצונעמען א שפאר ביסל ספרים, אזוי אז אויב די קויפעריי פארציט זיך (מיט אפאר שעה) לענגער ווי געפלאנט, זאל עס נישט זיין חלילה קיין ביטול תורה, ווייל אינ'אמת'ן איז דאך זונטאג א טאג וואס מ'זיצט אין ביהמ"ד אגאנצן טאג...
די ליסטע איז גרויס, וואו הייבט מען אן? וועל'מיר אנהייבן ביי די דרייצנטע גאס, בעפאר ס'ווערט איבערגעפולט און ס'נישטא קיין פארקינג צו געפינען, און געגאנגען, היידא! מיט א פעסטן לשם יחוד לאז איך זיך ארויס אויף די יארכע, אט דא איז דער ערשטער סטאפ, איך לאז ארויס דאס געזינדל ביים ערשטן געשעפט, דערנאך וועל איך רואיג קענען טרעפן - איך מיין זוכן - א פארקינג, פון מיין ערפארונג, אנשטאט זיך ארומדרייען די גאס זיבן הקפות ווי אונטער די חופה, בלויז צו טרעפן יעדעס מאל אז אינצווישן האבן זיך עטליכע קארס געביטן אין די פארקירונג ערטער, וועל איך ליבערשט שטיין אויף א פלאץ, מיט די בלינקער אנגעצינדן, צו פארשטיין געבן פאר יעטוועדן אנקומענדער אויטא, אז איך בין אין די רייע פאר די נעקסטע פארקינג, קוים האב איך צייט צו אנהייבן אריינקוקן אין דעם ערשטן ספר וואס איך האב איינגעפאקט, ווען דער זילבערנער טאיאטע הארט נעבן מיר עפענט זיין טראנק שוין פון דערווייטנס, איך מאך זיכער אז מיין בלינקער שפרינגט נאך רעגלמעסיג, אז קיינער זאל נישט חלומ'ן פון נעמען מיין ערליך פארדינטן פארקינג פלאץ, דער טאיאטע רוקט זיך מאיעסטעטיש ארויס, און איך בעק אביסל ארויף אים צו געבן ברייט פלאץ ארויסצופארן, אזוי אז איך זאל גלייך קענען אזוי שיין זיך אריינשלענגלען אויף זיין ארט, ווען צו מיין גרויס שאק קומט א שווארצער מערצעדעס ווילד צו בעקן, איך פאר געלאסן און איידל - ווי ס'פאסט זיך פאר קפנדריא, און דער דייטשער קאר שניידט פעסט אריין מיט זיין טונקעלע אחוריים אויף אריין, און אין אן אויגנבליק און ער איז שוין אינעווייניג, און ער איז שוין געפארקט..
צום ערשט האב איך געוואלט שטעלן א העפטיגן ווידערשטאנד, פארקינג כאפונג איז סתם אזוי אן עוולה, אבער נישט סתם א קאר, "א מערצעדעס?" ווען איך זעה א מערצעדעס קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ, מאיזה סיבה דערמאנט עס מיך פון די דייטשער פירער, און די נארישע קאמפאני מאכט שטענדיג די לייטס פון די מערצעדעס אויטאס אזוי מאדנע און קרום אז דאס דערמאנט מיך פון היטלער'ס וואנצעס, (אפשר בין אין אבסעסד?),איך האלט מיינע אויגן געשפאנט, ווער גייט ארויסקומען פון דעם מערצעדעס? מסתמא א סירישער ביזנעסמאן פון עוועניו עס.. איך האלט מיינע געמאכטע שארפע אויגן צום פאדערשטן טיר פון דעם חוצפ'עניאק, קריכט ארויס א ראצער אינגערמאן, מיט א היבש אפגעקראצטן בארד, א דיקע מעראן הויזנטראגער איבער זיין קיילעכיג בייכל, מיט צוויי מעכטיגע אייפאונס אויף ביידע לענדן, איך עפן גיך מיין פענסטער און איך שריי ארויס: "אינגערמאן! מענטשליכקייט? דו האסט גע'גנב'עט מיין פארקינג ספאט!",
ער שענקט מיר א קורצן צינישן בליק, און אן א ווארט ווערט ער פארשוואונדן צווישן די מאסע איינקויפער...
די מעשה האט מיך אריינגעברענגט אין א פריצייטיגע אויפרעגעניש, אזוי אז איך האב באשלאסן זיך שטעלן ביים פאמפ!.. ביז א ברוינער איז מיך געקומען אוועקיאגן פאכנדיג מיט זיין טיקעט מאשינקעלע..
נערוועזערהייט שיק איך דעם ערשטן טעקסט צום פלונית, "איי'ם רעדי טאו גאו, ווען יו אר", זייער איידל און איינגעהאלטן, נישט אזוי?
נישט אויפהאלטן מיט מינדערוויכטיגע איינצלהייטן ווי די לאנטש סטאפ, אדער ווי איך האב געמוזט אריינגיין אין איין געשעפט "אויפווייזן" פאר'ן באלעבאס אז ער האט איבערגערעכנט מיט צוויי און פערציג דאלער, נאך ווען מיין ווייב'ס לאגישע ווערטער האבן געגרייכט טויבע אויערן.. נאכ'ן אפזאגן דאס גיין צו "אייקיע" מיט איר שיינעם וואסער דערנעבן, און יא גיין צו "האום דיפאו", בין איך נאך פיר אהאלב שעה, און "בלויז" 600 דאלער געווען באפרייט! די אנדערע האלב בין איך אפגעקומען מיט שרעק..
נאך א "מיילסטאון" דורך, אט אט און דער געשמאקער וואקאציע אויף וואס מ'גרייט זיך שוין אזוי לאנג - קומט שוין נאנט..

קעמפ אפיס טראומא..
אל פי בקשת חברים אין אישי האב איך אוועקגענומען די תגובה און געמאכט א נייעם אשכול..
ואתכם הסליחה
פאר די וואס האבן שוין געלייקט דא איינמאל, אנא! ביטע "לייקט מיך איבער" נאכאמאל דארטן, יישר כח.
viewtopic.php?f=4&t=6919

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קפנדריא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט