מיין מוסף ערפארונג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מיין מוסף ערפארונג.
יהללו את שם ה' כי נשגב שמו לבדו, ריפט אויס דער בעל הגבה, אידן ארום שטיפן זיך צו א קוש טאן דעם ספר, אט פארשליסט מען דעם ארון הקודש, עס הערט זיך די קלאפ פונעם שווערן אייזערנעם טיר, און דאן הערט זיך די גרידזשע ביים פאררוקן דעם פרוכת'ל, צו מוסף גייט ווידער אמאל צו דער בעל מפטיר ר' שמואל יאנקל וואס האט עפעס לעצטנס יאהרצייט יעדן צווייטן וואך נאכן טאטען, זאגט זאגט מען טאקע אז זיין טאטע איז נעבעך יעדן טאג אויסגעגאנגן פאר הינגער.
דער ציבור שטעלט זיך שמו"ע, ר' מיכל האלט דעם סידור פארמאכט צווישען די פינגער און דרוקט דאס צו צום בייכל, גיי פארשטיי צו וואס ער ברויך א סידור, ביי טועמיה חיים זכו איז ער מכוין דעם ענין פון קידושא רבה, הערינג און קיכל, טשולענט און קוגל, וגם לרבות א גוטן וויסקי, ער דערמאנט זיך דעם טייטש, טועמיה חיים זכו, ווער ס'טועם פון די מאכלי שבת איז זוכה צום לעבן, וגם האוהבים דבריה, ווער ס'גלייכט שטארק די מאכלים באגניגט זיך נישט מיט טעימה בעלמא, נאר גדולה בחרו, נישט אומזיסט זאגט מען אויף ר' מיכל'ן אז זיינע חטאת נעורים באשטייט פון דעם דאס אז ס'פלעגט אים אלס איינפאלן דברי תורה דוקא אינמיטן שמו"ע.
דער בעל תפילה ר' שמואל יאנקל קען שוין קוים ווארטן מכבד זיין את ה' מגרונו, דערפאר האט ער שוין אויסגעטראטן, ער קוקט זיך אזוי ארום אביסל אומגעדילדיג, ער כאפט זיך באלד אז דער באשלוס ווער ס'דער שיינער איד אויף וועם צו ווארטן ליגט ביי אים אין די האנט, ער קוקט זיך אזוי ארום און באשלוסט אז ר' יודא לייב איז דער פאסיגער איד אויף וועם מ'דארף צו ווארטן, און דרך אגב פארפאסט ר' יודא לייב נישט קיין שכויעח נאך זיינס א דאווענען, ווער ס'איז ר' יודא לייב ברויך מען נישט פארשטעלן א בנש"ק, וואס עפענען אן אייגן מקום לתורה ותפילה איז זיינס א חלום, ר' יודא לייב דאווענט דער דריטער ביים מזרח וואנט, א גרייז גרויען בארד יורד על פי מדותיו, די שבת'דיגע לאקן הענגן אים ביי די זייטן, ער טראגט א עכט זיידענע בעקיטשע אין א ברייט האנט-געשטריקט גארטל כמנהג אבוה"ק.
ר' יודא לייב איז אבער נישט קיין בטלן, ער האט באלד דערשפירט כי לו נאה ולא יאה אים צוטיילן דאס כבוד, ביי וכל החיים יודוך סלה ציעט ער אויס די ווערטער ווייל ער שמעקט אז א היבשער עולם דאווענט נאך, שמואל יאנקל באמערקט גראדע דאס אז בין כריעה לכריעה נעמט אים עפעס לענגער ווי געווענליך, און ווערט שוין אביסעלע נערוועז, ווייל ר' מיכל האט שוין צום צווייטן מאל געווינקן אז מ'קען אנהויבן, דער דרוק וואקסט פון מינוט צו מינוט.
אט ענדליך טרעט ר' יודא לייב אויס און ווארפט זיך אזוי איידל ביי די זייטן, און קוקט זיך אזוי ארום ווי מיט שילדיגס געפילן, ווי איינער זאגט כ'האף אז נישט אויף מיר האט מען געווארט.
ר' שמואל יאנקל טרעט צו ברוך אתה ה' און דער ציבור שרייט אויס ווי מיט א נצחון ברוך היא וברוך שמו, ר'שמואל יאנקל זעצט פאר און פירט אויס מיט א חזנ'ישן שטימע מחיה המתים
דער ציבור שרייט אויס כתר יתנו לך, ר'שמעיה אויף צו להכעיס שטעלט זיך אלס אויף היבש אביסל שפעטער אנצודייטן אז ער איז גאנץ א קילער מאן, ר'יודא לייב'ס קול דערקענט מען מען ביי הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, ווי ער זאגט דאס מיט אזא מתיקות מיטן נוסח פון רבי'ן ז"ל
מ'ענדיגט כתר, ס'הערט זיך אן הארמאניע פון קלאפעריי און רוקעריי פון די בענק, א טייל עולם גייט צו די ספרים שאנק און הענגערס אפירנעמן דעם שטריימל, מ'דרייט אראפ די עטרה אויף די פלייצע און זעצן אראפ די שטריימל אויפן קאפ.
ר' שמואל יאנקל איז ממשיך תכנת שבת, דא זינגט זיך ר' בערטשע אינטער מיט נאסטאלאגיע תכנת פון ר' יאסעלע
ביי ושם נעשה לפניך ברימט דער עולם ספאנטאן מיט, דאס זעלבע חזר'ט זיך איבער ביי וביום השבת, די שיינע אידן זיצן אזוי צוגענאגלט צו די בענק און שאקלן לייכט צו דעם קאפ צום ריטעם.
ר'שמואל יאנקל זעצט פאר ישמחו במלכותך שומרי שבת וקוראי עונג, פונעם טיר שפאצירן אריין די ברידער פונעם חתן מיט טעצלעך אין זייער הענט, עס האט זיך צוגעשארט א קאזין זייער, לייבל, וואס ווען אימער ס'שמעקט פון עסקנות איז ער באלד א מחותן.
ביי וטהר לבנו ברימט ווידער דער עולם מיט, ווי ס'וואלט געווען א מנהג שיסודתן בהררי קודש, ר' מיכל קוקט מיט הנאה אויף די פארשידענע ערליי היימישע געבעקסן, און אויף די פארשידענע ערליי הערינג, ער נעמט די נארוואס אראפגעלייגטע וויסקי און די האנט, און פאררוקט די גלעזער אויפן שטערן און קוקט דערויף ווי איינער וואס איז א מבין אויף די קליינע אותיות.
ר' שמואל יאנקל טרעט אויס שמו"ע, מ'זאגט פטום הקטורת, ר' לעזער האט א מנהג וואך איין וואך אויס, אפירצונעמען א אינגעל אנווייזן אויפצופאסן אז ביי פטום הקטורת ענדיגט זיך שבת אנדרעש ווי אינדערוואכן.
מזאגט שוין עלינו, ר' מיכל האט שוין לאנג אפגעזאגט, ער גיסט שוין פונעם וויסקי אין גלעזל אריין, ר' לעזער אבער וועט נישט פארפאסן קיין אנעים זמירות, אויך מאכט ער זיכער אז זיין שלמה'לע זאגט שיין נאך און איז כסדר מסביר אז דאס איז די גרעסטע שבחים פארן רבוש"ע.
ר' שמואל יאנקל דרייט זיך אויס פונעם עמוד, מיט א צוריקעצויגענע מינע, ווי איינער זאגט נו אזא דאווענען איז דאך טאקע א זעלטענהייט, דער ציבור זאגט שכויעח און ענטפערט יישר מיט אן איידעלקייט אראפריקענדיג דעם טלית פון קאפ, ער שפירט זיך גוט און זאט ער דארף נישט קידוש מאכן, ר' יודא לייב זיכט אפיר א בעכער, זיין זון שווענקט אים דאס אויס ער זאגט על כן ברך, און האט אינזין מוציא צו זיין דעם גאנצן עולם

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 97
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
און דאן קומט דאס ערווארטעטע, סברי מרנן... בורא פרי הגפן! אמן!!! הילכט אפ ווי א קול ענות נצחון,
ווייניגער ווי א כדי דיבור שפעטער, זענען שוין דריי א פערטל געוועזען-שיינע טאצן אויפגעפראלט אפן, און עס רוקט זיך ארויס צוביסלעך א שטיקל קעיק נאכן צווייטען, ביי איינע פון די מזרח טישן קוקט עס אויס בערך אזוי, פינף מינוט נאכ'ן סוף דאווענען, זיצט זיך ר' יודא לייב וואס האט נארוואס מוציא געווען מיט זיין קידוש א עולם מיט געסט, און נעמט ארויס א שטיקל מארבל קעיק, ברעכט אפ האלב דורך אריינבייגען אינעם טיש אריין ווי א יחץ, די גרעסערע העלפט לייגט ער ביי זיך פאר אפיקומן, און די קלענערע העלפט לייגט ער צוריק אויפן פלאץ צווישן די שטיקלעך מארבל קעיק, וחוזר חלילה נאך א שטיקל, נאכאמאל צוהאלבט, האלב און מויל אריין, האלב צוריק און טאץ, ...

- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שיק ארויף די מצה'לעך, פון מענקאס, די אנדערע, די איז שאגער פרי. וועמענס, הערינג, שווארץ, פיין, געדענקסט נאך ווען ער פלעגט ניצן סקעליענס, אוי איז דאס גוט געווען.
בלעק לעיבל, גיס אריין, דו ווייסט וויפיל אזא באטל קאסט, מער פון דיינע הויזן. סיר, ברינג קאגל טו דיס טעיבל, טענק יו. העי, דארפסט אפשר א שווימהויז, אפשר לאזטו איבער פון די פיפיקלעך פאר א צווייטן. ווייסט ווער סמאכט א גוטע גאלע, די בוטשער ביי 51, זיי האבן א נייע קוק, דעלישעס.
יונגעלע, ברענג מיר א קאפ. פוי, פארוואס געט מען נאך מילמארט קושקע סטעיסט ווי קלעי.
סדא יאפטשיק אויך, ווער האט דאס כוח צו עסן אזויפיל, שיק אהער די יאפטשיק.
און ווען מאיז שוין גוט זאט ווי א פייגער און האלב שיכור אז מלאכט פון יעדע אומגעלונגענע וויץ מיט א פולן מויל, דעמאלט הייבט זיך אן די לא תאכלו על הדם, פארוואס ספענד ער אזוי סך, פארוואס דארפ ער מאכן אזא פענסי קידוש, סאיז זי, ניין? זי איז א בי'ש, ער מוז נעבעך צושטעלן, הענג און ברענג, דארפסט פארשטיין, איר משפחה איז לאודעד, פילטי, זי האט פעיר פרעשור, אבער די פאריגע קינד איז געווען אין רענעסאנס, ניין?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

קאפקעיק האט געשריבן:און דאן קומט דאס ערווארטעטע, סברי מרנן... בורא פרי הגפן! אמן!!! הילכט אפ ווי א קול ענות נצחון,
ווייניגער ווי א כדי דיבור שפעטער, זענען שוין דריי א פערטל געוועזען-שיינע טאצן אויפגעפראלט אפן, און עס רוקט זיך ארויס צוביסלעך א שטיקל קעיק נאכן צווייטען, ביי איינע פון די מזרח טישן קוקט עס אויס בערך אזוי, פינף מינוט נאכ'ן סוף דאווענען, זיצט זיך ר' יודא לייב וואס האט נארוואס מוציא געווען מיט זיין קידוש א עולם מיט געסט, און נעמט ארויס א שטיקל מארבל קעיק, ברעכט אפ האלב דורך אריינבייגען אינעם טיש אריין ווי א יחץ, די גרעסערע העלפט לייגט ער ביי זיך פאר אפיקומן, און די קלענערע העלפט לייגט ער צוריק אויפן פלאץ צווישן די שטיקלעך מארבל קעיק, וחוזר חלילה נאך א שטיקל, נאכאמאל צוהאלבט, האלב און מויל אריין, האלב צוריק און טאץ, ...
קאפקעיק: נישט דו ביסט געוועין לעצטע וואך ביי אינז אין ביהמ"ד ביים קידוש?. דו זאגסט אלעס איבער מיט אלע פיטשעווקעס. אזוי ווי ס'האט זיך אפגעשפילט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא: דאס אז דו ביסט א מתפלל קבוע ביי אינז אין ביהמ"ד דאס איז זיכער. די שאלה איז נאר ווער פון די יונגעלייט דאס איז און ווי ער זיצט. איך וועל בלי"נ דעים שבת גוט נאכקוקן ווער פון די יונגעלייט ס'קען זיין אז דער חשד זאלל פאלן אויף איהם אז ער איז גאר דער בעל נהורא נפישא. איך מוז דאס פעסטשטעלן איינמאל פאר אלעמאל...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 97
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאפקעיק האט געשריבן:און דאן קומט דאס ערווארטעטע, סברי מרנן... בורא פרי הגפן! אמן!!! הילכט אפ ווי א קול ענות נצחון,
ווייניגער ווי א כדי דיבור שפעטער, זענען שוין דריי א פערטל געוועזען-שיינע טאצן אויפגעפראלט אפן, און עס רוקט זיך ארויס צוביסלעך א שטיקל קעיק נאכן צווייטען, ביי איינע פון די מזרח טישן קוקט עס אויס בערך אזוי, פינף מינוט נאכ'ן סוף דאווענען, זיצט זיך ר' יודא לייב וואס האט נארוואס מוציא געווען מיט זיין קידוש א עולם מיט געסט, און נעמט ארויס א שטיקל מארבל קעיק, ברעכט אפ האלב דורך אריינבייגען אינעם טיש אריין ווי א יחץ, די גרעסערע העלפט לייגט ער ביי זיך פאר אפיקומן, און די קלענערע העלפט לייגט ער צוריק אויפן פלאץ צווישן די שטיקלעך מארבל קעיק, וחוזר חלילה נאך א שטיקל, נאכאמאל צוהאלבט, האלב און מויל אריין, האלב צוריק און טאץ, ...
קאפקעיק: נישט דו ביסט געוועין לעצטע וואך ביי אינז אין ביהמ"ד ביים קידוש. דו זאגסט אלעס איבער מיט אלע פיטשעווקעס. אזוי ווי ס'האט זיך אפגעשפילט...
גיב אכטונג! ווייל איך קום באלד אן צו דיין טיש...