[justify]פאר תשעה באב האב איך געמאכט א חשבון וואס איך גיי טוהן בשעת קינות. איך ווייס אז איך האב נישט צופיל געדולד צו זאגן אזויפיל קינות אזוי ווי עס איז אויסגעשמועסט דא. אבער וואס טוט מען ווען דער עולם זאגט אזוי ערנסט קינות. האב איך מחליט געווען עטליכע זאכן. 1 איך גיי זאגן לכל הפחות (ולכל היותר) צעהן קינות. 2 איך גיי מיך אונטער זינגען א ניגון וואס רעדט זיך וועגן בקשה אויף בנין ירושלים. 3 איך גיי פרובירן צו קאנעקטן במחשבה צו די ענין פון גלות און גאולה. 4 איך גיי פרובירן צו מאכן א חשבון הנפש פרטי. 5 איך גיי פרובירן צו מאכן א חשבון הנפש אויף די מצב היהדות וואס מען שטייט אין איר, און וואס מען קען און דארף טוהן.
נאך זאגן די צעהן קינות, און די אלע עבודות פון די נגונים חשבונות, האב איך געהאלטן ביים חשבון אויף מצב היהדות בדורינו.
איך טראכט וואס עס גייט פאר וויאזוי תורה וואקסט בלע"ה. עס בויעט בנינים, יעדעס יאהר עפענט זיך נייע מוסדות, עס וואקסט א דור יראים ושלימים אשר לא היה כמוהו מיום מתן תורתינו. וויפיל אינגעלייט האבן זיך אוועקגעגעבן פאר תורה ממש תורתם אומנתם. וויפיל צדקה אידן גיבן אוועק איינער פארן צווייטן. די רשימה וועט זיך ענדיגן אבער והם לא יכלו. עס איז מיר אפילו אביסל אריינגעקומען א שמחה וואס טאר נישט זיין אין תשעה באב, אז אשרינו אז מיר וואקסן אויף אין אזא דור דעה, כמעט וואס מיר קענען זאגן אז דור שכולו זכאי איז עס.
אזוי טראכטענדיג, הער איך א גערודער, איך דריי מיך ארום און איך זעה ווי א גאנצע קבוצה אינגעלייטלעך וואס שמועסן בשעת קינות, זייער שמועסן האלט אין איין ווערן העכער און פרייליכער, ממש זיי שטערן די ערנסטקייט פון די בית המדרש. איך זעה ווי עס באדערט פאר די ערליכע פרומע זאגערס ווי זיי שטערן די ערנסקייט פון די בית המדרש. אבער דאס האט פארקירעוועט מיין חשבון הנפש.
איך באטראכט די אינגעלייט וואס שמועסן און איינס ביי איינס זענען אמת'ע פארווייטאגטע מענטשן. די עוולות וואס איז געטוהן צו זיי איז ממש עד לב השמים. איינער דארט האט שוין זיינע קינדער אינדערהיים 2 יאהר ווען קיינער אין די קהילה ובתוכם די מנהיגים קימערן נישט קיין כי הוא זה וואס וועט זיין מיט זיי. דעם צווייטן טוט מען וואס מען קען אז ער זאל נישט פילן באקוועם צו טרעטן אין שול (ער קומט ממש במסירות נפש), דעם דריטן וויל מען נישט אננעמען זיין בחור אין קיין שום ישיבה נאר ווייל ער איז נישט די טאפ, דער פערטער וויל די מיידל סקול נישט אננעמען ווייל זיין ווייב דרייווט, דער פינפטער איז זיין ווייב נישט ארויף אויף די נשי ליסטע ווייל זי גייט אביסל דינערע שטרימפ. דא רעדט מען פון אזעלעכע וואס בסך הכל ווילן זיי פילן וועלקאם און מען האלט זיי אין איין מרחק זיין.
איך האב נאך מער אריינגעטראכט אין וויפיל אזעלכע אינגעלייט פון מיין קהלה וואס טרעטן שוין ליידער נישט איבער די שוועל פון אונזער קהילה? די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט! איך האב געמאכט א חשבון פון איבער 20 אינגעלייט וואס עקבותיהם לא נודעו, מען זעהט זיי נישט ווי גרויס די יאר איז!
איך דערמאן זיך אלע רשעות וואס איז געטוהן געווארן אין מיין קהלה (איך בין זיכער אז ערגעץ אנדערש איז נישט קיין סאך בעסער) צו די אלע מענטשן, ואין פוצה פה ומצפצף. דער עולם איז צאמגעשטעלט פון צוויי סארטן, 1 די אזוי גערופענע פרומערע (רשעים= פרום איז ר"ת פיל רשעות ווייניג מצוות, בשם הרה"ק מקאמינקע) וואס זאגן אז מען מוז עס טוהן צו ראטעווען אונזער דורות. 2 די שותקים די וואס ווילן נישט זיין קעגן, אפילו אז זיי ווייסן אז מען טוט כסדר עוולות. נו דערווייל ווערט יעדן טאג געטוהן רשעות ואין פוצה פה.
איך האב געפילט ווי איך וויל אנטלויפן, אבער ווי? צו אן אנדערע חסידות? דאס איז אזויווי טוישן די נאמען פון חיים שטינקעוויץ צו משה שטינקעוויץ. איבעראל איז רשעות, איבעראל זוכט מען צו קאנטראלן, איבעראל זיכט מען צו באזייטיגן א אינגערמאן וואס פיצט זיך (אויב ער האט נישט קיין געלט). ליטווישע קהילות ומוסדות זענען די זעלבע ווי ביי די חסידים אדער אפילו ערגער. ביי זיי ווענדט זיך צו דו ביסט א בן תורה אדער נישט.
קעי איך גיי ווערן מאדערן דארט איז נישט אזוי שלעכט, דארט איז מען מקרב יעדן, דארט זיכער שטעלט מען זיך נישט אויף נארישע זאכן ווי אינטשעס פון די טייטץ נישט האבן סמארט פאון, דארט איז יעדער איד חשוב.
אבער ניין איך נאך נישט גרייט. 1 די קהילה לייף וואס איך בין געוואוינט וויל איך נאך נישט פארלירן. 2 די ארגינאזאציע און די הילף וואס קען אנקומען צו אונז בעת הצורך ובעת שמחה איז סאך מער ווי ביי די מאדערנערע. 3 די שכר לימוד איז זייער טייער. 4 ועל כולם די רשעות איז ביי זיי שוין אויך דא, נאך נישט אזוי ווי ביי אונז אבער עס וואקסט. גיי פרעג דיר ביי די מאדערנסטע מוסדות וקהלות וויאזוי ווען עפעס געפעלט זיי נישט וועסטו זיין אין די גאס. איך האב א קרוב א מאדערנער וואס זיינע קינדער זענען אינדערהיים שוין צוויי יאר ווייל די מוסד האט נישט ליב געהאט זייער שטוב. און PASSAIC NJ איז געוען לעצטענס א מעשה ווי מען האט ארויסגעשטעלט א גאנצע משפחה פון די מוסדות נאר צוליב ווייל די טאטע ווען ער גייט אין פארק גייט ער מיט קורצע הויזן. מען האט אים איין מאל געווארנט און די נעקסטע טאג האט מען אלע אהיים געשיקט.
ממילא ליידער קען מען זאגן אז די מנהיגים האבן א רייץ ווער קען טוהן מער רשעות ער איז דער בעסטער מנהיג, אבער ואנחנו אנה אנו באים?
בלית ברירה קומט אויס אז מען מוז מאכן סטאטוס קווא. יעדער זאל בלייבן ווי ער איז. איי די אלע רשעות? וואס קען מען טוהן? אז ס'איז נישטא ווי צו אנטלויפן אנטלויפט מען נישט. אבער איין זאך, מען טאר נישט שטיצן די אלע וואס טוען רשעות און די אלע מוסדות וואס טוען די אלע רשעות. איינער וואס פארשטייט וואס גייט פאר טאר דאס נישט שטיצן.
איך האב מיך דערמאנט א מעשה וואס דאכט זיך שטייט אין די זמיגערדע כתבים (חמדה גנוזה כתב יד) אז דער ראפשיצער האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז פאר משיח וועט קומען וועלן זיין רבי'ס וואס פארן אויף א וואגן אין שבת, און די חסידים וועלן ארום טאנצן ארום די וואגן! האט זיין זוהן רבי אליעזר פון דזיקוב געפרעגט, טאטע וואס זאלן מיר טוהן? האט ער געענטפערט, אז מען זאל מיטטאנצן אבער ח"ו נישט שטופן דעם וואגן.
איך פלעג אלע מאל טראכטן ווי קען זיין אז רבי'ס וועלן מחלל שבת זיין? אבער אפשר קען זיין אז כוונתו הקדושה איז צו היינטיגע צייטן ווי די מנהיגים רבי'ס רבנים האלטן אין איין וויי טוהן מענטשן זיי זענען עובר אויף רציחה גזילה ועוד, און דער עולם שווייגט ואין פוצה פה.
אויף דעם האט די ראפשיצער אונז איבערגעלאזט אן הוראה אז מען זאל מיטטאנצן (נישט אנטלויפן) אבער נישט שטופן דעם וואגן.
איך ווייס פון א מנהל אין סקווערע שטעטל וואס מען האט געהייסן אז ער זאל ארויסווארפן א קינד וואס זיין טאטע האט געדאווענט אין די נורסינג האום לעבן סקווירא. דער מנהל האט זיך אפגעזאגט, איך טוה נישט אזעלכע זאכן. דאס איז א משל פון איינער וואס שטופט נישט די וואגן. יעדער וואס ווייסט אז זיין מוסד טוהט רשעות זאל נישט צאלן מער ווי שכר לימוד. צדקה וועסטו געבן פאר הכנסת כלה תומכי שבת, אדער סתם העלפן א איד וואס דו ווייסט אז ער איז א נצרך. אבער נישט שטופן די וואגן[/justify]
טאנץ מיט, אבער שטופ נישט די וואגן
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' ראש הישיבה שליט"א: איך בין טיילווייז מסכים מיט וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. בעיקרון. אין פריציפ מוזן מוסדות החינוך האבן סטאנדארדס. די איינציגע זאך איז אז מ'זאל זעהן אז זיי זאללן דאס נישט נוצן ווי א קרדום לחפור בה. נישט פיהרן קיין פאליטיק און דיסקרימינאציע. אבער געוויסע מאסן מוזן אנגעהאלטן ווערן ווי למשל דו ברענגסט אליינס אז אפילו א מדערנער מוסד החינוך האט, נאך עטליכע ווארנונגען צו דעם טאטן אז ער זאל זיך פיהרן מיט א ביסל זעלבסט ווירדע. כבוד עצמי. און נישט ארומגיין ווי א פראסטאק. ערשט נאך זיין נישט פאלגן די בקשות ואזהרות האט מען גענומען שריט צו באזייטיגן זיינע קינדער פון די מוסד. לאמיר זיך פארשטעללן, טאקע א מאדערן-ארטאדאקסישער מוסד החינוך וואו ס'וועט זיין עלטערן וועלכע האלטן זיך נישט צו די גדרי הצניעות. אדער זענען מחלל שבת. אדער עסן נישט כשר'ס. וואס קען דער מוסד טון, אויב נישט אפזאגן אזאלכע עלטערן פון זיין מעמבערס. ווייל אויב נישט וועט דאס אונטערברענגען דעם מוסד. ווייל וואס די עלטערן לערנען די קינדער אין שטוב איז די פארקערטע וואס דער מוסד החינוך לערנט זיי. די זעלבע איז ביי חסיד'ישע מוסדות. ס'מוז זיין סטאנדארדס. נאר די עוולה איז ווען מ'שטעלט זיך אויף נארישקייטן און משוגעת'ן. אדער מ'דיסקרימינירט אקעיגן די נישט פארמעליכע מעמבערס. וואס די זעלבע עוולות לאזט מען אדורך ביי די וועלכע האבן יא די מאה. איך ווייס פון ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער א חסידישן מוסד החינוך וועלכער האט געהאט זייער גוטע און הויכע סטאנדארטן פאר די תלמידים און זייערע עלטערן. און געוויסע יחידים, וועלכע זענען פארמעגליך און נדבנים פאר'ן מוסד האבן עובר געוועהן אויף כמעט אלע תקנות המוסד. ואין פוצה פה ומצפצף. דאס איז שוין נישט קיין יושר, און מיז פארראכטן ווערן...

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
זייער שיינע ארטיקעל, אבער ביסט נישט גערעכט מיט אייו נקודה, די זוכסט פשט אין דעם וואס ער האט געזאגט אז די רביס וועלען מחלל שבת זיין, און די זוכסט דוגמאות, און דיין תירוץ איז ער האט געמיינט דאס און יענץ וכו'.
להוי ידוע לך אז פשט איז פשוטו כמשמעו, רבי'ס וועלען טוהן וואס זיי דארפען וואס איז נוגע פאר זיין כבוד.
און אויב די זוכסט דוגמאות, עיין פרשת סאטמאר שמיני עצרת, ווען צעהנליגע מענטשען זענען געשטאנען מיט סעלפאנען און גערופען, ואין פוצה פה, ואין מוחה.
און דאס איז שוין סאטמאר ווי תורת החסידות בטלה, קל וחומר אלע אנדערע, זיי נישט נאריש, אלע רבי'ס, יא אלע, זענען מחללי שבת. דער ראפשיצער האט געוויסט וואס ער רעדט.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ראש הישיבה שליט"א: איך בין טיילווייז מסכים מיט וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. בעיקרון. אין פריציפ מוזן מוסדות החינוך האבן סטאנדארדס. די איינציגע זאך איז אז מ'זאל זעהן אז זיי זאללן דאס נישט נוצן ווי א קרדום לחפור בה. נישט פיהרן קיין פאליטיק און דיסקרימינאציע. אבער געוויסע מאסן מוזן אנגעהאלטן ווערן ווי למשל דו ברענגסט אליינס אז אפילו א מדערנער מוסד החינוך האט, נאך עטליכע ווארנונגען צו דעם טאטן אז ער זאל זיך פיהרן מיט א ביסל זעלבסט ווירדע. כבוד עצמי. און נישט ארומגיין ווי א פראסטאק. ערשט נאך זיין נישט פאלגן די בקשות ואזהרות האט מען גענומען שריט צו באזייטיגן זיינע קינדער פון די מוסד. לאמיר זיך פארשטעללן, טאקע א מאדערן-ארטאדאקסישער מוסד החינוך וואו ס'וועט זיין עלטערן וועלכע האלטן זיך נישט צו די גדרי הצניעות. אדער זענען מחלל שבת. אדער עסן נישט כשר'ס. וואס קען דער מוסד טון, אויב נישט אפזאגן אזאלכע עלטערן פון זיין מעמבערס. ווייל אויב נישט וועט דאס אונטערברענגען דעם מוסד. ווייל וואס די עלטערן לערנען די קינדער אין שטוב איז די פארקערטע וואס דער מוסד החינוך לערנט זיי. די זעלבע איז ביי חסיד'ישע מוסדות. ס'מוז זיין סטאנדארדס. נאר די עוולה איז ווען מ'שטעלט זיך אויף נארישקייטן און משוגעת'ן. אדער מ'דיסקרימינירט אקעיגן די נישט פארמעליכע מעמבערס. וואס די זעלבע עוולות לאזט מען אדורך ביי די וועלכע האבן יא די מאה. איך ווייס פון ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער א חסידישן מוסד החינוך וועלכער האט געהאט זייער גוטע און הויכע סטאנדארטן פאר די תלמידים און זייערע עלטערן. און געוויסע יחידים, וועלכע זענען פארמעגליך און נדבנים פאר'ן מוסד האבן עובר געוועהן אויף כמעט אלע תקנות המוסד. ואין פוצה פה ומצפצף. דאס איז שוין נישט קיין יושר, און מיז פארראכטן ווערן...
דו ביסט גערעכט אז עס איז א גרויסע עוולה אז מען מאכט פאליסיס וואס וועט נישט זיין אקטואל ווען יענער האט געלט.
איך מיין אבער אז די פאקט אז מען קוקט בכלל אויף א זאך וואס עלטערן טוהן דן צו זיין אויב די קינד קען זיין אין א מוסד איז א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן און א נייע ערשיינונג וואס האט נישט קיין מסורה. יעדער מוסד איז אמאל געעפענט געווארן ווייל מיר ווילן צושטעלן ווי מער אידישע קינדער פארן באשעפער. די מאדערנע מוסד איז געעפענט ווייל זיי ווילן נעמן קינדער פון נישט אזעלעכע פרומע שטובער און זיי מאכן פרום. דער ליטווישע מוסד איז אפען ווייל מען וויל נעמען קינדער פון מאדערנע שטובער און זיי מאכן פאר ערליכע בני תורה. דער חסידישע מוסד איז אפען ווייל מען וויל נעמען קינדער פון בעל בתישער שטובער און זיי מאכן פאר חסידישע עובדי השם. אזוי איז געווען לדעתי כוונת המייסדים. היינט איז די מוסד נאר אפען ווייל יעדער וויל זיין קינד זאל זיין די בעסטע.
דאס איז גאווה גאווה גאווה גאווה!!!!
אזוי האט געזאגט מרן הרב שטיימאן שליט"א (ווער עס קען ברענגן א לינק פון די קליפ, ביטע ברענגן)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לערנסט אריין א גאנצע פשט'ל אין ר' שטיינמאן אריין.
ער האט גערעדט ווען מען וויל נישט האבען א קינד סתם, ווייל ער פאסט נישט אריין. צו ווייל איינער וויל האבען בלויז מצויינים.
לכאורה ווארפט מען זיך מיט מענטשען היינט ווייל מען האט באמת צופיל קינדער אין די מוסדות. נישט קיין אנדערע סיבות. דערפאר האלט מען די געלט געבערס. א מוסד וואס האט פלאץ לרחצה ווארפט זיך נישט מיט קיינעם.
און די סיבה פארוואס עס איז נישטא גענוג מוסדות איז ווייל שכר לימוד איז צו ביליג און א מוסד איז נישט סאסטעיניביל מיט בלויז שכר לימוד.
עס וועט לכאורה נישט זיין קיין שינויים ביז מער מוסדות וועלען זיך עפענען, און דאס וועט נישט געשעהן ביז די יעצטיגער מוסדות וועלען העכערען שכר לימוד אסאך, אדער די וואוטשערס וועלען זיך אריינריקען מער.
ער האט גערעדט ווען מען וויל נישט האבען א קינד סתם, ווייל ער פאסט נישט אריין. צו ווייל איינער וויל האבען בלויז מצויינים.
לכאורה ווארפט מען זיך מיט מענטשען היינט ווייל מען האט באמת צופיל קינדער אין די מוסדות. נישט קיין אנדערע סיבות. דערפאר האלט מען די געלט געבערס. א מוסד וואס האט פלאץ לרחצה ווארפט זיך נישט מיט קיינעם.
און די סיבה פארוואס עס איז נישטא גענוג מוסדות איז ווייל שכר לימוד איז צו ביליג און א מוסד איז נישט סאסטעיניביל מיט בלויז שכר לימוד.
עס וועט לכאורה נישט זיין קיין שינויים ביז מער מוסדות וועלען זיך עפענען, און דאס וועט נישט געשעהן ביז די יעצטיגער מוסדות וועלען העכערען שכר לימוד אסאך, אדער די וואוטשערס וועלען זיך אריינריקען מער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
ווען איז געווען די אסיפה דן צו זיין צו מאכן די טויש???
[justify]די גאנצע פאקט וואס איז אהנגענומען ביי די היימישע קאמיוניטי אז מען 'מוז' מאכן א סעלעקציע און אז יעדער מוסד זאל מאכן, איז א דבר של גאוה. עס איז א זאך וואס האט נישט קיין מסורה. עס איז א זאך וואס מען דארף מאכן א חשבון הנפש וויאזוי האט זיך עס אנגעפאנגען.
די אלע וואס טענה'ן אז מען מוז עס טוהן ווייל היינטיגע דורות איז דא שווערע נסיונות, און אויב מען וועט נישט מאכן זיכער אז אונזער קינדער האבן נאר חברים פון 'גוטע שטובער' קענען זיי אליינס קאליע ווערן, וויל איך מיט זיי כאפן א קורצע שמועס.
דו ביסט מודה אז אמאל איז נישט אזוי געווען. אמאל האט יעדער רבי געוואלט ווי מער אריינכאפן שוואכערע אינגעלייט און זיי הייבן. יעדער רבי האט זיך געפרייט ווען א פלעטבושער אינגערמאן שיקט זיינע קינדער אין זיינע מוסדות, אזוי אז כאטש די קינדער וועלן זיין חסידיש. רבי משה'לע פון וויזניץ ב"ב האט געהאט א גאנצע ארגענעזאציע 'צעירי וויזניץ' וואס איז געמאכט צו כאפן די וויזניצער אפשטאמיגער און זיי אריין שלעפן אין די וויזניצער מוסדות.
איך ווייס אז אין מיין כתה אין א חסידישע חדר האבן געלערנט צוויי קינדער מיט טעלעוויזשען אין שטוב, וואס זיי האבן נישט. זיי זענען גאנץ היימיש חסידיש. א דאנק וואס מען האט זיי אריינגענומען און חסידישע מוסדות.
נו די מציאות האט זיך געטוישט.......
קען מען זאגן צוויי אפציעס וואס האט גורם געווען די טויש:
1. ווייל יעדער וויל האבן די בעסטע נאמען. יעדער וויל די בעסטע פערענט באדי. יעדער וויל קענען זאגן אז ביי אונז אין די מוסדות איז דא קינדער פון די שענסטע און חשובסטע שטובער פון אונזער שטאט. מען רייסט זיך אריינצוקומען אין אונזער מוסדות. מען וויל קענען פראקלאמירן ביי די דינערס פון די מוסדות אז (ליידער) [ב"ה] מיר האבן געמוזט אפזאגן 70 אפליקאציעס פון חשובע שטובער פון שטאט.
פיין, אבער פאר דעם ביסטו נאך נישט בארעכטיגט צו טוהן עוולות נאר צוליב גאוה וכבוד.
2. מען האט געמאכט ריסערטש און געזעסהן ווי ליידער עס פאלט שטיקער פון אונזער געמיינדע. מען האט געזעהן אז די מגי"ש זיהן איז אפגעפארן און די מגי"ש האט אפילו נישט קיין סעלפאון אפילו נישט קיין מאושר אהן טעקסט. ער לאזט נישט אריין אין שטוב קיין mps פלעיערס. די שטוב איז די מערסטע אפגעהיטן וואס איז שייך. איז שווער ווי קומט צו אים אז זיין זוהן זאל אפגליטשען רח"ל? ווי קומט פאר רבי בערל די ת"ח אז זיין זוהן זאל אפגליטשען? ווי קומט פאר רבי זעליג די באקאנטער בעל מחנך וואס יעדער ווען ער האט א פראבלעם קומט מען זיך דורך רעדן מיט אים, אז זיין זוהן זאל אפגליטשען?
האט מען דן געווען די נושא, און מען האט געזעהן ווי ער האט געהאט אין זיין כתה א חבר פון א 'שוואכערע סארט שטוב', און דער קליינער שגץ'ל האט נעבער פארפירט דעם מגי"ש'ס א זוהן. נו בלית ברירה האט מען געמוזט טוישן די פאליסי, און אפגעמאכט אז דער וואס איז נישט אזוי ערליך אדער אזוי פרום ווי א געוויסע סטאנדארט קען נישט אריין קומען און דער מוסד (אפילו א היימישער) [אויסער מיט א פאהר דאלאר].
כאטש איך ווייס נישט צו איך בין מסכים מיט דער החלטה, אבער איך פארשטיי אז די מאטיווען פון די החלטה איז געווען גוטע.
אבער מיין מיליאן דאלאר שאלה איז: ווען האט מען דאס דן געווען?
ממ"נ אויב איז די טעם פון די אלע סעלעקצעס איז נומער איינס, דארף איך נישט מאריך זיין און די עוולה דערפון. אויב איז די טעם פון די סעלקציעס נומער צוויי, איז מיין שאלה:
ווען האט מען דאס דן געווען?[/justify]