נח געציל האט געשריבן:אויך דארף מען געדענקען אז ווען די חסיד'ישע מוסדות אין אמעריקא זענען געגרינדעט געווארן איז געווען דער גרעסטער ציל צו בויען א חסיד'ישע אידישקייט אין אמעריקא, במילא איז אסאך דגוש געלייגט געווארן אויף דעם. יעצט אז רוב תלמידים גייען שוין אטאמאטיש מיט הוט און רעקל, און תלמידות אטאמאטיש בצניעות, קען מען אנהויבן לייגן מער דגוש אויף אנדערע חלקים און צו פארזיכערן א מער תכלית'דיגע עדיוקעישאן.
ווי למשל? אסר'ן די שטערן? און סמארטפאונס אפילו מיט א פילטער? אסר'ן סאנסא קליפס? און האקן אויף וואס מען קען נאר, און זיין ביזי מיטן א.ג. סור מרע? וואו איז אביסל עשה טוב און גוטע מדות?
סך הכל מיט וואס די קינדער זענען ביזי איז פאן מיט פאליטיק, און גלייבן אין רבי'ן שליט"א. זיי וואקסן אויף אנגעשטאפט מיט נארישקייטן. דאס איז אידישקייט היינט. האקן אויף יענעם, און מ׳גלייבט ווי די שאף אז פארדעם גייט מען גיין אין גן עדן

דאס אז עס הערשט א קאמפעטישאן ווער עס קען זיין מער "פרום" איז א באזונדערע פראבלעם, ווייל דא ברענגט אז די ראדיקאלע האבן אייביג אן אויבערהאנט ווייל קיינער וויל נישט הייסן די שוואכערע מוסד, און דאס ברויך טאקע אויך א תיקון. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז עס קומען צוביסלעך פאר פארבעסערונגען. כ'האב נישט געזאגט אז עס איז אן עולם התיקון, אבער אז מען הייבט אן אהערשטעלן א בעסערע און מער אינטערעסאנטע סדר הלימוד ווייזט אז מען רוקט זיך ארויף.
טוישן די סיסטעם הערט זיך שרעקעדיג און שווער, אנשטאט דעם דארף מען רעדן מער פון פרטיות'דיגע זאכן. איז דא זאכן אין אונזער סיסטעם וואס קען און דארף און מוז און זאל בעסער ווערן? צו דערנאך וועט אלעס זיין הונדערט פראצענט? ניין? נו איז וואס, גיין פון פינף פראצענט צו פופציג איז נישט קיין חיוב? דער עולם רעדט דא פון די חינוך סיסטעם און דראפאויטס. ס'איז נישט נאר דאס.
מעדזשאריטי פון בחורים הרג'נען אוועק די יארן פין די 13 ביז די אכצן. כדי בחורים זאלן נישט דרייוון אן לייסענס און נישט ברעכן שלעסער אדער טשעפנען דעם ערל וואס רוימט אויף נאך זיי, מוז מען געבן אינטערטענמענט פאר זיי. זאל זיין צוויי טיעמס אין ישיבה פאר בעיסבאל, פאט-באל, האקי, טעניס. זאל זיין א בייקינג, סקעטינג, מוזיק ארט גרופ אין ישיבה.
די שידוכים סיסטעם דארף א שטארקע טויש. פארוואס דארף מייין מאמע חתונה האבן מיט דעם בחור וואס מיין זיידע האט געגליכן און איך מיט די מיידל וואס מיין מאמע האט געגליכן? אדער גאר געגליכן איר באבע'ס "שיינע משפחה". מען מוז געבן א שטערקערע סעי פאר די בחור/מיידל, אפי' די עלטערן שמעקט עס נישט, ס'איז נישט זייער לעבן, ס'מיינס.
און דאס קען נאר זיין מיט אן הקדמה אז די בחורים זאלן האבן מער עקספויזשער צו מיידלעך (דאס ווייס איך נישט פונקטליך ווי אזוי אויסצוארבעטן) כדי זיי זאלן וויסן וואס דאס איז. נישט מ'זאל זיצן ביים בעשוי ווי א גולם.
די פיינע עלטערן פרעגן דעם קינד נאכן בעשוי: "נא, ווילסט דעם שידוך?" דער בחור האט נישט קיין אנונג פארוואס יא צו וועלן פארוואס נישט צו וועלן. ס' איז אזוי ווי איינער קומט אריין די ערשטע מאל אין א רעסטוראנט און ער דארף זאגן וואס ער גלייכט פון די מעניו בשעת ער האט נישט קיין אנונג וואס די זאכן זענען.
די שייכות וואס רוב מענער האבן מיט זייערע ווייבער איז געפערליך שלעכט. ס'איז בעיקר טעקניקאל, ער ברענגט פרנסה, זי קאכט. ער מאכט קידוש, זי וואשט די וועש. רוב אינגעלייט פרייען זיך - אדער עכ"פ ס'באדערט זיי נישט - אז די ווייב איז אוועק פון דערהיים פאר ניין וואכן. כ'האב גערעדט מיט א מאדערנער איד, זאגט ער "איך וואלט עס נישט אויסגעהאלטן, איי וואלד מיס הער".
אודאי אז מיין טאטע איז מחליט מיט וועם איך זאל וואוינען קען איך באשטיין אז זי זאל זיין אוועק פון דערהיים, און די אינגעלייט דארפן עס טאקע האבן, מ'דארף מנוחה פון די ווייבער, אנשטאט וואס די ווייב דארף זיין דער וואס ברענגט מנוחה. די רבנים וואלטן געדארפט הייסן מען מוז ארויסגיין אדער אינדערהיים איין מאל א וואך פארברענגען מיט די ווייב, נישט רעדן הויז זאכן, סתם טשילען, שפילן א געים, ליינען א בוך, שפאצירן, עסן.
פארשטייט זיך אז מען דארף אין סקול צוגרייטן די מיידלעך דערצו. עט ליסט אזויפיל מאל ווי מען רעדט פון צניעת זאל מען רעדן וועגן די נושא.