און ווען איך זאג צודרייטע וועלט מיין איך ביידע וועגן, סיי טאקע מ'כאפט מער היינט ווי ס'ווערט אפגעטוהן שרעקליכע מעשים (קען זיין פשוט מ'רעדט מער, אבער אין פאקט הערט מען מער), און סיי דאס אז ס'איז א מדובר כאפן זיך היינט מער מענטשן ארויף דערויף און וועלן שנעלער באשילדיגן דעם מלמד מיטן מעשה.
לאמיר זיך נאר דערמאנען ווי אזוי מיר זענען אויפגעוואקסן... ווען איך בין אהיימגעקומען און דערציילט אז דער מלמד האט מיך דערלאנגט מנה אחת אפיים פארפלעין, נאך פאר ווי וואס ווען האט מיר מיין פאטער אראפגעשמירט א פלעמעדיגן פראסק פשוט ווייל די מלמד האט מיר געשלאגן.... היינט ווידעראום איז אן אנדערע וועלט, די עלטערן סטיקן אפ פאר די רייטס פון זייערע קינדער שנעלער, סיי מ'גלייבט זיי מער און סיי מ'ווערט שנעלער גערעגט אויפן מלמד, דעריבער איז זייער פאסענד אזא ארטיקל:
טייערע ראשי ישיבות, מגידי שיעור מנהלים, מלמדים שליט״א כל אחד בשמו יבורך.
עס איז נעכטן אנגעקומען די ווייטאגליכע נייעס אז א רעספעקטירטער ראש הישיבה איז ארעסטירט געווארן אין מאנסי אויף Child Sex Abuse Charges.
אן אריינגיין אין די דעטאלן פון די מעשה וואס איז בכלל נישט אונזער ציל דארפן מיר זיך אבער מאכן א חשבון הנפש!
די וואס זענען באקאנט אין די דעטאלן זאגן אלע בפה אחד אז דער טאטע וואס באשולדיגט דעם מנהל אין די פרשה זוכט שוין צו מאכן צרות פאר דעם מנהל יארן לאנג, דער מנהל האט אריינגענומען דאס קינד פון א Problam פאמיליע וואס אנדערע מנהלים זאגן עדות אז זיי האבן דעם קינד נישט געוואלט אריינעמען בשום אין אופן ווייל זיי האבן געוויסט אין וואס זיי לאזן זיך אריין.
דער מנהל האט רחמנות געהאט און יא אריינגענומען דאס קינד, און ווי עס שטעלט זיך ליידער היינט ארויס זיך איןאיין וועגס מקריב געווען אלס עולה תמימה!
די מעשה דארף אייך אויפוועקן צו א נושא וואס מיר בעצם וואלטן שוין לאנג נישט געדארפט רעדן דערוועגן ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט.
דער מנהל איז ליידער געפאלן א קרבן צו א שלעכטער מענטש וואס באצאלט אים רעה תחת טובה, און מיר דארפן פארשטייט זיך טאן וואס מיר קענען אים צו העלפען.
אבער איינער קען יא באשולדיגט ווערן סיי אין די שרעקליכער פלאנטער וואס דער מנהל געפינט זיך ה״י, און סיי אין די שרעקליכע מצב וואס די עלטערן פון די ישיבה געפינען זיך וואס זיי דארפן זיך ספראווען מיט מסביר זיין פאר זייערע קינדער זאכן וואס האבן קיין הסבר נישט (פאר קינדערלאך זיכער נישט) בנוסף וואס זיי דארפן deal'ן מיט זייער אייגענע שווערע געפילן, דערנאך די שווארצע ליילעך וואס אזא מעשה ווארפט ארויף אויף יעדער היימישער יוד.
שולדיג אין די מעשה איז די הנהלת הישיבה!
דאס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל אין די לעצטע פאר יאר וואס אזא מעשה פאסירט! און די ישיבות שלאפן! מיר שלאפן! עס איז צייט זיך אויפציוועקן!!!!!
עס איז היינט דא צו קויפן קאמארעס פאר חצי בחינם, אזאלעכע וואס קענען האלטן די Data פאר לאנגע יארן.
אויב א ישיבה האט נישט קיין קאמארעס אין יעדן אפיס, אין איעדע קלאס צימער, אין סיי וועלכע פלאץ וואס איז נישט פובליק 24 שעה א טאג זענען זיי עובר אויף רציחה גמור!
רציחה פון די מנהל/מלמד וואס וועט קיינמאל נישט קענען אפוואשן די פלעק אפילו אויב ווערט ער ריינגעוואשן אין קאורט.
רציחה פון די מנהל/מלמד׳ס פאמיליע און קינדערלעך וואס קענען זיך נישט דאס פנים באווייזן אויף די גאס פאר בושה.
א יוד אין תפיסה (נאכדערצו אויב מען ווערט ארעסטירט אויף אזא סארט פארברעכן) איז חשוב כמת, די פיינונגען וואס מען שטייט אויס פון אנדערע ארעסטאנטן וואס שפייזן זיך מיט צאפן יענעם׳ס בלוט איז אסאך מאל ארגער פון טויט.
טייערער מחנך, זייט איר וויסן אז היינט צוטאגס פעלט נישט אויס מער ווי איין גערעגטער טאטע וואס האט נישט קיין ירא שמים, אייך און אייער בני בית און אייערע קינדערלאך אומגליקלעך צו מאכן לאורך ימים ושנים.
די סיסטעם פון ״יוסטיץ״ אין אונזער מלכות של חסד גייט אז ווי נאר די פאליציי באקומט א באשולדיגונג נאך פאר זיי געפינען אויס וואס ווער ווי ווען, ווערט איר אויפגעפיקט און געקייטעלט און ארעסטירט ווילאנג א ריכטער קען אייך זעהן, אייער בילד ווערט פארשמירט אין יעדן צייטונג אין די נעקסטע הונדערט מייל פון ווי איר וואוינט, אייער הויז ווערט באלאגערט מיט צייטונגס שרייבער און טעלעוויזיע טראקס מיט ריפארטערס 24 שעה א טאג, און דאס זעלבע די חדר אדער ישיבה ווי איר דינט.
ענדליך ווען איר זעהט שוין א שופט דאן הייבט זיך און אז איר דארפט איינלייגן געלט (Bail) וואס געווענטליך גייט דאס אין די שווערע טויזענטער אז איר וועט נישט אנטלויפן ביז צום משפט אויב לאזט מען אייך ארויס, ווען איר קומט שוין אן צום טאג פון אייער משפט זענט איר שוין א צוקלאפטער חרוב׳ער מענטש, און דאס שאנס וואס א היימישער יוד האט מיט א גוישע זשורי היינט צוטאגס איז זייער זייער נישט גוט.
דאס אלעס פאדערט איין גערעגטער טאטע! יעדער פון אייך אויב זענט איר נישט קיין מלאך האט שוין געהאט א טאטע וואס האט געהאט טענות אויף אייך!
דאס אלעס קען מען פארמיידן מיט אפאר נארישע קאמארעס!
טייערער מחנך אויב גייט איר ״מארגן״ אריין אין חדר אדער ישיבה אן דעם וואס איר זעהט א געסיינטער קאנטראקט (Order slip) מיט א קאמארע קאמפאני אז זיי גייען לייגן קאמארעס נאך די וואך, שטעלט איר אין געפאר אייער עתיד, אייער קאלעגע׳ס עתיד און די עתיד פון אייער גאנצע משפחה!
אויב גייט איר אריין אין חדר אן דעם זאלט איר קיינעם נישט באשולדיגען אויב פאלט איר אריין אין א פלאנטער, נאר זיך זעלבסט.
נעמט אייך צוזאם מיט אלע מלמדים אין אייער תלמוד תורה און ערקלערט פאר די הנהלה קלאר און דייטליך ״אויב האט די ת״ת נישט קיין קאמארעס ביז נעקסטע וואך גייט איר נישט אריינטרעטן אין תלמוד תורה״.
מיר ווענדן זיך צו אייך עלטערן אויך, איר האט אן אחריות צו זעהן אז די מוסד ווי איר שיקט האט קאמארעס, ווען איר שרייבט איין אייער קינד אין א מוסד זאל די ערשטע שאלות זיין ״האט די מוסד קאמארע׳ס?״
די הנהלת המוסדות ארום די שטאט מיט די רבנים שליט״א לייגן ארויף תקנות און וויכטיגע תקנות אויפן ציבור, און זיי ערווארטן אז דער ציבור זאל זיך צושטעלן אויף 100 פראצענט!
דאס איז א תקנה וואס מיר לייגן אויף אייך און מיר ערווארטן אז איר זאלט אייך צו אונז צושטעלן 100%.
עס זענען דא היינט ליידער רשעים ״מבית ומבחוץ״ וואס ווילן אונטערברענגען דעם דת מיט שמוציגע באשולדיגונגען אויף אונזערע מלמדים און מתחנכים וד״ל, און זיי שטייען טאג און נאכט און זענען זיך מתכת עצה וואס זיי קענען טאן צו טרעפן עפעס אויף נאך א יוד, אויף נאך א מלמד, נאך א ראש הישיבה, אויב טוען מיר נישט די מינאמאלסטע זיך צו באשוצען זענען מיר זיך אליינס שולדיג אויב זענען זיי מצליח ח״ו!!!!