Tony Stewart

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Tony Stewart

שליחה דורך פליקער »

א שוגג אדער א מזיד

דעי געוועיזענע מוצאי שבת נחמו איז געוועין א נעסקאר רעיס אין Canandaigua Motorsports Park in New York עס האבן דארט גערעיסט בתוך פילע רעיסערס צוויי אינדיווידיאלן איינער א וועטערן רעיסער ביים נאמן טאני סטוערט א וועטעראן רעיסער מיט א היסטארי פון זיין זייער שטארק אגרעסיוו, מיט גאר ווילדע שרעק אנווארפענדע מאנאווערע'ס, אויך איז דארט געוועין א אינגע 20 יעריגע רעיסער Kevin Ward Jr. וואס דער לעצטער האט עפעס זיך פארטשעפעט מיט סטוערד, מיט א קליינע מאנאווער פון סטוערד האט ווארד זיך גענימען דרייען ווי א טרענדעל, וואס האט אים שטארק ארויס גענימען פון די כלים, און האט מחמת כעסו געמאכט א שוידערליכען טעות, ער איז ארויס געקומען פון די ספרינטער, געוואלט אנ'שגץ'ן דעים סטוערד וואס איז אויך געוועין מלא חמה, וואס פינקטלעך דער ווארד האט געצילט ווייסט מען נישט אבער וואס האט פאסירט איז שרעקליך, דער סטוערד האט מיט א ווילדען עקסעלרעישן געמאכט א מאנאווער און איבער געפארן דעים אינגען ווארד, און פארשניטען זיין לעיבן, א ווידיא פינעם אינצינדעט איז פארהאן, נישט פאר די שוואכע הערצער, אבער דערווייל איז נאך נישט דא קיין קרימינאלע קלאגעס, עס איז נאך אינטער אינוועסטיגעשן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'מעגליך אז ער האט במזיד אים גע'הרגעט?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

שווער צי זאגן, ער האט אים לכאורה נישט ג'הרגט במזיד, מען זעיט דאך קלאר אז ער איז געפארן אינדע זייט, אבער די שאלה וואס איך האב, איז צי טאני איז שילדיג און זיין מארד, ווייל מען הערט קלאר א עקסעלערעישן, דאס טייטש ער האט אים קלאר געזעין, און ער האט אים ווי משטיינג געזאגט, געוואלט שיקן א קלארע מעסעדש, ממילא משום הא, איז עס שוין נישט קיין שוגג אויב ער האט אים אריין געריקט, למשל אויב איינער שיסט א ווארענינג שאס, און עס הרג'ט יא, הכי שוגג נקרא,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

קען נישט זיין אז ער האט געגלישט אלס שרעק? (קען ער דאס נישט טענהן?)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפי השמועה.וואס איך האב געהערט היינט פון אזוי-גערופענע עקספערטס, אז טאני סטוארט האט עקסעלערעיטעד, וויסנדיג אז די קאר וועט זיך דרייען אויף רעכטס. בכוונה איהם אנצושפריצן מיט בלאטע. נאר די טריק איז צו גוט געלונגען. און ער האט איהם אראפגעקלאפט. איז די שאלה. אפשר הייסט דאס גאר מתעסק?!.. :? :roll: :evil: :twisted: :x :oops: :cry: :( ;) :o
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קאפקעיק »

קאוועניק האט געשריבן:קען נישט זיין אז ער האט געגלישט אלס שרעק? (קען ער דאס נישט טענהן?)

און אפשר האט ער געגליטשט ווייל זיין טאטע האט עם געפייניגט?!
#דז'אסט קידדינג,
איי מין, א פעסטע עקסעליריעשן הייסט געגליטשט?!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

נישט פארגעסן, ער איז גאר א פראפעסיאנאלער דרייווער, מאכט נישט קיין טעותים, ער האט זיך פארלוירן מחמת כעס מסתם
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט