איינע פון די גרויסע בענעפיטן פון הערן טעגליך קול מבשר, איז אז מען הערט פון אלע סעילס און ספעשילס,
אויב האט איר געהערט היינט #111 זענט איר לאקי!
"די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך חבורת מהרח''ו
אויף די נאמען פון רבי חיים ויטאל זי''ע, וואס גרייטן זיך אפצורעכטן א תיקון גדול ונוראה, וואס עס האט מגלה געווען גי ארי הקודש, וויאזוי דער מענטש קען זיך אויסלייזן פון אלע עבירות, וואס מען האט ח''ו עובר געווען דורכאויס דעם גאנצן לעבן,
דעם גילוי גייט מיט ספעציעלע ציפערן, פון תענתים פאר יעדן חטא באזונדער,
פאר כעס, 151 תענתים,
ליצנות, 120 תענתים,
עסן אן נטילת ידיים, 27 תענתים,
און אזוי ווייטער,
מער וועגן דעם דרוקט יעצט סטאר דערנאך זיראו,"
אויב האט איר געזינדיגט ח''ו רופט 1917-471-0000
(מיר וועלן גערן נעמען אייער געלט און קעיר נעמען פון אלע אייערע עבירות)
איך האלט אז עס איז א געפערליכע ליצנות זיך צו אנאנסירן אזוי אויף קול מבשר,
סאיז א בושה און א חרפה אז אזא 'חבורה/ביזנעס' זאל ספאנסערן נייעס, נאך מיט פונקטליכע פרייזן פאר יעדע עבירה!
סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ויפיל תעניתים דארף מען פאסטען אויף עצם הערן די שטותים פון קול מבשר?? סאיז דאך איין שטיק ליצנות!!
זייט כאהב מגלה געוועהן אונזער שטיבל פעלט מיך שוין מער נישט אויס די קולות כמעט,
אחוץ די איינמאל א וואך די אנליז פון הערשיל פרידמאן וואס אזוי אויך איז ער פאר קיין איינעם גארנישט מחדש בין איך בתענית הפסקה כמעט משבת לשבת פון קול מבשר
אזוי ארויף בין איך כמעט נישט זוכה צו זיין לאקי!!
זייט כאהב מגלה געוועהן אונזער שטיבל פעלט מיך שוין מער נישט אויס די קולות כמעט,
אחוץ די איינמאל א וואך די אנליז פון הערשיל פרידמאן וואס אזוי אויך איז ער פאר קיין איינעם גארנישט מחדש בין איך בתענית הפסקה כמעט משבת לשבת פון קול מבשר
אזוי ארויף בין איך כמעט נישט זוכה צו זיין לאקי!!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פשיהא א אשכול ווי קאפקא מיט אתא זענען מסכים! אה עס איז נאנט צו חמשה עשר באב און לאוו איז אין די לופט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)