נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
קען זיין אז דאס באלאנגט אין אן אנדערע אשכול, זענען די אחראים מכובד עס צו רוקן.
[tag]שלום דין,[/tag] דער אלטימעט סקווירא לשעבר'ניק, האט אפגעשריבן זייער אן אמוישענעל מאמר אין טאבלעט מאגאזין איבער דבורה טאמבור'ס ניסיונות החיים מיט אירע קינדער, נוצענדיג זיין אייגן היסטאריע און פיינפולע מיטמאכענישן אלס א באזיס אויף צו פארשטיין איר ווייטאג.
לייענט עס דא.

אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
ער וויל מ'זאל זיין שטרענגער מיט חרדישע מאלעסטארס. א לאנגע ארטיקעל
http://www.nationalpost.com/m/wp/blog.h ... sm-problem
http://www.nationalpost.com/m/wp/blog.h ... sm-problem
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
היינט און מארגן וועט געלופטערט ווערן א פראגרעם אויף די Not the one show פון "לאנדאן לייוו" טיווי טשאנעל פריסידעד ביי אן ארטיקל אינעם גאר פאפולערן וועלט בארימטן "אינדיפענדענט" (לינק אונטן). די שאו וועט רעדן איבער וויאזוי ס'איז צו גיין אראפ פון דרך, ארויס פון די אלטרא ארטאדאקס קאמיוניטיס אין לאנדאן, און וועט שפיהלן דריי מאל, היינט אווענט, מארגן פרייטאג צופרי און מיטאג. די פלייץ פון נעגעטיווע מעסידזשעס געראכטן אין ריכטונג פון היימישע קאמיוניטי מצד די פרעסע אין ענגלאנד די לעצטיגע צייט שיקט א אומצוויידייטיגע מעסידזש אז די ענגלישע קארעקטע נרדפים ליבהאבער וועלן נישט דולדן פרייהייט אונטערדריקונגען, עקסטרימע רעליגיע אנטשויאונגען פון סיי וועלכן סארט.
זאגן זאגט מען אז די לעצטע אקטיוויטעטן פון ברענגען צו די פאבליק'ס אטענשאן די מיסברויכן פון אינעווייניג אין די פרומע קהילות קומט אין רעזולטאט פון רב פדווה און רב וואזנער'ס פארזוכן צו סטראשען און אינטימידעיטן מענטשן. ווי באקאנט האט כדתיה געעפנט מיט א יאר צוריק בערך אן אזויגערופענעם וועד למען טוהר המחנה וועלכער העקט פעיסבוק און אימעיל אקאונטס, פארארבעט מעשים מיט טע"ג מיט די הילף פון די חדרים אדמיניסטראציעס, פארבאט מענטשן צו רעדן און זיך דרייען מיט פלוני ואלמוני, שטאט אפ דראהאונגס באזוכן ביי מענטשן אינדערהיים, דינגט גוים ארומצופארן מיט ביציקלעך ביינאכט אין די סיטי, און מיט קעמרעס אפכאפן בילדער פון אינגעלייט וואס גייען טאנצן כיצד מפקדין און דערנאך זיי דערמיט שווארצבליצן. ווי אויך שיקן זיי מעסידזשעס צו מענטשנ'ס פעיסבוק און טוויטער אקאונטס סטראשען אז זיי זענען אויפגעקומען אויף זייערע אידענטיטעטן, זיי זאלן בעסער זיך היטן די ביינער און דע-אקטיוויזירן זייערע אקאונטס. דערנאך מיט די לעצטע אנטוויקלונגען ווען רב וואזנער האט אריבערגערופן א גרופע אנשי חיל פאר א זיצונג ביי זיך אינדערהיים און אויפגעפאדערט די געברויך צו גרינדן א ישראל סטייל "משמרת הצניעות" וואס זאל זיך פארשטעלן און אליינס שפיאנירן אויף מענטשן וואס גייען זיך איבערטוישן אויף בגדים שחורים. ווי אויך זענען די רבנים און כלל טוער לעצטנס שטארק פארנומען אוועקצונעמען קינדער פון עטליכע עלטערן וואס האבן געשלאגן כפרות מיט די סיסטעם. דאס אלץ ברענגט אן ערווארטעטע ספרינג רעאקציע כמובן. עקספערטן געבן איבער אז די עשירים און די מוסדות וואס שפיהלן דעם "עכטן סיסטעם" און זענען פארשטייט זיך שטיצער פון דער טעראר, זענען די קומענדיגע אויף די ליסטע צו פיגורירן אויף דעם שאנד קעסטל המכונה טיווי בלשון הגוים.
עס איז פארשטענדליך אז דאס אלץ איז נישט קיין סיבה אדער דרייוו פאר די עוזבים זיך צו ווענדן צו די פרעסע, נאר ליבערשט איז דאס א תוצאה פון נישט לערנען מיט קינדער עדיוקעישן וועלכער שלאגט זיך אויס אין די דאזיגע פארשידענע פארמען און דאס איז גורם די די יונגע שופר בלאזער צו פיהלן פארפליכטעט צוברענגען די קהילה לעבנסשטייגער - אין איר אמת'ער ליכט - צו דער המון'ס אויגן, אזוי ארום פרובירן צו פארשטערקערן דרוק אויף די קאמיוניטי פירער זיי זאלן מוזן פארבעסערן זייערע קהילות. איבעריג צו ערקלערן ווי אפצוהאלטן פון קינדער עדיוקעישן קען פירן צו א דור וואס זאל געצווינגען זיין צו האנדלען אומלעגאל, אראפקוקן די תושבי וחוקי המדינה, צוריקהאלטן און צונעמען פון קינדער מעגליכקייטן און בחירה אין לעבן און פייניגן אנדערע וואס ווילן אויסקלייבן אנדערש, אינעווענדיג און אויסנווענדיג.
דער לינק צו די ארטיקל אין "די אינדעפענדענט"
ווארט געדודלדיג פאר די פראגרעם אין פופצן מינוט, אום 7 אווענט (2 מיטאג אמעריקאנע צייט) אויף לאנדאן לייוו

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קוקט אויס ווי דאס איז א נארישע ענגלישע מארגינעל פרינג פראגראם.
הירץ ,מיין הארץ גייט אויס זעהענדיג וואס דו מאכסט מיט (אפילו אז רוב דערפון האסטו דיך אליינס אנגעמאכט) אבער איך בין דיר מבטיח אז צו טשאזן מסירה און באשמיצן די קאמיוניטי וואס האט אזויפיל געטוהן פאר דיר גייט דיר עבסלוטלי נישט ברענגן קיין איין טראפ גליק און צופרידענהייט. געב נאר א קוק אויף דער מנוול מסור מא''פ(א).
טשוכע דיך אויס פון דעם עצת היצר ,כאפ דיך באצייטענס פאר עס איז צו שפעט.
גלייב מיר איך שרייב די ווערטער מיט טראפן בליט און טרערן רינט פון מיינע אויגן.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UT8ICy5YZfo&feature=youtu.be[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
ווי נעמט איינער די (חוצפה) און טיפשות צו דיין פארקויפן פארן וועלט אז חרדי'שע מענער קענען נישט קיין ענגליש ווען די מערהייט קען א גוטן ענגליש? ווי נעמט איינער די טיפשות צו פארקויפן אז חרדי'שע אידן האבן נישט קיין צוטריט צו וויקיפדיע ווען דער פאקט איז נישט אזוי. וואס איז די ציל אראפצומאלן גאנץ חרדיזם ווי איין גרויסע קוגל ווי כאילו קיינער קען נישט ענגליש, קיינער ליינט נישט אלגעמיינע צייטונגען און יעדער איז להשמיד קעגן וויקיפידיע? די טעות איז שוין געמאכט געווארן דורך פעלדמאן. אז מ'וויל נישט ארויסקומען ווי א פאלנער שקרן און האסער, איז כדאי זיך צו באהערשן אויף די געפילען און זאגן דעם ריינעם אמת. סתם פארקויפן ליגענד און בלאף איז נישט קיין וועג. שקר אין לו רגליים.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
כוכב האט געשריבן:ווער איז עס?
ער האט א פערפעקטן בריטישן אקצענט, ער זאגט אפילו האריידי, אנשטאט חרדי.
דאס איז כמובן א אקטיארס וואויס און נישט דעם זכר'ס וואס זיצט דארט ,עס איז זייער בולט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
ער איז אסאך מער ווי א מגזם. אז ער זאגט אז מענער קומען צו צו די ווייבער ביים גיין צום דאקטאר איז ער נישט קיין מגזם נאר א שקרן. די ווארט איז איין זאך: מען קען פאר'ן גוי נישט פארקויפן לאקשאן. יעדער ווייסט אז חרדי'שע אידן האבן צוטריט צום אינטערנעט און (נישט אלע) זענען פיר-פיסיגע מטורפים פון אן אנדערע פלאנעט, און אז ער גייט סתם פארקויפן שקר וכזב וועלן זיינע ווערטער נישט האבן קיין שום השפעה. פעלדמאן איז אויך לכאורה נאר געוועהן א מגזם און זי איז פארפיינטעט אפילו ביי די או טי די.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
עס איז יעצט דא א גרויסע ווינט ארום די וועלט, אין איזראעל, בעלגיע, קאנאדא און ענגלאנד בנוגע סעקולארער עדזשוקעישאן. עס איז דא צוויי וועגן וויאזוי חרדיזם קען דא רעאגירן. אדער קענען זיי זיך אקעגן שטעלן און שרייען שקר וכזב, אנטיסעמיטיזם, חתם סופר, מסורה, מסירה כו'. אדער קענען זיי איין מאל פאר אלעמאל טון די ריכטיגע שריט און מקבל זיין את האמת אן nitpicking א יעדע ווארט צו עס איז אמת אדער נישט. וועלכע מהלך האלטסטו מען זאל גיין מיט?
אגב, ליין דא דעם ארטיקל איבער א ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט איינגעפירט מקיים צו זיין די "ללמדו אומנות" וואס חז"ל פארלאנגן, און לכבוד דעם האט די יתד נאמן אראפ געריסן די ישיבה, אינעם צייטונג די וואך. דאס צייגט ווי ערענסט מיר זענען אין דעם געביט.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
Comprehensive secular education איז נישט טייטש מלמדו אומנת,
דריי שעה רעליגיעזע שטודיעס, דערנאך פינף אהאלב שעה סעקולארע
גוט אדער נישט, ריכטיג אדער נישט, סאיז 'נישט' א ישיבה וואס נעמט אראפ צוויי שעה צוויי אהאלב שעה צו לערנען א פאך מיט די בחורים,
I thought I would mention that.
(צו מאכן קלאר, איך האלט נישט דווקא אז סאיז א שלעכטע זאך, אבער צו זיין אויפריכטיג איז עס נענטער צו טורא קולג' ווי צו א סטאנדארט ישיבה)
דריי שעה רעליגיעזע שטודיעס, דערנאך פינף אהאלב שעה סעקולארע
גוט אדער נישט, ריכטיג אדער נישט, סאיז 'נישט' א ישיבה וואס נעמט אראפ צוויי שעה צוויי אהאלב שעה צו לערנען א פאך מיט די בחורים,
I thought I would mention that.
(צו מאכן קלאר, איך האלט נישט דווקא אז סאיז א שלעכטע זאך, אבער צו זיין אויפריכטיג איז עס נענטער צו טורא קולג' ווי צו א סטאנדארט ישיבה)
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
[tag]הוגה[/tag], הלוואי זאלן אונזערע בחורים באקומען א נארמאלע סעקולארע עדוקאציע.
איך — ווי דיר — ווער שוין הייזעריג פון אזויפיל שרייען און וויינען אויף אונזער ביטערער גורל. אבער כ'דארף דיר נישט זאגן אז נישט אזוי וועט די ישועה קומען. פונקט ווי ס'איז גארנישט געווארן פון YAFFED און זייער גרויסע שילד אויף די הייוועי, על אף זייער גערעכטע טענה, וועט גארנישט ווערן פון דעם חברה מאן — צוליב איין סיבה: ער איז א האסער. אויב טויש וועט קומען וועט עס קומען פון אינעווייניג אדער עכ"פ פון אזאנע וואס זוכן אונזער גוטס, נישט פון אזעלכע וואס זענען אנגעפילט מיט האס און שנאה (אפשר מיט רעכט) און זענען מגזם, משקר און מוציא שם רע אויף א זינלאזע פארנעם.
איך — ווי דיר — ווער שוין הייזעריג פון אזויפיל שרייען און וויינען אויף אונזער ביטערער גורל. אבער כ'דארף דיר נישט זאגן אז נישט אזוי וועט די ישועה קומען. פונקט ווי ס'איז גארנישט געווארן פון YAFFED און זייער גרויסע שילד אויף די הייוועי, על אף זייער גערעכטע טענה, וועט גארנישט ווערן פון דעם חברה מאן — צוליב איין סיבה: ער איז א האסער. אויב טויש וועט קומען וועט עס קומען פון אינעווייניג אדער עכ"פ פון אזאנע וואס זוכן אונזער גוטס, נישט פון אזעלכע וואס זענען אנגעפילט מיט האס און שנאה (אפשר מיט רעכט) און זענען מגזם, משקר און מוציא שם רע אויף א זינלאזע פארנעם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:ווי נעמט איינער די (חוצפה) און טיפשות צו דיין פארקויפן פארן וועלט אז חרדי'שע מענער קענען נישט קיין ענגליש ווען די מערהייט קען א גוטן ענגליש? ווי נעמט איינער די טיפשות צו פארקויפן אז חרדי'שע אידן האבן נישט קיין צוטריט צו וויקיפדיע ווען דער פאקט איז נישט אזוי. וואס איז די ציל אראפצומאלן גאנץ חרדיזם ווי איין גרויסע קוגל ווי כאילו קיינער קען נישט ענגליש, קיינער ליינט נישט אלגעמיינע צייטונגען און יעדער איז להשמיד קעגן וויקיפידיע? די טעות איז שוין געמאכט געווארן דורך פעלדמאן. אז מ'וויל נישט ארויסקומען ווי א פאלנער שקרן און האסער, איז כדאי זיך צו באהערשן אויף די געפילען און זאגן דעם ריינעם אמת. סתם פארקויפן ליגענד און בלאף איז נישט קיין וועג. שקר אין לו רגליים.
ער רעדט פון די אידעאלע ערווארטונג פון א קינד/בחור אין די סיסטעם - וויאזוי ער זאל אויסוואקסן. איידיעלי דארף יעדער אויסוואקסן א כולל אינגערמאן, אז ס'ארבעט זיך נישט אויס אין די ענדע און די מלמד ווערט הייזעריג פון שרייען "פאטעטיטע קאפ" מוז ער נעבעך גיין ארבעטן. דאס איז פאר די בינונים און באמעס. א גוטע אינגערמאן איז ערווארטעט צו בלייבן ביים לערנען אפאר יאר. דערנאך זענען דא די וואס לערנען אין כולל אפאר יאר (לעבנדיג אויף סעקשן אכט), אבער צוליב פרנסה "מוזן" זיי גיין ארבעטן, און יש פון זיי וואס זענען מצליח, פארהאן וואס נישט. איז ווייטער, נאר נאך אפאר יאר אין כולל. און יא, אפילו אזא איינער געטרויערט מען נאך אלס נישט און ער מוז זיין קאמפיוטער האבן געפילטערט. פורן איז דער פראבלעם? וויקיפידיע איז פאר זיי א גרעסערן פראבלעם. אה, הייסט קאווע שטיבל לאזט מען נישט אבער וויקיפידיע יא?
אז דו ווילסט נישט לערנען מיט דיינע קינדער די נאציאנאלע קוריקולעם ווייל דו האלטסט ס'וועט שאדן טוהן זיין אידישקייט, פארוואס לכל הפחות נישט לערנען מיט די בחורים וואקעישזאנעל ארבעט? טישלער, פלאמבער, עלעקטארישן, פעינטער, וכו'.
נעם למשל דאס וואס ער האט געזאגט כלפי די פליכט פון די מאן און פרוי. איז עס דען למעשה אזוי, אז די פרוי ארבעט און די מאן לערנט? נישט איבעראל! אבער דאס איז וואס איז עקספעקטעד אין א עולם השלום. איבערהויפט פון אזעלכע בחורים וואס האבן פאטענציעל...און ווערן דערפאר פארכאפט אין תורה'דיגע אדער נגידישע הייזער, און וואס אויף זיי וויינט דער מקונן.
דאס וואס דו פארפירסט אז מ'קען יא ענגליש איז שוין ווען ער איז גוט איבער די 27, נאכדעם וואס ער האט שוין גענוג צייט געהאט זיך אליינס צוצולערנען. און אוודאי נישט יעדער. אמת, עס איז געוואנדן פון וועלכע קהילה ער קומט; נישקשה, איז מערסטנס לערנט מען מיט אים די זעלבע דרגה וויפיהל מ'לערנט מיט די מיידלעך אין סאטמער. אבער געדענק, זיין השקפה כלפי די גויאישע וועלט איז ווייטער א חרדיסטישע. די סיבה פארוואס ער קען ענגליש איז נישט ווייל ער וויל קענען רעדן מיט זיינע לאנדסלייט און אויך נישט ווייל אמעריקע איז זיין מדינה און ער איז שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנער, נאר ווייל ער מוז נעבעך.
פארוואס דו מאכסט נישט קיין סענס בכלל איז ווייל איך און דו ווייסן אז דער גוי ווען ער הערט די אלע זאכן, ווי למשל מעטרימאניעל מערידזשעס, ראביי'ס אויטאריטעט, קאנטרעסעפשן און טע"ג וכדומה, מיינט ער אז מ'רעדט דא פון גוט סטרוקטירטע ארגאנאזירטע רעגולאציעס און אגענטורן וואס אפערירן איבעראל אייניג, ווען דער אמת איז אז די סיסטעם איז אזוי נישט מסודר און צעפלויגן אז אפ' אין די זעלבע קהילות הערשט א כאאס ווען יעדע קלאס, יעדע משפחה, יעדע בית מדרש'ל און יעדע עסקנטשיק טוט זיך עפעס אנדערש. איז שוין נישט קיין פירכא יעצט הלמאי דו ווייסט נישט פון וואס ער רעדט, אמער, דו האסט שוין באהערשט ענגליש אלס יונגע צוציק נאך?! ווייל דיין טאטע לדוגמא, האט געקענט זיין א קאווע שטיבל לייענער און אהיים ברענגען רעבע דיקינס פאר דיר צו לייענען אבער נאכאלץ דארפן אנגעהערן צו אן עקסטרים פרומע קהילה צוליב די קאמיונאל און פאמיליע דרוק אבער דיין עלטערע ברודער וועלכע איז געשיקט געווארן צו א אנדערע ישיבה לערנען איז אויפגעוואקסן א רעבע זכרונע לברכה איד און שטענדיג נאר געזען די פרומע זייט פון דיין טאטע (ווי ער איז געוואוינט געווען נאך איידער ער איז קאליע געווארן). איך געב דיר נאר א משל, פארשטייסט?
ער איז נישט מגזם. ריכטיג אז זאכן למעשה זענען אביסל מער נואַנסט אבער ער פרובירט צו ערקלערן, אין די מאגערע צייט וואס מ'האט אים געגעבן, די אידעאליסטישע לעבן פון א חרדי אין א יוטאפיען וועלט.
וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן די אשכול פון @אבטולמוס "מבית אבותי ורבותי"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הירץ אייכל גומפרץ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.