קעמפ אפיס טראומא..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
קעמפ אפיס טראומא..
אגוטן אווענד קעניגן, אגוטן אווענד טייערע זיסע פרינצעלעך און פרינצעסן...
-טאטי!! האסט שוין געטשעקט די פאסט היינט?
-וואס איז רייזעלע? וואס ערווארטסטו שוין ווייטער אין די פאסט, נישט געקומען היינט קיין קאטאלאג פון העלאו קיטי, פון דיזני, אפילו נישט פון פון טאממי הילפיגער..
-מיין "קעמפ קארד" טאטי! ביסט שאור אז ס'נישט געווען אין די מעיל?
-ניין שעפעלע, "פערצופאל" איז עס נישט געווען אין די מעיל היינט (און - קלער איך מיר אין הארצן - ווייס איך דען נישט פארוואס? ווייל איך האב נאכנישט געהאט די "גאטס" אראפצולייגן די אסטראנאמישע סכום וואס נויטיגט זיך ענק איינצושרייבן..)..
- Woe, אונז האבן באקריגן היינט א מעסעדזש אז מאנטאג איז די לעצטע טאג צו קענען ווערן אנגענומען אין קעמפ, אונז זענען שוין עכט שפעט, איך וויל נישט זיי זאלן מיך נישט ארויפלאזן אויפ'ן באס, טאטי..
די ווערטער האבן אפגעהילעכט איבער'ן צימער מיט א זעלטענער ווידער-קול, מיין הארץ ווערט פארקלעמט, איז זי דען נישט גערעכט? איך קען נישט פארשאפן קיין צער פאר מיינע נשמה'לעך, איך מוז מארגן אראפגיין אין ביידע קעמפ אפיסעס און זיכער מאכן אז די עופה'לעך מיינע פארבלייבן נישט ארונטער מיט די רחמנות'לעך - נעבעך, אין די הייסע שטאט .. מיט א פעסטע קבלה נעם איך זיך אונטער אראפצוגיין פערזענליך און אהיימקומען מיט די קארטלעך אין די הענט, איי ווי נעמט מען דאס אינמיטן א גרינעם דינסטאג נאכט אזא גרויסן "נדן"? ספעציעל נאך וואס די "ליבע קאנטרי" האט שוין אויסגעשעפט דעם האלבן קוואל.. ס'איז אבער נישט דא קיין ברירה, מ'וועט אראפגיין פנים אל פנים, כ'וועל רעדן, טענה'ן, זיך בעטן און האנדלען, און דער פון אויבן וועט העלפן אז איך זאל אפקומען מיט כאטש א העלפט די געפאדערטע פרייז, אמווייניגסטנס..
-אנטשולדיגט! איז דאס די אפיס פון די קעמפ?
-יעס, וואטס נעים אוו טשיילד? ענטפערט די קאלטע "מיס שמאלקאפ" וואס זיצט ביים קליינעם פענסטער,
-(העי, -טראכט איך מיר אין הארצן, אבער מחמת פחד און געמאכטע רעספעקט ברענג איך עס נישט ארויס מיט די צונג- איך פארשטיי אידיש אויך, און איך מיין אז ביי דיר געשעצטער מע'עם איז אויך אידיש דער ערשטער שפראך, סטאפ וויט די פארמעליטי רייט נאו! אידיש פליז)
רעיזי קאפאנדריע!
-האום פאון נאמבער? עדרעס? די או בי? פאדער'ס ענד מאדער'ס עמפלוימענט, סעל נאמבערס, און נאך א טוץ מיט שאלות כאילו איך אפליי דא פאר מעות חטים אדער ווידער-גוט-מאכונג.. וואו זי פרעגט אויף אנגלית און איך ענטפער אויף אידיש, ביז זי איז געווארן איבערצייגט אז ס'איז כדאי זיך אליין גרינגער צו מאכן און רעדן מאמע לשון.
-אוקעי, ווי איר ווייסט שוין פראבעבלי איז די פרייז דריי טויזנט דאלער, און א דעפאזיט פון....
איך האב שוין ווייטער נישט געהערט מער קיין קלארע ווערטער, בלויז איבערגעהאקטע אותיות ווי אומקלארע קלאנגען, ס'איז מיר פשוט שלעכט און שווארץ געווארן..
-אנטשולדיגט מיס, אבער איר מאכט געוויס א טעות, מיין טאכטער איז נישט מער ווי 6'טע קלאס, און איך בין נאך דערווייל נישט קיין ראטשילד, ביטע קוקט איבער וויפיל איך דארף צאלן..
-איים ריעללי סארי טו טעל יו מר. קאפאנדריע, אבער דאס איז די פרייז וואס יעדער צאלט, ריגארדלעס די עידזש אדער אינקאם, ס'איז א שאד צו טרייען אראפרוקן ווייל קיינער באקומט נישט קיין דיסקאונט, דאס איז א פיקסד פריייס..
-איך פארשטיי נישט, איך האב נאך קיינמאל נישט געצאלט אזא פרייז! וויאזוי דארף דאס א דורכשניטליכער מענטש קענען באצאלן?
-וועל, איי אנדערסטענד איט מעי נאט בי סאו קאנוויניענט פאר עוורי וואן, אבער די קעמפ בלייבט יעדע יאר מיט א גרויסע דעפיציט, אונז קענען מער נישט עפפארדן צו געבן קעמפ בחינם, עניוועי זעמיר איבערגעפולט, אונז האמיר שוין באלד א פראבלעם וועמען אפצוזאגן, (מיי פוט..) סאו, איר דארפט עקטען שנעל, און געבן א דעפאזיט העלפט פון די פרייז שוין, נאר אזוי רעזערווט איר א פלאץ פאר רעיזי..
און זי איז שוין דערווייל אויפ'ן פאון מיט א צווייטן ווען איך שטיי און וואקל זיך צו האלטן מיין באלאנס גראד, דריי טויזנט דא, באלד ווארט מיך נאך א ווארעמע קבלת פנים ביי מיין יאסעלע'ס קעמפ אפיס, ווער ווייס וואסארא משוגעת זיי איז אריין דאס יאר? דאס איז זיכער איך צאל זיי נישט קיין דריי טויזנט דאללער, זאלן זיי זיך איבערקערן אויף אידיש און אויף ענגליש..
-אנטשולדיגט מיס שמאלקאפ, איך קען געבן צוויי טויזנט דאללער, איך וועל עס העכסטנס אויסצאלן ביז א וואך אפ-פראנט..
-סאררי, דיס עינ'ט גאננע העפפען! "ראביי שטיינהארץ" שטייט איבער יעדע נאמען און פייל, ער מאכט שור אז יעדער צאלט פול פרייס טו די לעסט פעני, נישט דא וואס צו פארהאנדלען..
-קען איך פליז רעדן צו ראביי שטיינהארץ?
-סאררי, ער איז ביזי, איך קען נעמען אייער סעל נאמבער, אפשר וועט ער האבן צייט נעקסטע וואך נאך די ראש און אייך צוריקקאלן..
-אנטשולדיגט, אבער איך גיי נישט אוועק פון דא ביז איך רעד צו ראביי שטיינהארץ, פליז טשעקט ווען ער וועט זיין עוועילבעל..
זעענדיג מ'האט צו טון מיט א הארטע קוה וואס לאזט זיך נישט אזוי לייכט מעלקן, האט מען מיר פארשאפט דעם ביזי ראביי שטיינהארץ, ביז צוויי מינוט האב איך מיך געזען אין זיין אפיס.. אויף א באקוועמע ארם טשעיר מיט א הויכן אחור זיצט דער שטאלצער פארנומענער שטיינהארץ..
-אגוטן ר' בערל, מיט וואס קען איך אייך העלפן?
-המממ.. איר פארשטייט דאך, די קעמפ איז גאר א גוטער, זייער א גוטער נאמען, אבער די פרייז וואס מ'בעט דאס יאר איז אביסל איבערגעטריבן..
-זייט נישט ברוגז ר' בערל, אבער איר ווילט נישט איך זאל אייך ווייזן די ביכער.. (גראדע קען איך יא באשטיין צו זען, כ'האב פשוט נישט קיין צייט יעצט..) ביז דאס יאר האבן מיר אלע יארן צוגעצאלט באלד טויזנט דאללער פאר יעדן קינד! (איך פאל שיעור אראפ פון מיין שמאלע הארטע בענקל, אזא גראבע ליגנט שוין לאנג נישט געהערט!) ס'איז געקומען דערצו אז קיינ ער איז שוין נישט גרייט ארומלויפן שנארן פאר אלע קינדער, ס'איז העכסט צייט אז די עלטערן זאלן ארויסנעמען זייער שעיר..
-וואס הייסט, וואס איז מיט לאנטש פראגראם אד"ג?
-מאכסט מיך לאכן, מיט דיין אינקאם איז דיין טאכטער עליזשיבל אפשר פאר א 2-3 גלעזלעך מילך א טאג, דעטס איט! אונז דארף מיר שוויצן צו דעקן די שרעקליכע אווערהעד!
ס'ווערט מיר קאלעמוטנע אויפ'ן הארצן, איך געב אויף.. ניין, איך געב נישט אזוי שנעל אויף, מיין צייט איז אויך געלט, איך גיי מאכן דא א דיעל..
-שוין, איך הער, נו וויפיל קען מען עס מאכן?
-פאר דיר בערל דריי טויזנט דאלער דאס בעט מען פון דורכשניט מענטשן, אזא גאטונג ווי דיר..
שיעור וואס איך פאל אין חלשות, זיין נאמען הייבט אים אן שטיין גאר גוט, ווי געגאסן, אזא שטיינהארץ, וואס טוה איך? איך דארף פון דא אהיים מיט א קארטל, אויב וויל איך מיינע קינדער זאלן מיך אריין לאזן..
-הרב שטיינהארץ, איך מיין איר ווייסט אז איך הייס נישט קורץ אדער שארף, איך בין נישט קיין זיכערמאן אדער שרייבער, איך בין א פשוט'ער באלעבאס, ס'וואקסט נישט סתם אזוי אין מיין הויף אויפ'ן בוים, איך דארף דאך דאס געלט צאמקראצן, ביטע זייט יושר'דיג..
-האהא.. ווען דו הייסט שארף רייכמאן אדער זיכערמאן צאלסטו נישט ווייניגער ווי פיר פינף טויזנט, דו באקומסט דא א הנחה..
-איך בעט אייך, עפעס..
-איר ווייסט וואס, איך בין גרייט דיר צו גיבן א דיסקאונט, אויב גיט איר 2750 אפ-פראנט האט איר א דיעל, פלאס טריפ געלט, טראנספארטעישאן און קענטין, דאס איז אויסדרוקליך נאר בתנאי כפול ומכופל כתנאי בני גד ובני ראובן אז דאס בלייבט צווישן אונז, ס'איז בבל תגיד!...

Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
איך זעה מ'קען דיך נישט טראסטן. רב שטיינהארץ האט פארלאנגט ס'זאל בלייבן בסוד, מיט וואספארא רעכט צעשמירסטי עס אויף קאווע שטיבל?
אן עי מאור סיריעס נאוט, עס איז א ביטער געלעכטער. אבער מ'זעמיר אליינס שילדיג. אז מ'פארלאנגט צוצישטעלן פאר די קינדער פון די שענסטע און דאס בעסטע, וועט מען דארפן צאלן דערפאר. די פאליסי אז די מוסד איז נישט מחויב צו שנארן פאר קיינעם איז 100%גערעכט.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
ויסעו ממיידל קעמפ, ויחנו ב...
מיט די נויטיגע שריפטן / קארטלעך פון די מיידל קעמפ אפיס אין טאש, הייב איך די פיס און לאז זיך ארויס צו סטאפ נומער צוויי, די אינגל קעמפ אפיס, איך ווייס (איך מיין) אז דארט האב איך א גרינגערן פעלד צו אקערן, ווי נישט זענען די אינגל קעמפס נישט אזוי בגדול ביי זיך, און מער פון אלעם קען איך מיך אביסל מיט דעם אדמיניסטראטאר, איך דאווען דאך מיט אים אין איין מנין יעדע זונטאג, דערנאך קיי מיר תיקון אינאיינעם, עפעס א שטיקל מחותנות..
-אגוטן טאג, קען איך אפשר רעדן צו ר' ישעי' געציל גייציגער?
-אנטשולדיגט ער איז פארנומען, איך קען אייך אפשר העלפן?
-א דאנק אייך, איך וויל רעדן צו אים פערזענליך, זאגט אים זיין ידיד איז דא פאר אים
-וואס איז אייער נאמען?
-בערל קפנדריא
-אקעי, איין מינוט.....
-ער זאגט ער איז אין א וויכטיגע מיטינג, געוויס קומט איר וועגן קעמפ, ער זאגט איך זאל אנהייבן מיט אייך און ער וועט באלד ווערן אוועילעבל..
ס'מיר שוין גוט אויפ'ן הארצן, איך גיי דא איבערגיין דעם גאנצן העלל נאכאמאל?
-וויאזוי הייסט איר?
-זימל שוחט, הע הע, מענטשן זאגן אז די נאמען שטייט מיר גאר גוט, הא הא, העע הע.. נו שוין, איר דארפט אויספולן די אינפארמעישאן פארמס, העלט פארם, לאנטש פארם, אימיוניזשעישאנס, קאפי פון העלט אינשורענס קארד, שרייבט אונטער דעם צעטל אז איר גייט נישט סוען, און לייגט צו א דעפאזיט פון...
ס'הייבט מיר אן שווינדלען, שוין ווייטער דעפאזיט, ווער ווייסט וואסערע שינדעריי ס'ערווארט מיך דא דורך דעם שוחט.. איך גיי פרואוון מיין מזל..
-איז אויב גיב איך יעצט פינף הונדערט דאלער דעפאזיט, און די איבעריגע טויזנט.....
-כ'וועל אייך שפארן ווערטער, דא האט איר די קעמפ פרייזן אויף א פאפיר שווארץ אויף ווייס..
די אותיות הייבן מיר אן שפרינגען אין פנים אריין, איך לעב אדער איך חלום? ביי א מיידל קעמפ האב איך שוין געהערט די היסטערישע פרייזן, אבער וואסערע גאטס פון א אינגל קעמפ צו בעטן נישט ווייניגער ווי "דריי טויזנט דאלער", וואס גייט היינט פאר? ס'איז אראפגעפאלן א רוח שגעון דאס יאר אויף גאנץ בארא פארק? בין איך אין עולם התוהו, אין חלום לאנד, אדער איז עס א ווירקליכקייט? וואסערע נאמבער איז דאס? האבן זיך אלע אפגעשמועסט אז דאס יאר גייט מען מאכן א מאסן שינדעריי אויפ'ן עולם מיט דעם זעלבן נאמבער?
-איז אזוי -איז ער מסביר- פופצן הונדערט דעפאזיט יעצט, פופצן הונדערט באלאנס דארף ווערן אויסגעצאלט נישט שפעטער ווי א וואך בעפאר קעמפ..
-אבער, איך... איך מיין...
-איין מינוט, איך גיי דיר ווייטער איינשפארן דיין שפייעכץ, דא איז די אפפער, אויב לייגט מען אראפ דאס גאנצע יעצט, האסטו עס פאר בלויז 2500! דאס איז א זעלטענער אפפער, און דאס איז עס, קיינער באקומט נישט א פעני ביליגער, איטס אפ טו יו..
-אנטשולדיגט, איר ווילט טשעקן אויב ר' ישעי' געציל איז שוין אוועילעבל?
-די פרייז קען קיינער נישט טוישן, אפילו מר. גייציגער אליין, די סיסטעם לאזט נישט אדורך נאר אויב ס'באקומט גע'ענטערט די געהעריגע אמאונט..
-פליז זאגט ר' ישעי' געציל גייציגער אז איך ווארט דא, איך זיץ דא ביז ער קען מיך זען..
פאר סאם ריזען האט ער מיך נישט געוואלט זען ארומהענגען דארט צו לאנג, האט ער זיכער געמאכט אז ביז עטליכע מינוט בין איך שוין געזיצן אקעגן מר. גייציגער, מיט א כיטרער ברייטער שמייכל נעמט מיך מיין "ידיד" אויף, איך בין אים מסביר וואס מיינט אויסהאלטן א קינדער געבענטשטע משפחה, עטליכע קינדער אין קעמפ ב"ה, און וויאזוי מיר לעבן מיט א חשבון, נישט פארשווענדעריש, איך בעט ער זאל מיר געבן פאר צוויי טויזנט דאלער, נישט אזא ווילדער בקשה..
-ערעב בערל, איר פארשטייט נישט וואס דא טוט זיך, מיר גיבן א סערוויס, מיר ארבעטן ביטער שווער צופרידן צו שטעלן די קינדער מיט אלע געברויכן פיר און צוואנציג שעה אין טאג גאנצע אכט וואכן, אלעס וואס מיר בעטן איז איר זאלט דעקן די קאסטן, און איר זאלט נישט מיינען איר דעקט, ס'בלייבט א לאך פון אסאך געלט נאך אלעס.. דאס יאר האט מען געדארפט אריינלייגן נייע עקוויפמענט אין די קאך, איבערבויען די בית המדרש, צובויען עקסטענשאנס צו סטעף באנגעלויס, א שיינע פענסי מחיצה פאר די פול ס'זאל זיין לשם ולתפארת למען ישמעו ויראו, נייע פעיוומענטס אויף די אפגענוצטע סערוויס ראוד, דאס קאסט אן אוצר, פון וואנען זאלן מיר דאס נעמען? נו, האלטסט נאך אלס אז דריי טויזנט איז צופיל?
-דריי טויזנט? אונז האמיר גערעדט אינדרויסן פון 2500..
-וואס? ווער האט געזאגט?
-דער שוחט דארטן..
-איך מיין פאר קליינע פארדינער מאכט מען אמאל, אבער בערל, דו ווייסט דאך אז דו הייסט היפש א שיינער בעל הבית, דו דארפסט דאך נישט ווערן יעצט אזא עניו..
-איך הייס א שיינער...?
-ווי נישט ווי דו דרייווסט דאך א שיינע MDX, דאס קען נישט יעדער, און דיין הויז איז דאך אויך נישט אזוי אוועק צו מאכן, מיט די שיינע ווינדאו שעידס, דאכט זיך דיינע קינדער גייען אויך אנגעטון גאנץ כמעשה'דיג מיט די לעצטע סטיילס, אין קאנטרי גייסטו אויך דארט ווי די בעסערע גייען, וויאזוי הייסט עס? ס'איז עכט נישט מיינע געשעפטן, איך פארגין דיר עס באמת מיט'ן גאנצן הארץ, אבער פונקט ביי קעמפ זאלסטו שניידן?
איך זיץ געפלעפט, דיינע געשעפטן מיין MDX? אז איך האב איבערגענומען מיין חבר'ס קאר פאר ח"י צא"ל ווייל אים איז עס שוין נמאס געווארן און ער האט געוואלט א נייע, און אז איך האב געכאפט א גוטן הייזקע חצי בחינם מיט א ביליגע מארגעדזש רעיט ווען די פרייזן זענען געווען ביליג, מיינד יור און פריעקען ביזנעס!
-איך קלויב זיך צוזאם די זעקל פארוואונדעטע ביינער, איך לויף ארויס מיט א מילדער שאקל מיט'ן קאפ, מיט א לייכטער געצוואונגענער שמייכל איבערגעצויגן, אוי ואבוי אז דאס זענען מיינע ידידים, איך נעם אן דעם שוחט'ס אפפער מיט ביידע הענט, איך לויף אהיים א צוזעצטער אפגעשינדענער און צושמיסענער, איך לויף נאכיאגן די ארבעט וואס ווארט שוין אויף מיר אפאר שעה, אבער איך האב דערגרייכט! ווען מיינע זיסע קינדערלעך וועלן פרעגן היינט ביינאכט וואו זענען מיינע קעמפ טיקעטס, וועל איך עס מיט א נצחון און א שמחה ארויסציען פון קעשענע..

קאווע טרינקער האט געשריבן:סארי, באט איטס יאור פאלד! פארוואס זאגסטו דעם שטיינהארצ'ן אז זיין קעמפ איז דאס בעסעטע? ער וועט זיך נאך איינרעדן אז ס'איז טאקע אזוי, און קומענדיגע יאר וועט ער בעהטן נאר מער!!
איך בין געגאנגען צו די "סעלף קאנפידענס" שיעורים, זיי רעקאמענדירן מ'זאל צום ערשט געבן א קאמפלימענט, דערנאך גייט אלעס געשמירט.. ס'איז געגאנגען געמירט נאר אויף די פארקערטע זייט..
--
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב, יעדע מענטש אין אזא פאזיצע איז א שטיינהארץ.
ס'איז דא הערצער וואס זענען איבערגעצויגן מיט שטיין "שטיין קאוטעד", ס'איז ווידער דא הערצער וואס זענען דורך און דורך פעלזן שטיין..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דריידל האט געשריבן:איך זעה מ'קען דיך נישט טראסטן. רב שטיינהארץ האט פארלאנגט ס'זאל בלייבן בסוד, מיט וואספארא רעכט צעשמירסטי עס אויף קאווע שטיבל?
אן עי מאור סיריעס נאוט, עס איז א ביטער געלעכטער. אבער מ'זעמיר אליינס שילדיג. אז מ'פארלאנגט צוצישטעלן פאר די קינדער פון די שענסטע און דאס בעסטע, וועט מען דארפן צאלן דערפאר. די פאליסי אז די מוסד איז נישט מחויב צו שנארן פאר קיינעם איז 100%גערעכט.
און פון דעים אז הרב שטיינהארץ און מיסס. שמאלקאפ און מר. הערינגוויידל פאשען זיך על חשבון הקהל רעדט מען דאך נישט. רב שטיינהארץ מוז פינאנסירן די רענאוועישאנס אין זיין פאלאץ. שוין אריבער צען יאר וואס מ'נוצט די זעלבע קיטשן. און די טאכטער מיט איר מאן וואס "לערנט" אין כולל קומט זיך נישט א טריפ קיין ארץ ישראל?! און ס'איז פשוט א בושה פאר די שכנים אז הרב שטיינהארץ שליט"א וועלכער ארבעט אזוי שווער לטובת הכלל זאלל ארומפארן מיט א קאר וואס איז שוין פיהר יאר אלט. ס'קומט זיך עיהם נישט צו ליעסן א נייעם, ענערגי-שפארנדיגן לינקאלן עם. עקס.?! און מיסס. שמאלקאפ האט א חתונה ביי איהר שוועסטער אין סעפטעמבער. זי ארבעט דאך אזוי געטריי און שווער ביי רעגיסטרירן די קינדער און ברענגען לאנטש פון די קיטשן פאר די גאנצע אפיס סטעף. און זי דארף קויפן נייע גאונס און שיך פאר אלע זיבן קינדער. קומט זיך איהר נישט א פאר טויזנט דאללאר באנוס???!!! פאר'טאמטע קעפ, שלעכטע מענטשן, אום-פארגינערס וואס עטץ זענט...

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
יאיר האט געשריבן:דריי טויזנט דאללער א קינד איז די פאקטישע פרייז פון קעמפ פאר א דורכשניטליכער בעל הבית?
ניין, פרוביר נאר קעמפ שטערנבערג, טאבי (תב"י), בנות, מחנינו, אדער אפילו די אלטע בית יעקב קעמפ, דארט גייט עס פון פיר פינף טויזנט און ארויף, ביי אונז "היימישערע" גייט עס בערך פון 2000 ביז 3000, ווענדט זיך אין די מוסד, און אויך, אויף דיין נאז (אדער - וואס איך בין דאס יאר געוואויר געווארן - וועלכע מאדעל קאר דו פארמאגסט..)
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
קפנדריא האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דריי טויזנט דאללער א קינד איז די פאקטישע פרייז פון קעמפ פאר א דורכשניטליכער בעל הבית?
ניין, פרוביר נאר קעמפ שטערנבערג, טאבי (תב"י), בנות, מחנינו, אדער אפילו די אלטע בית יעקב קעמפ, דארט גייט עס פון פיר פינף טויזנט און ארויף, ביי אונז "היימישערע" גייט עס בערך פון 2000 ביז 3000, ווענדט זיך אין די מוסד, און אויך, אויף דיין נאז (אדער - וואס איך בין דאס יאר געוואויר געווארן - וועלכע מאדעל קאר דו פארמאגסט..)
קראסנא קעמפ בעט דארכט זעך 2000 טאלער, די סאטמארע היפש ווייניגער 12-13 הונדערט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל