מהאלט שוין נאך תשעה באב, זיך שוין אויפגעשטעלט פון די ערד, אבער דער הארץ טרויערט נאך, וויל זיך נישט טרייסטען, נאכאלס און גלות, די אנטעסמיטיזום בוזשעוועט און די גאנצע וועלט, יונגע קינדערלעך און טאטעס און מאמעס פילן ליידער אן די שפיטעלער בעטן, די תפיסות זענען פול מיט אחינו בני ישראל, עס איז ממש אין לך יום שאין קללתו מרובה, יעדער מאכט זיך מיט, פרנסה, צער גידול בנים, שלום בית,.
די מח פליט אוועק, עס פליט קיין ירושלים, עפעס הערשט א ברידעלכע ליבשאפט דארט וואס מקען נישט באשרייבן, די ביהמ"ק שטייט מיט איר פולע פראכט וואס מקען זיך נישט פארשטעלן, איך זעה די אולם, די היכל, די כלי השרת, די מנורה ברענט, די נר מערבי ברענט עפ"י נס, די שלחן מיט די לחם הפנים וואס נאך א וואך איז געבליבן פריש אז עס קומט נאך א רויעך דערפון, די קדשי קדשים מיט ארון וואס איז געשטאנען בנס און נישט גענוצט קיין פלאץ, די כרובים אויסגעדרייט איינס צום צווייטען מיט א ליבשאפט אני לדודי ודודי לי, אונעווענדיג ליגט די שתי לוחות הברית וואס אויף דעם שטייט די עשרת הדיברות די ווערטער קען מען ליינען פון ביידע זייטען די "ם" די "ס" שטייען און די לופטען חרות על הלוחות, די כהן גדול טוט די עבודה, פייער קומט אראפ פון הימעל בצורת ארי', נסים גליים זעהט מען יעדע מינוט, רעגן און ווינטען רירען נישט די אש המערכה די רויעך גייט ארויף גראד ביז עס צושפרייט זיך כתמר יפרח, עס זיצען די מלכי בית דוד אויף קעניגליכע שטוהלן ועטרותיהם בראשיהם, דוד מלכא משיחא זיצט בראש, פון איין זייט זיצט דער חכם מכל אדם שלמה המלך, פון די אנדערע זייט זיצט משיח צדקינו,
אברהם אבינו יצחק אבינו יעקב אבינו פרייען זיך מיט זייערע קינדערלעך די אמהות וויינען פאר שמחה, רחל אמינו פרייד זיך שוין צו זעהן די ושבו בנים לגבולם, אלע צדיקים פון אלע דורות די יב שבטי קה די תנאים ואמוראים גאונים ראשונים אחרונים חסידישע רביס ליטווישע ראשי ישיבות זענען נהנה מזיו השכינה.
אליהו הנביא פארענפערט אלע תיקות מער נישטא קיין קושיות נישטא מער קיין מחלוקת אביי ורבא, רב ושמואל, ר' יוחנן וריש לקיש, בית שמאי בית הלל, אלו ואלו דברי אלוקים חיים אלעס שטומט שוין
מגייט שוין צו די גרויסע סעודת לויתן אויבן אן זיצט די שכינה כביכול ווי א חתן, ארומגענומען מיט די שושבינון משה רבינו מיט די אבות, עס זיצט גאנץ כלל ישראל צוזאמען אן א אפשייד חסידים מיט ליטאים ספרדים און אשכנזים, באהבה ובאחוה ושלום ורעות; אלעס איז איין חסידות, אלע צדיקים פון אלע דורות, דער בעש"ט מיטן גר"א, ר' יונתן אייבעשיץ מיטן יעב"ץ, אלע נביאים מיט אלע מלכים זיצען בענאזאם און זינגען שירות ותשבחות, עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין מיט אונזער גשמיות'דיג גוף די שמחה און די אמת'ע ליבשאפט פון איין יוד צום צווייטען.
מלאכים ושרפים סערווירן פלייש פונעם שור הבור מיט יין המשומר דער צדיקים טאנצען און ווייזן מיט די פינגער הנה אלוקינו זה.
מטרעפט די זיידעס די יודען וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם ביי די צווייטע וועלט מלחמה יודן וואס זענען געשחטן געווארן ביי די ערשטע וועלט מלחמה, ביי די פראגראמען, דורך די פארשאלטענע אונקעוויזיע, ביי די קאזאקען בשנת תח ותט, ביי די 2 חרבנות, פון ביהמ"ק די דור המדבר .
נישטא מער קיין צער, קיינער איז מער נישט קראנק, נישטא מער קיין צער גידול בנים, שלום בית פראבלעמען, מדארף מער נישט קיין געלט און כבוד, כי אם לשמוע את דבר השם די לופט איז רוחניות די גאנצע גשמיות אוועקגעוורפן נישטא מער קיין מחלוקת מער נישטא קנאה און שנאה גאווה תאוות און כבוד די לופט איז ריין.
אוי מוועקט זיך אויף נאכאלץ און גלות ווילאנג נאך? מפילט מהאלט עס מער נישט אויס, מאיז מער נישט אומשטאנד צו ווארטען אפילו נאך א מינוט כי חולת אהבה אנו.
מנעמט ארויס א ישעיה, מזעט ווי ישעיה הנביא טרייסט, נחמו נחמו, א נחמה בכפלים, ווייל ביזן נחמה דארף מען אויך האבן א נחמה, און מדארף א נחמה פרטיות און א נחמה כלליות, ועוד יש לרבות אזוי ווי יוסף האט געזאגט פאר פרעה ועל השנות החלום אל פרעה פעמים כי נכון הדבר מאם האלוקים וממהר האלוקים לעשותו, סאל שוין זיין נכון מאם אלוקים וימהר אלוקים לנחמינו.
זאל דער אויבערשטער העלפען אז נאך היינט זאל אונז אליהו הנביא ברענגען די בשורה טובה אז משיח צדקינו דער עני רוכב על החמור קומט שוין און צוזאמען זאלן מיר זיך פרייען כאיש אחד ובלב אחד און ירושלים עיר הקודש בהתגלות כבוד שמים עלינו. אמן ואמן.
א פרייליכען שבת נחמו
נחמו נחמו יאמר אלוקיכם
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
און דערצו וועלן אלע שווערע קושיות וואס דרוקן אזויפיל אידן פארענטפערט ווערן, הוי ווי לעכטיג וועט זיין ווען מ'וועט פארשטיין דרכי אלוקינו, פלוצים וועט מען פארשטיין פארוואס די שרעקליכע האלאקאוסט איז געקומען אויף כלל ישראל, די מרי לב וועלן פארשטיין און איינזען אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, משפחת וואלעס וועט פארשטיין פארוואס 'פונקט' זייער קרוין איז געווארן דערהרגעט דורכן הארצלאזן אראבער וכו' וכו'
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
זייער שיין אויליגער ווען וועל מיר זוכה זיין דערצו ? מתי תמלןך בציון ?
געהערט פון א זיסע אלטע אידל זאגט ער רבונו של עולם אז דער יש"מ האט נישט געקענט ברענגען משיח'ן וועל מיר אונז אים קענען ברענגען ? אלא מאי ווארטסטו דאך נישט אויף אונז איז עס נאר געוואנדן אין דיר טאטע אויב אזוי טו וואס דו דארפסט ווי שנעלער און נעם אונז ארויס פון דא

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' אויליגער שליט"א. ייש"כ. זייער א זיסער חלום. און הגם מ'פרעיגט נישט קיין קשיות אויף א חלום, (מכח ק"ו). האביך עטליכע קליינע באמערקונגען צו מאכן. ערשטנס. דו רעדסט פון פראבלעימען פון אנטיסעמיטיזם און אלוועלטליכן שנאת ישראל. אינז ווייסן דאך אז דער גורם פון אלע צרות און פון שנאת ישראל איז די פארשאלטענע מדינה מיט די ציונים, ימ"ש. מ'דארף אפווישן די מדינה און אלע ציונים זאללן גיין אין די אדמה. ובא לצין? גואל. פאר די הקמת המדינה האבן דאך די גוים אזוי שטארק ליעב געהאט די אידן אין אלע דורות. זיי האבן זיי פשוט געוואלט צוקישן. כידוע. למשל אין שפאניע האבן די גויים אזוי שטארק ליעב געהאט די אידן מיט אזא התלהבות אז זיי זענען געגאנגען אין פייער אריין פאר די אידן. און אין שנת ת"ח ות"ט איז אויפגעשטאנען דער גרויסער בארימטער אוהב ישראל באגדאן כמיעלניצקי, און ער האט נאר געזוכט א יוד ווי ער זאל עים קענען א טובה טון. ביז די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש זענען געקומען צו די ארנטליכע דייטשע גויים די נאציס און זיי האבן געמאכט יד אחת מיט זיי און האבן זיי צוגערעדט אז זיי זאללן אויסהארגענען די אידן. צו וואס די וואוילע נאציס האבן נישט געהאט קיין חשק. נאר קאסטנער איז געפארן בשתיקה צו זיי און צוגעזאגט גרויס געלט, האבן זיי בשפה רפה קוים מסכים געוועין. ממש כאילו כפאם שד. די פארשאלטענע ציונים, וגירוריהם שר"י זענען געפארן צו די וואנזעע קאנפערענץ משתדל צו זיין ביי די וואוילע דייטשע גויים פון די נאצי פארטיי אז זיי זאללן אויפשטעלן די גאז קאמערן אין אוישוויץ, כדי מקיים צו זיין דעים פסוק פון "רק בדם תהיה לנו הארץ, כידוע. נישט אזוי, הרב ישראל קאפקע?! ואחרון הכביד. די פארשאלטענ ציונים, ימ"ש מיט דעם ראש הכופרים ביבי נתניהו אין שפיץ האבן פראקטיצירט שרעקליכע התגרות באומות. און זיי האבן זיך גערייצט מיט די באוויסטע צדקה וחסד ארגאניזאציע "חאמאס" וואס אזויפיל צדקה גייט ארויס פון זיי (כמעט אזויפיל ווי אין א געוויסע גרויסע און חשוב'ע קהילה.) און זיי האבן נעבעך אויסגעהארגעט אזויפיל ציווילע וואוילע שטילע שפעלעך. טאטעס, מאמעס און קליינע קינדער, וועלכע וועלן שוין מער נישט קענען ארויסגיין טאנצן אין די גאסן ווען זיי 'עללן הערן די בשורה מרנינה אז די טויגליכע יונגעלייט, די שלוחים פון אללא האבן געכאפט און אויסגעהארגעט דריי פארשאלטענע מתנחלים.
נ.ב.: כל האמור לעיל, איז געוועין קילורין לעיניים. און א דעת תורה אמיתית פון ערליכע אידן אשר לו כרעו לבעל הציוני. דורך אינזער קארעספאנדענט אין "מדינת ישראל" י.ל. יאקאב.
ואכמ"ל. שטעלטס ענק פאר ווען איך בין יא מאריך, ווילאנג דאס פשט'על וואלט געוועין...

- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער שבת נחמו איז עפעס פארוואנדעלט געווארן פאר א נייע יו''ט, עס איז ממש א בישה צו פארבלייבן אין שטאט, מיט וועם נאר מען טרעפט זיך אין סמעדריש פרעגט זיך תיכף די פראגע, ווי פארסטו שבת נחמו??? וואו פול איך האב נאר פראבירט צו פעלעזאפעיאירן און זיך דעגרינטעווען וואס דער נייער אויפגעקימענער יו''ט באדייט, איז נאך אלס לא עלתה במחשבתי א פאסיגער הסבר אויף דעם נייעם אויפגעקימענעם יו''ט.
איך קלער אפשר איז דאס א זכר צו דעם אור אלטען אידישען יו''ט וואס איז געווען בזמן שבית המקדש היה קיים, חמשה עשר באב, שבנות ירושלים יוצאות בוחולות בכרמים......... ומה היו אומרות בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בורר.... איך ווייס נישט....
אויב יא פארוואס טאקע פייערט מען ניישט דעם יו''ט אקוראט אזוי ווי עס איז געווען בזמן הבית.... דהיינו:
איך זיץ מיך אזוי אין די באנגאלו, מיט די פוס אויסגעצויגען אויף א באקוועמע ליג-שטול, דער קאפ איז מיר פארטאן אינעם ספר הברית... אין איך פראביר מיר אויסצוטשוכענען די אנגעצויגענע נערוואוינים..... מיטאמאל א קלאפ אויף די טיר... מיט גרויס אום-חשק שלעפ איך מיר מיינע מידע פוס צו די טיר, צו זען ווער עס האט פארגליסט מיר צו שטערן די מנוחה..... און איך זע ביים טיר ווי דער שכנ'ס טאכטער שרה ביילא שטייט מיט א גרויסע שמייכעל, און צו פרעגט צו זי קען זיך אויף טוישען איר דרעס מיט מיין אסתר לאה'לע.
איך קיק איר אזוי אן מיט קעלבענע אויגן.. מה זה? עפעס א נייע משוגעת??????? זאג זי מיר... אז דאס טיט מען נאר כדי לבייש מי שאין לו...... שוין זאל זיין אזוי.... איך נעם ארויס מיין אסתר לאה'לעס שיינע אויסגעביגלטע דרעס און איך גיב עס פאר שרה ביילע... און שרה ביילא גיבט מיר איר שיינע אויסגעביגלטע דרעס.... שוין זאל זיין...
מיט א שעה דעראויף, מיינע אויגן האבן זיך קוים אנגעהויבן פארקלעבן... און מיין נשמה הא זיך געגרייט ארויף צוגיין צום עולם אצילות.... כאפ איך מיר אויף פון די קולות פון מיזיק וואס הערט זיך פון דרויסען.... איך כאפ מיינע פאפוטשען... און היידא.... איך לויף ארויס אונדרויסען זען וואס עס איז אזוי פרייליך..... און או ואבוי.......
אלע שדוכים-שטייענדע מיידליך, אנגעטאן מיט זייערע שענטסע בגדים שטייען אין טאנצען הערליכע אויג-פארכאפענדע דענצעס.... און א גרופע ישיבה בחורים שטייען אין דער זייט פארגאפט.... ממש אטעם-לאז... און איך שפיץ מיר אן די אוערן צו הערן וואס די מיידליך זינגען מיט אזא באטעמט'קייט, און יא! איך הער גוט.... א באקאנטע גמרא.... בחור שא נא עניך.... ליי ליי ליי ... טי דא דא דא דאם.... ראה מה אתה בורר לך..... ליי ליי ליי....
א טרער האט זיך מיר אראפגעגלישט פון באק..... פארוואס האט מען נישט מחדש געווען דעם מנהג, אין מיינע צייטן...... שוין זאל שוין זיין...... ווער וויל דען ח''ו מתערר זיין אויף אזא הייליגע יו''ט...אויף וואס די גמרא זאגט שלא היה ימים טובים בישראל כחמישה עשר באב.....