קאמארע'ס אין די מוסדות!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

קאמארע'ס אין די מוסדות!

שליחה דורך שעפטל »

אן אריינגיין אין די פרטי המעשה צו ס'איז אמת צו נישט, די פוינט וואס ווערט ווייטער אראפגעברענגט איז גאר שטארקע און ברויך ווערן ארויסגעברענגט ריגארדלעס, די וויכטיגקייט פון קעמערא'ס איז טאקע קריטיש וויכטיג סיי פאר די עלטערן צו וויסן וואס די מלמדים טוהן, אבער נאך מער פאר די כלי קודש אליינס נאכדעם וואס באמת לעבן מיר אין א גאר צודרייטע וועלט.

און ווען איך זאג צודרייטע וועלט מיין איך ביידע וועגן, סיי טאקע מ'כאפט מער היינט ווי ס'ווערט אפגעטוהן שרעקליכע מעשים (קען זיין פשוט מ'רעדט מער, אבער אין פאקט הערט מען מער), און סיי דאס אז ס'איז א מדובר כאפן זיך היינט מער מענטשן ארויף דערויף און וועלן שנעלער באשילדיגן דעם מלמד מיטן מעשה.
לאמיר זיך נאר דערמאנען ווי אזוי מיר זענען אויפגעוואקסן... ווען איך בין אהיימגעקומען און דערציילט אז דער מלמד האט מיך דערלאנגט מנה אחת אפיים פארפלעין, נאך פאר ווי וואס ווען האט מיר מיין פאטער אראפגעשמירט א פלעמעדיגן פראסק פשוט ווייל די מלמד האט מיר געשלאגן.... היינט ווידעראום איז אן אנדערע וועלט, די עלטערן סטיקן אפ פאר די רייטס פון זייערע קינדער שנעלער, סיי מ'גלייבט זיי מער און סיי מ'ווערט שנעלער גערעגט אויפן מלמד, דעריבער איז זייער פאסענד אזא ארטיקל:
טייערע ראשי ישיבות, מגידי שיעור מנהלים, מלמדים שליט״א כל אחד בשמו יבורך.

עס איז נעכטן אנגעקומען די ווייטאגליכע נייעס אז א רעספעקטירטער ראש הישיבה איז ארעסטירט געווארן אין מאנסי אויף Child Sex Abuse Charges.

אן אריינגיין אין די דעטאלן פון די מעשה וואס איז בכלל נישט אונזער ציל דארפן מיר זיך אבער מאכן א חשבון הנפש!

די וואס זענען באקאנט אין די דעטאלן זאגן אלע בפה אחד אז דער טאטע וואס באשולדיגט דעם מנהל אין די פרשה זוכט שוין צו מאכן צרות פאר דעם מנהל יארן לאנג, דער מנהל האט אריינגענומען דאס קינד פון א Problam פאמיליע וואס אנדערע מנהלים זאגן עדות אז זיי האבן דעם קינד נישט געוואלט אריינעמען בשום אין אופן ווייל זיי האבן געוויסט אין וואס זיי לאזן זיך אריין.

דער מנהל האט רחמנות געהאט און יא אריינגענומען דאס קינד, און ווי עס שטעלט זיך ליידער היינט ארויס זיך איןאיין וועגס מקריב געווען אלס עולה תמימה!

די מעשה דארף אייך אויפוועקן צו א נושא וואס מיר בעצם וואלטן שוין לאנג נישט געדארפט רעדן דערוועגן ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט.

דער מנהל איז ליידער געפאלן א קרבן צו א שלעכטער מענטש וואס באצאלט אים רעה תחת טובה, און מיר דארפן פארשטייט זיך טאן וואס מיר קענען אים צו העלפען.

אבער איינער קען יא באשולדיגט ווערן סיי אין די שרעקליכער פלאנטער וואס דער מנהל געפינט זיך ה״י, און סיי אין די שרעקליכע מצב וואס די עלטערן פון די ישיבה געפינען זיך וואס זיי דארפן זיך ספראווען מיט מסביר זיין פאר זייערע קינדער זאכן וואס האבן קיין הסבר נישט (פאר קינדערלאך זיכער נישט) בנוסף וואס זיי דארפן deal'ן מיט זייער אייגענע שווערע געפילן, דערנאך די שווארצע ליילעך וואס אזא מעשה ווארפט ארויף אויף יעדער היימישער יוד.

שולדיג אין די מעשה איז די הנהלת הישיבה!

דאס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל אין די לעצטע פאר יאר וואס אזא מעשה פאסירט! און די ישיבות שלאפן! מיר שלאפן! עס איז צייט זיך אויפציוועקן!!!!!

עס איז היינט דא צו קויפן קאמארעס פאר חצי בחינם, אזאלעכע וואס קענען האלטן די Data פאר לאנגע יארן.

אויב א ישיבה האט נישט קיין קאמארעס אין יעדן אפיס, אין איעדע קלאס צימער, אין סיי וועלכע פלאץ וואס איז נישט פובליק 24 שעה א טאג זענען זיי עובר אויף רציחה גמור!

רציחה פון די מנהל/מלמד וואס וועט קיינמאל נישט קענען אפוואשן די פלעק אפילו אויב ווערט ער ריינגעוואשן אין קאורט.

רציחה פון די מנהל/מלמד׳ס פאמיליע און קינדערלעך וואס קענען זיך נישט דאס פנים באווייזן אויף די גאס פאר בושה.

א יוד אין תפיסה (נאכדערצו אויב מען ווערט ארעסטירט אויף אזא סארט פארברעכן) איז חשוב כמת, די פיינונגען וואס מען שטייט אויס פון אנדערע ארעסטאנטן וואס שפייזן זיך מיט צאפן יענעם׳ס בלוט איז אסאך מאל ארגער פון טויט.

טייערער מחנך, זייט איר וויסן אז היינט צוטאגס פעלט נישט אויס מער ווי איין גערעגטער טאטע וואס האט נישט קיין ירא שמים, אייך און אייער בני בית און אייערע קינדערלאך אומגליקלעך צו מאכן לאורך ימים ושנים.

די סיסטעם פון ״יוסטיץ״ אין אונזער מלכות של חסד גייט אז ווי נאר די פאליציי באקומט א באשולדיגונג נאך פאר זיי געפינען אויס וואס ווער ווי ווען, ווערט איר אויפגעפיקט און געקייטעלט און ארעסטירט ווילאנג א ריכטער קען אייך זעהן, אייער בילד ווערט פארשמירט אין יעדן צייטונג אין די נעקסטע הונדערט מייל פון ווי איר וואוינט, אייער הויז ווערט באלאגערט מיט צייטונגס שרייבער און טעלעוויזיע טראקס מיט ריפארטערס 24 שעה א טאג, און דאס זעלבע די חדר אדער ישיבה ווי איר דינט.

ענדליך ווען איר זעהט שוין א שופט דאן הייבט זיך און אז איר דארפט איינלייגן געלט (Bail) וואס געווענטליך גייט דאס אין די שווערע טויזענטער אז איר וועט נישט אנטלויפן ביז צום משפט אויב לאזט מען אייך ארויס, ווען איר קומט שוין אן צום טאג פון אייער משפט זענט איר שוין א צוקלאפטער חרוב׳ער מענטש, און דאס שאנס וואס א היימישער יוד האט מיט א גוישע זשורי היינט צוטאגס איז זייער זייער נישט גוט.

דאס אלעס פאדערט איין גערעגטער טאטע! יעדער פון אייך אויב זענט איר נישט קיין מלאך האט שוין געהאט א טאטע וואס האט געהאט טענות אויף אייך!

דאס אלעס קען מען פארמיידן מיט אפאר נארישע קאמארעס!

טייערער מחנך אויב גייט איר ״מארגן״ אריין אין חדר אדער ישיבה אן דעם וואס איר זעהט א געסיינטער קאנטראקט (Order slip) מיט א קאמארע קאמפאני אז זיי גייען לייגן קאמארעס נאך די וואך, שטעלט איר אין געפאר אייער עתיד, אייער קאלעגע׳ס עתיד און די עתיד פון אייער גאנצע משפחה!

אויב גייט איר אריין אין חדר אן דעם זאלט איר קיינעם נישט באשולדיגען אויב פאלט איר אריין אין א פלאנטער, נאר זיך זעלבסט.

נעמט אייך צוזאם מיט אלע מלמדים אין אייער תלמוד תורה און ערקלערט פאר די הנהלה קלאר און דייטליך ״אויב האט די ת״ת נישט קיין קאמארעס ביז נעקסטע וואך גייט איר נישט אריינטרעטן אין תלמוד תורה״.

מיר ווענדן זיך צו אייך עלטערן אויך, איר האט אן אחריות צו זעהן אז די מוסד ווי איר שיקט האט קאמארעס, ווען איר שרייבט איין אייער קינד אין א מוסד זאל די ערשטע שאלות זיין ״האט די מוסד קאמארע׳ס?״

די הנהלת המוסדות ארום די שטאט מיט די רבנים שליט״א לייגן ארויף תקנות און וויכטיגע תקנות אויפן ציבור, און זיי ערווארטן אז דער ציבור זאל זיך צושטעלן אויף 100 פראצענט!

דאס איז א תקנה וואס מיר לייגן אויף אייך און מיר ערווארטן אז איר זאלט אייך צו אונז צושטעלן 100%.

עס זענען דא היינט ליידער רשעים ״מבית ומבחוץ״ וואס ווילן אונטערברענגען דעם דת מיט שמוציגע באשולדיגונגען אויף אונזערע מלמדים און מתחנכים וד״ל, און זיי שטייען טאג און נאכט און זענען זיך מתכת עצה וואס זיי קענען טאן צו טרעפן עפעס אויף נאך א יוד, אויף נאך א מלמד, נאך א ראש הישיבה, אויב טוען מיר נישט די מינאמאלסטע זיך צו באשוצען זענען מיר זיך אליינס שולדיג אויב זענען זיי מצליח ח״ו!!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די הנהלה אין מיין מוסד האבן נאך פילע בקשות נאר געוואלט אינסטולירן די "קאושער קעמרעס" אן קיינע מעגליכקייטן צו טרייפענע קליפס רח"ל, וועלכע עס זאל זיין אפראווד ביי אלע וועד האישורים/האיסורים און ביי אלע היימישע פילטער קאמפאניס.

סארי פאר מיין ליצנות. דיין פוינט 101% פראצענט ריכטיג!! און השי"ת זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען.
וירח ה' את ריח הניחוח
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

אין אייוועלט האט מען פארמעקט דעם אשכול

דער שרייבער פרעגט פארוואס מע האט אים פארמעקט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 25#p919895
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער באבוב'ער קעמפ פארמאגט איבער דרייסיג קעמערס, ס'כמעט נישט דא קיין ארט ווי דער קאמערא דערגרייכט נישט.
דאס איז בכלל נישט פאר זיכערהייטס נאר בלויז צו קענען קאנטראלירן יענעם.

דאס איז לשיטתם, אין דער באבוב'ער סוכה איז דא א ערך פון זיבען קאמעראס!!
אזוי אויך אין דער בית המדרש הגדול בבית ובחוץ.

די אלע קאמעראס ארבעטן 24/7
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

דולה ומשקה האט געשריבן:דער באבוב'ער קעמפ פארמאגט איבער דרייסיג קעמערס, ס'כמעט נישט דא קיין ארט ווי דער קאמערא דערגרייכט נישט.
דאס איז בכלל נישט פאר זיכערהייטס נאר בלויז צו קענען קאנטראלירן יענעם.

דאס איז לשיטתם, אין דער באבוב'ער סוכה איז דא א ערך פון זיבען קאמעראס!!
אזוי אויך אין דער בית המדרש הגדול בבית ובחוץ.

די אלע קאמעראס ארבעטן 24/7

ביי די מעשה פאר צוויי יאר צוריק מיטן טראק דרייווער וואס איז אריין אין די באנקס איז שוין געווען קעמרעס? וואס האט מען געזעהן דעמאלסט?

וואס איז א נפקא מינה וואס די סיבה פארוואס זיי לייגן, אויב גיבן זיי צוטריט דערצו און פאל עס פעלט אויס, תבא עליהם ברכה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דולה ומשקה האט געשריבן:דער באבוב'ער קעמפ פארמאגט איבער דרייסיג קעמערס, ס'כמעט נישט דא קיין ארט ווי דער קאמערא דערגרייכט נישט.
דאס איז בכלל נישט פאר זיכערהייטס נאר בלויז צו קענען קאנטראלירן יענעם.

דאס איז לשיטתם, אין דער באבוב'ער סוכה איז דא א ערך פון זיבען קאמעראס!!
אזוי אויך אין דער בית המדרש הגדול בבית ובחוץ.

די אלע קאמעראס ארבעטן 24/7

הרב דולה ומשקה שליט"א: קעמערעס דארף צו זיין אין א יעדן פאבליק פלאץ. ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול אז ביי אינז אין ביהמ"ד האבן זיך אריינגעכאפט עטליכע אינשי דלא מעלי ביי שלוש סעודות און האבן געמאכט ליצנות פון רעבי'ן און קיינער האט זיי נישט געשטערט. איך האב אלעס צו געזעהן מרישא ועד גמירא. נאר איך האב נישט געוואלט מאכן קיין טומל ברבים. בכלל. געהער איך צו זייער א מעסיג חסידות. אבער אין געוויסע פלעצער וואלטן אזעלכע פארשוינען נישט ארויס מיט גאנצע ביינער. ווער בעט דיך קומען. אויב דו קומסט. האב דרך ארץ. גיב רעספעקט. קום נישט צו יענעם אין הויף און נוץ אויס זיין גאסטפריינדליכקייט צו טרייבן דיין פארדארבענעם ליצנות. ממילא איז סעקיוריטי קעמערעס בארעכטיגט... :? 8-) :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

אין אנדערע נייעס: לויט ווי איך הער אז און מאנרא און די מוסדות איז שוין אויך אינסטאלירט קאמערע'ס.
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברעט מענינג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס: לויט ווי איך הער אז און מאנרא און די מוסדות איז שוין אויך אינסטאלירט קאמערע'ס.

א יעדער קומט צוביסלעך צום שכל.... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די פראבלעם איז ביטער ווי א גל,
ס'נישט דווקא די קעמרעס נאר מער אונזער יוסטיס סיסטעם
כ'האלט יעצט מיט פון די נאנט ווי א צוחישטע אינגאטש סטראשעט זיין העלפער אז ער גייט עיהם איבער געבן מיט א בלבול צו די פאלציי טאמער באקומט ער נישט א סכום געלט (פאר דראגס).

ס'נישט נארמאל אז יעדער קראנק בחור'ל קען אין א רגע אנזעצן וועם ער וויל.

כ'האב געהערט א מעשה, א אינגערמאן האט אמאל געגעבן א היטש פאר א בחור, אנקומענדיג צו דעסטענעישן, זאגט דער בחור ''געבסטו מיר א צוואנציגע הרי טוב, אז נישט געב איך איבער אז האסט מיך צוגערירט''
נו, וואלט איינער נישט ארויס גענומען א צוואנציגער צו זיין אויפן סעיף זייט?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב געהערט א מעשה, א אינגערמאן האט אמאל געגעבן א היטש פאר א בחור, אנקומענדיג צו דעסטענעישן, זאגט דער בחור ''געבסטו מיר א צוואנציגע הרי טוב, אז נישט געב איך איבער אז האסט מיך צוגערירט''
נו, וואלט איינער נישט ארויס גענומען א צוואנציגער צו זיין אויפן סעיף זייט?

אויב איינער וויל נעמען היטשעס זאל ער זיך איינהאנדלן א דעשקעם. א דעשקעם איז סתם אזוי א גוטע זאך צו באשיצן דעם אומשולדיגן בירגער קעגן דעם פאליציאנט וואס מאכט בלבולים אויף אים.

א אינגערמאן וואס האט א דעשקעם און א בחור'ל זאגט אים גיב מיר א צוואנציגער אז נישט פארצייל איך א מעשה אויף דיר, פארמאכט מען די שלעסער פון די קאר, מען פארט צו אין פאליציי סטאנציע אריין, און מען גיבט איבער פאר די פאליציי די דעשקעם ווי דער בחור'ל סטראשעט מיט עקסטארשען. מסירה איז א טו וועי סטריט.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

גוט געזאגט משולם, אטא דאס געוואלט זאגן יעצט, און אויך פאר דעם שטילער אינגערמאן, זאג פאר יענעם וועמען דו קענסט, דער וועמען דער אינגאטש סטראשעט ער זאל גיין צו די פאליציי, זיי וועלן אים ווייערן, און אזוי זאל ער מאכן דעם געשעפט מיט יענעם אינגאטש. ווי משולם זאגט:

מסירה איז א טו וועי סטריט!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוב הימישע מוסדות ווי איך האב נאר אריינגעטרעטען אין די לעצטע פאר מאהר האבן קעמרע'ס.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

הוי, הלואי וואלט געווען קעמרעס אין קלאס און אין די סטארעדז רום ווען איך בין געווען א אינגעל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז געווען, מען וועט עס איבערשפילן אין הימל נאך די 120.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

די פראבלעם איז אז ''damage done''.
מיין אישו איז נישט יעצט(אין מיין סטעדזש אין לעבען) מיין שפל'דיגע מלמד, מיין אישו איז אז דאס זאל נישט געשעהן צו מיינע און קיינעמס קינדער.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

יסע ''לבעלזא'' והותר הכל

שליחה דורך outspoken »

אין חדש תחת השמש

היינט ווען ס'קומט ארויס אז א מלמד האט מאלעסטעט, איז די ערשטע זאך אז די קינד דמיון'ט און די טאטע האט א חשבון מיטן מלמד. ווייל ביי אונז פאסירט דאס נישט. כש''כ ווען די מלמד איז שיינע איד א גרויסע חסיד.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נו מיט די נייערע קעמרעס איז דאך מישאן אקאמפלישד, איך האב געמיינט דו וויינסט אויפן עבר.
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

איך ווייס פון א מוסד וואס האט שוין א שיינע פאר יאר הידען קעמרעס אין אסאך קלאסען, די מלמדים ווייסען נישט דערפון אפישעלי
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

סתם צו זיין קארעקט זענען די ווערטער נישט געשריבען געווארען אודות מעשים מגונים, נאר וועגען הלכות חרם
הגם דעם וואס מען האט געלייגט אין חרם האט געמאכט מעשים מגונים, אבער נישט דאס איז געווען די סיבה וואס מען האט איהם געלייגט אין ח'
כמבואר שם הכל הדק היטב
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Kool man האט געשריבן:איך ווייס פון א מוסד וואס האט שוין א שיינע פאר יאר הידען קעמרעס אין אסאך קלאסען, די מלמדים ווייסען נישט דערפון אפישעלי

עס איז אקעגן די הלכה אויב די מלמדים ווייסן נישט.
(און מעגליך אפילו אז מען טאר עס נישט נוצן אין געריכט אויב מען רעקארדירט אן רשות, הגם כ'בין נישט זיכער)
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

Smelly, I believe they're not planning to use it in court, they installed becaus of complaints on a melamed, they felt acrayis on the talmidim so they installed it, at the end. it was in benefit of that melamed, but this way they feel they keep an eye on kol tzureh sheloi tuvoi..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אהא.

Smelly, GEVALD
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מ'דארף פארשטיין, קאמארע'ס אין א קלאס רום אפילו דער מלמד ווייסט נישט דערפון איז נאכאלס א מעלה. דער עיקר מעלה איז טאקע אז טאמער א טאטע קומט זיך אפרעדן פאר די מנהל אז דער מלמד האט עפעס געטוהן, קען דער מנהל באמת וויסן דעם אמת, יעצט איז אמת.. איז דאך איבעריג צו זאגן די גוטע רעזאלטאטן דערפון, דער מלמד (איך האף אזוי) ווערט אפגעזאגט, דער מלמד וועט מסתמה נישט גיין דערציילן פאר די אנדערע מלמד איבער די קאמארע, ער וויל דאך נישט מ'זאל וויסן אז זיין "ריזיינען" האט עפעס מיט א קאמארע אינעם כיתה... ער וועט דאס ענדערשט לאזן אז ער איז לעצטענס עפעס שרעקליך הייזעריג און קען נישט אזויפיל שרייען אז זיין צולאזטע חדר...
יעצט אויב איז עס נישט אמת, און ס'קינד שרייט חי' וקיים אז דער מלמד האט געבאבערט אין חדר ביי ריסעס, נעמט מען ארויס די קאמארע'ס און מ'ווייזט פארן פאטער אז דער בענאק האט א שטיקעלע חשבון מיט געטרייען ערליכען מלמד און ער זאל נעמען זיין קינד צו א פיסכעלאג קעגן פאנטעזירן...

חוץ מזה, דער מנהל קען רענדאמלי איבערקוקן די קאמארע'ס און אויב זעהט ער אליינס א דבר מגונה, קען ער גאר אפירנעמען ס'קינד און געוואר ווערן ווי נאך ס'האט פאסירט, און פארן מלמד זאגט ער אז דאס קינד איז געקומען דערציילן.

אפשר איז טאקע בעסער אז דער מלמד זאל ווען וויסן בעפאר און ניטאמאל צוקומען לידי נסיון.

לגבי קאורט, איך דענק נישט ס'לעצטע מאל וואס א מוסד האט פרובירט אויפצוווייזן אין קאורט די שילד אדער אומשילד. און בכלל גיין צו די פאליציי מסר'ן זעכער נישט, סאו די קאמארע'ס איז ניצבאר עטליסט פאר זייער זייט אויפצוזאגן דעם מלמד. און איטס א טו וועי סטריט, טאקע ריינצווואשן דעם מלמד אין א בלבול
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט