מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,

איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?

ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!

בכלל מיסטי מיין פאונט. משנה פילאף זאגט "סטאטיסטיק". דאס איז "ס'איז מעשים בכל יום" איז נישט קיין סטאטיסטיק. ס'איז א שקר. צווייענס, וויאזוי קען ער וויסן וואס האט זיך אפגעטוהן אין טויזענטער יארן? דאס איז זיכער אז 50 פראצענט בעביס (אויב נישט מער) זענען געשטארבן אין די מיטל אלטער צוליב אלע מחלות. פון ווי ווייסט ער וויפיל זענען געשטארבן פון הערפיס צוליב מציצה בפה?
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יידל האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו וויפיל פון די מענטשן האבן באקומען הערפיס צוליב מצב"פ?

איך ווייס נישט, עס אינטערסירט מיר נישט, מער קינדער האבן באקימען זייטיגע פראבלעמען פון די אלע נידעלס וואס קליינע קינדער באקימען, און עכ"ז גיט מען עס ווייטער ווייל די פראצענט איז נישט גענוג גרויס צו מאכען א אישו דערפון,

אויב איך זעט טויזענטער טויזנעטער געזינטע מענטשן מאך ציציה בפה, איז עס א גרעסערע סוקסעס ווי סיי וואס
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יואליש האט געשריבן:פריינדליך, היות אלעס איז אזוי קלאר, לאמיך דיר פרעגן א א שאלה כדי צו טעיסטן דיינע ברייטע ידיעות. כ'פרעג נישט א קאמפלעצירטע שאלה ווי וואס גענוי איז די אדער יענע קינד קראנק געווארן, וואראום פארדעם ברויך מען דאך זיין א מומחה. כ'פרעג, זאג מיר וויפיל קינדער ווערן האספיליטאזירט און די פיר אדער אכט וואכן פונעם ברית? כ'בין זיכער אז דו ווייסט די ענטפער. העמיר ווארטן.

וויפול קינדער עס זענענן שוין געשטארבן מחמת מילה דאס ווייסטו יא? דו ווייסט אז עס איז דא א הלכה פון מיתו אחיו מחמת מילה, אפשר ווילסטע איבער דעים אויך רעדן,

הו קעריס וופיל קינדער עס האבן געדארפט נעמען מעדעצין דערפאר, מער מענטשן זענענן שוין במשך הדורות געשטארבן נאכען מקיים זיין אנדערע מצוות, ווילסט מבטל זיין יענע מצוות?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:

יעצט זאגסטו עפעס אנדערש: ס'אינטערסירט דיך נישט קיין סטאטיסטיקס. דו קוקסט נישט אין שפיטאל אדער אין ביה"ח. דו קוקסט אין שול, און דארט איז אלעס זייער גיט. כ'הער דיין מהלך.

ס'איז אבער דא מאמעס וועם ס'אינטערעסירט יא.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יואליש האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,

איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?

ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!

בכלל מיסטי מיין פאונט. משנה פילאף זאגט "סטאטיסטיק". דאס איז "ס'איז מעשים בכל יום" איז נישט קיין סטאטיסטיק. ס'איז א שקר. צווייענס, וויאזוי קען ער וויסן וואס האט זיך אפגעטוהן אין טויזענטער יארן? דאס איז זיכער אז 50 פראצענט בעביס (אויב נישט מער) זענען געשטארבן אין די מיטל אלטער צוליב אלע מחלות. פון ווי ווייסט ער וויפיל זענען געשטארבן פון הערפיס צוליב מציצה בפה?

איר האט געקוואט א נישט ריכטיגע תגובה, גייט צוריק, קוואט די ריכטיגע תגובה דערנאך פרעגט וואס איר ווילט פרעגן, די תגובה וואס איר האט געקוואט באציעט זיך נישט צו אייער פוינט,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:פריינדליך, היות אלעס איז אזוי קלאר, לאמיך דיר פרעגן א א שאלה כדי צו טעיסטן דיינע ברייטע ידיעות. כ'פרעג נישט א קאמפלעצירטע שאלה ווי וואס גענוי איז די אדער יענע קינד קראנק געווארן, וואראום פארדעם ברויך מען דאך זיין א מומחה. כ'פרעג, זאג מיר וויפיל קינדער ווערן האספיליטאזירט און די פיר אדער אכט וואכן פונעם ברית? כ'בין זיכער אז דו ווייסט די ענטפער. העמיר ווארטן.

וויפול קינדער עס זענענן שוין געשטארבן מחמת מילה דאס ווייסטו יא? דו ווייסט אז עס איז דא א הלכה פון מיתו אחיו מחמת מילה, אפשר ווילסטע איבער דעים אויך רעדן,

הו קעריס וופיל קינדער עס האבן געדארפט נעמען מעדעצין דערפאר, מער מענטשן זענענן שוין במשך הדורות געשטארבן נאכען מקיים זיין אנדערע מצוות, ווילסט מבטל זיין יענע מצוות?

יעצט איז בכלל נישט די רעדע פון מבטל זיין. סך הכל וויל מען מודיע זיין די מאמע איבער די ריסק, אזוי ווי מ'איז מודיע פאר יעדע מעדעצינישע פראצעדור. זאל די מאמע באשלוסן וואס זי וויל טוהן, היות ס'איז ממילא דא אויף וועם זיך צו פארלאזן. צווייטנעס וויל מען מוהלים זאלן נזהר זיין. ב"ה זייט די שטאטישע מערכה האט זיך אנגעהויבן זענען מוהלים סך מער נזהר (איינער מיט ברוינפן א צווייטער מיט מאוט וואש).
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

מנשה פילאף איז אומוויסענד? אדער ער זאגט ליגענט?

שליחה דורך יואליש »

מנשה פילאף באשולדיגט די רעגירונג און פארשרייטן די עיטש איי ווי וויירוס דורך ערלויבן געי מעריזש. ער זאגט ס'איז דא "אומאפרעגבארע סטאטיסטיקס" אז די חוקי התועבה פארשפרייטן די וויירוס. דער אמת איז אז ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט! די מחלה ווערט פארשפרייט ווען מ'איז נישט צוגעבינדן צו איין שותף, אפגעזעהן צו געי אדער סטרעיט. אויב האט מען חתונה און מ'איז צוגעבינדן צו איין שותף זענען די שאנסן כמעט זעראו. סאו די חוקי התועבה "פארמיידן" דאס פארשפרייטונג פון די מחלות, און די פארשפרייטונג פון די מחלות בי איינער וואס בארדערט ארום איז פונקט אזוי ביי סטרעיטס ווי ביי געיס.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

ביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יואליש האט געשריבן:זאל די מאמע באשלוסן וואס זי וויל טוהן, היות ס'איז ממילא דא אויף וועם זיך צו פארלאזן.

דא קריכט מען שוין אריין און א העווי מחלוקה צווישען אלע רבנים אויף איין זייט, און בלאג שרייבער אויף די צווייטע זייט,
אלע רבנים - וואס לעבן היינט צוטאגס לאוי"ט - זאגען אז אין על מי לסמוך, און בלאג שייבער זאגען אז יא,
פארשטייט זיך אליינס אז ווען מען זעט ווער עס איז קעגן וועם, קען מען רואיג זאגען אז אין על מי לסמוך, און עס פארלאנגט זיך מסי"נ דערפאר,

אדרבה, קען איינער אהערברענגן א ליסטע פון רבנים - נישט ספרים - וואס האלטען אז מציציה בפה פעלט נישט אויס, {אויב עס איז דא אזוינע רבנים, דיינים זענענן אויך גוט}
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,

דו פארשטייסט נישט וואס די ליינסט אויף גוגעל און די מאכסט די זעלבע טעות ווי מנשה. ס'איז מער שייך ביי זיי ווייל ביז היינט - און נאך היינט אין רוב מקומות - האבן זיי נישט געקענט חתונה האבן, ממילא האבן זיי געהאט מערערע שותפים, מער פון חתונה געהאטע מענטשן. אבער ס'איז נישט די מעשה פאר זיך וואס ברענגט עס. פארשטיינען?
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יידל האט געשריבן:ר' מנשה'ס צוגאנג ווייזט פשוט אויף א חסרון הבנה אינעם סיינעטיפישן מעטאד. נישט אז ער איז נישט גערעכט. ס'קען זיין אז אן אויספירליכע שטודיע וועט ווייזן אז די חשש איז א גאר קליינע. די פראבלעם איז אז אזא שטודיע קען נישט ווערן אויסגעפירט צוליב אונזער נישט-קאאפעראציע.
די אמת איז אז ווען מ'טראכט אריין דערין ווערט שווער א געוואלדיגע קושיא. וואס האבן מיר אזוי מורא פון א שטודיע? אויב זענען מיר אזוי זיכער אז מציצה בפה שאפט נישט קיין שום סכנה, נו, האמיר דאך נישט וואס מורא צו האבן פון די רעזולטאטן?

לאמיר דיר פרעגען פאר אינטערסאנטקייט, נישט אז איך האלט אז עס מאכט אויס,

איינער האט פארלאנגט א שטודיע?
איינער האט פראבירט צו מאכען א שטודיע?
איינער האט געאפערט צו מאכען א שטודיע און מען האט געזאגט ניין?

אויב די ענטפער איז ניין, דאן זיי מוחל צו צירוק פון דיין באשולדינגען כלפי דעם חרידשען ציבור, אויב די ענטפער איז יא, פראביר צו געבן ווי מער דיטעלעס, ווער ווען וואס ווי, ייש"כ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יואליש האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,

דו פארשטייסט נישט וואס די ליינסט אויף גוגעל און די מאכסט די זעלבע טעות ווי מנשה. ס'איז מער שייך ביי זיי ווייל ביז היינט - און נאך היינט אין רוב מקומות - האבן זיי נישט געקענט חתונה האבן, ממילא האבן זיי געהאט מערערע שותפים, מער פון חתונה געהאטע מענטשן. אבער ס'איז נישט די מעשה פאר זיך וואס ברענגט עס. פארשטיינען?

ניין,

ווייל דאס אז די האסט א הסבר אויף די מציאות פרעגט עס נישט אפ די מציאות, און אויב דאס איז די מציאות - אפגעזען פון דיין הסבר דערויף - דאן איז מנשה גערעכט, א מציאות איז א מציאות, פארשטאנענן!!

איך האב א ענטפער צו דיין הסבר פארוואס דיין הסבר איז נישט גערעכט, איך וויל אבער נישט מרחיב בדיבור זיין און יענע נושא משום הרחק מן הכיעור עס פעלט זיך נישט אויס פאר אונזער שמיעס דא,
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

יואליש האט געשריבן:די קשיא איז נישט אויף די קלארע רייד פונעם חת"ס נאר אויף די אויבענאויף אומפארשטענדליכע רייד פונעם מהר"ם שיק און כ'האב שוין אויבן פרובירט מלמד זכות זיין אויפן מהר"ם שיק.

די מהר"ם שיק טאנצט פאר שמחה. מסתמא לאזט מען איהם שוין אריין אין די פרוזדור פון גן עדן, ווייל ענדליך איז איינער אין קאווע שטיבל שוין "מלמד זכות" אויף זיינע הייליגע דיבורים
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ר' מנשה'ס צוגאנג ווייזט פשוט אויף א חסרון הבנה אינעם סיינעטיפישן מעטאד. נישט אז ער איז נישט גערעכט. ס'קען זיין אז אן אויספירליכע שטודיע וועט ווייזן אז די חשש איז א גאר קליינע. די פראבלעם איז אז אזא שטודיע קען נישט ווערן אויסגעפירט צוליב אונזער נישט-קאאפעראציע.
די אמת איז אז ווען מ'טראכט אריין דערין ווערט שווער א געוואלדיגע קושיא. וואס האבן מיר אזוי מורא פון א שטודיע? אויב זענען מיר אזוי זיכער אז מציצה בפה שאפט נישט קיין שום סכנה, נו, האמיר דאך נישט וואס מורא צו האבן פון די רעזולטאטן?

לאמיר דיר פרעגען פאר אינטערסאנטקייט, נישט אז איך האלט אז עס מאכט אויס,

איינער האט פארלאנגט א שטודיע?
איינער האט פראבירט צו מאכען א שטודיע?
איינער האט געאפערט צו מאכען א שטודיע און מען האט געזאגט ניין?

אויב די ענטפער איז ניין, דאן זיי מוחל צו צירוק פון דיין באשולדינגען כלפי דעם חרידשען ציבור, אויב די ענטפער איז יא, פראביר צו געבן ווי מער דיטעלעס, ווער ווען וואס ווי, ייש"כ

ביי די מעשה פין דער מוהל אין מאנסי וואס ליידער זענען שוין אפאהר קינדער אוועק נאך זיין מציצה בפה, און אין די נייעס שטייט אז ער מאכט נאך אלץ מציצה בפה, מיט א היתר פין רב וואזנער. דעמאלס ביי די פרשה ווען די העלט דעיפארטמענט פין נ.י. האט געוואלט אויף אן אופן לימיטען די זאך, איז געווען א מחלוקת צווישען די אגודה און סאטמארע עסקנים. די אגודה האט געהאלטען אז ביי לייפיג זאל א מוהל וואס האט איינמאל געהאט א מעשה וואס א קינד איז נישט געזונט געווארען נאכען ברית מער נישט מאכען מציצה בפה, און איך ווייס נישט אויף וואס פאר א אופן עס האט געזאלט ארבעטען אבער זיי זענען געוועהן גרייט מיט צו ארבעטען מיט די העלט דיפארטמענט. די סאטמערע עסקנים האבען געזאגט לא מיט אן אלעף אויף פארהאנדלונגען מיט די ממשלה אויף סיי וואס א זאך, און האבען נישט געוואלט אז א מוהל זאל סאבמיטען צו א טעסט. בקיצור מער א אייגינע מהלך פין לאמיר זעהן וואס די קענסט. למעשה נאך דעם וואס דער ראש פין די העלט דיפארטמענט האט אנגעהויבען רעדען מיט פאליטישע פירער האבען זיי אים געהייסען שווייגען און מאכען א שתיקה אויף דעם גאנצען ענין, ווייל עס איז זיי נישט אנגעגאנגען די זאך.

הינטער די קוליסען פין די באאמטע זענען זיי אבער געזעצען און שטודירט וואס זיי קענען טוהן, זיי רוהען נישט איין אויף דעם, און פראבירען מיט אלע כחות מבטל זיין דער היינטיגער מנהג אז מען מאכט מציצה בפה אפילו ווען א מוהל האט שוין געהאט פעלער. דאס איז די עיקר וואס זיי זאגען אז עס באדערט זיי.

פארשטייט זיך אז די סאטמערע האלטען אז מען טאר זיי נישט גלייבען און באמת ווילען זיי מבטל זיין גאנץ מציצה בפה, נאר זיי קומען א שטייגער ווי פרעה, בפרך, קודם זאל מען מסכים זיין צו עפעס, און נאכדעם וועלען זיי שוין אויספירען די רעשט.

ימים יגידו. צו דער ריכטיגע וועג איז געווען די אגודה, פין זיך צו שטעלען, אדער סאטמאר פין גיין עד הסוף.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פריינדליך האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:זאל די מאמע באשלוסן וואס זי וויל טוהן, היות ס'איז ממילא דא אויף וועם זיך צו פארלאזן.

דא קריכט מען שוין אריין און א העווי מחלוקה צווישען אלע רבנים אויף איין זייט, און בלאג שרייבער אויף די צווייטע זייט,
אלע רבנים - וואס לעבן היינט צוטאגס לאוי"ט - זאגען אז אין על מי לסמוך, און בלאג שייבער זאגען אז יא,
פארשטייט זיך אליינס אז ווען מען זעט ווער עס איז קעגן וועם, קען מען רואיג זאגען אז אין על מי לסמוך, און עס פארלאנגט זיך מסי"נ דערפאר,

אדרבה, קען איינער אהערברענגן א ליסטע פון רבנים - נישט ספרים - וואס האלטען אז מציציה בפה פעלט נישט אויס, {אויב עס איז דא אזוינע רבנים, דיינים זענענן אויך גוט}

הגר שמואל קאמעניצקי
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

יידל האט געשריבן:הגר שמואל קאמעניצקי

איז נישט ער געוועון און די נייעס אז ער האט צירוק געצויגען זיין היתר?

ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ווי וואינט ער? תופס ישיבה? רב?בעל הוראה?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הגר שמואל קאמעניצקי

איז נישט ער געוועון און די נייעס אז ער האט צירוק געצויגען זיין היתר?

ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ווי וואינט ער? תופס ישיבה? רב?בעל הוראה?

יא, ער האט "צוריקגעצויגן" צוליב פאליטישע דרוק. (נישט ממש צוריקגעצויגן נאר געזאגט עמביגועס ווערטער להפיס דעתן של קנאים).

גוגל אים אדער קוק אין וויקיפעדיע וועסטו פונקטליך זען זיין גאנצע היסטאריע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט, גיי אויף גוגול וועסטע זען אז HIV און STD איז העכער ביי די מנוולים מושחתים, מילא ר מנשה פילאפ איז דערמיט יא גערעכט,

דו פארשטייסט נישט וואס די ליינסט אויף גוגעל און די מאכסט די זעלבע טעות ווי מנשה. ס'איז מער שייך ביי זיי ווייל ביז היינט - און נאך היינט אין רוב מקומות - האבן זיי נישט געקענט חתונה האבן, ממילא האבן זיי געהאט מערערע שותפים, מער פון חתונה געהאטע מענטשן. אבער ס'איז נישט די מעשה פאר זיך וואס ברענגט עס. פארשטיינען?

ניין,

ווייל דאס אז די האסט א הסבר אויף די מציאות פרעגט עס נישט אפ די מציאות, און אויב דאס איז די מציאות - אפגעזען פון דיין הסבר דערויף - דאן איז מנשה גערעכט, א מציאות איז א מציאות, פארשטאנענן!!

איך האב א ענטפער צו דיין הסבר פארוואס דיין הסבר איז נישט גערעכט, איך וויל אבער נישט מרחיב בדיבור זיין און יענע נושא משום הרחק מן הכיעור עס פעלט זיך נישט אויס פאר אונזער שמיעס דא,

לאמיך דיר איבערזאגן מיט מער קלארקייט, נישט קיין הסבירים נאר פאקט. עידס איז א וויירוס וואס טרעוועלט. ווען איינער איז פראמיסקיועס (אלס הרחק ניץ איך דעם לשון) העכערט ער זיין שאנסן צו אנטרעפן אן אנגעשטעקטער. דאס איז אמת נישט קיין חילוק צו יעקב און לאה אדער יעקב און שמעי.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הגר שמואל קאמעניצקי

איז נישט ער געוועון און די נייעס אז ער האט צירוק געצויגען זיין היתר?

ווי אלט איז ער? וועמענס זון? ווי וואינט ער? תופס ישיבה? רב?בעל הוראה?

דו כאפטסט אליינס נישט וואס דו פרעגסט? וועלכע נארמאלער רב זיכט זיך צו גיבן התירים אין די היינטיגע קלימאט פון עקסטרעמיזים?

ס'איז יעצט דא א רעדע פון "עפעס" נאכגעבן פאר די רעגירונג איבער מוהלים זאלן נעמען מעדיקעשאן קעגן הערפיס. כפי השמועה האבן שוין אלע מסכים געווען אז ס'איז א גיטע וועג ארויס, אבער קיינער וויל נישט ס'זאל הייסן אז "ער" איז אנגעגיינגען אויף א "פשרה" איבער די "יסודות" פון אידישקייט. יעדער זיכט דער צווייטער זאל בלייבן הענגן מיטן קרעדיט פאר די פשרה.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

פריינדליך האט געשריבן:אדרבה, קען איינער אהערברענגן א ליסטע פון רבנים - נישט ספרים - וואס האלטען אז מציציה בפה פעלט נישט אויס, {אויב עס איז דא אזוינע רבנים, דיינים זענענן אויך גוט}

ר' משה סופר מפרעשבורג
ר' ישראל מאיר הכהן מראדין
ר' חיים סאלאווייטשיק מבריסק
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

פריינדליך האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר גענפערט,

איך ברענג דיר א 100% מציאות, און די קימסט מיט סייענטיפישע מעטאד, און די טראכסט נאך אז די ביסט גערעכט?

ווער און וואס קען מכחיש זיין א מציאות? קיינער!

ביטע ליינעט אדורך קודם וואס עס מיינט סייענטיפישע מעטאד און א בלינדע שטודיע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבי שמואל קאמינעצקי איז דאס שענסטע און בעסטע וואס אמעריקאנער תורה אידנטום פארמאגט, א ניינציג יעריגער גאון, א חכם, א עניו, א גדול בן גדול, א תופס ישיבה שוין זעכציג יאר ומעמיד תלמידים לאלפים, א מנהיג ישראל וואס פארמאגט נישט קיין איין שונא. ער איז גארנישט אונטערשטעליג פון קיין איין אסיפה זיצער אין היסאכדעס, זיין שטארקע און געוואגטע דעת תורה צו מתיר זיין מציצה בכלי איז א אבן יסוד וואס כל רוחות שבעולם לא יזיזו אותו ממקומו.
אבער פיל מער פון דעם, איך קען צוויי ניקס דא אין קאווע-שטיבל וועלכע זענען אין ריעל-לייף חשובע מורי הוראה בישראל, אין זייערע תגובות דא זענען זיי עפעס באופן פלא פיל מער מעסיג ווי אין זייערע עקסטרעמע שבת שובה דרשות, פארוואס? ווייל יעדער האט מורא.
פון וואס האט מען מורא? פון די סיסטעם. דאס טייטשט בעצם פון לופט. דער מעכטיגער רב וואס פייערט ביי זיינע דרשות ציטערט סך הכל פונעם ראש הקהל וועלכער האט מורא פונעם קליינעם שוויצער און פאשקווילן ווארפער וועלכער איז מעמיד הדת על תילה. דער קליינער מעמיד הדת על תילה איז בעצם א קליינער פעדאפיל וועלכער שלאגט זיין ווייב, קוקט פארנא, און שטעלט אן א הייליג פנים און מאכט פרום די גאנצע שטאט. ער אליין איז אויך נאר א וויקטאם פון די סיסטעם ווייל ער מיינט אז אזוי איז ער מאכטפול און דאס איז זיין פייגן-בלעטל.
לאמיר זיך נישט נארן, לאמיר טראכטן לו יהא אז א רב מורה הוראה, נניח לדוגמא רבי בנימין לאנדא איז מחליט אז חיי אדם איז וויכטיגער ווי מנהג ישראל, און ער האט רעכט, ווייל ווען עס קומט צו סיי וועלכע אנדערע רפואה שאלה קוקט רבי בנימין לאנדא אויף דעם אינטערנאט, און נישט אויף די סטאטיסטיקס פון ר' מנשה פילעפ'ן, און אויב מען זאל פאסטן יום כיפור, הרג'נען די עיבור אדער ארויפלייגן אויפן רעספירעטער קוקט מען נישט אויף פילעפס ריעל עסטעיט לויער, אבער וואס געשעהט אויב איז ער אזוי מחליט?
אין ערגסטן פאל טוט מען צו אים וואס מען האט געטון צו הגאון רבי משה דוד טענדלער, חדב"ן בעל אגרות משה, און מען זאגט אז ער איז אייביג געווען א לינקער, ער איז אונטערגעקויפט, ער איז ליידער געכאפט, ער האט אפשר געליינט די שפאקטיוו אדער געהערט ליפעס טעיפ, אין בעסטן פאל הייבן אן אלע רבנים עולה רגל זיין צו אים און אים באמבארדירן מיט פרעשור ביז ער בעקט ארויס.
און נאך אלעס, שטעלט אייך פאר אז די העלט דעפארטמענט זאגט , אקעי, מאכט ווייטער מציצה וויאזוי איר ווילט, נעמט ווייטער א אכט טאגיקע עופה'לע און לעקט זיין אפענע וואונד און גיסט וויין אן קיין שום פיקוח, אבער, איך ציה זיך ארויס פון דא, מער נישט קיין אויפזיכט אויף קיין שום געזונטקייט זאך, מרת ווידער קען איבערנעמען די ווירטשאפט אינאיינעם מיט מנשה פילעפ, מער קיין אינספעקשאנס נישט, שלאגט כפרות מיט משוגענע קיה אנגעשטעקטע טשיקנס, עסט סאלמענעלע טורקיס, גייט אין מקוה און ווערט אנגעשטעקט מיט יעדע מחלה אשר לא כתובה, פאקט אן זיבעציג קינדער אין א פיצינקלע שטיקיגע באראק אין נעפענעק צוואנגס לאגער, היילט אויס אייערע חולים מיט אקיופאנטשור, שיקט אייערע קינדער אין אזבעסטעס אנגעפילטע בנינים, לאזט פעדאפילן זיי אויסנוצן, זייט אלע געזונט און קראנק, וואלט איר געווען רוהיג? ניין. איך אויך נישט, איך האב צוטרוי אין די העלט דעפארטמענט, אין די מעדיקעל סייענס וועלט און אין די אנגענומענע פארשריפטן פון סאסייעטי, אזוי ווי די הלכה לויטעט אז מען דארף פרעגן א רופא און נישט קיין ריעל עסטעיט לויער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קופערניקעס שרייבסט אביסל צו שארף, איי געס ס'איז א עידן ריתחא. ע"פ רוב ביסטו גערעכט, אבער אין עטליכע פונקטן יש לחלק.

די מערסטע אינטערעסאנט איז מיר אז דו קענסט 2 מורי הוראה וועלכע האבן דא ניקס אין קאווע שטיבל... דאס וואלט מיר שווער געווען צו גלייבן. פארוואס זאלן זיי דאס טון און וויאזוי קומסטו צו וויסן דערפון? חוץ אויב דו ביסט איינע פון די :geek: :geek:
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט