גירוש וויליאמסבורג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

גירוש וויליאמסבורג

שליחה דורך פליקער »

גירש וויליאמסבורג

מיינע ליבע פריינט, עס קימט א גירוש וויליאמסבורג, מען גייט בקרוב נישט מער קענען וואוינען דא נאר גאר גרויסע עשירים, איר קיקט אלע אן די נייע הייזער וואס ווערט היינט געבויט, איר מיינט אז איר גייט זיי קענען עפארדן, איר האט א ביטערען טעות, רוב פון די אלע נייע הייזער קומען מיט א טעקס ביל וואס איז געפעפערט ווי עס ברויך זיין, לאמיר עס צינעמען אביסל פאר די חשובע ליינער, איך וועל דא געיבן דיגמאות וויפיל עס לאזט זיך אויפן מאמענט.

די פראבלעים פון וואס איך ווידמע די ארטיקל איז אויפן ווייטאגליכע טעקס ביל וואס מען באקימט, און מען האט זיך בכלל נישט גערעכנט דערויף ווען מען האט געקויפט דאס הויז, למשל אויב איינער קען עפארדען צוויי טויזענט דולר א חודש פאר א וואוינונג, און ער קויפט אויף דעים חשבון א הויז מיט א מארגידש פון א האלב מיליאן, נאכן אנבארגען ביי די האלבע שטאט פאר די דאון פעימענט, ווען ער באקימט נאך א ביל פון טויזענט טולר א חודש אויב ער איז מזל'דיג, וואס פאסירט, ער איז און צרות, פשוט ער קען נישט באצאלן די חודש'ליכע אויסגאבע'ן, דאס ריפ איך א גירש, ווייל ער ווערט פארטריבן פון זיין וואוין ארט.

ווען מען קויפט א הויז היינט וואס איז ניי, לאמיר זאגן למשל פיפצן הינדערט ס"פ, מיט א טעקס עבעיטמענט, איר צאלט פיר הינדערט פינף און צוואנציג א ס"פ, באלד העלפט די פרייז ווי ביי די ארטיסטן וואס שלינגען אינז איין, וואס עס פאסירט איז שטוינענד, די טעקס דיפארטמענט לייגט ארויף א מארקעט וועליו לויט די רענטעל עוורידש פון די ארימיגע שכנים, און שיקן אייך א טעקס ביל.

ווי אזוי ארבייט א טעקס ביל, איך וועל אביסל דערין אריין גיין דער עולם זאל אביסל פארשטיין פון וואס איך רעד.

עס איז דא א מארקעט וועליו,

א עסעסמענט וועליו

א טעקס רעיט ברעקעט

מיינעס א קרעדיט פאר טעקס עבעיטמענט אויב פארהאן

די פיינעל טעקס וואס מען ברויך צאלען

די אויבן דערמאנטע פוינט'ס זענען ווי אזוי א ביל ווערט אויסגערעכנט, ס'טייטש קודם איז דא די מארקעט וועליו, די ציפער ווערט אויסגערעכנט דורך די רענטעל אינקאם עוורידש מיינעס די עקספענסעס, וואס ביי אינז אין וויליאמסבורג קומט עס אויס צווישן הינדערט צעין ביז הינדערט פינף און זיבעציג פער ס"פ, אויך ווענדט עס זיך, אויב איז עס אינטער צעין יונט'ס אין די בילדינג דאן איז עס צי די מער, אויב איז עס א מער ווי צעין אפארטמענט'ס דאן לויפט עס ביי די נידריגע ציפער, קומט אויס אז 1,500 טיימס לאמיר זאגן 110 ווייל רוב נייע הייזער זענען גרעסער, איז די מארקעט וועליו 165,000 האבן מיר שוין די מארקעט וועליו, נישט פארגעסן אז די נומער טוישט זיך פון יאר צי יאר, און עס שטייגט שוידערלעך די לעצטע עטליכע יאר, כאטש עס האט געטראסקט דראסטיש אין 2012 ביים ריל עסטעיט קראך, האט עס שוין איבער געשפרינגען מיט א שמיץ אריבער.

אינטער צעין דירות פלעיג מען בויען כדי מען זאל נישט ברויכן קיין פארקינג אינעם בילדינג, דאן זענען די ציפערן פארשטייט זיך פיל מער שוידערלעך, ווייל די עסעט וועליו איז 1500 טיימס 175 = 260,000.

די עסעסט וועליו,

ציציקומען צי די ציפער, נעמט מען די מארקעט וועליו, און מען מאלטיפלייט עס ביי א געוויסע פערצענט, וועלכע פראצענט?, ביי א קליינע הויז ביז פיר אפארטמענט'ס איז די פראצענט 6% און פון 4 יונעט'ס און העכער, איז עס א שוידערליכע 45%, יא איר הערט גיט, על כן די 165,000 מארקעט וועליו טיימס 0.45 איז, 75,000 בערך. אויב איז עס א קליינע הויז ווי אויבן דערמאנט איז עס נאר 10,000 די עסעסמענט וועליו.

די טעקס ברעקעט, גרויסע הייזער פון פיר און העכער איז די יאר 13.45%, קליינע הייזלעך, 19.50%, בערך.

די טעקס ביל איז שוין איצט פארשטענדליך, נעם די 165,000 טיימס 0.1345 = 22,200 פער יאר, און א קליינע איז 10,000 טיימס 19.50% = 1,950.00 די טאטעל טעקס ביל פער יאר.

ביז א יאר ציריק ווען מען האט געהאט א טעקס עבעיטמענט איז עס געוועין א נאן קעפ, ס'טייטש אז עס האט עבעיטעט די גאנצע טעקס אויפן בילדינג, דעיס ביסל וואס מען האט געצאלט איז געוועין די טעקס אויפן לאט, דאס האט זיך געטוישט צי א קעפט טעקס עבעיטמענט, זיי נעמען נאר אראפ די טעקס ביז א געוויסע סומע פינעם עסעסט וועליו, אויב איז דער סומע מער ווי די קעפ, אויף יענע חלק קומט א העיפליכער ביל.

פאקט 1, אלע נייע טעקס עבעיטמענט'ס האבן א קעפ פון בערך 65,000 פון די עסעסט וועליו, ממילא א אפארטמענטס וואס זענען אביסל גרעסער ווי די קליינע נעיז לעכער האבן א עסעסט וועליו מער ווי 65,000.00 און דעריבער וועלן זיי קריגען א ביל, אפילו עס איז פארהאן א אבעיטמענט, ממילא לויטן אויבן דערמאנטען משל גייט מען צאלן טעקס אויפ 100,000 ווייל דעיס איז איבער די קעפט עבעיטמענט.

פאקט 2 אינזערע שכנים וואס בויען טייער, און די אלע שיינע הויכע געביידעס מיט אסאך גלאז אויפן בילדינג זענען גאר קליינע דירות, און האבן גאר טייערע רענטל'ס, געוועינטלעך א איין שלאף צימער סטודיא, פאר מינימום צוויי א האלב טויזענט טולער חודש, פיל מער ווי אינז צאלן דא אין וויליאמסבורג.

פאקט דריי, די געזעץ איז אז די מארקעט וועליו וואס די שטאט טאטע'ס רעכענען אויס פאר א קאנדא אדער סתם הויז, גייט לויט א געיגנט עוורעדש רענטעל אינקאם, עס איז ציטיילט איסט וויליאמסבורג, סענטראל וויליאמסבורג, נארט, און סאוט וויליאמסבורג, יעדע געיגענט האט זייער נומער וואס דאס טיט דיקטירן די עוורידש מארקעט וועליו פער ס"פ,

טעות אז קאנדא איז דער פראבלעים, עס איז כמעט און ערגעץ נישט קיין חיליק צי די הויז איז א קאנדא אדער נישט, עס גייט לויט די סכום אפארטמענט'ס אויפן CO.

שגץ שטיק, פארוואס רעכענט מען פער ס"פ, יעדער פארשטייט אז עס איז דא דירות וואס זענען גאר טייער געבויט מיט אלע אמעניטי'ס, ווי שווים באסיינען, טיר מענער, איבונג צימערן, שיינע הויעכע דעכער, די שיינע גרויסע וואלקען קראצער ווי שעיפער לענדינג, און אנדערע פענצי הייזער אויף בראדוועי, אדער די נייע גויאישע פראדזעקט פון די געוועיזענע דאמזי, וואס גייט הייסן, די אוסטין קאנדא, וואס גייט אגב פארקויפן פאר 1,400 פער ס"פ, די זעלבע געביידע וואס גרעינעצט יענע פראדזעקט וואס הייסט דאמזי, וואס איז פארקויפט פאר אידן, איז א דריטל די פרייז, ווייל זיי גיבן אייך א פייג, חוץ די דירה, אבער ווען עס גייט קומען צים טעקס ביל זענען מיר אייניגע מחותנים.

די אלע לאטס אויף בראדוועי וואס זענען נאך ליידיג, צווישן דאמינא, רויז פלאזא, קדם בילדינג, און נאך ארימיגע, די אלע לאט'ס ווערן איצט געפליפט פון פארקויפט פאר הינדערטער מילאנען דולר, למשל די קדם לאט איז זאגאר פארקויפט געווארן פאר איבער הינדערט פיפציג מיליאן טולר, רויז פלאזא איז נאך פאר סעיל פאר צוויי הינדערט מיליאן און העכער, דאמינא איז שוין שאוועל רעדי, דארט קומט ממש א הימל שרייענדיגע פראיעקט כדרך די בילדינג'ס פון דארט און ווייטער ארויפ צי די נארט'ס, נאך פיל טייערער ווי שעיפער לענדינג, לאמיר נישט פארגעסען וואס עס קימט פאר אויף בראדוועי, די הערליכע הייזער איינס שענער פון צווייטען, אלע די הייזער גייען האבן א דירעקט אפעקט אויף די הייזלעך אויף יוז סטריט, פען סטריט, און אזוי ווייטער.

על כן, זעי איך נאך אלע חשבונות, אז עס גייט נישט מעיגליך זיין צי קויפן דירות, ווייל די מארקעט וועליו גייט ווייטער שטייגן, נאך לויפן'דיג די שנעל שטייגענדיגע עוורידש רענטל פרייזן פון אינזערע גויאישע שכנים'ס רענטל פרייזן, וועט די מארקעט וועליו ארויף רייסן, און אז די מארקעט פרייז איז הויך נעמט נישט קיין סך ביז די טעקס ביל ווערט העכער, בערך פינף יאר, ווייל זיי ברויכן ציטיילן יעדע נייע העכערינג אויף פינף יאר.

ממילא איז מיין מיינינג, אז אלע דירות אין אינזער וויליאמסבורגע אימגעיגענד, גייט זייער טעקס ביל שרעקליך שטייגן, פשוט כמשמו, יעדע הייזל וואס איז פארהאן און וויליאמסבורג וועט זייער מארקעט וועליו שטייגן, די גאר קליינע וועלן עס אפשר קענען איבערטראגן, א שטייגער ווי ברוקלין ווילאס דירות, אדער די קלענערע בראון סטאון'ס, וועלכע ווערן אגב אנגעריפן קלאס 1, און זיי צאלן די זעקס פערצענט פון די עסעסט וועליו ווי אויבן דערמאנט, אבער ווידערים אלע וועס זענען קלאס 2, און די וואס האבן בכלל נישט קיין עבעיטמענט'ס, זאלן זיין געראכטן אז זייערע טעקס בילס גייט און די קומענדיגע עטליכע יאר שטייגן שרעקליך, עד כדי כך, אז עס וועלן זיין וואס וועלן עס נישט קענען איבערטראגן און פארקויפן פאר גוים, וואס שטייען גרייט מיט די טשעקן אויס געשטעלט אויף ריזיגע סומעס, און עס וועט נישט נעמען לאנג און וויליאמסבורג וועט אויסזעין ווי די לואער איסט סייד, ווי חוץ די פראדזשעקס איז נישטא קיין שריד ופליט פון אידישקייט, טראץ וואס דארט האט געווירבלט אידישקייט עני טיים ווי וויליאמסבורג.

די אלע אנדערע חלקים פינם גירוש אז עס איז נישטא קיין דירות בכלל, און אז די דירות וואס זענען יא דא זענען שרעקליך טייער, די פילע הייזער מיט מעכטיגע מארקעט וועליו'ס וואס זייער טעקס ביל לויפט אפ בקרוב, די פילע הייזער וואס זענען פיל מער ווי די קליינע פיפצן הינדערט ס"פ, וואס באקריגן שוין העפטיגע בילס, דעיס איז שוין וואויל באוויסט, און פון די חלק האב איך שוין גערעדט מערערע מאל, און נישט אינטערעסט מער מוסף זיין און איבערקייען, נאר די חלק פינעם טעקס ביל'ס לכאורה ווייסן ווייניג, דעריבער האב איך געשפירט פאר וויכטיג צי מגלה זיין.

עז א דיסקלעימער, אז איך האב נאר מגלה געוועין די בעיסיק'ס, עס איז זייער א קאמפלעצירטע חשבון, און עס איז שווער זיך צי דערגרינדען ביזן סוף דעת פינעם דראג אדיקטעד אסעסער וואס שרייבן די אסעסמענט פאר די מיליאן מיט הינדערט טויזענט הייזער בערך און די סיטי, ממילא איז דא פילע דקות'דיגע חשבונות וואס האבן תירוצים, און פילע וואס זענען אימפארשטענדליך און סתירה'דיג צי די אויבן'דיגע חשבונות, אבער אלעס אויבן דערמאנט איז וואס איז פאבליצירט ביי די אסעסמענט דעפארטמענט.

עני קוועסטשענס ?, ניין, אקעי, גיטע וואך.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

העי, אנטלויף נישט איך װיל עפעס פרעגן. איז דא אדער איז אמאל עפעס געטוהן געװארן אויף די פאליטיקעל
זײט װעגן דעם? למשל אז מען זאל נישט ארײן לײגן אלע הײזער אין אײן גרויסע טאפּ, אדער מען זאל זיך
רעכענען מיט א האמאונערס אינקאם? אויב אזוי פיל מענטשען װערן עפעקטעד דערפון האט קײנער נאך גארנישט
גערידערט דערװעגן אחוץ ״דאו רענט איז טא דעם הײ״ קאנידאט?

#פײנעארטיקל :like
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]יאנקל[/tag] וואו איז דיין גירוש וויליאמסבורג אשכול?
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

קיינער האט נישט קיין רחמנות, ווען איינער איז שוין אין אפיס גייט ער כאָנעס אויפן ציבור, ער קיקט אויף זיין באדזשעט און זיכט וועימען ער קען אנריפן רייך, מיר וויליאמסבורגע זענען אין א רייכע געיגענט, מיזן מיר פארשטיין אז מיר ברויכו צאלן דערפאר.

עס איז דערווייל נישטא קיין שום אויסזיכט אז דאס זאל זיך טוישן עניטיים סון, וואס האט זיך יא געטוישט אז מען האט מבטל געוועין די טעקס עבעיטמענט כמעט אינגאנצען, טענק יו בלומבערג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

א מעכטיגע ארטיקל.
אבער ערנסט גערעדט, וועם באדערט א גירוש אויב איז ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווער זאגט עס באדערט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

שמערל האט געשריבן:א מעכטיגע ארטיקל.
אבער ערנסט גערעדט, וועם באדערט א גירוש אויב איז ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.

ער מיינט צו דערמאנען יעדן איינעם איינצושטעקען ס'געלט דא און ווילי.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

עס וועט כאטש האבן די מעלה אז מען וועט נישט מקיים זיין כי במקלי עברתי את הירדן, חוץ די וואס וועלן כאפן קלעפ מיט שטעקענעס פון די חברת לאנגע שנאצען, עס וועט כאטש עפעס בלייבן בצאתי מוויליאמסבורג, כימי צאתנו מארץ מצרים אראנו נפלאות
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

בארא פארק איז אויכעט נישט אזוי אינטערשטעליג, ליידער, די איטאליענער פון איין זייט אין די בעי ריזש און בענזענהורסט זייט זענען נישט קיין מינאריטיס וואס לאזען זיך אויסקויפען פאר פרוטות, און די כינעזער פון די נידעריגע עוועניאס שטופען אונז אראפ ביז אין אינמיטען שטאט אריין, זיי האבען אנגעהויבען ארויסשטופען די יודעלעך פון 7, 8, 9 עוועניא, דאס איז נאכדעם ווי די וועלטס בארימטע שפיטאל מיימאנידעס אפפערט שוין פאר יארען געשוואלענע געלטער פאר אלע הייזער ארום 9 און 10 עוועניא, אצינד האבען זיך די אזיאנער פארלייגט אויף שוואכלינגען פון 11 און 12 עוועניא אויכעט, זיי רוקען ארויף די אייזערנע זילבערנע טויער אויפען הויז ווי צו דערקלערען דא וואוינט א כינעזי, ס'איז נישט קיין זשאוק, כ'האף מ'עט זיך נישט כאפען צו שפעט
:roll:
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

כ׳זעה שוין די ישועה. מען גײט צוריק גײן לעבן אין די דערפער מיט א ריזיג הויז און מען װעט שוין נישט קענען סטראשען מיט אן נעמען אין די מוסדות װײל די קינדער װעלן לערנען בײ א מלמד טאקע אין מאשקע׳ס קרעטשמע.
אסאך פרישע מלװה דמלכה מעשיות װעלן אפיר קומען. אוי איך קען נישט װארטען.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ייש"כ. פאר דיין הערליכן און שטארק באלערנדן ארטיקל. איך האב צוויי הערות: 1) דו זאגסט בתוך הדברים אז אינזערע גיטע גוי'אישע שכנים, פי', די היספאנישע וואוילע טשוירטש-גייענדע גויים שטייען מיט די טשעק-ביכלעך אויסגעשטרעקט. פון וואו האבן זיי אזעלכע גרויסע אומגעהויערע סכומים. זיי זענען דאך מערסטנס מקבלי וועלפעיר און יושבי קרנות און ביר טרינקערס. און אפשר דאמינא שפילערס. דאס איז אין די צייט ווען זיי גייען נישט איינברעכן אין אידישע קארס און הייזער.
2). לפי זה קומט אויס אז די לענדלארדס וועלכע פארלאנגען שליסל געלט פון ארימע כולל יונגעלייט, זענען נישט אזאלכע גרויסע רשעים ווי איך האב געהאלטן. ווייל זיי אליינס זענען נעבעך א שטיקל נרדפים... :? 8-) :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די שכנים פון וועים איך שמיעס זענען די ארטיסטן, זיי זענען עפ"ר פראפעסיאנאלן, זייער שיינע פארדינער.

די ספאנישע שכנים ווערן אויך זייער ארויסגעפרעסט, זיי קענען נאר עקזעסטירן ווייל זיי וואוינען און רענט קאנטראלד הייזער, אדער ביי האוזינג, אדער רענט סטאבאלאזירטע אפארטמענטס, אויב וועט זיין א נאך פראגע אויף וואס די פשט פון די מיני דירות וועל איך שרייבן, אבער פיל ווייסן וואס דאס מיינט.

די איבריגע פלעינע דירה איינוואוינער ווערן ארויס געטריבן פון זייערע דירות מיט גיטן, סייסט אפאר טאלער טאשן געלט מיט א טיקעט אויף א גרעיהאנד צים גרויסן וועלט, אדער מיט בייזן כדרך סלאם לארד'ס, דורך געריכט, רענט העכערינגען, האלד אווער'ס, אדער סתם אפ האקן די וואסער, ביז זיי זענען עוקר.

און גלייך ווען עס ווערט ליידיג, ווערט עס פארקויפט, איבערגעבויט, אריין געלייגט טייערע עפלייענסעס, טייערע טענענט'ס, און דאן יהא מונח ביז מיר וועלן לכבודו קריגן די טעקס אינקריס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

און מיט א יעדע דירה סרוחה װאס מען בויט איבער פאר די ארטיסטען שארען ארײן אלע משה׳ס און יואלי׳ס
שװערע געלטער פאר אלס. למשל פארקעי, עלעקטריק, די בויערס, פלאמבערס, פענסטערס, אינסטולעישען,
די גאנצע קיך מיט אלע טײערע אפלײענסעס, לאו װאלטעזש, ספרינקלער קאמפעני, פײער אלארם,
טײלס, בילדינג סופלײס, און נאכדעם אלע מעינטענטס סופלײס פון א מאפּ צו די זאלץ און שאװעלס
פאר די שנײ ביז א גראז שנײדער. און ב׳ה אלע זענען צופרידען מען האט געמאכט געלט ביז צו די
נעקסטע העכערונג אין רענט.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באקומען אין אישי ק''ש צ''ל קישי.
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23997
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

קען זיין די שריפה אין א דירה אין די קעטסקילס איז געקומען צוליב די חורבן וואס די דירות ברענגען אהן פאר כלל ישראל, די עולם גולם גייט ווי קעלבער אין קאנטרי גלות ווייל ''מע'' דארף גיין אין קאנטרי, און נאך זימער פעקלט זיך די עולם אהיים ווייל ''מע'' דארף וואוינען קאנצעטרירט ווי די סארדינס, שוין צייט צו אויפהערן מיט די נארישע און זינלאזע מהלך זאל מען שוין איינמאל פאר אלעמאל לאזן דעם ציבור וואוינען בהרחבת הדעת יעדער איינע כאוות נפשו
נישט ווי 'מע' מאכט אפ אז 'מע' דארף יעצט גיין.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ווייט פיש האט געשריבן:קען זיין די שריפה אין א דירה אין די קעטסקילס איז געקומען צוליב די חורבן וואס די דירות ברענגען אהן פאר כלל ישראל, די עולם גולם גייט ווי קעלבער אין קאנטרי גלות ווייל ''מע'' דארף גיין אין קאנטרי, און נאך זימער פעקלט זיך די עולם אהיים ווייל ''מע'' דארף וואוינען קאנצעטרירט ווי די סארדינס, שוין צייט צו אויפהערן מיט די נארישע און זינלאזע מהלך זאל מען שוין איינמאל פאר אלעמאל לאזן דעם ציבור וואוינען בהרחבת הדעת יעדער איינע כאוות נפשו
נישט ווי 'מע' מאכט אפ אז 'מע' דארף יעצט גיין.

כ'אב הנאה צו הערען, ענדליך ווייס שוין עמיצער פארוואס ס'איז געקומען, זאג מיר נאר שוין, צוליב וואס איז געקומען די אלע שריפות אין מאנסי? און אין ברוקלין? אפשר ווייל מ'דארף זיך ציען קיין פענסילוועניע אדער ווירזשיניע?
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

איך ווייס נישט

איך זאג נאר אן השערה וואס איז מעגליך צו קלערן
אז אידן וואס גייען אין גלות קאנטרי און דערנאך צוריק אין שטאט האבען נעבעך אזוי טראגיש געמיזט איבערלאזען היי יאר די קאנטרי, און די פייער דעפארטמענט האט געדראעט אפצושפארן גענצליך יעצט יענעם קאלאני
איז צייט פאר א חשבון הנפש בכלליות אויף די גאנצע וועג און אופן וויאזוי אינזערע דירות זעהן אויס אז מען וואוינט ווי '''מע''' האט אפגעמאכט אז '''מע''' דארף יעצט וואוינען
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אוי איז ביטער די באערדע וויל אינטערברעינגען די 421A פראגראם וואס איז שוין כמעט ווי אינטערגעברעינגט, נאך א סיבה צי גלייבן אז די פרייז פון א דירה וועט זיין טייערער צי רענטן, און קאסטן מער עס אויפציהאלטן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט