יואליש האט געשריבן:כ'בין נישט קעגן מציצה בפה. כ'בין אויך נישט קעגן נעמען פון עלטערן קאנסענט נאכן מודיע זיין די ריסקס. כ'בין אבער יא קעגן פארפירערישע דערקלערונגן אז "קיינער איז נאכנישט געשעדיגט געווארן" און "ס'איז קיינמאל נישט איבערגעוויזן אז מציצה בפה האט אריבערגעפירט הערפיס צו קינדער" אדער אז "מ'פארלייגט זיך אויף אונז און מ'וויל אויסרייסן אידישקייט."
איינער וואס זאגט: יא כ'ווייס אז מציצה בפה איז א חשש סכנה, יא כ'ווייס אז ס'איז דא געניג פוסקים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי אדער מציצה בפה בהספק, פאר א געוויסע סיבה וויל איך נישט אז עלטערן פון די נייע געבוירן פיצלעך זאלן ליינען איבער די סכנה, און כ'האלט מ'ברויך זיך איינרייסן דערפאר מיט די איסטאנצען און מיט די גאנצע וועלט, מ'ברויך האבן מסירות נפש דערפאר. אזא איינער איז דאס מערסטע אויפריכטיג אין די דעבאטע. ער זעהט די פאקט און זאגט נאכאלס וואס ער האלט.
יואליש, די רירסט אהן איטליכע נקודות, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט ביי די מערכה מיט די סטעיט אז געוויסע עלמענטען האבין געפירט א מערכה דערקעגען לאו דוקא וועגען געזונטייט סיבות, ממילא גייט דאס אריין אין דעם כלל פון אפילו ערקתא דמסאנא לויט כמה וכמה רבנים.
ב. די פאקט אז א גרויסער טייל פון ערוואקסענע האבען הערפיס און צענדליגע טויזענטער ווערן געמל'ט במשך כל השנים און ס"ה [ליידער אויכעט צו פיל] איז דא 2 קעיסיס וואס זיי זענען תולה אין דעם אויכעט נישט 100 פראצענטיק איז הדבר אומר דרשיני
נעמען געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בו בזמן וואס אונזערע פוסקים כולם פה אחד הודו והמליכו ואמרו אז מען טוט נישט אזוי פאסקענען איז אבי גערעדט און געהאקט אין טשייניק, לדוגמא יעצט דער חפץ חיים לראשונה, יוצאי אונגארין האבין זייערע מסורות זיערע פסקים מאכט נישט דעם גרעסער אדער דעם צווייטער קלענער. לדוגמא דער ענין פון שערען האר ביי נשים וואס ביי יוצאי אונגארין איז דאס להשמיד ולהרוג, וגדולים וטובים אצל יוצאי ליטא איז ביי זיי דאס נישט קיין עסק און ביי געוויסע איז דאס נאך א איסור פון לא תלבש, אבער ווען א אונגארישער יוד וועט זעך אזוי פירען וועט ער זיין א שגץ. און ווי לדגומא עס וועט קיינער נישט מפקפק זיין בגדלות תורתו צדקתו פון הגר"מ פיינשטיין, וואס ביי אונזערע קרייזען איז כמעט נישט געווען אזאנס וועסטו דען אנ-נעמען זיין פסק לגבי הזרעה מלכותית
ממילא צו קומען שרייען דער חפץ חיים איז נישט מאסגעבנד לענינינו
ב. דער חתם סופר שרייבען דעך אלע תלמידיו ותלמידי תלמידיו כמעט, ובראשם המהר"ם שיק שלא נתכוין לדורות אלא הוראת שעה היתה וכו' וכו' קומט מען היינט זיין א חכם און מען שרייט דער זעלבער חתם סופר וכו'