!life Hacks

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3394 מאל

!life Hacks

שליחה דורך יין שרף »

"ליייף העקס" איז א טורם וואס מען נוצט פאר סיי וועלכע נוצבאר חכמה'לע, עצה ותושיע, אדער פרודאקטיוו טריק, זיך צו פארגרינגערן אין סיי וועלכע תחום פון לעבן.
אסאך פשוט'ע פראבלעמען וואס מען שטויסט זיך אן אין זיי טאג טעגליך, קען מען פטור ווערן מיט א סימפל סעלוטשען.

1] למשל א שטיקל צוקייטע "גאם" האט זיך אנגעטשעפעט אויף אייער אומשילדיגע שיך, און ביי יעדע סטעפ האלט עס גרעוויטי אראפ מיט א דילעי פאר אפאר סעקונדעס...? בזיעת אפיך פרובירט איר עס ארפצונעמען אבער עס גייט אייך נישט? שפריצט אביסל WD-40 דעראויף, און עס וועט גלייך גרינג אראפקומען...

2] קענסט קיינמאל געדענקן אויף וועלכע גאס דו האסט געפארקט דיין וויהעקיל? נאכן פארקן לייג אריין אין גוגל מעפס "קארענט לאקעשען" אין "סטאר" (star) די לאקאציע!

3] ווען איר האט צייט (ווען נישט...?) גייט צו אייער אימעיל אדרעס, און SEARCH פאר די ווארט UNSUBSCRIBE, עס וועט אפיר קומען אלע אימעילס פון ניוס לעטערס אין אדווערטייזמענטס, וואס איר האט זיך נאכנישט ארויסגעשריבן דערפון.

4] האסט געגעסן א שארפע/ספייסי עסן, און די מויל ברענט? טרינקן וואסער העלפט נישט? טרינק א גלעזל מילך! עס העלפט עפ"ר גלייך!
אזוי אויך אויב האט איר זיך אפגעבריט די צינג פון א הייסע עסן (פארשטייט זיך נישט פון טשיקן זופ...) דאן עסט יוגארט, עס העלפט מער ווי אנדערע מאכלים.

5] אויב ווילט איר ארויפברענגען א "אייס פעק" אויפן פליגער, אבער די TSA וועט עס נישט ערלויבן וויבאלד עס פארמאגט צו פיהל משקה דערין, פרירט א SPONGE אין לייגט דאס אין א "זיפלאק בעג".
עס האלט זיך גאנץ לאנג קאלט, טראפט נישט אן איבעראל, (פארן "סיקיורעטי" גייט צו צום סינק אין גיסט אויס אביסל פון די צולאסטע וואסער, אויב איז עס מער ווי די ערלויבטע מאס)

6] אויב האט איר זיך אויסגעשפארט פון אייער קאר און איר זענט ווייט פון דערהיים, אויב האט איר א איבריגע רימאט שליסל אינדערהיים איז א שאד צו רופן חברים צו צופליקן אייער פענסטער/טיר צו אויפשפארן די קאר. נאר רופט פון אייער סעליולאר צו א צווייטער סעליולאר וואס איז ביי אייך אינדערהיים, און בעט אז מ'זאל לייגן אייער שליסל לעבן די סעליולאר און קוועטשען די אנלאק קנעפל, און איר זאלט האלטן אייער פאן בערך א פוס נאנט צו די קאר, און וואונדער! עפ"ר וועט זיך די טיר אויפשפארן נישט קיין חילוק וויפל הונדרעטער מייל ווייט איר זענט פון די שליסל! (בדקתי ומצאתי 75 אחוז!)

7] צו געבן מער חשק פאר א קינד צו חזר'ן וואס ער דארף אלף בית, חומש, MATH, וכד', קען מען לייגן ביי יעדע קאלם, אדער פאר עסזעמפלס א קליינע נאש פאר קינד עס ארבייט וואונדערלעך! .
study.jpg
study.jpg (124.69 KiB) געזען געווארן 2169 מאל


8] אויב אלע דיינע וויייערס צוקניפן זיך ווי די ציצית ביי ברוך שאמר, אין דו קענסט קיינמאל טרעפן פונקט די ווייער וואס דו זיכסט? לייג ביים עק פינעם דעסק א פשוט'ע פעפער קליפ אין די ווייער דערינען ביים עק! כזה ראה...
binderclips2-590jd071310.jpg
binderclips2-590jd071310.jpg (84.89 KiB) געזען געווארן 2169 מאל


9] אויב האט איר נישט קיין צייט צו ווארטן ביז די באטל ביר ווערט אייז קאלט, נעמט א נאסע "פאפירענע האנטעך" (paper towel) און לייג עס אין די פריזער פאר 5-10 מינוט! עס וועט זיין אייז קאלט!!
BEER.jpg
BEER.jpg (167.48 KiB) געזען געווארן 2169 מאל


10] אויב ווילט איר עפעס קויפן און א געשעפט נאר איר שעמט זיך, דאן קויפט צו א בירדזדעי קארטל... ;)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר