נטרונא: פאררעטער אדער קליינע מוחות? (ואיה וענה)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ער ברענגט ארויס שיינע נקודות. אבער אפשר קען מען אויפהערן רעדן וועגן די שרעקליכע סכנה אין וואס נטרונא לייגט אריין כלל ישראל? איינער ווייסט צו זאגן פון איין אנטיסעמיטישע אטאקע וואו דער אטאקירער האט גענוצט נטרונא אלס שטיצע פאר זיין אנטיסעמיטיזם?
האדם לא נברא אלא להתענג
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

כמיין זייט יודען זענען ניצול געווארן פון די נאצישע לאגערן איז נאך אזא סכנה נישט געוועזן פארן שארית הפליטה :D
הערט און שטוינט
http://t.co/KBNEyuHOUG/s/wVe5
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אבטולמוס האט געשריבן:ואיה וענה'ס ווערטער זענען א תוכחה מגולה, אבער זיין ליידנשאפטליכער ליבשאפט פאר עם ישראל זינגט ארויס מיט זיסע קלאנגען. ריכטיגע ווערטער, און הערליך געשריבן.

וואס מיינט דאס?

[tag]אבטולמוס[/tag]
Under influence
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:דער איד איז נישט צופרידן פון ואיה ואנה'ס ארטיקעל
בילד

ואיה ענטפערט
http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/180844/



אין אן ארטיקל, וואס "נטרונא" האט געלאזט די טעג אָפּדרוקן אין "דער איד", איז פארדאַמט געווארן מיין פאריקער אַרטיקל, וואָס איז פּובליצירט געוואָרן אויף די שפּאַלטן פונעם "פארווערטס". וואס מיך האט אבער געוואונדערט שטארק איז דער פאקט, וואס "נטרונא" האט ציטירט נישט מער ווי צוויי-דרײ האלבע זאצן פונעם אַרטיקל, און זיך געיאָגט צו באַשטימען, אַז פון מײן פּען "רינט גיפט און האַס", און אז דאס "פירט אונז צוריק מיט פערציג-פופציג יאר צוריק ווען די גענוי-זעלבע ווערטער זענען געשריבן געווארן אויף די דרכי המלחמה והמחאה בהלו נרו עלי ראשינו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע".

שײכותwדיקע אַרטיקלען: נטרונא: פאררעטער אדער קליינע מוחות?

פּערזענליך גלייב איך, אז "נטרונא" פירט זיך נישט לויט די פארשריפטן פונעם סאטמארער רב. דאך, וועל איך לאזן דעם שמועס פאר אן אנדערס מאל, און איך וועל מיך יעצט באַציען נאָר צו דעם, וואָס ליגט מאמענטאַל אויפן טיש. קיין לאַנגע פאלעמיק וועל איך נישט פירן, אבער כאטש מיט אַ פּאָר שורות לאָזט מיך קלאָר שטעלן דאָס בילד.

פון מײן פען, טײערע יידן, רינט נישט, חלילה, קיין האס. דאס איז שקר, און ווער עס וויל, קען זיך דאס אליין איבערצײגן בײם ליינען מײן פאריקן אַרטיקל. פון מײן פּען רינט נאָר בלוט, וואָס האט דעם קאליר פון מײן אייגן פאָלק. פון מיין פּען רינט נישט קיין "האס און העצע קעגן יעדן ערליכן איד", ווי די "נטרונא" וואָלט אוודאי געוואָלט אַז ס'זאָל זײן. ליידער, מוז איך זיי אַנטוישן. פון מײן פּען רינט א פשוט'ע ווײבערישע טרער, אויסגעווייקט אינעם ייִדישן ליד. כ'מיין, אט די לאַנג-דורות'דיגע שירה, וואָס האָט אָנגעהויבן איר ערשטן גלגול אין פרייד פון יציאת־מצרים, און איז אין שפּעטערן גלות פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טרויעריקער מעלאַנכאָליע, וועלכע האָט נישט אויפגעהערט אויסצודרוקן איר בענקשאַפט צו דער מזרח־זײט פון דער וועלט.

האַס? שנאה? ניין, מיינע טייערע, איר האָט בכלל נישט גוט איינגעטראַכן, און איך זאָג אײך צו, אַז כ’וועל אײך דאָס איבערווײזן. איר באַשולדיקט דעם "פאָרווערטס" זאָגנדיג, אַז זיי האָבן "אָפּגעשטויבט די אַלטע לשונות של גנאי ודברי הבאי", אבער דאָ האט איר אַ מיאוס'ן טעות געהאַט. נישט דער "פארווערטס" האט דא גענוצט אַן אַלטע רעטאָריק, נאָר די וואָס זענען נישט גרייט זיך צו באציען צו קריטיק אויף אַ מענטשליכן אופן, זיי נוצן אן אלטע אפגעריבענע מטבע.

אין מיין פאריגן ארטיקל האב איך בסך הכל געוויזן אז די וועלט אין וועלכער 'נטרונא' לעבט איז זייער ווייט פון דער רעאלער וועלט, און זייער סטראטעגיע איז דערפאר א פעלערהאפטיגע. דארט וואו זיי קלערן צו באשיצן אידן שטימט נישט לכאורה ווען מ'באטראכט די מאטעמאטיק, און ווידער דאס וואס זיי קלערן אויסצוליידיגן מדינת ישראל פון אידישקייט איז נאך א גרעסערע אילוזיע, וויבאלד ס'איז אין ערגעץ נישטא אזא אויסגוס פון אידישן געפיל ווי דאס וואס געפינט זיך אין ארץ-ישראל, אינעם סאמע תוך פון דער לאנדס-ווירטשאפט. נו? איז דא קעגן דעם אן ענטפער? אויב באטיטל'ען דעם שרייבער ווי א שונא הדת איז ביי אייך א מענטשליכער ענטפער, דאן זאל עס אייך וואויל באקומען. נאר ביטע, זאגט נישט אז איך בין דער וואס נוצט אן אור-אלטע רעטאריק...

און איר ווייסט וואס נאך כ'וועל אייך זאגן? אויב אויסדרוקן ליבשאפט צו אונזער פאלק הייסט "חירוף וגידוף", דאן מוז דער טיטל זיין א וואונדערליך שיינער. איז דען נישט בעסער צו ברענען אין גיהנם ווי איידער צו פארלאזן דעם נאבעלסטן פאלק אויף דער וועלט? וואס א טעם וועט דער גן-עדן האבן ווען איך זאל דארט זיין אליין מיט אפאר נטרונא אנהענגער, בשעת אונזערע צענדליגער טויזנטער סאלדאטן וואס האבן זייער לעבן איינגעשטעלט פאר אונזערע ברידער און שוועסטער וועלן זיצן אינעם דעזיגנירטן גיהנם פאר ציוניסטן? מיר איז ליבער דער גיהנם פון די אידישע קינדער וואס זינגען אויס לידער צו גאט ביים אריינטרעטן קיין עזה, ווי איידער א גן-עדן וואס האט זיך געבויט אויף דעם פאקט אז איך האב מיין רוקן געוויזן פאר מיין פאלק.

אויב מיט הונדערט יאר צוריק איז ציוניזם געווען בלויז אן אידעע, איז עס היינט א טאג-טעגליכער מציאות פון מיליאנען מענטשן וואס רופט זיך ארץ-ישראל. ציוניזם איז מער נישט קיין אבסטראקטער געדאנק, נאר אזוי ממשות'דיג און מציאות'דיג ווי עס איז דאס גיין איינקויפן ברויט אינדערפרי אין געשעפט, אפשיקן די קינדער אין חדר/שולע, און טאקע אויך צו זיצן אין א טראפיק אין די גאסן פון ירושלים. ציוניזם איז מער נישט קיין ענין פון הערצל און אחד-העם, נאר פון א רחוב הרצל און א רחוב אחד-העם, וואו מענטשן יאגן זיך טאג-טעגליך צו זייערע פרנסות, און די מענטשליכע ערשיינונג פון לעבן איז סינאנים מיטן נאמען איד. צו פארשרייען דאס אלעס, ווי גלייך ס'וואלט זיך נאך געהאנדלט פון א בלויזער אידעע, איז אדער קאלטבלוטיג אדער תמימות'דיג. איר האט פאר מיר א דריטן אויסוואל? אדרבה!

צווישן איבריגנס באוויינט 'נטרונא' דעם פאקט וואס "מען ארגאניזירט שעות און בלעטער גמרא פאר פרטיות'דיגע נעמען פון חיילי צה”ל", און אז "אין די חרד’ישע גאס ווערט צוזאמגענומען עסנווארג" פאר די סאלדאטן אויפ'ן פראנט. די 'נטרונא' באצייכנט אט די מעשים ווי "א שרעקליכער חילול השם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען (!)"

איר שטוינט מסתמא, איז דא בכלל א וועג מקרב צו זיין אל השכל אזא לאזונג? לויט די סטאטיסטיקס קומט אויס אז א סאלדאט וואס געפינט זיך אויפ'ן שלאכטפעלד איז אין א גרעסערער סכנה ווי סתם מענטשן, גלייבט אבער 'נטרונא' אז צו שענקען די קינדער אויפ'ן פראנט א באזונדער קאפיטל תהלים וואלט געהייסן א שרעקליכער חילול השם, אזא וואס די וועלט האט נאך פריער נישט געזען. דאס הייסט אייגנטליך אז מיר קענען דאס באטראכטן ווי א חילול השם פון א היסטארישן כאראקטער. זאלן מיר וויינען אדער לאכן? דאס ווענדט זיך אפשר וויאזוי מיר ענטפערן אויף דער פראגע פונעם קעפל "פאררעטער אדער קליינע מוחות?"...

איך ווייס אז 'נטרונא' וועט אונז דעם ציוניזם נישט קענען מוחל זיין, אבער איך וועל זיי דערויף יא מוחל זיין. איך פארשטיי אז ס'זענען דא פארשידענע פאקטארן וואס האבן זיי געברענגט צו דעם אומרעאליסטישן וועלט-קוק, אבער איך מוז נאר איבערזאגן נאכאמאל וואס איך האב געשריבן פאריגע וואך. דער געלעכטער האט א חשיבות נאר ווען מ'קען געבן דעם לעצטן לאך. די מעשים פון נטרונא (און איך מיין טאקע דוקא די מעשים, נישט די פערזענליכע אמונות) זענען אנטאגאניסטיש צום גרעסטן אידישן פראיעקט פון אונזער צייט, בשעת די שטערקסטע אויפבליאונג פונעם אידישן גייסט קומט פאר דוקא אין די גרעניצן פון ארץ-ישראל.

ווען איך זאג "די גרעניצן פון ארץ-ישראל" קומט מיר אין זכרון די סינטעזע פון אלט און ניי, די אור-אלטע זאמדן אויף וועלכע אונזערע נביאים האבן געטרעטן, און דערנעבן די פריש-אויסגעלייגטע אספאלט; די נאקעטע פעלזן פון יהודה וואו אונזערע נזירים האבן זיך מתבודד געווען אין מערות, און די פריש-געפלאנצטע טייטלביימער וואס באצירן די וועגן; די חורבות פונעם גליל קעגן די הונדערטער ישיבות אין גאנצן לאנד, און פון מיין הארץ רייסט זיך א גרוס צו ציון, א גרוס צו די אידישע שאסייען וואס זענען אנגעפירקלט מיט פסוקים פון תנ"ך, א קוש צו די אידישע מארק-פלעצער וואו ס'שטייען בוכארישע אידן און פארקויפן ניסלעך, צו די אידישע פארקן און די אידישע שטיינער און ציגל. איך שענק מיינע פארמאכטע ליפן צו די בלויע פארצויגענע הימלען איבער'’ן מקום המקדש און מיט די הייסטע טרערן פאראייביג איך אין איר ערד מיין נאמען איד...


Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z3ArqFo6o2
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

א שאד אז קיינער קלערט נישט אויף די פארווערטס שרייבער אז יעצט אין א היציגע צייט ברענגט זייער נעגיטיווע שרייב ארבעט בלויז מער שטיצע פאר די עד'ס און מסתמא איז זיי צו פארדאנקען א שיינע צאל עדס וואס די טויזענטער גויי הארץ האבן געהערט די מעסעדש אויף די ראדיא

ווער עס קען זאל אויפקלערן די פארווערטס שרייבער אז אזעלכע ארטיקלען דארף מען שרייבען אין רואיגערע צייטן
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ווייט פיש האט געשריבן:א שאד אז קיינער קלערט נישט אויף די פארווערטס שרייבער אז יעצט אין א היציגע צייט ברענגט זייער נעגיטיווע שרייב ארבעט בלויז מער שטיצע פאר די עד'ס און מסתמא איז זיי צו פארדאנקען א שיינע צאל עדס וואס די טויזענטער גויי הארץ האבן געהערט די מעסעדש אויף די ראדיא

ווער עס קען זאל אויפקלערן די פארווערטס שרייבער אז אזעלכע ארטיקלען דארף מען שרייבען אין רואיגערע צייטן


אקעי
.
פארשפארט