קינד_אן_קייט האט געשריבן:גערעדט מיט איינע פון די חותמים פערזענליך, ער האט קיין גרויס האפענונג נישט געהאט אז זי וועט זיך ברעכן היות מ׳מוטשעט זיך שוין מיט איר פאר א לאנגע צייט און זי האלט זיך בי איר׳ס.
דער בריוו האבן זיי אונטערגעשריבן בכדי מענטשן ״אין די ליין״ (שלום בית עסקנים, רבנים, מוסדות, וכו׳) זאלן וויסן צו שטיין ווייט ווייל זי איז א מחריב און נישט קיין מתקן.
מען האט איר יא מתרה געווען אז ס׳קומט א בריוו אבער מען האט איר נישט געוויזן דעם בריוו איידער מען האט דאס מפרסם געווען און א חלק רבנים האבן דאס אויסדרוקליך פארלאנגט.
מיט אזעלכע שטארקע ידיעות, מן הסתם ביסטו איינער פין די חותמים אליין.
אז מען לעבט דערלעבט מען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.

איך גיי זיך נישט אריינמישן אין די מעשה, ווייל איך האב נישט געהערט די פרטי הדברים פון ביידע צדדים, כדכתיב שמוע בין אחיכם.
אבער איך בין אנטוישט און אנטריסטעט אז די רבנים שרייבן אונטער אויף אזעלכע זאכן! אודאי זענען טייל פון זיי גאר חשוב'ע מיט א דעת תורה, אבער איר ווייסט וויפיל רבנים זעלבסט האבן שוין אפגע'שחט'ן שטובער און אפגע'הרג'עט שלום בית מיט זייערע קרומע דעות? וואס איז מיט קשוט עצמך?
ביודעי ומכירי קאמינא, און איך האב עטליכע חשוב'ע ניקס דא אין שטיבל וועלכע האבן מיר אויך פארציילט אין אישי, סיפורים נוראים פון רבנים שלא קראו ולא שנו, אינם יודעים בטיב גיטין וקידושין, זיי מיינען אפשר גוט, מיינען גאט, אבער האבן צוגרינד געלייגט משפחות און רואינירט זייער לעבן אויפן ערגסטן פארנעם? איך גיי נישט דא אויסרעכענען נעמען ברבים, אבער איך רעד פון אנערקענטע רבנים וועלכע קענען גוט האלטן דרשות און קענען לערנען און הייסן מבינים, און עכ"ז זענען זיי נישט מקיים קיין שמוע בין אחיכם, זיי טוען ככל העולה על רוחם, ומי יבוא אחרי ה"דעת תורה".... שומו שמים.
איך טראכט מיר אזוי, קוק ווער עס רעדט! רבנים פסק'ענען ענינים חמורים פון שלום בית, חינוך, דיני נפשות, אן א טראפ עקספיריענס, ליעוו עלאון לייסענס! אלעס ווייל זיי האבן סטראקעס אויפן בעקישע, א מין היתר! ווער גיט ענק רשות צו דן זיין דיני נפשות לויט אייער מצומצמ'דיגן בליק? און איר גייט נאך אונטערשרייבן אקעגן א טעראפיסט וואס טוט זאכן לכה"פ פונקט ווי ענק??
דער עיקר וואס איז מיר נוטה קעגען די עלטערען, ווייל א נארמאלער מענטש וואס האט א פראבלעם מיט צוויי קינדער, און איז גרייט מפקיר צו זיין דער מעשה און זיינע פריוואטע צרות אלץ פאר נקמה אין א טעראפיסט מיינט אז די עלטערען זענען נישט שפוי בדעתם.
א משפחה קרוב זאגט מיר אז דער שוואגער האט דאס געטוהן קעגן די עלטערענס רצון. און יא, דער שוואגער איז נישט הונדערט פראצענט שפוי בדעתו כידוע.
הער, כ'האב מיך מיינע שיטות וועגען רבנים און עסקנים וכו', אבער דאס קען איך דיך זאגען, אז ווען די עלטערען רופען די רבנים אז זיי ווילען נישט די קול קורא וואלט נישט געוועהן א קול קורא. אלא מאי? כדאמרן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
א פרוי א ממזרת, יעצט לאמיר צירוק דרייען די זייגער זעהן ווי די עולם דא האט געשריגען אז די רבנים חתמנן אונטער אן וויסען דעטאלען, אוי האבן די רבנים גוט געשריבען