וואס ענטפערט מען???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

וואס ענטפערט מען???

שליחה דורך קאפקעיק »

אזוי ווי עס קומט מיר גאר אפט אויס זיך צו דרייען אין גוי'שע געגנטער, האב אסאך מאל א מצב וואס ווער ס'האט עס שוין אמאל געהאט פארשטייט גוט וויאזוי ס'פילט.
גיי איך אויפן גאס שטעלט מיר אפ א גוי, אן פרעגט מיר: קען איי עסק יו סאמטינג? (אויף דעי שאלה האט ער נישט געהאלטן אז מ'דארף רשות פאר'ן פרעגן...)
יעס, זאג איך עם,
הייבט ער אן מיט א גאנצע ליסט פון קשיות,
וואס איז פשא פון די פיאות?
וואס איז פשט פון די שווארצע רעקל?
וואס איז פשט פון די קאפל?
וואס איז פשט פון דעי שטריימל פון weekends &holidays?
וואס איז פשט אז עטץ יודען קענען זיך אלע איינער דער צווייטער?
וואס איז פשט אהער וואס איז פשט אהין, און אויב איז ער א שטיקל ידען קריכט ער שוין אריין אין צימעס, ער פרעגט וועגן פאליטיק, הפגנות, v.a.s. plates, גאווערמענט פראגרעמס, וכדו'

איז מיין שאלה יעצט אזוי, צו בין איך מחויב אלץ מענטשליכקייט צו טרעפן עפעס פאסיג אויף יעדע איינס פון זיינע שאלות? אדער איז דא עפעס איין גוטע ענטפער וואס קען עם פשוט שטיל מאכן, און פארטיג.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך ענטפער געווענליך אז כ'בין אמיש.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איין גוטע ענטפער פאר אלעמאל :עס האט טאקע נישט קיין שום פשט!
דער אמת איז אז רוב זאכן האבן נישט קיין זאכליכער ביאור, מער ווי דער סאשעל נורם
.
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קאפקעיק »

ווילסט מיך זאגן אז טויזענטער מענטשן טוען עפעס וואס האט פשוט נישט קיין פשט?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יא.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וואס הייסט פשט, וואס איז פשט פון א נעק טיי? קאף לינקס? וכו',
ענפער אים פשוט, די פיאות איז א קאמענדמענט פון די בייבל קאפל איז אן הלכה, הוט און רעקל איז די חסידישע טראגע פון איסטערן יוראפיען דזשוז, שטריימל איז די סעבעטה גארב, וכו
אויב איז ער א שטיקל יעדן וויל ער נישט וויסן פשט,פשט איז פשוט, איטס פאליטיקס אין די קאמיוניטי, דער ידען וויל די אינטערהאלטן מיט די פרטים פון אונזער פאליטיק, איטס פראבעבלי ענטערטעינינג פאור הים, ענטפער אים לויט וויפיל נערוון/צייט דו האסט,
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די אשכולות אויפוועקער ווערט געבעטן צו לינקן די פילע הערליכע אשכולות איבער בגדי חסידים. א דאנקי!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך דריי זיך כסדר צווישן גוים, מען פרעיגט מיר די קשיות כסדר, מיין תירץ איז פשוט, טראדישן, ווערי סימפל איך טי אזוי ווייל מיינע עלטערן טיען די זעלבע, אבער איך לייג אויך צי, אז איך גיי אזוי כדי מען זאל מיך דערקענען פון א האלבע בלאק ווייט, אה דארט קימט פליקר צי פליקן, לאמיך אים געיבן די טשעק, און אגב מען רעדט פון די טשעק גיב עס טאקע אהער, הגם קעש איז נאך בעסער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס הייסט פשט, וואס איז פשט פון א נעק טיי? קאף לינקס? וכו',
ענפער אים פשוט, די פיאות איז א קאמענדמענט פון די בייבל קאפל איז אן הלכה, הוט און רעקל איז די חסידישע טראגע פון איסטערן יוראפיען דזשוז, שטריימל איז די סעבעטה גארב, וכו
אויב איז ער א שטיקל יעדן וויל ער נישט וויסן פשט,פשט איז פשוט, איטס פאליטיקס אין די קאמיוניטי, דער ידען וויל די אינטערהאלטן מיט די פרטים פון אונזער פאליטיק, איטס פראבעבלי ענטערטעינינג פאור הים, ענטפער אים לויט וויפיל נערוון/צייט דו האסט,

איך בין געווען אמאל אין אן ענליכן מצב. איך האב געארבעט צווישן גוים אויף א קאנסטראקשן סייט אין מאנהעטן. ביי לאנטש ברעיק האבן זיך אלע געזעצט ארום מיר כחצי גורן עגולה. און מ'האט אנגעהויבן באווארפן מיט שאלות. ס'איז נישט געווען לקנטר. קודם האב איך געענטפערט על ראשון ראשון.. נאכדעים, ווען כ'האב געזעהן אז דאס איז א מעשה אן א סוף האב איך זיי געזאגט. אז איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גוים. איך קען נישט, און מוז נישט פארענטפערן אלע ענקערע קשיות.
ביי א צווייטע געלעגנהייט האב איך געארבעט אין א אידישן נוירסינג האום. ס'הייסט דער בעה"ב איז געוועין א איד. אבער די סטעף איז געוועין די טונקל הויטיגע אחיהם של מצריים. דער סטעף דיינינג רום איז געוועהן אנגעפילט מיט די אפריקאנער-אמעריקאנער ברודערס. ווען פלוצלינג ווארפט איינער אריין א באמבע פון א שאלה. לאמור: "פארוואס ווען אינז קומען צו א "געיגנט, מופן אלע אידן ארויס.? וואס קענמען ענטפערן?!. מ'קען דאך נישט זאגן פאר זיי אין פנים ווער זיי זענען. האט מיר דער אייבישטער חונן דעת געוועין און כ'האב זיי געגעיבן אן ענטפער וואס ס'האט געטראפן אין פינטל. איך האב געזאגט. "עטץ ווייסטץ ווי אהין די אידן האבן געמופט?! אין סעמעטערי. ווייל עטץ האטץ זיי אלע געההרג'עט". די גויים זענען געליגן אויפ'ן פלאר. זיי האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער.און זיי האבן באקומען די ריכטיגע תשובה.!.. :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :oops: :P ;) :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אמת אז מיר דארפן נישט אלעס וויסן צו ענטפערן, אבער איז עס דען נישט מאדנע אז מיר טוען זאכן טאג טעגליך כמעשה קוף בעלמא אן וויסן דעם פשט דערפון? מען דארף זיך שעמען פאר זיך אליינס......

ומדי דברי בו, דערמאן איך זיך פון דעם אשכול מיט מיין מעשה..

(אגב - קאפקע און קאפקעיק האבן עפעס אין קאממאן?)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

שמעקעדיג האט געשריבן:(אגב - קאפקע און קאפקעיק האבן עפעס אין קאממאן?)

ניין.
ישראל Kafka,
Cupcake,
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

איך האלט אז מוואלט ווען יא געדארפט וויסען פארוואס מיר טוהן די אלע אונטרעסאנטע זאכען

די מנהג פון שטריימעל האב איך אמאל געהערט, אז עס געווען אמאל א גזירה אויף עם ישראל אז יעדע יוד דארף גיין מיט א וויידעל אויפן קאפ וכדי ביזיון וקצף (כמו די געלע לאטע), זענען די יודן צו ווייזען אז יא מיר זענען שטאלץ דערמוט געמאכט דערפון א שיינע מלבוש לכבוד שבת ויו"ט,
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אויליגער האט געשריבן:איך האלט אז מוואלט ווען יא געדארפט וויסען פארוואס מיר טוהן די אלע אונטרעסאנטע זאכען

די מנהג פון שטריימעל האב איך אמאל געהערט, אז עס געווען אמאל א גזירה אויף עם ישראל אז יעדע יוד דארף גיין מיט א וויידעל אויפן קאפ וכדי ביזיון וקצף (כמו די געלע לאטע), זענען די יודן צו ווייזען אז יא מיר זענען שטאלץ דערמוט געמאכט דערפון א שיינע מלבוש לכבוד שבת ויו"ט,

איך האב שוין געהערט די תורה צענדליגע מאל, סהאט עפעס א מקור?
ווייסט איינער אויב עס ווערט געברענגט ערגעץ אין א ספר?
לדעתי איז די גאנצע זאך לייגט זיך נישט אויפן סכל, איז דען נישט געווען קיין געווענליכע זאך צו נוצן א פעלענע וויידל פאר קליידונג אין מזרח אייראפע מיט הונדערטער יאר צוריק? -פארשטייט זיך אויב מען ארבייט אויס עפעס א שיינער לייטישער לבוש דערפון- א געלע לאטע איז אינגאנצן אן אנדערע מושג, סאיז געווען געמאכט צו באצייכענען יעדע איד וואו ער גייט אז דאס איז א איד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און אויב איז עס יא אמת? גיי זיי דאס מסביר פארן נייגעריגן גוי. לערן ברטנורא... ער וועט נישט קענען סטאפן לאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

וואס פארשטייסטו נישט
פיאות שטייט אינדע תורה, און כדי מען זאל אינז דערקענען אז מיר זענען דער עם הניבחר, האבן מיר מוסף געוועין, זה בכה וזה בכה.

מיר גייען אזוי ווייל אינזערע עלטערן זענען אזוי געגאנגען

שטריימל איז געוועין א הערליכע טייערע מלבוש, און יענע צייטן, האבן מיר דאס אדאפטירט אלס אינזער מלביש של שבת.
ווייסע זאקן, מיט א סוט, לאנגע רעקל, היטן, איז געוועין א הערליכע אריסטאקראטישע מלביש, און אינזערע רביים האבן דאס אדאפטירט, ווייל מיר זענען אריסטאקראטן, טוישן צי די צילאזטע הייניגע מלבושים טארן מיר נישט.
אלע פרויען זענען געגאנגען ציגעדעקט מיט א קלייד ביז איבער די קני דורך אויס אלע יארן וואס מיר אידען זענען געוועין אין אייראפע, גייען מיר נישט טוישן היינט צי די צילאזטע מיני'ס
פארשטייט זיך אז צי יעדע חלק וואס מיר האבן אדאפטירט האט עטוואס העכער'ס

אבער בדרך כלל האט עס מיט פון וועלכע גזע מען קימט, איך גלייב נישט אז עפעס העכערס ליגט אינעם מאשני פינעם היט אדער די בענדעלע וואס איז מקיף דעים היט מיטן קנעפל דארט.
טראדישן שפילט נאך אלעם א גרויסע ראלע דערין
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:אמת אז מיר דארפן נישט אלעס וויסן צו ענטפערן, אבער איז עס דען נישט מאדנע אז מיר טוען זאכן טאג טעגליך כמעשה קוף בעלמא אן וויסן דעם פשט דערפון? מען דארף זיך שעמען פאר זיך אליינס......

ומדי דברי בו, דערמאן איך זיך פון דעם אשכול מיט מיין מעשה..

(אגב - קאפקע און קאפקעיק האבן עפעס אין קאממאן?)

שמעקעדיג: איך 'עלל דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט עך אליינס.) קאפקע און קאפקעיק איז אזוי ווי קמצא און בר קמצא.
יעצט וועיגן דיין עיין שם. ס'איז א שיינע מעשה. און טאקע ווען א חסידיש'ער יונגערמאן (אדער עלטערער איד מאכט א גוטן רושם, און רעדט צו די זאך איז עס א קידוש ה'. אבער א סאך זאכן איז גוט אז מ'טוט עס אלס חק בלא טעם. מ'מוז נישט אלעס פארשטיין. אדער. בעסער געזאגט, נאר טון זאכן וואס מ'פארשטייט 100%. אבער וועיגן "דע מה שתשיב", איז יא גוט אויב ערליכע אידן קענען אמאל מסביר זיין פאר א פרייען איד אדער א גוי פארוואס אינז טוען געוויסע זאכן בטוב טעם ודעת... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :?: :!: ;) :o
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שאל גוי אחד מרבי ישראל, מה טעם לובשים אתם בגדי חורף בקיץ ובגדים שחורים בחג.
ענה לו, כך נהגו אבותינו ואין לנו לשנות.
אמרו לו תלמידיו, לזה דחית בקש, לנו מה אתה אומר?
ונשאר משתומם עד שאמר, איני יודע.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הלכו תלמידיו ושאלו לר' טוביה החלבן, אמר להם because it's a tradition.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פליקער האט געשריבן:מיר זענען אריסטאקראטן,

האלטסט נישט אז דאס זאגן פאר'ן גוי אין פנים וועט אים נישט אנרייצן קעגן אידן??
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

וואס וואלטסטו ווען גענטפערט דעם גוי ווען ער פרעגט דיר דעם שפיץ קשיא אין פנים?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tB6d7jhUzFw[/youtube]
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

נו פשוט, סאיז א לופהאול, אזוי ווי ער ענטפערט טאקע אליין,
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ווער נארט וועמען?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
פארשפארט