אשר יגורנו בא, איראק פאלט צאם

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

אשר יגורנו בא, איראק פאלט צאם

שליחה דורך גאלד »

איך האב געמישטע געפילן איבער דעם ווייטאגליכן ענין,
פון איין זייט בין איך קיינמאל געווען קיין גרויס חסיד פון די אינוואדירונג אין איראק,
סאדאם חוסיין ווי שלעכט ער איז געווען און איך האב זיכער קיין שום פאראיבל אז ער האט באקומען זיין פאדינטע מיסן סוף,
האב איך פארט קיינמאל עכט תופס געווען וואס פונקטליך דאס האט געהאט א שייכות צו 9/11,
און ווי דאס האט גענומען א סאמע הויכע ארט אין די סטראטעגיע צו אויסראטן איסלאמישע עקסטרעמיסטן וכדומה וועל איך קיינמאל אויספיגרן
איך וואלט פריער אינוואדירט נארט קארעא און אפגעהאקט דעם קאפ פון די מלך רשע כהמן קים דשאנג אילל/אן,
עני וועי, האט מען דאך מיך נישט געפרעגט,
און ס'געטאן געווארן וואס איז געטאן געווארן,
4 אהאלב טויזנט אונזערע אמעריקאנע סולדאטן זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש המדינה,
צענליגע טויזנטער פארוואונדעטע, א גרויס חלק געלעמט און פאראליזירט פאר גאנץ לעבן,
האמיר געהאפט אז נאך אזויפיל בלוט אין געלט און דעם פארקריפלטן אראבישן לאנד,
זאל מיר כאטש, האבן א טובת הנאה דערפין,
זאל זיך ערווארבן דארטן א דעמאקראטישע פריינדליך לאנד אין הארץ פונעם שטורעמישן מיטל מזרח,
ליידער ליידער און די לעצטע פאר טאג קומען שמיעות מבהילות אז גרויסע שטעט אין איראק פאלן אריין בידי עקסטרעמע מיליטאנטן,
זיי ריקן זיך פאראויס מיט א גאר ארגענאזירטע ארמיי,
איך בין אביסל ברוגז אויף אבאמא איבער דעם קריזיס,
זיין מהלך וויזוי ער האט זיך צוריק געצויגן פון איראק איז געגאנגען זייער ווילד און זייער אומאויסגערעכנט, לפענ"ד,
איך האלט אמעריקא מוז עפעס טאן דאס נישט צו דערלאזן,
עפעס א שנעלע מעכטיגע אפענסיוו קעגן די מורדים אזש די ציינער זאל זיי פליען ביז קאנארסי,
און אפפיצן,
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

גאלד האט געשריבן:איך האב געמישטע געפילן איבער דעם ווייטאגליכן ענין,

האמיר געהאפט אז נאך אזויפיל בלוט אין געלט און דעם פארקריפלטן אראבישן לאנד,
זאל מיר כאטש, האבן א טובת הנאה דערפין,


האסט געהאפט? א שאד געוועזן דערויף. ווען פרעגסטע ווען מיך וואלט איך דיר גראד געזאגט זאלסט ניטאמאל האפן. עס גייט נישט געשעהן.

גאלד האט געשריבן:זאל זיך ערווארבן דארטן א דעמאקראטישע פריינדליך לאנד אין הארץ פונעם שטורעמישן מיטל מזרח,


וואס, א דעמאקראטישע לאנד אין הארץ פונעם מיטעלן מזרח? און דערצו נאך א פריינדליכע? ניטאמאל אינעם פוס, קיינמאל נישט. צר לי עליך אחי גאלדעלע אז דו האט געהאט אזוינע אילוזיעס.

ס"ה האט בוש (וועמען איך האב בדרך כלל גאנץ ליב געהאט) געדארפט ענדיגן טאטי'ס דשאב.

און די וועג ווי אבאמא האט עס געהענדלט, דאס איז דאך ממש, כ'מיין, טיפיקל אבאמא. און אלע פראבלעמען וואס קומען דערפון איז דאך בלי ספק בוש'ס שולד, סאו וועמען גייט אן וואס דארטן קומט פאר?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

מסכים כאנישט ערוואטעט זאל דארט ווערן ווי ניו יארק און לאס וועיגעס, אבער זאל כאטש זיין ווי טערקיי, צו אפי' איראן,
דערווייל די גרופע וואס נעמען יעצט איין איראק וואס רופט זיך "אייסיס", רחמנא ליצלן! דאס זענען ווי להבדיל מ'זאל נעמען קלאר מיט צימערמאן אינאיינעם אויף סטערוידס,
די אפציעלע פירער פון על קאידע פארדאמען זייערע גרויליקע בארבארישע מעשי תעתועים אין סיריע
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

און וואס האט אותו זקן געזאגט?
איפכא מסתברא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:39 pm

שליחה דורך איפכא מסתברא »

לכאורה האט מען יא אויפגעטוהן, דאס אז זיי זענען געווארען משועבד צו א טעראר גרופע מיינט נישט אז עס האט נישט געלוינט לכתחילה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ליידער דער מצב ווערט נישט בעסער,
די גאנצע אינועסטמענט פון טויזנטר געפאלענע אמאריקאנע זעלנער, ביליאנען דאלארן אראפגעפאלשט אין טוילעט,
און אגוויסן זין איז שטארק יתכן אז די איראק מלחמה האט נאר ארגער געמאכט די מצב,
מאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה והצל לא הצלת את עמך
אבאמא ווייסט עכט נישט ווי זיך אן עצה צו געבן, פון איין זייט וויל ער נישט אז די זאך זאל ארויסגיין פון קאנטראל,
פון די אנדערע זייט וויל ער דאך נישט אז זאל זיך חלילה דאכטן אז זיין גרויסע אויפטוה אז ער איז ארויס פון איראק איז א דורכפאל,
טוט ער האלבע אקציעס, מיט אויסריידן אז ס'בלויז א מענטשהייט מיסיע, וכדומה,
פאריגע וואך איז געווען גרויסע שרעקדיגע נייעס אז אבאמא האט באמבאדירט אפאר אייסיס טראקס,
מורא'דיג! איזראעל טוט דאס רעגלמעסיג אין עזה אין פרידנסצייטן, קיינער באמערקט דאס מיטאמאל דארט,
דאס גאנצע וואס עס טוט אויף איז ער רייצט אויף די בינען נעסט, עס ברענגט נאר פרישע אייסיס אנהענגער אינעם ראיאן,
אבאמא האלט אין איין ווידערהוילן מיט שטאלץ "קיין שטיוול וועט אראפגעשטעלט ווערן אויף איראק'ס ערד"
אגוטן פורים! ווער זאגט דען אז יא!
קיינער ראט נישט נאכאמל אינוואדירן איראק,
חוץ אפשר דער אלטער וועפער דשאן מקעין, פארוואס ער איז נאך נישט אין אשל איז מיר נאכאלס א מיסטעריע,
איך האב עפעס א הרגש אז אבאמא זוכט להכעיס צו חרוב מאכן אלעס וואס בוש האט זיך אנגעארבעט,
פשוט אז בוש זאל זייער שלעכט אויסקוקן,
איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן זיך ארויסציען פון איראק
אבער די ווילדע אומאויסגערעכנט וועג, וויזוי מ'האט אויסגרופן מיט פאמפע פאר די וועלט פונקטליך וועלכער דאטום וויפיל אזייגער אמעריקע מארשירט ארויס צו טויט אדער רויט,
ביי מיר איז דאס ממש ווי מ'האט געשיקט א אינוויטעשן פאר אל-קאידע צו קומען קיין איראק,
וואס וואלט דען שלעכט געווען ווען מ'דערקלערט בלויז די מלחמה שלאכטן זענען פארטיג,
און די אמעריקאנע סאלדאטן וועלן זיך ארויסציען ציביסלעך אויף א פאראנטווארטליכע אופן,
האט מען דעך נאך די צווייטע וועלט מלחמה אויך אויסגערופן ביום פלוני ובשעה פלוני גייט מען ארויס?
וואסי איז דער תועלת דערפין אויסער פאר פאליטישע בענעפיט,
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

זאל אבאמא טון וואס ער האט געטון ביז איצט, גארנישט!

קיין אמעריקאנער אינטערווענץ;
שאדנס;
אמעריקאנע לעבנס, 0.00 לעבנס
אמעריקאנע דעפיציט, 0.00 דאללער,

בענעפיטן;
אנטוויקלונג פון א לאקאלע נאטורליכע קעגנערשאפט פון די ארטיגע געמיינדעס קעגן די עקסטעמיזם וואס אפעקטירט די ארטיגע לענדער
קיינע 'אומפאראויסגעזענע קאנסעקוועצן' (עיין ערך, אל קאידא, קריס סטיווענס, וכו')


אמעריקאנער אינטערווענץ;
שאדנס;
אמעריקאנער לעבנס, 0-500
אמעריקאנער דעפיציט, 5.00-0.5 מיליארד דאללער,
פארשפרייטונג פון עקסטעמיזם,
'אומפאראויסגעזענע קאנסעקווענצן'

בענעפיטן;
?
?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

גאלד האט געשריבן:ליידער דער מצב ווערט נישט בעסער,
די גאנצע אינועסטמענט פון טויזנטר געפאלענע אמאריקאנע זעלנער, ביליאנען דאלארן אראפגעפאלשט אין טוילעט,
און אגוויסן זין איז שטארק יתכן אז די איראק מלחמה האט נאר ארגער געמאכט די מצב,
מאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה והצל לא הצלת את עמך
אבאמא ווייסט עכט נישט ווי זיך אן עצה צו געבן, פון איין זייט וויל ער נישט אז די זאך זאל ארויסגיין פון קאנטראל,
פון די אנדערע זייט וויל ער דאך נישט אז זאל זיך חלילה דאכטן אז זיין גרויסע אויפטוה אז ער איז ארויס פון איראק איז א דורכפאל,
טוט ער האלבע אקציעס, מיט אויסריידן אז ס'בלויז א מענטשהייט מיסיע, וכדומה,
פאריגע וואך איז געווען גרויסע שרעקדיגע נייעס אז אבאמא האט באמבאדירט אפאר אייסיס טראקס,
מורא'דיג! איזראעל טוט דאס רעגלמעסיג אין עזה אין פרידנסצייטן, קיינער באמערקט דאס מיטאמאל דארט,
דאס גאנצע וואס עס טוט אויף איז ער רייצט אויף די בינען נעסט, עס ברענגט נאר פרישע אייסיס אנהענגער אינעם ראיאן,
אבאמא האלט אין איין ווידערהוילן מיט שטאלץ "קיין שטיוול וועט אראפגעשטעלט ווערן אויף איראק'ס ערד"
אגוטן פורים! ווער זאגט דען אז יא!
קיינער ראט נישט נאכאמל אינוואדירן איראק,
חוץ אפשר דער אלטער וועפער דשאן מקעין, פארוואס ער איז נאך נישט אין אשל איז מיר נאכאלס א מיסטעריע,
איך האב עפעס א הרגש אז אבאמא זוכט להכעיס צו חרוב מאכן אלעס וואס בוש האט זיך אנגעארבעט,
פשוט אז בוש זאל זייער שלעכט אויסקוקן,
איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן זיך ארויסציען פון איראק
אבער די ווילדע אומאויסגערעכנט וועג, וויזוי מ'האט אויסגרופן מיט פאמפע פאר די וועלט פונקטליך וועלכער דאטום וויפיל אזייגער אמעריקע מארשירט ארויס צו טויט אדער רויט,
ביי מיר איז דאס ממש ווי מ'האט געשיקט א אינוויטעשן פאר אל-קאידע צו קומען קיין איראק,
וואס וואלט דען שלעכט געווען ווען מ'דערקלערט בלויז די מלחמה שלאכטן זענען פארטיג,
און די אמעריקאנע סאלדאטן וועלן זיך ארויסציען ציביסלעך אויף א פאראנטווארטליכע אופן,
האט מען דעך נאך די צווייטע וועלט מלחמה אויך אויסגערופן ביום פלוני ובשעה פלוני גייט מען ארויס?
וואסי איז דער תועלת דערפין אויסער פאר פאליטישע בענעפיט,


אה, הייסטעס דאס איז די פראבלעם? אז מ'האט אויסגעזאגט ווען די גט גייט געשעהן? קאמאן.

סעקטעריען און עטניק קאנפליקט פון הונדערטער יארן, און אבי געמאכטע גרעניצן איז נישט עפעס וואס מ'קען מסדר זיין איינס צוויי דריי. די ברודער קריגערליכע סוני-שיאט קאנפליקט האט זיך שוין אנגעהויבן אין 2006. וואס האסטע געוואלט אמעריקע זאל טאן? נאכיאגן די אל קאידא (ובכללם היינטיגע אייסיס) אריין אין סיריע? אין פאקט איז די מערהייט פון איראק שיאט, נאר וויבאלד די סוני האבן אזויפיהל יארן געהאלטן די מאכט און געוועזן די הויכע קלאס האבן אלע, אפי' די שיאטס, געהאט דעם הרגשה אז די סוני זענען די מערהייט. מ'איז גענוג לאנג דארט געווען, מ'האט זיי דאן געהאט פארטריבן, א מערהייט איראקער האבן מער נישט געוואלט די אמעריקאנער און ס'איז במילא נישט געבליבן פאר די אמעריקאנער וואס צוטוהן דארט. די איבריגע איז געלעגן אין די רעגירונגס הענט צוזען איינצושטעלן א פירערשאפט וואס איז רעפרעזענטירט אלעמען. און די שטארקייט פון אייסיס איז טאקע געקומען מערסטנס וויבאלד די סוני פון איראק זענען מיד געווארן פון א פרעזידענט וואס אונטערדריקט זיי, האט אייסיס לייכט געקענט טרעפן שטיצע צווישן די סוני בירגער. אויך די מאיראיטעט ארמייען פון יענע געגנטער זענען סוני, אלזא פ"וו פייטן בעד מאליקי דער פייניגער, אקעגן זייערע ברודער?

איז נאכאמאל.
1) ער וואלט ווען דאס אויך נישט געדארפט טוהן. יעצט איז די צייט פאר די אראבערס אויסצורייניגן זייערע מדינות. מיר האבן זיי גענוג געטוהן. די מערב איז זיי גארנישט שולדיג. ס'איז מיר גענוג אז די טויזנטער געפאלענע זעלנער זענען געשטארבן פאר די זיכערהייט פון דעמאקראטיע און יושר - פאר די וועלט בכלליות. (אפילו אויב איז געווען א אויל אגענדע. וואס דארפן די איראקער ענדישער? אויל אדער זייערע קעפ?)
2) די סיבה פארוואס מ'דארף קעמפן אייסיס איז לאו דוקא פאר איראק'ס זיכערהייט, נאר אז פון א טעראריסטישע באנדע זאל זיך עס נישט דערדראפען צו א קריג פון מזרח קעגן מערב.
3) די סיבה פארוואס מ'דארף באקעמפן אייסיס איז ווייל אומשולדיגע מענטשן ווערן אונטערדריקט, געפייניגט, געשחט'ן מיט מיתות משונות (איבערהויפט אז זיי זענען נאך קריסטן...) גארנישט מיט'ן מאכן סדר אין איראק, פארמיידן א דורכפאל אדער פארשמירן בוש'ן. זיי נישט קיין קינד. יא, ער דארף זאגן אז מ'וועט נישט שטעלן קיין שטיוול. פארוואס אינוואדירן? ווער ס'זאגט? ראטעווען אומשולדיגע מענטשנ'ס לעבנס איז נישט גענוג דיר אויפצוהייבן פון בענקל? חוץ פון דעם וואס ס'איז נישט לייכט זיי צו באקעמפן פון די לופטן. שיס באמבעלעך אויף מענטשן מיט מעסערלעך וואס האבן אן אפעטיט פאר לאנד על פני כל ככר הירדן, מכל הרוחות.
4) די סיבה צו באקעמפן אייסיס איז צוליב ציטער אז די ראדיקאלן וועלן איינעמען 'אויך' די קורדישע אויל פעלדער און די פרייזן וועלן טאנצן ביז'ן שלאק אזש וועסטיך מער נישט קענען ערלויבן דעם ברייטן יאקאן.
5) עכטע תיקונים ליגט נאר אין די הענט פון די מאליקי גאווערנמענט, צו טוישן זייערע פאליסיס, מאכן סדר אין די ארמיי, און עדזשאסטן די גרעניצן אביסל, ספעציעל לטובת די קורדן וואלט אויך נישט געווען קיין שלעכטע מאוו. האפענטליך וועלן די פריוואטע פאנדן פון קאטאר און די פארשאלטענע סאודיע אראביע (וואס איז פעט געווארן פון די מערב אויל דארשט) זיך אויך אפשטעלן.
6) און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס די מערב איז אזוי רעלאקטענט געווען צו באקעמפן באשאר אין סיריע, און מעגליך וועט דאס אויך געבן א סיבה פארוואס זיי זאלן גאר אנהויבן יעצט משתף פעולה זיין מיט אים, און אזוי אויך מיט איראן וואס איז אויך אקטיוו צו באקעמפן אייסיס.

סתם, די בלוטיגע שחיטות מאכן מיר וואונדערן אויב די שיאט, נאך אזויפיהל יארן פון אונטערדריקונג זענען בכלל שוואכער עקוויפט זיך צו קענען דיפענדן אקעגן די אייסיס. די אייסיס זענען טאקע ראדיקאל און פרום אבער פארשטייען נאך וואו צו מאכן ביזנעס און פלאנירן סטראטעגיע.

מיין אייגענע קאנספיראציע -- ווען כ'האב נישט אויפגעהערט הערן פון שחיטות און געקוקט ווי די וועלט שווייגט. ספעציעל ווען כ'האב געהערט פון די שריינס און מאסקס וואס גייען חרוב -- איז געווען: די מערב האט גענוג געהאט פון די פאנאטישע איסלאמער וועלכע זענען ביידע זיך ווערט זייערע געלטער ( ווי אומצאליגע מאל אויפגעוויזן, ספעציעל אין סיריע), און וועלכע הערן זיך נישט אויף צו הרגענען איינע דעם אנדערן. זי איז שוין מיד געווארן פון די ראדיקאלע מוסלעמענער דארט וואס אלץ איז מותר פאר זיי ווילאנג ס'איז א מוסלעם, פרעדיגן דזשיהאד קעגן אנדערע רעליגיעס/פעלקער, א מאסק און א הייליג קבר יעדע גאס, אז ס'איז נישט גענוג זייערע אייגענע קברים פארהייליגן זיי נאך די אידישע אויכעט, בלי הבדל צו דער נפטר ליגט טאקע דארט... האבן זיי מחליט געווען, ווייסטע וואס. "לאמיר זיי לאזן זיך אויסהארגענען צווישן זיך און אויסקלינען די מיטל מזרח פון פערפעסלאזע לענדמארקס. זאלן זיי לערנען זיך א לעסאן וואסערע חורבן פאנאטישע רעליגיע קען אנברענגען. לאז זיי זיך בעטן די אינפעדעלס זאלן קומען זיי ראטעווען און אזוי וועט מען נאכדעם קענען אריבערמישן א נייע ריינע בלאט אהן די אלע אמונות טפילות און עקסטרעמיסטן אונטער די פיס.
איך האף אז די סאלדאטן ווארפן אראפ אביסל פארן מאגאזינס פאר די יאזידיס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ס'נארישקייטן צוזאגן אז איראק איז בעסער געווען פאר די אמעריקאנער אנוואזיע. אזוי ווי צוזאגן אז די אידן אין דאכאו האבן בעסער אויסגעזען פאר די באפרייאונג. אז די וועלט האט נישט געזען די שחיטות, און אז די שחיטות זענען געטוהן געווארן אין קלענערע נומערן (?) אבער דורכאויס א לענגערע צייט, מיינט נישט אז זי איז בעסער געווען. אזא דור פון אייסיס עקסטערמיסטן וועלכע פראקטאצירן שאריא געזעץ ווי בזמן שבהמ"ק היה קיים, וואקסן נישט ארויס איבער נאכט. הגע בעצמך, די מערסט געלונגענע פראנט אינערהאלב אייסיס זענען געוועזענע טרענירטע זעלנער פון סאדאמ'ס צייטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך איינער זעהט דא משיח'ס צייטן? אדער בין איך אליינס?
אין זוהר שטייט פאר גרויסע מלחמות צווישן די ישמעאלים און די מערב לענדער בעפאר ביאת משיח.
(נ.ב. איך רעד צו די וואס גלייבן אז יש משיח לישראל און זוה"ק קומט ממקור קדוש, פליעז הייבט נישט אן גיין אויף יענע דיירעקשאן)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די אייסיס רוצחים זעהען אויך משיח'ס צייטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

לאמיר צוריק מישען די פעיזש

איך מעג פארשטיין די אויפברויז אויף פרעזידענט בוש פאר'ן גיין אין קריג מיט איראק

דער מענשט איז געווען א דיקטעיטער ער האט געסראשעט אז ער גייט אומברענגען די וועלט ער האט געלאזט טעראריסטן -די גרעסטע סכנה פאר אמעריקא און פאר די וועלט - זיך האדעווען און געגעבן א פרייע האנט פאר אלע זייערע שעדליכע פעולות

אליין געזאגט צענדליגער מאל אז ער האט געפערליכע וואפן און ווען מ'האט געוואלט טשעקן צו טאקע האט ער מיט חוצפה צוריק געוויזן פאר די גאנצע וועלט ובתוכם פאר די יו ען

קיין סטאבילער מאן איז ער ניקס געווען א סכנה פאר די וועלט איז ער יא געווען נו וואס האט מען געדארפט טון מיט אזא איינעם זיין שטול און ווארטן ביז ס'קומט נאך א ניין עלעווען

ס'האט געקאסט נפשות אמת אבער זיין שטול און לאזן נאך א ניין עלעווען קאסט אויך נפשות

ס'איז קלאר אז ווען מ'ענטפערט ווען גארנישט וואלט ניין עלעווען געווען א שפילעכעל אקעגן זאכן וואס האטנאך געקענט קומען

טא וואס איז די אויפברויז ווייל אבאמע האט זיך צו געשטעלט צו אפר פחדנים און עס אויפגעשפילט איז ער שוין גערעכט

איך ווייס אז נאכדעם איז געווען א דורכפאל ווייל בוש איז נישט געווען גוט צוגעגרייט ער וואלט געדארפט זיין מער צוגעגרייט מער וויסן וואס טוט זיך דארט

אבער לכתחלה בעפאר וואס איז דען די פראבלעם ער האט געטון וואס ער האט געדארפט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ס'דא אזא מין זאך וואס רופט זיך foresight
דאס מיינט איינער וואס האט די חכמה און עקספיריענס צו פאראויסזעהן וואס די קאנצעקווענצן וועלן זיין,
איך ערווארט פון מיין פרעזידענט זאל דאס האבן מער ווי דער סתם המון,
ליידער אונזער בוש האט געהאט פון דעם זערא,
דער לעצטער וואס האט דאס נאך געהאט איז געווען רעיגן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ערווארט גארנישט פון מיין פרעזידענט (אויסער פראגראמען שטייצעך...), איך האב גארנישט מיט אים, איך בין באנעם א פשוט'ער אורח אין גלות,
דאס איז זיכער אז די פרעזידענטן טוען זאכן באזירט אויף אינפארמאציע וואס איז נישט אלץ באוואוסט פארן המון עם, אסאך מאל זעהט מען שפעטער איין די סיבה, אסאך מאל נישט, און אפט איז עס א דורכפאל
אבער דער פרעזידענט איז ארומגענומען מיט די סאמע בעסטע יועצים, אלמלי דו זאלטסט זיין דארט באותה שעה איז גאנץ זיכער אז לפי המצב בעת ההיא וואלסטו אויך צוגעשאקלט מיטן קאפ פאר א מלחמה,
א מענטש איז נאר א מענטש, סאדאם האט ליגנט געזאגט איבער מאסן-דעסטרוקציע וואפן, טאקע א בושה פאר אמעריקע אז זיי האבן נישט געוואוסט (אדער זיך געמאכט אז זיי ווייסן נישט)
אבער להבדיל ווי ביי די מרגלים, לאזט זיך זאגן די בחינה פון באותה שעה כשרים היו, מען האט געמיינט די טובה פונעם פאלק, און א פרעזידענט דארף קענען נעמען א געמבל, א זאך וואס אבאמא טוט כמעט נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

אשר יגורנו בא, איראק פאלט צאם

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גאנצל שרייבט

לאמיר צוריק מישען די פעיזש

איך מעג פארשטיין די אויפברויז אויף פרעזידענט בוש פאר'ן גיין אין קריג מיט איראק

דער מענשט איז געווען א דיקטעיטער (פונקט ווי זיינע שכינים, סיריע, ירדן, קואעיט, באכראין, די עמיראטן, קאטאר, אמאן, תימן, אראביע, עגיפטן ליביע, טוניזיע, אלדזשיריע, און מאראקא) ער האט געסראשעט אז ער גייט אומברענגען די וועלט (אומריכטיג) ער האט געלאזט טעראריסטן -די גרעסטע סכנה פאר אמעריקא און פאר די וועלט (דיספיוטעד) - זיך האדעווען (אומריכטיג) און געגעבן א פרייע האנט פאר אלע זייערע שעדליכע פעולות (צום ביישפיל?)

אליין געזאגט צענדליגער מאל אז ער האט געפערליכע וואפן (אומריכטיג) און ווען מ'האט געוואלט טשעקן (מהאט מערערע מאל געטשעקט) צו טאקע האט ער מיט חוצפה צוריק געוויזן פאר די גאנצע וועלט ובתוכם פאר די יו ען (פרעכע ליגנט! נישט דיינס גאנצל)

קיין סטאבילער מאן איז ער ניקס געווען (אפשר נישט, אבער ער האט געהאלטן איראק סטאביל) א סכנה פאר די וועלט איז ער יא געווען (מיט וואס?) נו וואס האט מען געדארפט טון מיט אזא איינעם זיין שטול און ווארטן ביז ס'קומט נאך א ניין עלעווען (וואס האסטו קעגן ניין עלעווען? שוין געווען דרייצן ניין עלעווענס זינט 'ניין עלעווען' ;) )

ס'האט געקאסט נפשות אמת (!!! (פלוס א מיליאן איראקער קרבנות (אויב עס מעג מיר באדערן))) אבער זיין שטול און לאזן נאך א ניין עלעווען קאסט אויך נפשות

ס'איז קלאר אז ווען מ'ענטפערט ווען גארנישט (what was all that war in Afghanistan about?) וואלט ניין עלעווען געווען א שפילעכעל אקעגן זאכן וואס האטנאך געקענט קומען (קומען? אפשר א פעינטער קיין טעקסאס?)

טא וואס איז די אויפברויז ווייל אבאמע האט זיך צו געשטעלט צו אפר פחדנים און עס אויפגעשפילט איז ער שוין גערעכט
(אפשר ווייל ער האט ליגנט געזאגט איבער סאדאמ'ס פארבינדונג צו אל קאידא, אדער זיין פאפן די וועלט איבער סאדאמ'ס מפ'וו, אפשר זיין ארויסצווינגען די יו.ען. אינספעקטארס פון איראק אין 2003, אפשר זיין במזיד'יגע פארנאכלעסיגונג אין מענידזשן איראק נאכן אינוואזיע)

איך ווייס אז נאכדעם איז געווען א דורכפאל ווייל בוש איז נישט געווען גוט צוגעגרייט ער וואלט געדארפט זיין מער צוגעגרייט מער וויסן וואס טוט זיך דארט

אבער לכתחלה בעפאר וואס איז דען די פראבלעם ער האט געטון וואס ער האט געדארפט,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די גאנצע איראק אקציע איז א גרויסע ווייטאג, און האט נישט געהאט קיין שום פירוש,
שטעלט אייך פאר מ'איז געגאנגען "אינוואדירן" א פרעמד לאנד, אין די אנדערע עק וועלט,

פארוואס?

צוליב 9-11!!!

וואס #פאראלדעשווארצערוחות האסטו פארלוירן אין איראק?
צוליב א וומ"ד קאנספיראציע? וואס קאלין פאעל האט נעבעך גאדארפט נאכבלאבלען אין די יו.ען.

פארשטייסט א מעשה בין לאדין זיצט זיך אין טורע-בורע, קנאקט אראפ די טווין-טאערס,
און בוש שיקט די גאנצע אמעריקאנע קראפט קיין באגדאד, די גאנצע שאק ענד אה, אראפווארפן דער צירידערטער סאדאם חוסיין,
השתגעת לגמרי?!
איך שעם מיך פשוט אז איך האב עס אויך געשטיצט דעמאלטס!
בוש האט עס נאר געקענט טאן ווייל דער אמעריקאנער פאלק איז נעבעך געווען אזוי טראמאזירט פון די 9-11, אז וואס אימער ער האט געטאן איז מען געווען עקסייטעד און משבחים ואומרים, ער וואלט געקענט פונקט אזוי אינוואדירן מעקסיקא!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גאנצל האט געשריבן:
איך ווייס אז נאכדעם איז געווען א דורכפאל ווייל בוש איז נישט געווען גוט צוגעגרייט ער וואלט געדארפט זיין מער צוגעגרייט מער וויסן וואס טוט זיך דארט

אבער לכתחלה בעפאר וואס איז דען די פראבלעם ער האט געטון וואס ער האט געדארפט

פאר אן אויסגעצייכנטע ענטפער צו דעם ספעציפישע שאלה, וואלט איך דיך געעצהט צו וואטשן די אויסגעצייכנטע 2007 דאקומענטאר
'no end in sight' מען קען עס זען אויף יוטוב אומזיסט,
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

גאלד האט געשריבן:ס'דא אזא מין זאך וואס רופט זיך foresight
דאס מיינט איינער וואס האט די חכמה און עקספיריענס צו פאראויסזעהן וואס די קאנצעקווענצן וועלן זיין,
איך ערווארט פון מיין פרעזידענט זאל דאס האבן מער ווי דער סתם המון,
ליידער אונזער בוש האט געהאט פון דעם זערא,
דער לעצטער וואס האט דאס נאך געהאט איז געווען רעיגן


לגבי בוש דער טאטע, ער איז טאקע נישט געװען א רעיגן אבער ער איז דאך געװען זײן װיצע פרעזידענט
און אזוי פיל שכל האט ער נאך געהאט אז ער האט נישט ארײן געשיקט די מיליטער ביז באגדאד נאר ער
האט געלאזט דעם דיקטאטער סאדאם אויף דעם בענקל כדי צו האלטן די פאנאטישע רוצחים אין פלאץ.
אײ װי אזוי קען מען לאזן אזא רשע װײטער אן גײן? נאר בעסער אײן המן װי א מיליאן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גאלד האט געשריבן:די גאנצע איראק אקציע איז א גרויסע ווייטאג, און האט נישט געהאט קיין שום פירוש,
שטעלט אייך פאר מ'איז געגאנגען "אינוואדירן" א פרעמד לאנד, אין די אנדערע עק וועלט,

פארוואס?

צוליב 9-11!!!

וואס #פאראלדעשווארצערוחות האסטו פארלוירן אין איראק?
צוליב א וומ"ד קאנספיראציע? וואס קאלין פאעל האט נעבעך גאדארפט נאכבלאבלען אין די יו.ען.

פארשטייסט א מעשה בין לאדין זיצט זיך אין טורע-בורע, קנאקט אראפ די טווין-טאערס,
און בוש שיקט די גאנצע אמעריקאנע קראפט קיין באגדאד, די גאנצע שאק ענד אה, אראפווארפן דער צירידערטער סאדאם חוסיין,
השתגעת לגמרי?!
איך שעם מיך פשוט אז איך האב עס אויך געשטיצט דעמאלטס!
בוש האט עס נאר געקענט טאן ווייל דער אמעריקאנער פאלק איז נעבעך געווען אזוי טראמאזירט פון די 9-11, אז וואס אימער ער האט געטאן איז מען געווען עקסייטעד און משבחים ואומרים, ער וואלט געקענט פונקט אזוי אינוואדירן מעקסיקא!


והאיש משתאה הזאת גאלד ?

דו ענטפערסט מיר לויט די 'היינטיגע מצב' אחרי ככלות הכל, שוין דורך 13 יאר פון ווען מיר זענען אויפגעשטאנען צו א פרישע שרעקליכע דערהער אז אפאר איינזאמע טעראריסטן האבן אונז אטאקירט אין אונזער בעקיארד, די זאמד האט זיך שוין געזעצט, די שאק איז שוין געטריט געווארן, די מוחות האבן זיך געזעצט מיט א נייע געווינהייט, און יעצט קומסטו מיר זאגן אז מ'האט נישט געטארט ;) דעס פאסט נישט פאר דיר

איך רעד יעצט צוריק מיט דרייצן יאר ווען מיר זענען אלע געווען דערשראקן און אומבאוויסט עפעס א נייע מין משונהדיגע אנשיקעניש אשר לא שמענו מעולם,, פחד האט אונז ארוםגענומען, שרעק האט אונז באגלייט, יעדער איז געשטאנען פארגליווערט וואס גייט דער מארגן ברענגען ווער איז אונזער שונא וואס דרייט זיך נעקסט אין זיין גרויזאמע מח אפשר קומט ער מארגן מיט א בעסערע אויסגערעכנטע אטאקע מי יודע צו נעקסטע וואך וועט אים יא געלונגען אראפצו ווארפן די פענטעגאן אינגאנצן און אפרוימען מיט פייער אונזער פעסטקייט און באשיצונג קען זיין מארגן איז ער אין ווייסן הויז וכו' וכו'

אין אזא צייט האט די גאנצע וועלט און אפי' אסאך אראבישע לענדער זיך צו געשטעלט צו אמעריקא (דער שטארקע יונגעל וואס יעדער האט נאך מורא געהאט פון זיי און נישט זיי פון יעדן מ'רוקט זיך אונטער מאמי'ס פאנגעלוי און מ'שטויסט ניין איך האב מורא שיס נישט גיי נישט אין מלחמה איך רעד נאך פון יענע עפאכע ) בעת ההוא אין יענע צייט איז געקומען דער חוצפהדיגער אלטער זקן ממרא סאדאם כוסעין און געשריגן איך שטעל מיך נישט צו איך וועל ווייטער טון מיינס איך דערשרעק מיך פון קיינעם איך האב וואפנס איך לאז נישט אריין די יו ען איך וועל ענק ווייזען,, א צורידערטער אומאחריותדיגע מאן מיט וועם מ'האט זיך נישט געקענט אויסרעכענען און שפייט דיר אין פנים און ווארפט א שרעק אויפ די זיכערקייט פון אונזער לאנד האט מען אים נישט געדארפט אטאקירן אין אזא צומישטע צייט האט מען נישט געדארפט ווייזן א חוזק יד צו מודיע זיין אז דאס ווערט נישט טעלאריאט און אמעריקא מיט אירע בירגער קען מען נישט אטאקירן זיי דארפן יושבן בשלוה ? ניין נאר מ'דארף זיצן שטול און ווארטן ? ווי פרעגסטו אין אזא צייט השתעגת ? זיך לאזן פירן צו די שחיטה וועגן אפאר פחדנים ?

קיינער האט 'פארדעם' און נאכאמאל איך רעד פון 'פארדעם' האט קיינער געזאגט מיט א זיכערקייט אז ס'איז נישטא קיין וואפן און דער בעל דבר אליין האט עס נישט פארלייקנט ( אוודאי היינט ווייס איך שוין אויך אז דער איז געווען א פשוטער בעל דמיון און עגאאיסט און פלעין זיך געזוכט זיך צו האלטן פעסט אבער דעמאלט) האט מען געדארפט אכטונג געבן

איך זאג נישט ס'איז קלאר אז בוש האט זיך געהאט זיינע נגיעות --להוי ידוע די גאנצע וועלט פירט זיך שוין באלד 6000 אדער אפאר מיליאן יאר :lol: מיט נגיעות-- אבער די אויפברויז מיט די פרויזן ס'האט געקאסט ביליאנען און 4000 נפשות נו וודאי א מלחמה קאסט געלט און נפשות ווער ווייסט דען נישט דערפון ?

די מיליאן דאלער שאלה איז צו די מלחמה האט "אויסגעפעלט" נישט צו ס'איז "געלונגען" און אויב די תירוץ איז יא ס'האט אויסגעפעלט דעמאלט איז די סוקסעס דערפון בכלל נישט רעלעווענט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

זייער דערדריקענדע נייעס קומט פון איראק, נעמליך נאך א גרויסע שטאט, ראמאדי, הארט לעבן די באגדאד, איז געפאלן אין די הענט פון די קעפ האקערס ה"י.

ווער דענקט דען נישט ראמאדי וואס אונזערע העלדישע אמעריקאנער זעלנער האבן געבלוטיגט דערפאר צו דעראבערן און מיט דעם אנגעהויבן דעם ענבאר אויפוואכוננג וואס האט געפירט צו די סוקסעספול סור"ג'

איך בין זייער אנגעווייטוגט אויף אבאמא, טראץ וואס אזוי בין איך זיינס א חסיד, בין איך אנטוישט פון איהם ווייל ער האט זיך ארויסגעצויגן זייער ווילד און זייער אומפאראנטווארטליך, מיטן חשבון אז ס'סיי ווי בוש'ס דאגה נישט מיינס,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאלד האט געשריבן:איך בין זייער אנגעווייטוגט אויף אבאמא, טראץ וואס אזוי בין איך זיינס א חסיד, בין איך אנטוישט פון איהם ווייל ער האט זיך ארויסגעצויגן זייער ווילד און זייער אומפאראנטווארטליך, מיטן חשבון אז ס'סיי ווי בוש'ס דאגה נישט מיינס,

כ'האב הנאה.
דאס מיינט א ריכטיגע חסיד!
ער ווייסט אז דער רבי איז נישט גערעכט, אבער בלייבט נאך אלס א חסיד. מה שנקרא בלשונינו 'אמונה פשוטה'... :lol:
פארשפארט