רבי מרדכי מקרעמניץ - י"ג תמוז

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 11:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

רבי מרדכי מקרעמניץ - י"ג תמוז

שליחה דורך ליסקא »

הגה"ק מרן אך פרי תבואה מליסקא זי"ע איז געוועהן אמאהל אויף יום טוב סוכות ביים הייליגען רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זצ"ל, נאך דער סעודה זענען אסאך מענטשן געקומען שלום נעמען פונעם הגה"ק מליסקא, אין זיי האבען איהם אויס געפרעגט פון ווי ער איז, ומה טיבו , דער אך פרי תבואה האט זיי אינמיטן געגעבען א פרעג "פארוואס פרעגט מען מיר אזוי", האבן זיי גענפערט היות הרה"ק רבי מאיר'ל האט איהם געזעצט ציווישען די 'אושפיזין' (אויף בענקל וואס איז נגד אושפיזי דמשה - צבי בא"ת ב"ש איז משה) ולאו כל אדם זוכה לכך.

דער צווייטע נאכט האט איהם איהם רבי מאיר'ל ווייטער געזעצט אויפן זעלבן פלאץ, אבער אנדערש ווי דער ערשטע נאכט וואס רבי מאיר'ל איז געוועהן דער גאנצע צייט פון דער סעודה שמח מאד ובטוב לב, איז ער דער צווייטער נאכט געזעצט בפחד וחרדה גדולה, פלוצלינג האט ער געגעבען א געשריי:
"איך ווייס נישט נעכטין איז אונם געפעללען דאס דאווינען האבען מיר איהם געזעצט צווישען די אושפיזין, איז ער שוין היינט ברייט בייא זיך מורא רבך כמורא שמים. די צעהן זענען מיר הערויס געפאללען פון מורא פאר מיין רבי'ן ר' מרדכלי קרעמעניצער זצ"ל". און ער האט געוויזען מיט זיינע הענט צו זיין מויל אויף די ציינער אז עס פעהלט איהם.

מרן האך פרי תבואה זי"ע האט מסביר געוועהן אז דער ערשטע נאכט איז ער געזעצן מיט א שטארקע שפלות עצמו, אבער דער צווייטע נאכט איז ער שוין געזעצן מיט אביסל הרחבת הדעת, און אט דאס האט רבי מאיר'ל מרגיש געוועהן. אין דאס וואס דאס דאווינען איז געפאלען פאר ר' מאיר'ל איז וויבאלד ביים דאווינען האט מען זיך זייער געשטיפט, האט דער ליסקא רב כדי נישט צו וועלען טראכטן קיין שלעכטס אויף א איד, איז ער אוועק פון זיין פלאץ אין זיך געשטעלט דאווענען לעבען דער טיר.
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 11:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך ליסקא »

מרן הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פרי תבואה והישר והטוב, פלעגט נאך זאגען אז אמאל האט רבי מאיר'ל מפרעמישלאן געזאגט אויף זין רבי ר' מרדכי מקרעמניץ: "צו יעדע צייט און צו יעדע סעקונדע האט ער געוויסט מה למעלה ומה למטה, ואפילו הכי ירא לנפשו מאימת יום הדין וואס קומט".
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך אשכולות אויפוועקער »

אויפגעוועקט
פארשפארט