א סעלפאון ביים רעדל - טאקע אזא עוולה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 435 מאל

א סעלפאון ביים רעדל - טאקע אזא עוולה?

שליחה דורך אליצפן »

קינד און קייט ווייסן אלע אנצומערקן כהיום, איבער דער שעדליכקייט, און גרויזאמקייט פון מאטאריסטן, וועלכע דערוואגן זיך צו רעדן אויפן סעלפאן בו בזמן ווען זיי אפערירן א קאר. דער דאזיגער באגריף, איז ממש פארוואנדלט געווארן אין אזא יהרג ואל יעבור פראקטעצירונג. פרישע בינטלעך שטודיעס באגלייט מיט א טוץ לעבעדיגע עפיזאדן, מאכן זייער וועג אויף דער אויבערפלאך יעדן שני וחמישי, און קיין חילוק פון וועלכן ווינקל די שטודיע שפראצט פון, טוען אבער אלע ווי כולם פה אחד, גרייכן דעם זעלבן אנגעבליכן מסקנה. נעמליך: דאס האלטן אן עלעקטאראנישן כלי אין דער האנט בשעת׳ן פירן א קאר, איז שעדליך ביז גאר, און גרעניצט זיך אזש מיט׳ן שוועל פון טויט. די פאליציי אגענטורן מצידם, פוילען זיך נישט פון צו אפרעכטן יעדע שטיק צייט אזאנע אזויגערופענע 'קרעקדאונס' אקעגן פארלעצער פון דעם געזעץ, אלץ אונטער דעם כלומר׳שן שלייער פון "סעיפטי".

איז אזוי, איידער כ'וועל פרובירן צו ווייזן ווי לעכערליך דער עצם איסור פון רעדן ביים דרייווען איז, מוז אנגעוויזן ווערן, אז דער צאל פאטאליטעטן פון קאר עקסידענטס אין אמעריקע האלט און איין פאלן. אין פאקט: זינט די ערצייגונג פון סעלפאונס, בערך צוואנציג יאר צוריק, האט דאס צאל פאטאליטעטן אריינגעהויבן רעדוקציעס ממש יעדן יאר. נאכמער: אינעם יאר פון 2011 למספרם, האבן זיך אפגעשפילט דאס קלענסטע צאל פאטאליטעטן זייט יאר 1949 -- א קיימא לן פון 62 יאר! און דאס איז טראץ דעם פאקט אז אין יענע יארן איז דער אמעריקאנער באפעלקערוג באשטאנען ממש מיט האלב אזויפיל מענטשן פון ווי ס׳שטייט יעצט, און זעלבס פארשטענדליך אז אויף די גאסן זענען געווען בנמצא פיל ווייניגער קארס, ווי היינטצוטאגס.

איז קומענדיגע מאל ווען איר שטויסט זיך אן אין א פרישער שטודיע וועלכע לויטעט איבער די טויטליכע רעזולטאטן פון סעלפאונס און טעקסטינג, נעמט אין אכט דאס אז בעפאר דעם סעלפאון עפאכע, האבן זיך אפגעשפילט איבער די גאסן צוויי צו דריי מאל אזויפיל פאטאלע עקסידענטס.

ס׳קען זיין אז סעלפאונס ראטעוועט זאגאר לעבנס, צוליב דעם אז ס׳ערלויבט פיל שנעלער צו רופן פאר הילף אין פאל פון אן ערנסטער צוזאמשויס. בכל אופן, ערגער האט עס זיכער נישט געמאכט.

יעצט לעצם הענין, דער געזעץ וואס אסר'ט רעדן ביים דרייוון מאכט פשוט נישט קיין סענס! לאמיר זען גענוי איבער וואס ס׳באשטייט דער דאזיגער פארבאט. צו נוצן דער האנט צו האלטן דעם פאון? מה נשתנה האלטן א פאון, פון עסן, טרינקען, רייכערן וכדו׳. חפצים וואס קאטאגארירן זיך אינעם כלל פון דברים המותרים -- כאטש מ׳ברויך דערפאר צוקומען צו דער האנט. אפשר וועט איר ארגומענטירן, אז דער פראבלעם איז איבער׳ן ״דיסטרעקשען״, דהיינו, אז ס'נעמט אוועק דעם קאפ פונעם ראוד? אמער, אויף א בלוטוט מעג מען דאך יא רעדן, גערעכט? לכאורה שפילט דער דיסטרעקשן דעם זעלבן ראלע. איז מאי חזית דדמא דסעלפאון סומק טפי? פארוואס ווען איך שטעל צוזאם צוויי דברים המותרים, ווערט געבוירן איין דבר האסור? מאכט נישט קיין סענס!

נ.ב. דאס איז אלץ בנוגע רעדן אויפן פאון, טעקסטן איז אן אנדערע מעשה וואס איז שוין גאנץ מעגליך יא מסוכן, הגם וואס די סטאטיסטיקס צייגן לכאורה אנדערש.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר