נחמו נחמו יאמר אלוקיכם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

נחמו נחמו יאמר אלוקיכם

שליחה דורך אויליגער »

מהאלט שוין נאך תשעה באב, זיך שוין אויפגעשטעלט פון די ערד, אבער דער הארץ טרויערט נאך, וויל זיך נישט טרייסטען, נאכאלס און גלות, די אנטעסמיטיזום בוזשעוועט און די גאנצע וועלט, יונגע קינדערלעך און טאטעס און מאמעס פילן ליידער אן די שפיטעלער בעטן, די תפיסות זענען פול מיט אחינו בני ישראל, עס איז ממש אין לך יום שאין קללתו מרובה, יעדער מאכט זיך מיט, פרנסה, צער גידול בנים, שלום בית,.

די מח פליט אוועק, עס פליט קיין ירושלים, עפעס הערשט א ברידעלכע ליבשאפט דארט וואס מקען נישט באשרייבן, די ביהמ"ק שטייט מיט איר פולע פראכט וואס מקען זיך נישט פארשטעלן, איך זעה די אולם, די היכל, די כלי השרת, די מנורה ברענט, די נר מערבי ברענט עפ"י נס, די שלחן מיט די לחם הפנים וואס נאך א וואך איז געבליבן פריש אז עס קומט נאך א רויעך דערפון, די קדשי קדשים מיט ארון וואס איז געשטאנען בנס און נישט גענוצט קיין פלאץ, די כרובים אויסגעדרייט איינס צום צווייטען מיט א ליבשאפט אני לדודי ודודי לי, אונעווענדיג ליגט די שתי לוחות הברית וואס אויף דעם שטייט די עשרת הדיברות די ווערטער קען מען ליינען פון ביידע זייטען די "ם" די "ס" שטייען און די לופטען חרות על הלוחות, די כהן גדול טוט די עבודה, פייער קומט אראפ פון הימעל בצורת ארי', נסים גליים זעהט מען יעדע מינוט, רעגן און ווינטען רירען נישט די אש המערכה די רויעך גייט ארויף גראד ביז עס צושפרייט זיך כתמר יפרח, עס זיצען די מלכי בית דוד אויף קעניגליכע שטוהלן ועטרותיהם בראשיהם, דוד מלכא משיחא זיצט בראש, פון איין זייט זיצט דער חכם מכל אדם שלמה המלך, פון די אנדערע זייט זיצט משיח צדקינו,

אברהם אבינו יצחק אבינו יעקב אבינו פרייען זיך מיט זייערע קינדערלעך די אמהות וויינען פאר שמחה, רחל אמינו פרייד זיך שוין צו זעהן די ושבו בנים לגבולם, אלע צדיקים פון אלע דורות די יב שבטי קה די תנאים ואמוראים גאונים ראשונים אחרונים חסידישע רביס ליטווישע ראשי ישיבות זענען נהנה מזיו השכינה.

אליהו הנביא פארענפערט אלע תיקות מער נישטא קיין קושיות נישטא מער קיין מחלוקת אביי ורבא, רב ושמואל, ר' יוחנן וריש לקיש, בית שמאי בית הלל, אלו ואלו דברי אלוקים חיים אלעס שטומט שוין

מגייט שוין צו די גרויסע סעודת לויתן אויבן אן זיצט די שכינה כביכול ווי א חתן, ארומגענומען מיט די שושבינון משה רבינו מיט די אבות, עס זיצט גאנץ כלל ישראל צוזאמען אן א אפשייד חסידים מיט ליטאים ספרדים און אשכנזים, באהבה ובאחוה ושלום ורעות; אלעס איז איין חסידות, אלע צדיקים פון אלע דורות, דער בעש"ט מיטן גר"א, ר' יונתן אייבעשיץ מיטן יעב"ץ, אלע נביאים מיט אלע מלכים זיצען בענאזאם און זינגען שירות ותשבחות, עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין מיט אונזער גשמיות'דיג גוף די שמחה און די אמת'ע ליבשאפט פון איין יוד צום צווייטען.
מלאכים ושרפים סערווירן פלייש פונעם שור הבור מיט יין המשומר דער צדיקים טאנצען און ווייזן מיט די פינגער הנה אלוקינו זה.
מטרעפט די זיידעס די יודען וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם ביי די צווייטע וועלט מלחמה יודן וואס זענען געשחטן געווארן ביי די ערשטע וועלט מלחמה, ביי די פראגראמען, דורך די פארשאלטענע אונקעוויזיע, ביי די קאזאקען בשנת תח ותט, ביי די 2 חרבנות, פון ביהמ"ק די דור המדבר .

נישטא מער קיין צער, קיינער איז מער נישט קראנק, נישטא מער קיין צער גידול בנים, שלום בית פראבלעמען, מדארף מער נישט קיין געלט און כבוד, כי אם לשמוע את דבר השם די לופט איז רוחניות די גאנצע גשמיות אוועקגעוורפן נישטא מער קיין מחלוקת מער נישטא קנאה און שנאה גאווה תאוות און כבוד די לופט איז ריין.

אוי מוועקט זיך אויף נאכאלץ און גלות ווילאנג נאך? מפילט מהאלט עס מער נישט אויס, מאיז מער נישט אומשטאנד צו ווארטען אפילו נאך א מינוט כי חולת אהבה אנו.

מנעמט ארויס א ישעיה, מזעט ווי ישעיה הנביא טרייסט, נחמו נחמו, א נחמה בכפלים, ווייל ביזן נחמה דארף מען אויך האבן א נחמה, און מדארף א נחמה פרטיות און א נחמה כלליות, ועוד יש לרבות אזוי ווי יוסף האט געזאגט פאר פרעה ועל השנות החלום אל פרעה פעמים כי נכון הדבר מאם האלוקים וממהר האלוקים לעשותו, סאל שוין זיין נכון מאם אלוקים וימהר אלוקים לנחמינו.

זאל דער אויבערשטער העלפען אז נאך היינט זאל אונז אליהו הנביא ברענגען די בשורה טובה אז משיח צדקינו דער עני רוכב על החמור קומט שוין און צוזאמען זאלן מיר זיך פרייען כאיש אחד ובלב אחד און ירושלים עיר הקודש בהתגלות כבוד שמים עלינו. אמן ואמן.

א פרייליכען שבת נחמו
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר